דאנעלד טראמפ'ס "ערשטע-טאג" הבטחות

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
ירוחם
שר האלפיים
תגובות: 2257
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 08, 2012 11:37 pm

דאנעלד טראמפ'ס "ערשטע-טאג" הבטחות

תגובהדורך ירוחם » מיטוואך נובעמבער 09, 2016 2:54 pm

דאנעלד טראמפ האט קאמפיינט פאר א לאנגע צייט. במשך זיין קאמפיין האט ער געהאט אסאך געלעגנהייטן צו זאגן די ווערטער "אין מיין ערשטע טאג אין אפיס, וועל איך..." עס איז כדאי צו האבן די ליסטע פאר די אויגן, סיי כדי צו וויסן וועלכע סארט פרעזידענט טראמפ פלאנט צו זיין, און סיי כדי צו קענען מעסטן אויב טראמפ וועט האלטן ווארט.

אט איז א טיילווייזע ליסטע:
אין זיין ערשטן טאג אין אפיס וועט טראמפ...

  1. ריפיעלן אבאמאקעיר
  2. עלימינירן יעדע אומקאנסטיטוציאנאלע עקזעקוטיוו ארדער
  3. פארריכטן די VA
  4. אראפנעמען די רעגולאציעס פון די קוילן אינדוסטריע
  5. אויפשטעלן א טעסקפארס צו דעפארטירן קרימינאלע אומלעגאלע אימיגראנטן
  6. אנהייבן ארבעטן אויף א פיזישע, הערליכע, פעסטע, וואנט (מיט א גרויסע שיינע טיר דערין) לענגאויס די גרעניץ מיט מעקסיקא
  7. זיך טרעפן מיט האומלענד סעקיוריטי אפישעלס איבער פארזיכערן די גרעניץ מיט מעקסיקא
  8. מודיע זיין פאר אלע לענדער וועלכע ווילן נישט צוריקנעמען קרימינאלע אומלעגאלע בירגער אז זיי וועלן פארלירן צוטריט צו אמעריקע'ס וויזע פראגראם
  9. מאכן א מיטינג מיט די גענעראלן זיי צו אינפארמירן אז זיי האבן 30 טעג אויפצוקומען מיט א פלאן צו באזיגן אייסיס
  10. אנרופן די פירער פון גרויסע קאמפעניס (עפל, אריאוס) זיי צו מודיע זיין אז זיי קענען ערווארטן 33% פראצענט טעריפס אויף סחורה וואס זיי ברענגן אריין
  11. אנרופן נעיטא לענדער זיי צו מודיע זיין אז זיי דארפן אנהייבן צאלן פאר אמעריקע'ס פראטעקשאן
  12. "זיך אננעמען פאר די אומגעבוירענע"
  13. זיך ארויסציען פונעם TPP אפמאך
  14. סוספענדירן די סיריע פליטים פראגראם
  15. מודיע זיין נאפטא מיטגלידער אז ער פלאנט צו רינעגאשיעטן דעם דיעל
  16. דעזיגנירן כינע אלס א געלט-מעניפולאטירער
  17. הייסן יעדע רעגירונג אגענטור צו אנהייבן אידענטיפיצירן רעגולעישאנס וועלכע שאדן פאר דזשאבס און זיי עלימינירן
  18. פטור ווערן פון גאן-פרייע זאנעס אין שולעס און אין מיליטערישע באזעס.
  19. אריינשרייבן אין געזעץ "קעיט'ס געזעץ" וועלכע לויטעט אז קרימינאלע אומלעגאלע אימיגראנטן באקומען גאר א שטרענגע מינימום שטראף
  20. געוואויר ווערן די חילוק צווישן כאמאס און כיזבאלא.


עס איז אסאך צו ערלעדיגן אין איין טאג, אבער העי, מ'רעדט דאך דא פון דאנעלד טראמפ, נישט אזוי? :wink:
ביטע האלטן די פראפאגאנדע צו א מינימום, אויב מעגליך. ~ שלמה הילדעסהיימער

ירוושלמי22
שר חמישים ומאתים
תגובות: 332
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2016 7:33 am

וואס איז מיט די 44 פרעזידענטן פון ביז היינט

תגובהדורך ירוושלמי22 » מיטוואך נובעמבער 09, 2016 3:17 pm

גיי צוריק אביסל, און נעם אפיר אלע קאמפייען צוזאגן פון אלע 44 פרעזידענטן פאר טראמפ
און קוק וויפיל האבן זיי מקיים געווען פון זייערע הבטחות

שמו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3060
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » מיטוואך נובעמבער 09, 2016 3:18 pm

