טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

Waukesha
שר חמש מאות
תגובות: 727
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 03, 2018 12:31 pm
לאקאציע: Waukesha City, Waukesha County WI

תגובהדורך Waukesha » מיטוואך מאי 27, 2020 9:58 pm

איך גיי איבערשרייבען א השתלשות

טראמפ: עפעס
אנטי-טראמפ: אז טראמפ זאגט אזוי מוז זיין אז ס׳איז ליגענט.
פרא-טראמפ: אז טראמפ זאגט אזוי מוז זיין אז ס׳איז אמת.
אנטי-טראמפ: דאס וואס טראמפ זאגט איז ליגענט!!!
פרא-טראמפ: דאס וואס טראמפ זאגט איז אמת!!!
אנטי-טראמפ: שוין ווייטער זעט מען ווי א גרויסער ליגנער טראמפ איז
פרא-טראמפ: שוין ווייטער איז טראמפ גערעכט און די אנטי זענען נישט גערעכט.

ס׳איז נישט קיין נפק״מ צו די עפעס וואס טראמפ זאגט איז קרוב לודאי אמת, אדער קרוב לודאי ליגענט, די רעאקציע איז אלעמאל די זעלבע.

עיין ערך רושען קאלזישען, היידראקסיקלאראקווין, מעיל-אין בעללעטס, ועוד ועוד ועוד.

וואס טוט זיך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4977
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך וואס טוט זיך » מיטוואך מאי 27, 2020 10:02 pm

מענטש צווישן מענטשן האט געשריבן:די (טוויטער) דיקטירסט וואס איז אמת און וואס נישט, א "מין בחינה" פון די מידיא פון א דיקטאטארישע לענדל וואס נאר זיי קענען זאגן די נייעס, אזא מין בחינה איז מיט טוויטער אז זיי וועלן מיר זאגן וואס איז אמת און וואס נישט, ניין?

איך פרעג נאר

וואס הייסט. דו קענסט זיך אויך עפענען א נייעס סטאציע און באשליסען וואס איז ריכטיג. בכלל נישט קיין פארגלייך.

טוויטער טוט דיר נישט איינטיילן וואס איז אמת אדער נישט, זיי טוען איינטיילן וואס אויף זייער אייגענע פריוואטע פלאטפארמע זאל שטייען וואס איז אמת אדער נישט.
ביטע, אלע מיינע תגובות אינעם ראשעקהל פארמעסט אקעגן איינעם, זאל מען נישט נעמען פערזענליך, ס'איז נאר פאר די פאן אף איט.

eller
שר חמשת אלפים
תגובות: 5504
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך eller » דאנארשטאג מאי 28, 2020 11:37 am

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:אהן אריינגיין אין א דיבאטע צו טראמפ איז יא אדער נישט גערעכט געווען מיט זיין מעיל-אין בעילאוט קלעים, האט זיך טוויטער אריינגעלייגט אין בלאטע!

קודם כל שפיגלט עס נאר אפ זייער ראלע אין פאליטיק, און עס צייגט קלאר אז זיי ווערן מענאפאלירט דורך די מעינסטרעים מידיע לחץ, וועלכע שרייען שוין לאנג אז טוויטער נישט אינטער קיין שריט קעגן טראמפ ״קאנספעראציעס״ (ולאו דוקא טראמפ).

צווייטענס, ווען מ׳רעדט פון עפעס וואס קען אויף קיין שום פאל נישט האבן קיין קאנקריעט עוועדענס אויף נעגאטיוו, ומצד שני איז זייער עלול ס׳זאל יא אפירקומען פאזאטיוו באווייזן, אז מעיל-אין בעילאוטס ווערן געפעלשט, שטיי אוועק דערפון, און פעקט-טשעק נישט טראמפ. ווייל נאר דורכאויס די לעצטע 24 שעה איז אריינגעקומען אנע שיעור ביישפילן, אריינגערעכנט א סקאנדאל אין טעקסעס, ווי די שווינדלעריי איז אפגעכאפט אויף וידיאו.. אזוי אויך איז אפירגעקומען א ווידיאו ווי דזשערי נאדלער קאמפלעינט אז ער פערזענדליך האט געהאט א שלעכטע ערפארונג מיט אזאנע בעלאטס.

