טראמפ פרעזידענסי אויסערן פאליסי/נייעס

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

גאפל
שר האלף
תגובות: 1293
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 14, 2016 9:52 pm

אמעריקאנער שפיאנאזש וועטעראנען: פוטין שפילט ארום מיט טראמפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאפל »

וואשינגטאן – צוויי געוועזענע שפיאנאזש פירער אין אמעריקע זענען נעכטן ארויסגעקומען מיט גאר שארפע קריטיק קעגן פרעזידענט טראמפ, זאגנדיג אז זיי האלטן אז דער רוסישער פרעזידענט וולאדימיר פוטין, און אזוי אויך אנדערע וועלט פירער, מאניפולירן און שפילן זיך ארום מיט טראמפ, צו פארזיכערן אז טראמפ וועט אפקויפן אלעס וואס זיי זאגן אים.

די קאמענטארן פונעם געוועזענעם סי-איי-עי דירעקטאר דזשאן ברענען, און געוועזענער נאציאנאלער שפיאנאזש דירעקטאר דזשעימס קלעפער, זענען געקומען איין טאג נאכדעם וואס טראמפ האט געהאט געזאגט אז ער גלייבט פוטין, אז רוסלאנד האט נישט געטאן קיין שום שריט צו באאיינפלוסן דעם אויסגאנג פון די אמעריקאנער פרעזידענט וואלן אין יאר 16'.

טראמפ האט זונטאג פארטאגס פרובירט צוריקצוציען עטוואס פון זיין ערשטן סטעיטמענט איבער גלייבן פוטין, זאגנדיג אז ער האט די פולע צוטרוי אין די אמעריקאנער שפיאנאזש באאמטע וועלכע זענען יעצט אין אמט, און טראמפ האט געגעבן צו פארשטיין, אז ער האט בלויז געמיינט צו זאגן מיט זיינע ערשטע קאמענטארן, אז ער "גלייבט אז פוטין גלייבט" אז רוסלאנד האט נישט געטשעפעט מיט די וואלן
סאבסיטוט
שר האלף
תגובות: 1232
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 16, 2014 5:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאבסיטוט »

שרעקליך
אוועטאר
יאסעלע
שר האלף
תגובות: 1127
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 24, 2017 2:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסעלע »

סאו ס'שוין באשטעטיגט אז אמעריקע גייט אונטער?!
כלל גדול: אז ס'טוט וויי שרייט מען. און אז נישט איז מען רואיג. אייגנס
יאסעלע'ס פריוואטער אשכול
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

זונטאג פארטאגס?.... חחחח.
א מין צודרייטע וועלט, ניטאמאל שעמט מען זיך פון די ליינער צו שרייבן שטותים.

די ארטיקל קומט פון פיינע נייעס?
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
סאבסיטוט
שר האלף
תגובות: 1232
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 16, 2014 5:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאבסיטוט »

זאכליך האט געשריבן:זונטאג פארטאגס?.... חחחח.
א מין צודרייטע וועלט, ניטאמאל שעמט מען זיך פון די ליינער צו שרייבן שטותים.

די ארטיקל קומט פון פיינע נייעס?

קעיר צו עקספלעינען די שטותים?
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

דער יוד דעילי האט געשריבן:פיליפינען – דער אמעריקאנער פרעזידענט דאנאלד טראמפ, האט נעכטן געזאגט אז ער איז גרייט אנצופירן מיט געשפרעכן צו לעזן דעם קריזיס ארום דעם דרום כינע ים. שוין עטליכע יאר וואס ס'הערשט א שטארקע אנגעצויגנקייט אינעם אזיער ראיאן, איבער א סעריע קליינע אינזלען אינעם דרום כינע ים, וואס אריגינעל זענען די אינזלען אינטערנאציאנאלע טעריטאריע און באלאנגען נישט פאר קיינעם. כינע האט מיט א פאר יאר צוריק אנגעהויבן פארשידענע אקטיוויטעטן אויף עטליכע פון די אינזלען און דערקלערט אז זיי באלאנגען פאר זיי, וואס האט באלד געברענגט שארפע רעאקציעס פון יאפאן, פיליפינען, וויעטנאם און אנדערע לענדער, וואס שרייען אלע אז די אינזלען זענען זייערס. די זארג פון די אנדערע לענדער איז, אז כינע וועט אוועקשטעלן מיסילס און אנדערע מיליטערישע איינריכטונגען אויף די אינזלען, און די זארג ביי אמעריקע איז, אז א געפעכט אינעם דרום כינע ים, וועט שטערן די פרייע נעוויגאציע פון אינטערנאציאנאלע האנדלס שיפן אין די וואסערן. טראמפ האט זונטאג געזאגט פאר'ן וויעטנאמעזער פרעזידענט, אז ער איז א גוטער געשפרעכן-פירער און איז גרייט צו ברענגען א לעזונג.
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9083
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