אין קורצן קען מען זאגן
אובאמא האט פארדאמט ווען ס'האט זיך געלאזט (און צומאל שטערקער פארדאמט)
יעצט קומט א "פארשפראכן" עפאכע, לאמיר נאר האפן צו גאט, אז דער יעצט'יגער ערוועילטער, וועט יא האלטן ווארט.
כשמ"ו כן הוא

אוועטאר
ירוחם
שר האלפיים
תגובות: 2257
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 08, 2012 11:37 pm

תגובהדורך ירוחם » מיטוואך נובעמבער 09, 2016 3:19 pm

איך האף צו ג-ט אז ער וועט נישט.
ביטע האלטן די פראפאגאנדע צו א מינימום, אויב מעגליך. ~ שלמה הילדעסהיימער

פנימי
שר מאה
תגובות: 128
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 25, 2015 2:01 pm

תגובהדורך פנימי » מיטוואך נובעמבער 09, 2016 4:35 pm

21. צורייסן דעם איראנעם דיעל. [עס וועט זיין העכסט אינטערסאנט צו זען וויאזוי דאס וועט זיך אויסקאכן.]
לעצט פאראכטן דורך פנימי אום דאנארשטאג נובעמבער 10, 2016 11:11 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6846
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

תגובהדורך אויסגערעכנט » מיטוואך נובעמבער 09, 2016 5:00 pm

איראן האט שוין געווארנט ער זאל עס נישט טון, זעט אויס זיי מיינען אז טראמפ איז א אבאמא וואס דערשרעקט זיך

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4165
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » מיטוואך נובעמבער 09, 2016 11:11 pm

אבאמא האט דורך געפירט א גרויס חלק פון זיינע פארשפרעכונגען,
נישט יעדער האט מסכים געווען דערמיט, אבער למעשה האט ער כמעט אלעס דערליווערט,

1. העלט קעיר/אבאמא קעיר
2. ארויסנעמען די טרופס פון איראק, אפגאניסטאן,
3. צוריק ברענגן דזאבס/ הייבן די עקאנאמיע,
4. צושפארן גוטמא תפיסה (כמעט צוגעשפארט)
5. אריינשטעלן תנאים איבער די (צודרייטע אישו) ענווייראמענט,
6. סטאפן וואטער בארינג,. וכדומה,
7. נישט העכערן טעקס פאר קליינע ביזנעס, האלטן די בוש טעקס קאט

כ'געדענק נישט אויף די מינוט וואס נאך

נ.ב. נישט אז אלעס האט געהאט גוטע קאנסעקווענצען,
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

דריידל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5099
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » מיטוואך נובעמבער 09, 2016 11:50 pm

און ווען דארף ער שטעלן די ספעציעלע פראסיקיוטער צו אינוועסטיגעטן הילערי? האט ער געזאגט אז דאס וועט זיין הערשט די צווייטע טאג?

אוועטאר
יהודי
שר האלפיים
תגובות: 2898
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 2:20 pm

תגובהדורך יהודי » דאנארשטאג נובעמבער 10, 2016 8:40 am

סאלדאטן זענען נאך אלץ און איראק.
האט נישט בוש געסטאפט וואטער בארינג ?
א פשוטע איד.

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24557
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דאנארשטאג נובעמבער 10, 2016 8:50 am

ניין, און איך גלייב אז אבאמא אויך נישט... מ'זאגט עס נאר נישט אפן...

איך האלט נישט אז אבאמא איז געווען א גוטע פרעזידענט, אבער משוגע איזער זיכער נישט... די פאקט איז אז וואטערבארדינג העלפט באקומען אינפערמעישן פון די חברה, און איך גלייב נישט אז די CIA האטעס געסטאפט...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

ארום די זייגער
שר חמש מאות
תגובות: 780
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 28, 2016 1:23 pm
לאקאציע: אין קאך

תגובהדורך ארום די זייגער » דאנארשטאג נובעמבער 10, 2016 11:00 am

די פלאן פון מאכן א בען נישט אריינצולאזן מוסלעמענער זעט מען נישט אויף זיין וועב סייט...

אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4559
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 20, 2015 6:57 pm

תגובהדורך בן נון » פרייטאג נובעמבער 11, 2016 3:09 am

פאראינטערסירט האט געשריבן:אבאמא האט דורך געפירט א גרויס חלק פון זיינע פארשפרעכונגען,
נישט יעדער האט מסכים געווען דערמיט, אבער למעשה האט ער כמעט אלעס דערליווערט,

1. העלט קעיר/אבאמא קעיר
2. ארויסנעמען די טרופס פון איראק, אפגאניסטאן,
3. צוריק ברענגן דזאבס/ הייבן די עקאנאמיע,
4. צושפארן גוטמא תפיסה (כמעט צוגעשפארט)
5. אריינשטעלן תנאים איבער די (צודרייטע אישו) ענווייראמענט,
6. סטאפן וואטער בארינג,. וכדומה,
7. נישט העכערן טעקס פאר קליינע ביזנעס, האלטן די בוש טעקס קאט

כ'געדענק נישט אויף די מינוט וואס נאך

נ.ב. נישט אז אלעס האט געהאט גוטע קאנסעקווענצען,

אינעם ערשטן טאג?..
איך פרעג נישט ווייל איך וויל אפפרעגן, איך פרעג ווייל איך וויל וויסן.

אוועטאר
יש ברירה
שר תשעת אלפים
תגובות: 9138
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » דינסטאג נובעמבער 22, 2016 1:28 am

פונעם גאנצן לאנגן ליסטע איז בעיסיקלי געבליבן אז ער וועט הארגענען א שוין טויטע טי פי פי

שיק יונגל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 482
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 21, 2016 12:59 pm

תגובהדורך שיק יונגל » דינסטאג נובעמבער 22, 2016 1:30 am

יש ברירה האט געשריבן:פונעם גאנצן לאנגן ליסטע איז בעיסיקלי געבליבן אז ער וועט הארגענען א שוין טויטע טי פי פי


;l;p-

חד גדיא
אנשי שלומינו
תגובות: 1
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 21, 2016 2:45 pm

????????

תגובהדורך חד גדיא » דינסטאג נובעמבער 22, 2016 6:08 pm

כ'גלייב שוין מער נישט קיינעם אויף דעם עולם,

אוועטאר
גלעזעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 282
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 13, 2016 1:54 pm
לאקאציע: אינעם קרעטשמע

תגובהדורך גלעזעלע » דינסטאג נובעמבער 22, 2016 6:15 pm

חד גדיא האט געשריבן:כ'גלייב שוין מער נישט קיינעם אויף דעם עולם,

אים האסטו געגלייבט!? אין יעצט גלייבסטו שוין נישט קיינעם? :roll:
דאס איז א שטיקל מיט ווערטער וואס ווערט צוגעלייגט צו אלע "מיינע" תגובות

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 12035
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » דינסטאג נובעמבער 22, 2016 6:32 pm

יש ברירה האט געשריבן:פונעם גאנצן לאנגן ליסטע איז בעיסיקלי געבליבן אז ער וועט הארגענען א שוין טויטע טי פי פי

:lol:

וואס ביזטו אזוי אומגעדילדיג, ווארט אויס נאך א וואך... ער גייט נאך האבן נאך א מיטינג מיט אבאמא..

אוועטאר
ירוחם
שר האלפיים
תגובות: 2257
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 08, 2012 11:37 pm

תגובהדורך ירוחם » דינסטאג נובעמבער 22, 2016 7:16 pm

וויכטיג מאכער האט געשריבן:ניין, און איך גלייב אז אבאמא אויך נישט... מ'זאגט עס נאר נישט אפן...

איך האלט נישט אז אבאמא איז געווען א גוטע פרעזידענט, אבער משוגע איזער זיכער נישט... די פאקט איז אז וואטערבארדינג העלפט באקומען אינפערמעישן פון די חברה, און איך גלייב נישט אז די CIA האטעס געסטאפט...

ס'גיסט זיך דמיונות ווי א קוואל.

קוק אהער, ביסט בארעכטיגט צו דיינע מיינונגן אבער נישט צו דיינע פאקטן. די פאקט איז אז *יעדער*, פון דזשעימס מעטיס (וועם טראמפ קאנסידערט פאר זיין קאבינעט) ביז די סענאט סעלעקט קאמיטע האלט אז וואטערבארדינג העלפט נישט באקומען אינפארמעישאן, פאקטיש מאכט עס נאר ערגער וויבאלד די געפייניגטע זאגן פאלשע אינפארמעישאן אבי פטור צו ווערן פון די פייניגערייען.
ביטע האלטן די פראפאגאנדע צו א מינימום, אויב מעגליך. ~ שלמה הילדעסהיימער

אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5006
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » דינסטאג נובעמבער 22, 2016 7:40 pm

Jose Rodriguez, געוועזענער CIA דירעקטאר איז נישט אין כלל פון יעדער?
די סענאט האט געזאגט אז "עס איז נישט דא גענוג באווייזן אז עס האט געראטעוועט לעבנס," א שטיקל מהלך ביז אפמאכן בודאות אז עס העלפט נישט.