מיט די נעכטיגע פעקט-טשעק לעבל אויף טראמפ׳ס טוויט, אויב וואלטן זיי עס געטאן 3 יאר צוריק, וואלטן זיי יעצט געברויך אראפנעמען אזאנע פאקט-פארדרייטע לעבלס פון אלע טראמפ׳ס טוויטס ווי ער באשילדיגט די אבאמא אדמיניסטראציע מיטן שפיאנירן אויף זיין קאמפיין. ווייל די פאקטן, וואס ווערט רוב מאל צוגעשטעלט דורך די פעיק נוז, שטעלט זיך געווענדליך ארויס צו זיין שקר וכזב.

אין אנדערע ווערטער, טוויטער האט געמאכט א טעריבל באשלוס וואס קען זיי קאסן זייער גאנצע רעפוטאציע.

אוואו איז די לייק באטן ???
אזוי גוט ארויסצושרייבן די פשוט פאקט.כ'ווייס נאר נישט וויאזוי מ'קען טראכטן אנדערש ?
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
---
לאמיר זיין א חלק פון די טויזענטער אידן וואס דאנקן די באשעפער יעדן טאג מיטן זאגן די תפילת תודה

וואס טוט זיך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4977
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך וואס טוט זיך » דאנארשטאג מאי 28, 2020 11:54 am

אוודאי, דעיס וויל טראמפ. אז מ'זאל נישט טראכטן אנדערש ווי ער וויל, און אויב די מידיע מאכט אז מ'זאל יא טראכטן אנדערש, גייט מען זיי צענזורירן!!!
ביטע, אלע מיינע תגובות אינעם ראשעקהל פארמעסט אקעגן איינעם, זאל מען נישט נעמען פערזענליך, ס'איז נאר פאר די פאן אף איט.

מטעמים
שר שבעת אלפים
תגובות: 7034
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך מטעמים » דאנארשטאג מאי 28, 2020 12:31 pm

גיוו מי עי ברעיק, מען קען בלעימען טראמפ וויפיעל מען וויל אבער מערסטענס נייעס איבער אים איז נעגאטיוו און אים נישט צו פארגינען מיט זיין איינציגסטע פלאטפארם ווייזט אויף ווי אינטימיטעידאד די דעמאקראטישע פארטיי איז מיט אים.
וואוטס פאר פעיק מיט אסדר פאר ראשי קהלה! עס איז די ריכטיגע טיעם ארויף צו ברענגען אייוועלט צו די קומענדיגע שטאפעל פון סוקסעס!

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 12041
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך כאפצעם » מוצ"ש מאי 30, 2020 11:18 pm

ווער געדענקט נאך קאנדידאט טראמפ אין 2016: לאו ענד ארדער! אמעריקא גרעיט עגעין! זשאבס בעק!

פעסט פארווערד.. 2020... רבונו של עולם!! א ביטער געלעכטער ווי אין די אדמה מען האלט. הינדערט טויזענט טויטע, פאליציי מערדערייען בתוקפו, לאנד איז אפסייד דאון מיט ראיאטן, 40 מיליאן זשאבס פאףףף וכו' וכו' נעבאך נעבאך.

לאמיר אלע זינגען צוזאמען די 2020 טראמפ סלאגאן: קיעפ אמעריקא גרעיט...

zugurnish
שר האלף
תגובות: 1280
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך zugurnish » מוצ"ש מאי 30, 2020 11:22 pm

איך האב ניט ליב אריינמישען אין די דעבאטעס וועגן טראמפ
אבער עס איז זייער נאריש - נאך א מגיפה וואס האט געפלאגט די גאנצע וועלט ברענגן אזעלכע פאקטען.

פרוכט בוים
שר מאה
תגובות: 216
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 06, 2013 4:38 pm

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך פרוכט בוים » מוצ"ש מאי 30, 2020 11:33 pm

כאפצעם האט געשריבן:ווער געדענקט נאך קאנדידאט טראמפ אין 2016: לאו ענד ארדער! אמעריקא גרעיט עגעין! זשאבס בעק!

פעסט פארווערד.. 2020... רבונו של עולם!! א ביטער געלעכטער ווי אין די אדמה מען האלט. הינדערט טויזענט טויטע, פאליציי מערדערייען בתוקפו, לאנד איז אפסייד דאון מיט ראיאטן, 40 מיליאן זשאבס פאףףף וכו' וכו' נעבאך נעבאך.

לאמיר אלע זינגען צוזאמען די 2020 טראמפ סלאגאן: קיעפ אמעריקא גרעיט...