9th Circuit Court of Appeal: Trump Travel ban is constitutional, goes into affect immediately
רשעות קאלטע סעלצער
אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3898
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צווייפעל »

ווער האט זיי געפרעגט די ליצים? איז דען נישט דא א פסק פונעם סופרים קארט?
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9083
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

צווייפעל האט געשריבן:ווער האט זיי געפרעגט די ליצים? איז דען נישט דא א פסק פונעם סופרים קארט?

יענע האט שוין לאנג עקספייערט, דעס איז די נייע
רשעות קאלטע סעלצער
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

מ'דארף ביפן כאפצעם זאל אפדעיטן די ליסטע פון דורכפעלער...
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
רה''ק דקהל פורים
שר האלף
תגובות: 1098
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 19, 2017 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רה''ק דקהל פורים »

סאבסיטוט האט געשריבן:שרעקליך

טאקע שרעקליך. איך צייייטער.
האסט באמערקט אז אינעם גאנצן ארטיקל ווערט קיין איין איינציגע מאל נישט דערמאנט אין וועלכע אדמיניסטראציע די צוויי האבן געדינט?
יא, די צוויי האבן געדינט אין די אדמיניסטראציע וועמענ'ס הויפט האט זיך געבוקט פאר'ן יאפאנעזער עמפעראר, האט ריסעט מיט רוסלאנד, און האט קעלודעט מיט רוסלאנד צו שרייבן א זאק מיט שטותים און אויף דעם באזיס עפענען אן אויספארשונג קעגן זיינע פאליטישע קעגנער.

און פאר איך פארגעס, דזשעימס קלעפער האלט אז סאדאם כוסעין האט יא פארמאגט כעמישע וואפן און ער האט עס אפגעשיקט קיין סיריע הארט בעפאר די אמעריקאנער אינוואזיע.
מיין נישט ענטפערן איז וויבאלד דו האסטו נאך קיינמאל צוריקגעצויגן, אפי' נאכ'ן ווערן געפראווד ראנג.
הצדיק
שר האלף
תגובות: 1733
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:52 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הצדיק »

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:
9th Circuit Court of Appeal: Trump Travel ban is constitutional, goes into affect immediately



@vinnews: San Francisco - U.S. Court Allows Part Of Trump Travel Ban To Go Into Effect https://t.co/IQXnLiZ8ND (2 minutes ago)
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

גאפל האט געשריבן:וואשינגטאן – צוויי געוועזענע שפיאנאזש פירער אין אמעריקע זענען נעכטן ארויסגעקומען מיט גאר שארפע קריטיק קעגן פרעזידענט טראמפ, זאגנדיג אז זיי האלטן אז דער רוסישער פרעזידענט וולאדימיר פוטין, און אזוי אויך אנדערע וועלט פירער, מאניפולירן און שפילן זיך ארום מיט טראמפ, צו פארזיכערן אז טראמפ וועט אפקויפן אלעס וואס זיי זאגן אים.

די קאמענטארן פונעם געוועזענעם סי-איי-עי דירעקטאר דזשאן ברענען, און געוועזענער נאציאנאלער שפיאנאזש דירעקטאר דזשעימס קלעפער, זענען געקומען איין טאג נאכדעם וואס טראמפ האט געהאט געזאגט אז ער גלייבט פוטין, אז רוסלאנד האט נישט געטאן קיין שום שריט צו באאיינפלוסן דעם אויסגאנג פון די אמעריקאנער פרעזידענט וואלן אין יאר 16'.

