אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
נקדימון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4412
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך נקדימון » מיטוואך אוקטובער 28, 2020 1:24 pm

ניו יארק טיימס האט ביידען 8+ מיט ווארשיינליכע וויילער אין מישיגען

Screenshot_20201028-132352.png
Screenshot_20201028-132352.png (308.39 KiB) געזעהן 459 מאל
לעצט פאראכטן דורך נקדימון אום מיטוואך אוקטובער 28, 2020 1:25 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

בוידעם
שר ששת אלפים
תגובות: 6230
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך בוידעם » מיטוואך אוקטובער 28, 2020 1:24 pm

וואל טאג האט געשריבן:
בוידעם האט געשריבן:
וואל טאג האט געשריבן:
אוסף החסיל האט געשריבן:
שׁעמעדיגער האט געשריבן:טראמפ איז היינט אין אריזאונע פאר צוויי ראליס

דארנישטאג פלארידע - נארט קאראליינע

פרייטאג מישיגען - וויסקאנסין - מיניסאוטע

דער בחור האט כוחות...
ווי ער שטעלט א פוס ווארטן אים אפ טויזענטער ענטוזיאזטישע שטיצער, אין די היצן און אין די פרעסטן, אומגלויבליך. בשעת דער אנדערער....
אויב פארלירט ער, דארף מען ארויסנעמען 'ענטוזיאזם' אלס א פאקטאר אין פרעזידענטליכע עלעקשאנס.

מען האט עס שוין ארויסגענומען אין 2012...
ווי דער דעמאלסדיגער ראמני קאמפיין האט געזאגט, מיר זענען געוואר געווארן אז אן ענטוזיאסטישער שטימע איז ווערט די זעלבע ווי אן אומענטוזיאסטישער שטימע


קיין פארגלייך. איך מיין דו זאלסט גיין אויסשטעקן טראמפ'ס טריפעלטע ראלי'ס דבר יום ביומו, יעדע פון זיי מיט שווערע טויזענטער באטייליגטע.

מען האט עס ארויסגענומען אין 2012
יעצט ווילסטו עס צוריקלייגן, פיין ונזכה ונחי'
(אגב דאגב, די סמאלל דאנעישאן'ס פון ביידען קאמפיין, איז א פאקטאר וואס דו ווילסט נישט אין באטראכט נעמען ביים מעסטן ענטוזיאזם)


מען האט נישט ארויסגענומען די סארט ענטוזיאזום.

זיכער איז די סמאלל דאנעישאן'ס א שטארקע פאקטאר אין ריכטונג פון א ביידן זיג.
רצונינו לעשות רצוניך.

טאנץ 2
שר חמישים ומאתים
תגובות: 291
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 11, 2016 2:39 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך טאנץ 2 » מיטוואך אוקטובער 28, 2020 1:25 pm

עס איז מיר א חידוש אז מען איז אזוי פארנומען מיט אנקעטעס ווען מען קען שוין זעהן הארטע נומערען.


וואס זענען די שאצונגען אויף די וואל באטייליגטע אין די לעצטע צוויי טעג?

אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10655
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך יש ברירה » מיטוואך אוקטובער 28, 2020 1:29 pm

דאס איז ווייל מען קען נאכנישט זען קיין הארטע נומערן...

טאנץ 2
שר חמישים ומאתים
תגובות: 291
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 11, 2016 2:39 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך טאנץ 2 » מיטוואך אוקטובער 28, 2020 1:31 pm

יש ברירה האט געשריבן:דאס איז ווייל מען קען נאכנישט זען קיין הארטע נומערן...


איך מיין וויפיל עס קומען ארויס פון א פארטיי

עיין פלארידע

עכט היימיש
שר האלפיים
תגובות: 2989
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך עכט היימיש » מיטוואך אוקטובער 28, 2020 1:34 pm

ביידען האט יעצט גאר שארף פארדאמט די ראיאטן אין פילדעלפיע, רעדענדיג צו די פרעסע הארט נאכן אפגעבן זיין שטימע אין דעלעוועיר.

ווען ביידען האט פארלאזט די געביידע איז ער אפגעווארט געווארן דורך ענטוזיאסטישע שטיצער וועלכע האבן אפלאדירט.

