טראמפ פרעזידענסי אויסערן פאליסי/נייעס

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
משה כספי
שר האלפיים
תגובות: 2070
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 12:44 pm
לאקאציע: אינעם יודישען וועלטעל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה כספי »

פארטראכטער האט געשריבן:
משה כספי האט געשריבן:
אנטי לינקער האט געשריבן:טראמפ אין די צייט פון זיין קאמפיין האט געשריגן אז אמעריקע ווייזט די רוקן פאר די אלאירטע לענדער (צולנדיג די אנגעצוגקייט מיט מדינת ישראל) אין די צייט וואס ער אליין גייט ארויס גאר שארף אנטקעגן ענגלאנד'ס פירער פרוי מיי בלויז פארן פאראנדלען אין פראבירן פארקלענער די פארליסטן וואס קען קומען פאר איר לאנד דורך די ברעקזיט אין אזוי אויך מיט אנדערע אירופאישע לענדער , איך זאג נישט אז זיינע טענות איז נישט ריכטיג אבער כאטש מיט אביסל רעספעקט

ווען מעי האט ווען א משהו שכל און טוט חנפ'נען דעם פרעזידענט אביסעלע וואלט זי שוין לאנג ארויס מיט א פעיר טרעיד דיעל,

דאס איז געווען פשט פון 'מעיק אמעריקע גרעיט עגעין? אז מען דארף אביסל חנפענען דעם פירער, און דעמאלטס באקומט מען אלעס?

און דרך אגב פרעמיער מיניסטער מעי איז בכלל נישט דער גרויסע טראמפ קריטיקירער.

געשריבן האב איך "פעיר" נישט אלעס! טשיינע חנפ'עט און באקומען האבן זיי טאריפן... אבער די שטייגער מיט סוחרים וכש"כ טראמפ איז ווען מען טשעפעט באקומט מען גארנישט
כדי א נושא זאל בלייבן אינטערעסאנט איז די שליסל א פוינט פאר א פוינט - עגרימענט אדער דיסעגריעמענט, פארשידענע מיינונגען געבן צו לעבן צו א נושא און ברענגט די שרייבער און ליינער הנאה צו האבן. און דאס פארקערטע איז מיט רעטאריק
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

צל עובר האט געשריבן:טראמפ ארויף טראמפ אראפ, מען פרעגט ווער איז אונזער גרעסטע שונא, ענטפער, די EU , רוסלאנד און טשיינע אויך שונאים.



סתם פארדרייט זיינע ווערטער..
אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלפיים
תגובות: 2817
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישוב הדעת »

מטעמים האט געשריבן:אין מיין אפיניען דארף טראמפ זיין פריינטליך צו נאטא אבער אויך געמעגט זיי שטארק קריטיקירען איבער טרעיד אפילו ביזען לאזען לויפען געדאנקען אז אמעריקע וועט לייגען טעריף אויף זייערע פראדוקטען אויב זיי קומען נישט נאך אמעריקעס טרעיד פארלאנגען.

קריטיקירען דייטשלאנד אז זיי דיעלן צו סך מיט די ראשענס איז א גוטע זאך, קריטיקירען טערעסע מעי זייענדיג אין לאנדאן איז א נארישקייט, ער האט עס אליינס פארשטאנען אויך ווייל איך זעה אז ער האט קריטיקירט די סאן נייעס אגענטור פארען ארויפלייגען פאלשע און האלבע אינפארמאציע איבער די אינטערוויו און זיך אנטשולדיגט פאר די פרעימער דערוועגן.

זאגען אז נאטא איז א אפאנענט (דעפינישען פון פאו) פאר די יונייטעד סטעיטס איז ווייטער אמת און בארעכטיגט צוליב די וועג וויאזוי זיי באגייען זיך דערווייל צו זיינע טרעיד פארלאנגען.

זאגען אז פוטין איז א קאמפעיטיטער איז אויך אמת אבער זייער נישט אין פלאץ, דאס לאנד איז אין שאק און און שוידער נאכדעם וואס מען האט שטארקע עווידענס אז די ראשענס האבען געהעקט אמעריקאנע אינסטיטושענס וואס איז אן אויטרעידזש פון העכסטע סארט און ער שפיעלט דיפלאמאטיע, עס איז סייבער סעקיורעטי וואס איז עט ריסק און ער איז נאר ביזי לייגען די שולד אויף אבאמא?! אדער גאר די די ען סי ווייל זיי האבען נישט אפגעהיטען זייער סערווער?