אגב, אויב בוש האט געסטאפט פארוואס האט אבאמא געמוזט נאכאמאל ארויפלייגן אן איסור? אלא מאי בוש האט נישט געסטאפט טראץ זיין אייגענע איסור. השתא דאתית להכא...
Get your facts first, then you can distort them as you please.

אוועטאר
יש ברירה
שר תשעת אלפים
תגובות: 9138
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » מיטוואך נובעמבער 23, 2016 12:14 am

נאך זיין היינטיגע מיטונג מיטן ני"ט מיין איך אז מען קען עפענען א אלגעמיינע אשכול "טראמפ'ס געבראכענע קאמפיין הבטחות"

סראלי
שר ששת אלפים
תגובות: 6104
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 02, 2014 11:22 am
לאקאציע: אין די טריי סטעיט עריע

תגובהדורך סראלי » מיטוואך נובעמבער 23, 2016 12:17 am

ער האט שוין געטוישט זיין מיינונג אויף יעדע נושא אפאר מאל, די טיימס אינטערוויו איז קיין נייעס. אט אט ווערט ער איינגעשוואוירן, העמיר דארפן זען וואס זיין אמת׳ע שטעלונג איז.
ישראל אשר בך אתפאר

אוועטאר
יש ברירה
שר תשעת אלפים
תגובות: 9138
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » מיטוואך נובעמבער 23, 2016 12:24 am

סראלי האט געשריבן:ער האט שוין געטוישט זיין מיינונג אויף יעדע נושא אפאר מאל, די טיימס אינטערוויו איז קיין נייעס. אט אט ווערט ער איינגעשוואוירן, העמיר דארפן זען וואס זיין אמת׳ע שטעלונג איז.

טוישן מיינונגען אינעם קאמפיין צוליב סיבות איז איין זאך אבער אלץ פרעזידענט עלעקט איז עס א צווייטע מעשה

וועלן מיר זעהן אויב ער וועט

1) בעטן א ספעשיל פראסיקיוטער פאר הילערי
2) צורייסן די איראן דיעל
3) זיך ארויסצוען פון די קליימיט טשענדש דיעל
4) איינפירן וואדערבארדינג און נאך מער
5) לייגן זיין ביזנעס אין א בליינד טראסט

וואס נאך האט ער שוין געזאגט?

סראלי
שר ששת אלפים
תגובות: 6104
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 02, 2014 11:22 am
לאקאציע: אין די טריי סטעיט עריע

תגובהדורך סראלי » מיטוואך נובעמבער 23, 2016 12:27 am

מיט בענאן מימינו און פלין משמאלו מיט דזשעף סעשנס באמצע קוקט אויס ווי ער גייט אויף אן אגרעסיווער ראוט
ישראל אשר בך אתפאר

אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6846
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

תגובהדורך אויסגערעכנט » מיטוואך נובעמבער 23, 2016 2:42 pm

ווי אונז ווייסמער שוין היינט פון די פאריגע סעקעטערי אוו סטעיט דארף יעדע פאליטישאן האבן צוויי מיינונגען, איין אמתע און איינס פאר די גאס, גלייב איך אז געניג סענאטארן זענען קעגן וואטערבארדינג נאר לפנים און באמת שטיצן זיי עס יא, און עס מוז נישט זיין אז מען טוט דאס נישט היינט.

eller
שר חמשת אלפים
תגובות: 5498
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » מיטוואך נובעמבער 23, 2016 2:45 pm

אויסגערעכנט האט געשריבן:ווי אונז ווייסמער שוין היינט פון די פאריגע סעקעטערי אוו סטעיט דארף יעדע פאליטישאן האבן צוויי מיינונגען, איין אמתע און איינס פאר די גאס, גלייב איך אז געניג סענאטארן זענען קעגן וואטערבארדינג נאר לפנים און באמת שטיצן זיי עס יא, און עס מוז נישט זיין אז מען טוט דאס נישט היינט.

נישט אלע ריפאבליקאנער זענען פאר דעם ???
לויט מיין מיינונג זעה איך נישט וואס איז שלעכט מיט דעם !! אז אויב נאר דאס קען זיי מאכן רעדן האסט דאך נישט קיין ברירה ...
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
---
לאמיר זיין א חלק פון די טויזענטער אידן וואס דאנקן די באשעפער יעדן טאג מיטן זאגן די תפילת תודה


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: YandexBot, בארג, בלא בלא בלא, גולם פון וואשינגטאן, וימאןX3, ורחץ, כאפצעם, שבת פארטי און 30 געסט