טראמפ האט זונטאג פארטאגס פרובירט צוריקצוציען עטוואס פון זיין ערשטן סטעיטמענט איבער גלייבן פוטין, זאגנדיג אז ער האט די פולע צוטרוי אין די אמעריקאנער שפיאנאזש באאמטע וועלכע זענען יעצט אין אמט, און טראמפ האט געגעבן צו פארשטיין, אז ער האט בלויז געמיינט צו זאגן מיט זיינע ערשטע קאמענטארן, אז ער "גלייבט אז פוטין גלייבט" אז רוסלאנד האט נישט געטשעפעט מיט די וואלן


זיי זאגן דעיס נישט בעיסט אויף שפיאנאזש קוועלער, ס'איז ס"ה זייער אייגענע אפשאצונג, סאו וואס איז די איבערדרייעניש אז זיי האבן געזאגט? האבן זיי געזאגט, איך קען אויך זאגן,
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

זאכליך האט געשריבן:זונטאג פארטאגס?.... חחחח.
א מין צודרייטע וועלט, ניטאמאל שעמט מען זיך פון די ליינער צו שרייבן שטותים.

די ארטיקל קומט פון פיינע נייעס?


ניין, פון דער איז דעלי.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

יא איך האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:עקזעקטלי. דאס איז וואס יעדער שרייט, אפילו די וואס האלטן אז די טפפ איז געווען צו קארפארעט געשטימט שטעלט עס אמעריקא אויף א מעכטיגע עדווענטידזש קעגן טשיינע

ועכשיו שלא זכינו...

בקוציר איינער קען ענטפערן וואס איז פשט פון דעם ווי איז טראמפס שכל?

עטליכע מעגליכקייטן:

1) יעדע זאך וואס איז אן אבאמא פראדוקט אדער בכלל עפעס וואס ער האט נישט געמאכט איז שלעכט.

2) ער האט קאמפיינט זייער שטארק דערקעגן און ער וויל נישט זיין קיין פליפ פלאפ.

3) ער איז א פראטעקשאניסט ווי בערני סאנדערס און עליזעבעט ווארען, דעריבער האט ער פיינט סייוואסערע מולטי-נאציאנאלע אגריעמענטס.

למעשה אלץ נומער 1 און 2 איז דא א סעלושען, ער וואלט געקענט יעצט ביים טריפ געקענט זיך אראפזעצן מיט זיי און טוישן עטליכע קלייניגקייטן און ארויסקומען מיט א פאראייניגטע סטעיטמענט כאילו מ'האט מצליח געווען צו טוישן דעם דיעל ס'זאל זיין שטארקער אין די אמעריקאנער אינטערעסן. דערמיט קען ער צייגן: 1) עס איז "זיין" פראדוקט. און 2) עס איז מער נישט די זעלבע דיעל קעגן וועלעכע ער האט קאמפיינט. און לאמיר זיך נישט פאפן, זיינע שטיצער וועלן עס אפקויפן איינס צוויי און עס וועט נאך זיין אן עכט הצלחה'דיגע טריפ, אהיימקומענדיג מיטן 1'טן מעיזשער אינטערנעשאנעל אקאומפלישמענט אין זיין פרעזידענסי.

אויף נומער 3, איז אויב האלט ער באמת אזוי איז עס טאקע א פראבלעם און ס'נישטא עכט קיין סעלושען. אבער ער טענה'ט אז ער איז אזא איינער, ער איז בלויז קעגן "אנפעיר" אגריעמענטס, נו שטעלט זיך די שאלה: אויב קענסטו דיך נישט אראפזעצן און טוישן לטובתינו א דיעל וואס איז נאך נישט פארטיג, וויאזוי פלאנסטו צו טוישן אנדערע אגריעמענטס וואס זענען שוין צענדליגער יאר אין טאקט און האסט קאמפיינט מיטן צוזאג אז דו וועסט אלעס טוישן?!

עס איז נישטא קיין איין עקאנאמישע, פאליטישע, און נאציאנאלע זיכערהייט אנאליסט וואס פארשטייט נישט די קלארע נעט בענעפיטן פון אזא מעכטיגע טרעיד כח קעגן טשיינע. אפילו די בערני שטיצער פארשטייען עס, נאר נעמען זיך אן פאר א קליינע פראצענט ארבייטער וואס וועלן אפשר שאדן האבן דערפון הגם זיי פארשטייען אז די ארבייטער, און פירמעס וואס וועלן למעשה בענעפעטירן דערפון וועלן זיין פי כמה.