ער האט געוויזן אז ווי מען קען טוהן השתדלות און עס איז דא א בחירה איז ער געווען סוקסעספול ביז אתא הקב'ה ושחט את

מטעמים
שר שבעת אלפים
תגובות: 7034
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך מטעמים » מוצ"ש מאי 30, 2020 11:41 pm

כאטש איינער איז פרייליך מיט די מצב
וואוטס פאר פעיק מיט אסדר פאר ראשי קהלה! עס איז די ריכטיגע טיעם ארויף צו ברענגען אייוועלט צו די קומענדיגע שטאפעל פון סוקסעס!

וואס טוט זיך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4977
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך וואס טוט זיך » מוצ"ש מאי 30, 2020 11:41 pm

כאפצעם האט געשריבן:ווער געדענקט נאך קאנדידאט טראמפ אין 2016: לאו ענד ארדער! אמעריקא גרעיט עגעין! זשאבס בעק!

פעסט פארווערד.. 2020... רבונו של עולם!! א ביטער געלעכטער ווי אין די אדמה מען האלט. הינדערט טויזענט טויטע, פאליציי מערדערייען בתוקפו, לאנד איז אפסייד דאון מיט ראיאטן, 40 מיליאן זשאבס פאףףף וכו' וכו' נעבאך נעבאך.

לאמיר אלע זינגען צוזאמען די 2020 טראמפ סלאגאן: קיעפ אמעריקא גרעיט...

חחחחחחחח
כ'האלט אויך נישט פון טראמפ, אבער דאס איז נאנ-סענס, די מגיפה האט טראמפ נישט געברענגט און טראמפ האט גארנישט געקענט טוען צו סטאפן די זשאב לאסס, וואס איז געווען זייער גוט ביז דעמאלטס.
און די מערדער אונטערן געזעצהיטער שלייער, האט אויך גארנישט געהאט מיט אים. סאו די ראיאטן איבער לאנד האט אויך גארנישט מיט אים.
ביטע, אלע מיינע תגובות אינעם ראשעקהל פארמעסט אקעגן איינעם, זאל מען נישט נעמען פערזענליך, ס'איז נאר פאר די פאן אף איט.

אוועטאר
וואס עפעס?
שר האלף
תגובות: 1750
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך וואס עפעס? » מוצ"ש מאי 30, 2020 11:45 pm

כאפצעם האט געשריבן:ווער געדענקט נאך קאנדידאט טראמפ אין 2016: לאו ענד ארדער! אמעריקא גרעיט עגעין! זשאבס בעק!

פעסט פארווערד.. 2020... רבונו של עולם!! א ביטער געלעכטער ווי אין די אדמה מען האלט. הינדערט טויזענט טויטע, פאליציי מערדערייען בתוקפו, לאנד איז אפסייד דאון מיט ראיאטן, 40 מיליאן זשאבס פאףףף וכו' וכו' נעבאך נעבאך.

לאמיר אלע זינגען צוזאמען די 2020 טראמפ סלאגאן: קיעפ אמעריקא גרעיט...


נאכן ליינען דיין תגובה איז שוין פארענטפערט וויאזוי די צוויי בהמות בלאזערא און קומא פירן דאס מענטשהייט אין אדמה אריין בלינדערהייט

ווען מען האט א קלארע וויזיע און אזא תעבה אז טראמפ זאל פארלירן איז מען שוין מסכים צע באגראבן אינאיינוועגס דאס פאלק

שכוח @כאפצעם פארן אריינקומען מיט אזעלכע דברים של טעם
[Life is hard stupid people make it even harder
Credit: Donald Trump Jr



געבט אייער שטימע - זענט איר צופרידן אז קעמפ איז געשלאסן ?


אייער שטימע קען ארויסהעלפן טויזענטע היימישע עלטערן !!
ליינט דא האראויפשטעלענדע עפיזאד איבער קעמפס

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 13243
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך צל עובר » זונטאג מאי 31, 2020 12:25 am

zugurnish האט געשריבן:איך האב ניט ליב אריינמישען אין די דעבאטעס וועגן טראמפ
אבער עס איז זייער נאריש - נאך א מגיפה וואס האט געפלאגט די גאנצע וועלט ברענגן אזעלכע פאקטען.

משאכ נעמען קרעדיט פאר 11 יאר שפע?
Goodmorning האט געשריבן:ער ווייסט נישט וואס עס באדייט א העכערע ציל ווי איך. מיך. זיך. מיין געפיל. מיין כבוד. און מיין וואולזיין.

Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 12041
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך כאפצעם » זונטאג מאי 31, 2020 12:47 am

וואס טוט זיך האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:ווער געדענקט נאך קאנדידאט טראמפ אין 2016: לאו ענד ארדער! אמעריקא גרעיט עגעין! זשאבס בעק!