--
אויך האט זיך שטארק דערקענט די בייעס פון די פאלטשע נייעס מידיע אקעגן טראמפ. בשעת ווען נאך וואס טראמפ האט אפגעבן זיין שטימע האבן זיי אים געפרעגט גאר טאף פראגעס, א שטייגער ווי פאר וועמען ער האט געשטימט, האבן זיי דא געפרעגט ביידען בלויז איבער די ראיאטן און איבער זיינע פלענער, און ווי אזוי ער גייט איינהאלטן זיינע הבטחות'ער.
לעצט פאראכטן דורך עכט היימיש אום מיטוואך אוקטובער 28, 2020 1:37 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
איך גיי נישט אהין, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!

אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10655
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך יש ברירה » מיטוואך אוקטובער 28, 2020 1:36 pm

טאנץ 2 האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:דאס איז ווייל מען קען נאכנישט זען קיין הארטע נומערן...


איך מיין וויפיל עס קומען ארויס פון א פארטיי

עיין פלארידע

דאס רופסטו אן הארטע נאמבערס? וויאזוי קענטסו וויסן פאר וועם די מענטשן האבן געשטימט? ווער רעדט נאך פון די אינדיפענדענס.

איפכא מיסתבר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 371
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 25, 2019 4:47 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך איפכא מיסתבר » מיטוואך אוקטובער 28, 2020 1:39 pm

טאנץ 2 האט געשריבן:עס איז מיר א חידוש אז מען איז אזוי פארנומען מיט אנקעטעס ווען מען קען שוין זעהן הארטע נומערען.


וואס זענען די שאצונגען אויף די וואל באטייליגטע אין די לעצטע צוויי טעג?

מ'רעדט נישט פון הארטע נומבערס ווייל ס'איז נישט גוט פאר די נערעטיוו
נישט ווייל יענער שרייט הויך אדער זאגט עס איבער אפאר מאל, מיינט אז עס איז אזוי - ס'קען גאר זיין קאפויער

טאנץ 2
שר חמישים ומאתים
תגובות: 291
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 11, 2016 2:39 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך טאנץ 2 » מיטוואך אוקטובער 28, 2020 1:39 pm

יש ברירה האט געשריבן:
טאנץ 2 האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:דאס איז ווייל מען קען נאכנישט זען קיין הארטע נומערן...


איך מיין וויפיל עס קומען ארויס פון א פארטיי

עיין פלארידע

דאס רופסטו אן הארטע נאמבערס? וויאזוי קענטסו וויסן פאר וועם די מענטשן האבן געשטימט? ווער רעדט נאך פון די אינדיפענדענס.

אוודאי

טראמפ האט ארויסגעצויגען זיינע עדס פון פלארידע פאר א סיבה (נישט וועגן אנקעטעס)

אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10655
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך יש ברירה » מיטוואך אוקטובער 28, 2020 1:42 pm

מען קען נישט וויסן פארוועם די מענטשן שטימען (אין 2016 זענען די דעמס אריין מיט א אויבערהאנט פון אומגעפער 100K שטימען, ביים ציילן איז עס געווען הילערי +247K)

נ.ב. טראמפ האט נישט ארויסגעצויגן זיינע עדדס. עס איז געווען א מיספארשטענדעניש.

אוועטאר
כתמר יפרח
שר חמש מאות
תגובות: 749
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 07, 2018 8:17 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך כתמר יפרח » מיטוואך אוקטובער 28, 2020 1:46 pm

בוידעם האט געשריבן:
וואל טאג האט געשריבן:
אוסף החסיל האט געשריבן:
שׁעמעדיגער האט געשריבן:טראמפ איז היינט אין אריזאונע פאר צוויי ראליס

דארנישטאג פלארידע - נארט קאראליינע

פרייטאג מישיגען - וויסקאנסין - מיניסאוטע

דער בחור האט כוחות...
ווי ער שטעלט א פוס ווארטן אים אפ טויזענטער ענטוזיאזטישע שטיצער, אין די היצן און אין די פרעסטן, אומגלויבליך. בשעת דער אנדערער....
אויב פארלירט ער, דארף מען ארויסנעמען 'ענטוזיאזם' אלס א פאקטאר אין פרעזידענטליכע עלעקשאנס.

מען האט עס שוין ארויסגענומען אין 2012...
ווי דער דעמאלסדיגער ראמני קאמפיין האט געזאגט, מיר זענען געוואר געווארן אז אן ענטוזיאסטישער שטימע איז ווערט די זעלבע ווי אן אומענטוזיאסטישער שטימע


קיין פארגלייך. איך מיין דו זאלסט גיין אויסשטעקן טראמפ'ס טריפעלטע ראלי'ס דבר יום ביומו, יעדע פון זיי מיט שווערע טויזענטער באטייליגטע.