ער ניצט אבאמאס דורעכגעפאלענע אויסערן פאליטיק פלעיבוק ווען עס קומט צו ראשע, א שוואכלינג פון ערשטע סארט און וואס דארף טראמפ דארט אויפטוהן? צוריק געבן קריימיע? ארויסגיין פון סיריע? ארויסגיין פון אקריינע? ארויסגעבן די 25 ראשען אינטעליזשענס אפיצירען וואס האבען געהעקט די די ען סי קיין אמעריקע אז זיי זאלען דא דורעך גיין א טרייעל?

איים סארי מיסטער פרעזידענט אבער דיין מהלך פון בוליען וואלט געוועהן זייער עפרישיעטעד אויב דו וועסט עס ניצען קעגן מיסטער פוטין.

כאב הנאה צו זעהן א טראמפ ניק קרטיקערן טראמפ..
By 2030 You Will Own Nothing And You Will Be Happy (WEF) Or vote in TRUMP
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9083
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

וואוילע שעפעלע האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:טראמפ ארויף טראמפ אראפ, מען פרעגט ווער איז אונזער גרעסטע שונא, ענטפער, די EU , רוסלאנד און טשיינע אויך שונאים.



סתם פארדרייט זיינע ווערטער..

אזוי קוקן אויס העדליין ליינער. נישט שילדוג
רשעות קאלטע סעלצער
אוועטאר
משה כספי
שר האלפיים
תגובות: 2070
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 12:44 pm
לאקאציע: אינעם יודישען וועלטעל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה כספי »

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:
וואוילע שעפעלע האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:טראמפ ארויף טראמפ אראפ, מען פרעגט ווער איז אונזער גרעסטע שונא, ענטפער, די EU , רוסלאנד און טשיינע אויך שונאים.



סתם פארדרייט זיינע ווערטער..

אזוי קוקן אויס העדליין ליינער. נישט שילדוג

איך גלייך זייער דיינע תגובות און באריכטן אבער דא קוקט אויס ווי די האסט נישט געליינט דעם ארטיקל... מען האט אים געפרעגט ווער איז א foe פאר די US האט ער די ערשטע געזאגט די EU! וואס ער האט געמיינט ווייס איך אויך אבער די perception איז זייער שלעכט
כדי א נושא זאל בלייבן אינטערעסאנט איז די שליסל א פוינט פאר א פוינט - עגרימענט אדער דיסעגריעמענט, פארשידענע מיינונגען געבן צו לעבן צו א נושא און ברענגט די שרייבער און ליינער הנאה צו האבן. און דאס פארקערטע איז מיט רעטאריק
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

כ'ווייס נישט צו דו מיינסט מיר אדער באדעלע, עניוועיס וועל איך ענטפערן.

טראמפ האט געזאגט אז אייראפע איז אונזער פאו [אפאנענט/קאמפעטישן] לגבי וואס זיי טוען צו אונז מיט טרעיד, רוסלאנד איז אונזער פאו אויף פארשידענע אישוס, און טשיינע איז אונזער עקענאמישע פאו.

דאס איז די זעלבע ווי זאגן אייראפע איז אונזער 'שונא' און רוסלאנד און טשיינע זענען אויך?..
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29175
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

וואוילע שעפעלע האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:טראמפ ארויף טראמפ אראפ, מען פרעגט ווער איז אונזער גרעסטע שונא, ענטפער, די EU , רוסלאנד און טשיינע אויך שונאים.



סתם פארדרייט זיינע ווערטער..

איר האט עס אויסגעהערט?

ווייל איך האב.
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29175
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

לגבי די לינק, יא עס איז די זעלבע, נאכדערצו מען האט געפרעגט ווער איז דיין גרעסטע שונא, די ערשטע רעספאנס, "די אייראפייאישע פאראיין.
אנטי לינקער
שר חמישים
תגובות: 52
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 04, 2018 6:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנטי לינקער »

פרעזידענט טראמפ איז ארויס געקומען מעלדן נאך די סעמיט מיט פוטין אין פינלאנד אז רוסלאנד האט זיך נישט אריין געמישט אין די 2016 וואלן והא ראיה אז פוטין האט איהם קלאר אזוי געזאגט האם יש לך ראיה גדול מזה? פרעג איך אייך טייערע אידן האלט איר נישט אז ווען קים יאנג אן איז קלוג וואלט ער "קלאר געשטעלט" פאר טראמפ אז זי האט שוין מער נישט קיין נוקלער וואפן אין טראמפ וועט אראפ נעמען די סאנקציעס פון איר
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

הער איך אז די באלאן קומט קיין אמעריקע.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29175
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