די תירוץ פארוואס מ'איז אנגעקומען צו דעם מצב איז ווייל ער איז קלאר נישט אויסגעקאכט אין די דעטאלן, אבער די גרעסטע פראבלעם איז אז ער איז "נישט אינטערסירט" זיך עס צו לערנען, עס איז צו קאמפלאצירט און ער האט נישט קיין ריכטיגע געריבענע אדווייזערס אים צו משכנע זיין צו גיבן א צווייטע בליק דערויף. עס איז אומשאצבאר די פארלוסט, חבל.
בוידעם
שר ששת אלפים
תגובות: 6639
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוידעם »

זאכליך האט געשריבן:זונטאג פארטאגס?.... חחחח.
א מין צודרייטע וועלט, ניטאמאל שעמט מען זיך פון די ליינער צו שרייבן שטותים.

די ארטיקל קומט פון פיינע נייעס?


אר יו פאר ריעל? און אויב סאיז געווען מאנטאג ביינאכט אדער דינסטאג נאכמיטאג?
מען רעדט דא פון די פרעזידענט פון אמעריקע וואס זאגט אז ער גלייבט פוטין אויפן ווארט, און מענטשן האבן א פראבלעם מיט די דאטום......

טאטע העלף!
רצונינו לעשות רצוניך.
בוידעם
שר ששת אלפים
תגובות: 6639
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוידעם »

רה''ק דקהל פורים האט געשריבן:
סאבסיטוט האט געשריבן:שרעקליך

טאקע שרעקליך. איך צייייטער.
האסט באמערקט אז אינעם גאנצן ארטיקל ווערט קיין איין איינציגע מאל נישט דערמאנט אין וועלכע אדמיניסטראציע די צוויי האבן געדינט?
יא, די צוויי האבן געדינט אין די אדמיניסטראציע וועמענ'ס הויפט האט זיך געבוקט פאר'ן יאפאנעזער עמפעראר, האט ריסעט מיט רוסלאנד, און האט קעלודעט מיט רוסלאנד צו שרייבן א זאק מיט שטותים און אויף דעם באזיס עפענען אן אויספארשונג קעגן זיינע פאליטישע קעגנער.

און פאר איך פארגעס, דזשעימס קלעפער האלט אז סאדאם כוסעין האט יא פארמאגט כעמישע וואפן און ער האט עס אפגעשיקט קיין סיריע הארט בעפאר די אמעריקאנער אינוואזיע.


קלעפער איז פון די אבאמא אדמיניסטראציע, און חבר פוטין איז פון די קעי דזשעי בי.

נו אודאי ענדערש גלייבן דעם פוטין, איבערהויפט ווען די דומע אינטעלינדזשענס אין אמעריקע האלטן אז רוסלאנד האט בהחלט יא געמישט אין די וואלן, איז נישט מער ווי נארמאל אז די פרעזידענט זאל גלייבן דעם רוס, ער זאגט דאך אליינס אז ער האט נישט, הודאת בעל דין כמאה עדים.

צר לי עליך אמעריקע.
רצונינו לעשות רצוניך.
פאליטקלי קארעקט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5157
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 07, 2014 11:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטקלי קארעקט »

כאפצעם האט געשריבן:
יא איך האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:עקזעקטלי. דאס איז וואס יעדער שרייט, אפילו די וואס האלטן אז די טפפ איז געווען צו קארפארעט געשטימט שטעלט עס אמעריקא אויף א מעכטיגע עדווענטידזש קעגן טשיינע

ועכשיו שלא זכינו...

בקוציר איינער קען ענטפערן וואס איז פשט פון דעם ווי איז טראמפס שכל?


עטליכע מעגליכקייטן:..........

למעשה אלץ נומער 1 און 2 איז דא א סעלושען, ער וואלט געקענט יעצט ביים טריפ געקענט זיך אראפזעצן מיט זיי און טוישן עטליכע קלייניגקייטן און ארויסקומען מיט א פאראייניגטע סטעיטמענט כאילו מ'האט מצליח געווען צו טוישן דעם דיעל ס'זאל זיין שטארקער אין די אמעריקאנער אינטערעסן. דערמיט קען ער צייגן: 1) עס איז "זיין" פראדוקט. און 2) עס איז מער נישט די זעלבע דיעל קעגן וועלעכע ער האט קאמפיינט. און לאמיר זיך נישט פאפן, זיינע שטיצער וועלן עס אפקויפן איינס צוויי און עס וועט נאך זיין אן עכט הצלחה'דיגע טריפ, אהיימקומענדיג מיטן 1'טן מעיזשער אינטערנעשאנעל אקאומפלישמענט אין זיין פרעזידענסי.