@בוידעם, א זייטיגע שאלה,
אויב טראמפ פארלירט טוישסטו צוריק זייט? אדער טראמפ בלייבט באליבט?

אוועטאר
נקדימון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4412
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך נקדימון » מיטוואך אוקטובער 28, 2020 1:48 pm

"טראמפ געוואונט טעקסאס" זאגט טעקסאס גאווערנער גרעג עבעט

שמעלער ווי אין 2016? "ער געוואונט טעקסאס" האט ער איבערגעזאגט

אלפים ועשרים
שר מאה
תגובות: 178
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 05, 2020 9:36 am

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך אלפים ועשרים » מיטוואך אוקטובער 28, 2020 1:50 pm

עס ערווארט א ריזיגע סורפרייז פאר אסאך וואס מיינען אז די אלע וואס זענען נישט רעגיסטרירט אלס דעמאקראטן אדער רעפובליקאנער גייען שטימען פאר טירד פארטי.

פארטיי רעגיסטראציע האט נישט קיין סך מיט פארוועם מ'שטימט אין פרעזידענטליכע וואלן, עיין ערך וויליאמסבורג בארא פארק.
אוועקמאכן איינעם וואס האט געלייגט די שאנסן פון א קלינטאן געווינס ביי 85-90% נאר ווייל זי האט פארלוירן.

=

אוועקמאכן א קאלקולעיטאר וואס געבט אן 85-90% שאנס אז כאטש איינס פון איינעמ'ס דריי קינדער זאל זיין א בן זכר ווייל מענטשן האבן דריי מיידלעך אין א רייע.

ווי מיינסטו גייסטו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 359
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 04, 2020 12:57 am

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך ווי מיינסטו גייסטו » מיטוואך אוקטובער 28, 2020 1:53 pm

א טראפ טיפער
א טראפ טיפער:משטייט פונקט א וואך צו די פרעזידענטליכע וואלן. ווי האלט עס מיט די אנקעטעס? ר' שמעון מיט ר' וואלווי איינהארן שמועסן אויס די לעצטיגע אנטוויקלונגען
https://www.yiddish24.com/analysis/146/27774

בוידעם
שר ששת אלפים
תגובות: 6230
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך בוידעם » מיטוואך אוקטובער 28, 2020 1:54 pm

כתמר יפרח האט געשריבן:
בוידעם האט געשריבן:
וואל טאג האט געשריבן:
אוסף החסיל האט געשריבן:
שׁעמעדיגער האט געשריבן:טראמפ איז היינט אין אריזאונע פאר צוויי ראליס

דארנישטאג פלארידע - נארט קאראליינע

פרייטאג מישיגען - וויסקאנסין - מיניסאוטע

דער בחור האט כוחות...
ווי ער שטעלט א פוס ווארטן אים אפ טויזענטער ענטוזיאזטישע שטיצער, אין די היצן און אין די פרעסטן, אומגלויבליך. בשעת דער אנדערער....
אויב פארלירט ער, דארף מען ארויסנעמען 'ענטוזיאזם' אלס א פאקטאר אין פרעזידענטליכע עלעקשאנס.

מען האט עס שוין ארויסגענומען אין 2012...
ווי דער דעמאלסדיגער ראמני קאמפיין האט געזאגט, מיר זענען געוואר געווארן אז אן ענטוזיאסטישער שטימע איז ווערט די זעלבע ווי אן אומענטוזיאסטישער שטימע


קיין פארגלייך. איך מיין דו זאלסט גיין אויסשטעקן טראמפ'ס טריפעלטע ראלי'ס דבר יום ביומו, יעדע פון זיי מיט שווערע טויזענטער באטייליגטע.

@בוידעם, א זייטיגע שאלה,
אויב טראמפ פארלירט טוישסטו צוריק זייט? אדער טראמפ בלייבט באליבט?
טראמפ איז נישט אזוי ווייט באליבט ווי די ליבעראלן זענען פארפיינטעט ביי מיר.
רצונינו לעשות רצוניך.