@אנטי לינקער, ווען נארט קאריע וואלט ווען געווען אזא פאווער ווי רוסלאנד וואלט עס אפשר געארבעט.
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

@צל, כ'גיי נישט גיין אהין צוריק יא ניין קאנווערסעישאן, כ'קען דיר אבער אלץ אינער וואס פארשטייט אן עסק.. כ'גלייב אז דו כאפסט וואס איך מיין
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

:twisted:

די בלימפ קומט אויף אמעריקע!...

https://www.gofundme.com/fund-to-bring- ... to-america
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9083
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

ס׳גייט זיין סטאנציאנירט בשכינות פון טראמפ׳ס רעזארד און ניו דזשערסי. וועט ווערן געניצט אונעם צוקומפט ביי אנטי טראמפ ראליס דורכאויס אמעריקא.
רשעות קאלטע סעלצער
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29175
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

האלט איך אז מען זאל מאכן מיט דעם אזא לאנדאן סטייל קבלת פנים ווען ער קומט קיין ניו יארק.
אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלפיים
תגובות: 2817
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישוב הדעת »

זייטס ביזי מיטן באלאן.. עס איז א גוטע סטראטעגיע..
By 2030 You Will Own Nothing And You Will Be Happy (WEF) Or vote in TRUMP
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

פיינעלי: טראמפ'ס ריכטיגע מיינונג איבער נאטא.

אזא סטעיטמענט שיקט שאק כוואליעס דורכאויס די מערב וועלט.
אטעטשמענטס
20180718_112700.png
20180718_112700.png (43.11 KiB) געזען 2241 מאל
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

דריי הויכראנגיקע קאמאנדירן פון די טאליבאנער אין אפגאניסטאן האבן באשטעטיגט אז זיי באטייליגן זיך אין אומדירעקטע געשפרעכן מיט אמעריקע צו טרעפן א פאליטישע לעזונג צו די אנגייענדע קריג אין אפגאניסטאן.

באאמטע אין די טראמפ אדמינסטראציע האבן באשטעטיגט אז אמעריקע איז גרייט פאר געשפרעכן מיט די טאליבאנער צו ענדיגן דעם קריג אין וועלכע איבער 2,400 אמעריקאנער זענען שוין אומגעקומען, און ציט זיך שוין איבער 17 יאר.

לויט די טאליבאנער קוועלער, ווערן די געשפרעכן אפגעהאלטן אין קאטאר מיט די אנוועזנהייט פון אראבישע לענדער וועלכע דינען אלס פארמיטלער, און זיי האבן באצייכנט די אטמאספער צווישן זיי און די אמעריקאנער אלס ״גאר פריינטליך״.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40149
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

נאציאנאלע סעקיוריטי עדווייזער: איך האב גערעדט מיטן פרעזידענט אין לויף פון די לעצטע טעג און דער פרעזידענט זאגט מיר אז סיי וועלכע נעגאטיווע שריט ארויס פון איראן וועט זיי קאסטן א פרייז וואס ווייניג לענדער האבן באצאלט אין היסטאריע
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

אן אינטערנאציאנאלע ספעקטאקל טוט זיך אצינד אפ ווען טערקיי האט פארשפארט אן אמעריקאנער גלח און די טראמפ אדמיניסטראציע האט זיך ארויסגעלאזט אין א פרעשור קאמפיין קעגן טערקיי און אויף א פערזענליכע לעוול קעגן ערדואן.

עס גייט זיך יעצט אויסשפיעלן אין ריעל טיים א טעסט צו די טראמפ בולי טאקטיקן וועלן זיין סוקסעספול.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

עטליכע טעג נאכדעם וואס פרעזידענט טראמפ האט געווארנט טערקיי מיט סאנקציעס האט פרעזידעט ארדואן פון טערקיי קלארגעשטעלט אז ער וועט זיך נישט בייגן צו אמעריקאנער דרוק, זאגנדיג אז ער וועט זיך נישט בייגן צו קיין אמעריקאנער סטראשונקעס, און אז אמעריקע וועט בלויז פארלירן טערקיי וועלכע איז א וויכטיגע און סטראטעגישע פריינט פאר אמעריקע.