פעסט פארווערד.. 2020... רבונו של עולם!! א ביטער געלעכטער ווי אין די אדמה מען האלט. הינדערט טויזענט טויטע, פאליציי מערדערייען בתוקפו, לאנד איז אפסייד דאון מיט ראיאטן, 40 מיליאן זשאבס פאףףף וכו' וכו' נעבאך נעבאך.

לאמיר אלע זינגען צוזאמען די 2020 טראמפ סלאגאן: קיעפ אמעריקא גרעיט...

די מגיפה האט טראמפ נישט געברענגט און טראמפ האט גארנישט געקענט טוען צו סטאפן די זשאב לאסס, וואס איז געווען זייער גוט ביז דעמאלטס.
און די מערדער אונטערן געזעצהיטער שלייער, האט אויך גארנישט געהאט מיט אים. סאו די ראיאטן איבער לאנד האט אויך גארנישט מיט אים.

כ'ווייס נישט וואס, אבער ווען כ'קוק מיר ארום אויף אונזערע שכינים און כ'זעה קאנאדע מיט אן %8 זשאב פארלוסט, מעקסיקא מיט אן %2 זשאב לאך, און אונז דער גרויסער פארגעשריטענער אמעריקא מיט א נישמערנישווייניגער %14 זשאב גליטש האביך נישט קיינעם וועם צו בלעימען נאר אונזערע פירער.

ווען ביי מיר קלינגט נאך זיין קאנווענשאן רעדע "לאו ענד ארדער עגעין" און כ'טרעף זיך מיט אן איבערגעדרייט לאנד וואס מהאט שוין נישט געזעהן 30 יאר, האביך נישט קיינעם וועם צו בלעימען נאר אונזער סופאוזד פירער.

נעם דיר דאס אריין אין קאפ איינמאל פאר אלעמאל: איטס אלל עבאוט לידערשיפ!

וואס טוט זיך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4977
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך וואס טוט זיך » זונטאג מאי 31, 2020 12:59 am

כאפצעם האט געשריבן:
וואס טוט זיך האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:ווער געדענקט נאך קאנדידאט טראמפ אין 2016: לאו ענד ארדער! אמעריקא גרעיט עגעין! זשאבס בעק!

פעסט פארווערד.. 2020... רבונו של עולם!! א ביטער געלעכטער ווי אין די אדמה מען האלט. הינדערט טויזענט טויטע, פאליציי מערדערייען בתוקפו, לאנד איז אפסייד דאון מיט ראיאטן, 40 מיליאן זשאבס פאףףף וכו' וכו' נעבאך נעבאך.

לאמיר אלע זינגען צוזאמען די 2020 טראמפ סלאגאן: קיעפ אמעריקא גרעיט...

די מגיפה האט טראמפ נישט געברענגט און טראמפ האט גארנישט געקענט טוען צו סטאפן די זשאב לאסס, וואס איז געווען זייער גוט ביז דעמאלטס.
און די מערדער אונטערן געזעצהיטער שלייער, האט אויך גארנישט געהאט מיט אים. סאו די ראיאטן איבער לאנד האט אויך גארנישט מיט אים.

כ'ווייס נישט וואס, אבער ווען כ'קוק מיר ארום אויף אונזערע שכינים און כ'זעה קאנאדע מיט אן %8 זשאב פארלוסט, מעקסיקא מיט אן %2 זשאב לאך, און אונז דער גרויסער פארגעשריטענער אמעריקא מיט א נישמערנישווייניגער %14 זשאב גליטש האביך נישט קיינעם וועם צו בלעימען נאר אונזערע פירער.

ווען ביי מיר קלינגט נאך זיין קאנווענשאן רעדע "לאו ענד ארדער עגעין" און כ'טרעף זיך מיט אן איבערגעדרייט לאנד וואס מהאט שוין נישט געזעהן 30 יאר, האביך נישט קיינעם וועם צו בלעימען נאר אונזער סופאוזד פירער.

נעם דיר דאס אריין אין קאפ איינמאל פאר אלעמאל: איטס אלל עבאוט לידערשיפ!