ווי מיינסטו גייסטו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 359
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 04, 2020 12:57 am

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך ווי מיינסטו גייסטו » מיטוואך אוקטובער 28, 2020 1:55 pm

ווי מיינסטו גייסטו האט געשריבן:א טראפ טיפער
א טראפ טיפער:משטייט פונקט א וואך צו די פרעזידענטליכע וואלן. ווי האלט עס מיט די אנקעטעס? ר' שמעון מיט ר' וואלווי איינהארן שמועסן אויס די לעצטיגע אנטוויקלונגען
https://www.yiddish24.com/analysis/146/27774

ער איז זייער שטארק פאר ביידען!

abeg
שר שלשת אלפים
תגובות: 3607
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך abeg » מיטוואך אוקטובער 28, 2020 1:56 pm

בוידעם האט געשריבן:
וואל טאג האט געשריבן:
בוידעם האט געשריבן:
וואל טאג האט געשריבן:
אוסף החסיל האט געשריבן:דער בחור האט כוחות...
ווי ער שטעלט א פוס ווארטן אים אפ טויזענטער ענטוזיאזטישע שטיצער, אין די היצן און אין די פרעסטן, אומגלויבליך. בשעת דער אנדערער....
אויב פארלירט ער, דארף מען ארויסנעמען 'ענטוזיאזם' אלס א פאקטאר אין פרעזידענטליכע עלעקשאנס.

מען האט עס שוין ארויסגענומען אין 2012...
ווי דער דעמאלסדיגער ראמני קאמפיין האט געזאגט, מיר זענען געוואר געווארן אז אן ענטוזיאסטישער שטימע איז ווערט די זעלבע ווי אן אומענטוזיאסטישער שטימע


קיין פארגלייך. איך מיין דו זאלסט גיין אויסשטעקן טראמפ'ס טריפעלטע ראלי'ס דבר יום ביומו, יעדע פון זיי מיט שווערע טויזענטער באטייליגטע.

מען האט עס ארויסגענומען אין 2012
יעצט ווילסטו עס צוריקלייגן, פיין ונזכה ונחי'
(אגב דאגב, די סמאלל דאנעישאן'ס פון ביידען קאמפיין, איז א פאקטאר וואס דו ווילסט נישט אין באטראכט נעמען ביים מעסטן ענטוזיאזם)


מען האט נישט ארויסגענומען די סארט ענטוזיאזום.

זיכער איז די סמאלל דאנעישאן'ס א שטארקע פאקטאר אין ריכטונג פון א ביידן זיג.

איך װײס נישט װי שטארק מ׳קען ניצן די סמאלל דאנעישאן אלס א גרױסע פאקטאר װען גאר אסאך פון זײנע שטיצער האבן פושט יעצט מער געלט אדאנק זײער װעכענליכע $900 אנאימפלױמענט געהאלט קען מען זיך יעצט ערלױבען א דאנעישאן װען 4 יאר צוריק (אינטר אובאמא) האבן זײ נאך געבליטיגט

אוועטאר
נעכטן
שר האלף
תגובות: 1511
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 5:30 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך נעכטן » מיטוואך אוקטובער 28, 2020 2:12 pm

עכט היימיש האט געשריבן:אויך האט זיך שטארק דערקענט די בייעס פון די פאלטשע נייעס מידיע אקעגן טראמפ. בשעת ווען נאך וואס טראמפ האט אפגעבן זיין שטימע האבן זיי אים געפרעגט גאר טאף פראגעס, א שטייגער ווי פאר וועמען ער האט געשטימט, האבן זיי דא געפרעגט ביידען בלויז איבער די ראיאטן און איבער זיינע פלענער, און ווי אזוי ער גייט איינהאלטן זיינע הבטחות'ער.

כ'פארשטיי ביזט סארקאסטיש... אבער די מידיע ציטערט צו פרעגן ביידן פאר וועם ער האט געשטימט אויס מורא ער האט בטעות געוואוט פאר טראמפ.
געשריבן דורך: נעכטן

בוידעם
שר ששת אלפים
תגובות: 6230
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך בוידעם » מיטוואך אוקטובער 28, 2020 2:14 pm

נעכטן האט געשריבן:
עכט היימיש האט געשריבן:אויך האט זיך שטארק דערקענט די בייעס פון די פאלטשע נייעס מידיע אקעגן טראמפ. בשעת ווען נאך וואס טראמפ האט אפגעבן זיין שטימע האבן זיי אים געפרעגט גאר טאף פראגעס, א שטייגער ווי פאר וועמען ער האט געשטימט, האבן זיי דא געפרעגט ביידען בלויז איבער די ראיאטן און איבער זיינע פלענער, און ווי אזוי ער גייט איינהאלטן זיינע הבטחות'ער.