פאריגע וואך האט טראמפ געווארנט טערקיי אז אויב זי לאזט נישט ארויס דעם אמעריקאנער גייסטליכן ענדרו בראנסאן וועט אמעריקע לייגן עקאנאמישע סאנקציעס, טערקיי באשולדיגט בראנסאן אין קאנספירירן מיט די אויפשטענדלער אינעם דורכגעפאלענעם פוטש פארזוך קעגן ארדואן אין 2016, אבער זיין פאמיליע ווארפן אפ די קלאגעס אלס לעכערליך, און מאנכע זאגן אז טערקיי האלט אים אלס משכון אויף צו דרוקן אמעריקע צו אויסליפערן דעם טערקישן-אמעריקאנער גייסטליכער פעטהולע גאָלאַן וועמען זיי באשולדיגן אין ארקאסטרירן דעם פושט.

פרעזידענט טראמפ האט פאריגע וואך געהאלפן טערקיי דורך אינטערווענירן ביי מדינת ישראל צו באפרייען א טערקישן בירגער וואס ווערט דארט געהאלטן אויף טעראר קלאגעס, און איז שטארק אנטוישט געווארן ווען טערקיי האט זיך נישט געהאלטן צום אפמאך צו באפרייען בראנסאן, אבער טערקיי האט געלייקנט אז דאס איז געווען דער אפמאך.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

אויסערן פאליסי אפדעיט:

טערקיי אנטזאגט די אמעריקאנער געבעט ארויסצוגעבן דעם גלח. איראן אנטזאגט זיך אויפצונעמען טראמפ פאר א מיטינג. פוטין אנטזאגט טראמפס איינלאדענונג קיין וואשינגטאן. און נארט קאריע איז אנדעקט געווארן פאראויסריקן זייער ICBM מיסיל פראגראם.
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9182
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

כאפצעם האט געשריבן:אויסערן פאליסי אפדעיט:

טערקיי אנטזאגט די אמעריקאנער געבעט ארויסצוגעבן דעם גלח. איראן אנטזאגט זיך אויפצונעמען טראמפ פאר א מיטינג. פוטין אנטזאגט טראמפס איינלאדענונג קיין וואשינגטאן. און נארט קאריע איז אנדעקט געווארן פאראויסריקן זייער ICBM מיסיל פראגראם.

וויאזוי האט נאר יענער איד געזאגט: אמאל פלעג איך ליינען די אידישע צייטונגעו בין איך אלעמאל געוועהן דעפרעסט פון די ביטערע נייעס, היינט ליין איך די דייטשע צייטונגען און איך פריי מיר ווייל איך זעה ווי רייך און געלונגען איך בין.

די לעצטע פערציג יאר מוטשעט זיך אמעריקע מיט די זעלבע פאר שווערע לענדער, נישט געוויסט אז דו טראסט טראמפ מער ווי אבאמא אז ער וועט אלעס קענען ארלעדיגען אין די ערשטע צוויי יאר פון זיין פרעזידענסי.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

מטעמים האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:אויסערן פאליסי אפדעיט:

טערקיי אנטזאגט די אמעריקאנער געבעט ארויסצוגעבן דעם גלח. איראן אנטזאגט זיך אויפצונעמען טראמפ פאר א מיטינג. פוטין אנטזאגט טראמפס איינלאדענונג קיין וואשינגטאן. און נארט קאריע איז אנדעקט געווארן פאראויסריקן זייער ICBM מיסיל פראגראם.

וויאזוי האט נאר יענער איד געזאגט: אמאל פלעג איך ליינען די אידישע צייטונגעו בין איך אלעמאל געוועהן דעפרעסט פון די ביטערע נייעס, היינט ליין איך די דייטשע צייטונגען און איך פריי מיר ווייל איך זעה ווי רייך און געלונגען איך בין.

די לעצטע פערציג יאר מוטשעט זיך אמעריקע מיט די זעלבע פאר שווערע לענדער, נישט געוויסט אז דו טראסט טראמפ מער ווי אבאמא אז ער וועט אלעס קענען ארלעדיגען אין די ערשטע צוויי יאר פון זיין פרעזידענסי.

ערשטנס, זיכער, "איי עלאון קען פיקס איט". צווייטענס, איך האב אים קיינעם נישט עקספעקטעד צו פיקסן זאכן וואס זענען שוין לאנג געפיקסט. דריטענס, אפילו אויב וויל ער דווקא יא צוברעכן די אלטע כדאי זיך אהערצושטעלן אלס פיקסער האביך עטליעסט געקעט באשטיין ער זאל אונז נישט שאפו קיין איבעריגע בושות.

שטעלט זיך אבער ארויס אונז זעמיר די לעפינג סטאק אין די ווארלד. פון די אייעטאלעס אין איראן ביז די קליינע גראבערלעך אין נארט קאריע ביזן נאז שפיציגן פוטין.
לעצט פארראכטן דורך כאפצעם אום דינסטאג יולי 31, 2018 9:36 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”