משה כספי האט געשריבן:איך בין אביסל אומקלאר אין דשאסטיס רעפארם אקט אויב איינער ווייסט מער אין די נושא זאל ביטע אויסקלארען
לויט ווי איך ווייס איז דא צוויי בילס
1) די רופוליקאנער, זיי ווילן אז ווייט קאלאר קריים זאלן באקומען ווייניגער תפיסה, מער געלט שטראפען,
2) די דעמאקראטען, ווילן אז די מינעמאלע שטראף פאר דראג דילערס זאל אראפקומען, דהיינו יעצט איז דא א מינעמאלע שטראף פאר איינעם וואס די דשורי באשולדיקט, מיז דער דשאדש געבען למשל פאר 1 אוינס 10 יאר פאר 2 20 יאר וכד', טייטש אז דער דשאדש קען אים נישט ריינוואשען אדער געבן ווייניגער תפיסה ווייל ער האלט אז ער קען זיך אויסמענטשלען, צוליב די מינעמאלע געזעץ,
אשר על כן אזוי ווי יעצט איז געווען א רופוליקאנער האוז, זענען זיי געגאנגען און צוזאמגעשמאלצען די צוויי בילס כדי די רופוליקאנער זאלען מסכים זיין, אבער למעשה איז עס נישט דורעך
סאו אבאמא איז געגאנגען און אויסגעניצט זיין פארדאן כח און און אנאלירט אסאך דראג דילערס קאנוויקשענס,
אם כנים דברי, קומט אויס אז די רופוליקאנער זענען אסאך בעסער פאר יודן
אדרבה אויב בין איך מיר טועה ביטע קלארט מיר אויס
וייש"כ למפרע
מער אריינגעקוקט אין די נושא און געזעהן טאקע אז דאס איז עס!
די רופוליקאנער ווילן אז ווייט קאלאר קריים זאלן באקומען גרינגערע שטראפען, דהיינו = נישט צאלן טעקס, גנבענען פון די רעגירונג, באנק פראוד, וכד'
די דעמאקראטען ווילן אז פון די בלעק קאלאר קריים זאל אראפקומען די מינעמאלע שטראף און דער דשאדש זאל האבן מער רעכטען
די לינקע עליזעבעט ווארען איז ארויס בחרב ובחנית קעגן די רופוליקאנער ווייל עס קומט אויס אז טאמער וואל סטריט באנקיר'ס טוען פראוד גייען זיי באקומען ווייניגער תפיסה
(דעי צעדרייטע גייט נישט אאן אז דראג דילערס און מערדער זאלן גיין פריי, נאר די עיקר איז אקיופיי וואל סטריט, שוין דאס איז דאך די דעפעניציע פון א לינקער)
סאו השתא דאתינא להכא, איז פאר די אלע זאכן וואס יודען קענען חלילה אמאל דורעכפאלען (מיעוטן בגזל) זענען די רופוליקאנער אסאך בעסער
אשר על כן מיינע פריינד זייט נישט באזארגט די רופוליקאנער זענען אסאך בעסער פאר אונז, לאזט אייך נישט פארפירען פון די מידיע אז די רופוליקאנער זענען שטרענג!