כ'פארשטיי ביזט סארקאסטיש... אבער די מידיע ציטערט צו פרעגן ביידן פאר וועם ער האט געשטימט אויס מורא ער האט בטעות געוואוט פאר טראמפ.


באמת איז עכט היימיש גערעכט, די מידיע וואלט געדארפט פרעגן נעכטן נאכמיטאג פון טראמפ וואס זיין פלאן איז אויף ראיאטן וואס האט אויסגעבראכן נעכטן נאכט.....
רצונינו לעשות רצוניך.

האלצשטיין
שר האלף
תגובות: 1942
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך האלצשטיין » מיטוואך אוקטובער 28, 2020 2:50 pm

פארוואס געבן פאולסטער ארויס זייער 'פיינעל' אנקעטע 6 טעג פאר די וואלן ווען זאכן קענען זיך נאך טוישן? ווארט ביז פרייטאג-שבת און געב עס ארויס צו זיין פארזיכערט, נישט אזוי?

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 11944
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך אוקטובער 28, 2020 3:08 pm

יש ברירה האט געשריבן:Marquette Law School Poll - וויסקאנסין - ווארשיינליכע וויילער

ביידען - 48
טראמפ - 43

דאס איז זייער לעצטע אנקעטע בעפאר די עלעקשין. אין 2016 האבן זיי געהאט קלינטאן +6 (רעזולטאט: טראמפ +0.7).

לויט די אנקעטע איז טראמפ ווייטער שטעקן ביי 40% צופרידנהייט ראטע איבער זיין ווירוס באהאנדלונג אקעגן 58% אומצופרידן
אבער זיין צופרידנהייט ראטע אין אלגעמיין איז געגאנגען פון 44% אין זייערע לעצטע דריי אנקעטעס צו 47%

אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10655
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך יש ברירה » מיטוואך אוקטובער 28, 2020 3:10 pm

האלצשטיין האט געשריבן:פארוואס געבן פאולסטער ארויס זייער 'פיינעל' אנקעטע 6 טעג פאר די וואלן ווען זאכן קענען זיך נאך טוישן? ווארט ביז פרייטאג-שבת און געב עס ארויס צו זיין פארזיכערט, נישט אזוי?

טאקע פארדעם.... דאס געבט זיי אביסל ארט פאר ערער.

אוועטאר
נקדימון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4412
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך נקדימון » מיטוואך אוקטובער 28, 2020 3:18 pm

פעלאוסי: "ביידען דארף קאמפיינען אין פענסילוועניע, מישיגען און אין וויסקאנסין אין די לעצטע טעג פון די קאמפיין"

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 13470
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך כאפצעם » מיטוואך אוקטובער 28, 2020 3:26 pm

האלצשטיין האט געשריבן:פארוואס געבן פאולסטער ארויס זייער 'פיינעל' אנקעטע 6 טעג פאר די וואלן ווען זאכן קענען זיך נאך טוישן? ווארט ביז פרייטאג-שבת און געב עס ארויס צו זיין פארזיכערט, נישט אזוי?

מ'פירט דורך א סטעיט אויפאמאל, מ'קען נישט אין זעלבן 3 טעג אויספרעגן אלע סטעיטס אויפאמאל...

עכט היימיש
שר האלפיים
תגובות: 2989
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך עכט היימיש » מיטוואך אוקטובער 28, 2020 3:27 pm

כאפצעם האט געשריבן:
האלצשטיין האט געשריבן:פארוואס געבן פאולסטער ארויס זייער 'פיינעל' אנקעטע 6 טעג פאר די וואלן ווען זאכן קענען זיך נאך טוישן? ווארט ביז פרייטאג-שבת און געב עס ארויס צו זיין פארזיכערט, נישט אזוי?

מ'פירט דורך א סטעיט אויפאמאל, מ'קען נישט אין זעלבן 3 טעג אויספרעגן אלע סטעיטס אויפאמאל...

טראפאלגאר מיט רעסמעסון קענען יא.
איך גיי נישט אהין, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: א גוטן, בלינצע, הערינג מיט ברוינפען, חיימאוויטש, כאפצעם, מאריך אף, פרעגער, קאנטרי מאוד און 44 געסט