בדרך אגב אז מ'רעדט שוין פון דיעלס, ער האט נעכטן געזאגט אויף עיר פארס וואן פאר ריפארטער, אז עס קומט א "מיעזשער אנאנסמענט" בנוגע דיעלס וואס ער האט געמאכט אויף דעם טריפ. ער זאגט אז ער גייט זיי מעלדן מיטוואך ווען ער וועט זיין צוריק אינעם ווייסן הויז. מעגליך אז דאס איז די זעלבע "מיעזשער אנאנסמענט" וואס איז געקומען ביי די "אבאמא קעיר ריפיעל ביל".......
דזשאבס, דזשאבס, דזשאבס
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

בוידעם האט געשריבן:
זאכליך האט געשריבן:זונטאג פארטאגס?.... חחחח.
א מין צודרייטע וועלט, ניטאמאל שעמט מען זיך פון די ליינער צו שרייבן שטותים.

די ארטיקל קומט פון פיינע נייעס?


אר יו פאר ריעל? און אויב סאיז געווען מאנטאג ביינאכט אדער דינסטאג נאכמיטאג?
מען רעדט דא פון די פרעזידענט פון אמעריקע וואס זאגט אז ער גלייבט פוטין אויפן ווארט, און מענטשן האבן א פראבלעם מיט די דאטום......

טאטע העלף!

מיין פראבלעם איז די דאטום?! זיין פראבלעם איז די דאטום!... וואס וויל ער מיט זינטאג פארטאגס?
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
סאבסיטוט
שר האלף
תגובות: 1232
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 16, 2014 5:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאבסיטוט »

זינטאג פארטאגס היזיגע זייגער - וואס פארשטייסטו ניט?
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

סאבסיטוט האט געשריבן:זינטאג פארטאגס היזיגע זייגער - וואס פארשטייסטו ניט?

איך האב עס זייער גוט פארשטאנען...

טראמפ האט עס געזאגט ביי א פרעסע קאנפערענץ אין וויעטנאם, דארט איז געווען זינטאג נאכמיטאג, און דא איז געווען זינטאג פארטאגס.

ס'איז ווי ער זאל ווען שרייבן אז האדמור מ... פון ירושלים האט געפראוועט מלוה מלכה שבת צופרי... ווייל ביי אונז איז דאך געווען שבת צופרי.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
סאבסיטוט
שר האלף
תגובות: 1232
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 16, 2014 5:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאבסיטוט »

פשש.. טאקע א שטארקע פירכא
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

בוידעם האט געשריבן:מען קען אפ פרעגן, אבער נישט מיט בלויז שרייבן אז דיינע תגובות האבן נישט קיין דעקונג.



טענו בחיטים והדו וכו'

וואס איז געווען מיין ערשטע תגובה?

און אויף וואס איז געקומען מיין ענטפער אז דו האסט נישט קיין דעקונג?
סאבסיטוט
שר האלף
תגובות: 1232
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 16, 2014 5:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאבסיטוט »

פאליטקלי קארעקט האט געשריבן: אז מ'רעדט שוין פון דיעלס, ער האט נעכטן געזאגט אויף עיר פארס וואן פאר ריפארטער, אז עס קומט א "מיעזשער אנאנסמענט" בנוגע דיעלס וואס ער האט געמאכט אויף דעם טריפ. ער זאגט אז ער גייט זיי מעלדן מיטוואך ווען ער וועט זיין צוריק אינעם ווייסן הויז. מעגליך אז דאס איז די זעלבע "מיעזשער אנאנסמענט" וואס איז געקומען ביי די "אבאמא קעיר ריפיעל ביל".......

זאגט - איר זענט א נביא צו וואס?
פאליטקלי קארעקט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5157
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 07, 2014 11:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטקלי קארעקט »

סאבסיטוט האט געשריבן:
פאליטקלי קארעקט האט געשריבן: אז מ'רעדט שוין פון דיעלס, ער האט נעכטן געזאגט אויף עיר פארס וואן פאר ריפארטער, אז עס קומט א "מיעזשער אנאנסמענט" בנוגע דיעלס וואס ער האט געמאכט אויף דעם טריפ. ער זאגט אז ער גייט זיי מעלדן מיטוואך ווען ער וועט זיין צוריק אינעם ווייסן הויז. מעגליך אז דאס איז די זעלבע "מיעזשער אנאנסמענט" וואס איז געקומען ביי די "אבאמא קעיר ריפיעל ביל".......

זאגט - איר זענט א נביא צו וואס?

יודע צדיק נפש בהמתו....
דזשאבס, דזשאבס, דזשאבס
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”