ווי טראמפ האט געמאלדן פרייטאג וועט אין די נאנטע טעג ארויסגעשטעלט ווערן א פלאן צו ערלויבן סטעיט'ס צו אריינברענגן מעדיצינען פון קאנאדע קיין אמעריקא, וואס דאס דארף ארפצוברענגען די פרייזן פון מעדיצינען.
די פלאן איז שוין געווארן ארויסגעשטעלט ביסודו אין זשוליי דורך די "דעפארטמענט אוו העלט ענד יומען סערוויסעס" (עיטש.עיטש.עס.). די פלאן לויטעט אז סטעיט'ס, האולסעילערס און פארמאסיסטן וועלן זיך איינגעבן ביי די עף.די.עי. פאר אן ערלויבעניש צו אימפארטירן געוויסע מעדיצינען פון קאנאדע, געווענליך איז פארבאטן צו אימפארטירן מעדיצינען פון אויסלאנד. די קאנאדישע רעגירונג, ווי אויך די פארמאסוטיקעל אינדוסטרי, זענען צו ענטוזיאסטיש איבער די פלענער, פון איין זייט איז דא די טענה אז ס'קען ווען ארויפטרייבן פרייזן אין קאנאדע און פון די אנדערע זייט איז דא די טענה אז אימפארטירן מעדיצינען קען קאמפראמייזען די סעיפטי דערפון.
א ווארטזאגער פאר די קאנאדישע געזונטהייט מיניסטעריום האט געזאגט: "מיר זענען סימפאטיש צו די אמעריקאנער זארגן איבער דראג פרייזן אין אמעריקא, מיר האבן אויך א קאממאן גאול צו פארזיכערן אז אונזערע בירגער קענען צוקומען צו, און עפפארדע"ן, די מעדיצינען וואס זיי דארפן. אבער, קאנאדע'ס פארמאסיוטיקעל אינדוסטרי איז צו קליין אויף צו קענען האבן א ווירקונג אויף פרייזן אין אמעריקא."
* * * *
אין אן אנדערע אנטוויקלונג, אויך פרייטאג, האט טראמפ געזאגט אז ער איז גרייט מיטצוארבעטן מיט דעמאקראטן אויף א געזעץ אראפצוברענגן דראג פרייזן.