עכט היימיש האט געשריבן:בעסער אזוי האט געשריבן:להגדיל שמו האט געשריבן:און צום דריטן מאל!
עס פארגייט די אפעטיט צו ליינען דא ווען א יעדע צווייטע בלאט פאנגט זיך עס אן נאכאמאל. קען מען אפשר ארויס לאזען ניקים, אידישקייט פון פאליטישע דעבאטעס?
ס'איז די ערשטע מאל וואס איך רעד בכלל אריין אין די גאנצע טראמפ/קאראנע/יא שולדיג/נישט שולדיג סומעטוכע
וואס יא, לעצטנס איז געווארן א נארמאלע זאך אנצוריפן טראמפ א מערדער, און די זעלבע צייט וואס אונז און אינזערע פירער טוען אקוראט די זעלבע זאך, און די האסט גאר הנאה דערפון, דיינע קינדער גייען אין חדר, דו טינקסטוך אין א ווארעמע מקווה, שטיפסטוך ביים רבי'ן אן א פראבלעם, אבער טראמפ איז א מערדער..
עניוועי צוריק צום נושא ביידען קאלעכט אדער יא?
דער געדאנק איז אז מען רעדט פאליטיק, מען שמועסט, מען ליפטערט זיך, כאילו מען איז דעמאקראט-ביידען שטיצער, אדער רעפאבליקאנער-טראמפ שטיצער, מיר שפילן א געים אויף אייוועלט, וואס איז די גוי'אישע וועלט איז עס א "עכטע" געים.
אין ריעל לייף זיץ איך אין ביהמ"ד ביים רבי'ן, ווען צו מיין רעכטע זייט זיצט @בוידעם, און צו מיין לינקע זייט @שעמעדיגער, און הארט פאר מיר ידיד נעורי @פער בריסטאו, און נאכן דאווענען ליל ראש השנה האבן מיר זיך אלע ווארעם שטארק געדריקט די האנט, און זיך געווינטשן לשנה טובה, און גראדע איז @אמביציע אויך צוגעקומען שפעטער צו אונזער קיפקע, פארשטייט זיך אן א מאסקע. דאס האט זיך אפגעשפילט ראש השנה אין ריעל לייף, און אויך ביידע טעג ביי פויזע ווען טייל פון אונז האבן אויך די צווייטע טאג געכאפט א מקוה אין א געפאקטע בור פאר די תקיעות. דאס איז אונזער מציאות אין ריעל לייף. מיר אידן אינאיינעם מיר האבן נישט מורא פאר קיינעם, נאר פאר דער בורא עולם דעם איינעם.
אבער דא אויף אייוועלט אין דעם געים וואס הייסט פאליטיק וועט אבמיציע שרייבן אז טראמפ איז א מערדער, און שעמעדיגער וועט טענה'ן אז ביידען קאלעכט, און יעדער וועט פארענטפערן זייט זייט אין אונזער געים. אבער קומען אריינמישן יעל לייף אין א געים איז מאדנע, און עס מאכט נערוועז.
ער שפילט דא ביידען שטיצער מעג ער שרייבן מערדער, און דו שפילסט טראמפ שטיצער שריי צוריק סליפי דזשאו, אבער קומען אריינמישן אין א שפיל טענה'ריי עכטע לעבן איז נישט גוט.
פארשטענדליך?
גראדע מיין איך בין איך געזיצן אויף דיין רעכטע זייט נישט אויף די לינקע
עניוועיס פוינט איז אנדערסטאד