און נעם דיר דאס אריין אין קאפ: נישט אייביג קען מען בלעימען די לידערשיפ.
דיין טענות וואלט געמאכט סענס אויב טראמפ איז עפעס שולדיג געווען אינעם מגיפה. דאס איז נישט געווען א עקאנאמישע קראך וואס מען קען בלעימען די פרעזידענט, דאס איז געווען אן אומגעראכטענע מגיפה.
ווען טראמפ וואלט ווען געווען עפעס שולדיג אין וואס א מינאסאטע פאליציאנט/מערדער האט געטוען וואלסטו גערעכט געווען, ער איז אבער נישט געווען שולדיג. און וועגן דעם איז ער אויך נישט שולדיג אין די ראיאטען, און ביזדערווייל טוט ער נישט עפעס וואס מ'קען זאגן אז ער פארנאכלעסיגט אין פירער'שאפט.
ביטע, אלע מיינע תגובות אינעם ראשעקהל פארמעסט אקעגן איינעם, זאל מען נישט נעמען פערזענליך, ס'איז נאר פאר די פאן אף איט.

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 12041
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך כאפצעם » זונטאג מאי 31, 2020 1:19 am

דו כאפסט נאך אלץ נישט. קיינער זאגט נישט ער האט געארבייט אינעם וואהאן לעב און אהערגעליפערט דעם ווירוס אדער אונטערגעשיקט דעם אפיציר דערשטיקן דעם טונקעלהויטיגער. ניין. אבער די הויפט ארבייט פון א פירער איז צו הענדלען קריזיסן, נישט זיינע! און דאס האט ער געפעילד.

נישט רעספאנדן גענוג פריה צום ווירוס, איגנארירן די ווארענונגען, זאגן דעם עולם אלעס איז אנדער קאנטראל (דיסאפערינג לייק עי מירעקעל..), אריינלאזן 40 טויזענט מענטשן פון וואהאן שוין נאך די מאסן פארשפרייטונג, דאס נישט אדרעסירן ווי א נארמאלע מענטש דאס לאנד איבערן שרעקליכן פאליציי מארד, דאס אויפפלאקערן נאך מער די געמיטער מיט רייצערישע טוויטס, וכו' וכו'

דאס אלעס איז איין לאנגע קייט פון פעילד לידערשיפ, פון וואס די ענד רעזולט איז א טאטאל ציקוליטשט לאנד אין יעדן אפעקט ; געזונט, עקאנאמיש, ראסע, גוואלדטאטן אא"וו

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 13243
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך צל עובר » זונטאג מאי 31, 2020 1:21 am

אויב איז דער ראקעט לאנטש זיין קרעדיט, איז די מעשי רציחה פון דעם פאליציאנט, "און" די מעשי פרעות דורך די פראטעסטירער פון פארשידענע קאלירן, זיין שולד.
Goodmorning האט געשריבן:ער ווייסט נישט וואס עס באדייט א העכערע ציל ווי איך. מיך. זיך. מיין געפיל. מיין כבוד. און מיין וואולזיין.

Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

מטעמים
שר שבעת אלפים
תגובות: 7034
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך מטעמים » זונטאג מאי 31, 2020 3:17 am

א שמועס איבער טראמפס דורעכפעלער איז זייער אין פלאץ, אבער ווען איך טראכט איבער וואס די אנדערע אפשען איז דאן לויף איך גראד צוריק צו טראמפ.

ביידען איז א נועם המידות אבער א אלטע אויסגעוועפטע זיידע טראמפ איז א בולי אבער פריש ווי א יונגערמאן.
וואוטס פאר פעיק מיט אסדר פאר ראשי קהלה! עס איז די ריכטיגע טיעם ארויף צו ברענגען אייוועלט צו די קומענדיגע שטאפעל פון סוקסעס!

דממה דקה
שר האלפיים
תגובות: 2885
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך דממה דקה » זונטאג מאי 31, 2020 3:26 am

יא, ער איז א מעכטיגע בולי...

Shuli
שר חמישים ומאתים
תגובות: 286
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 2:23 pm

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך Shuli » זונטאג מאי 31, 2020 3:31 am

כאפצעם האט געשריבן:כ'ווייס נישט וואס, אבער ווען כ'קוק מיר ארום אויף אונזערע שכינים און כ'זעה קאנאדע מיט אן %8 זשאב פארלוסט, מעקסיקא מיט אן %2 זשאב לאך, און אונז דער גרויסער פארגעשריטענער אמעריקא מיט א נישמערנישווייניגער %14 זשאב גליטש

אלעס ווענט זיך וויפיל מען צאלט פאר נישט ארבעטען

אידער איז דא פארן דולער

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שבעת אלפים
תגובות: 7203
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » זונטאג מאי 31, 2020 3:40 am

א גוטע וואך און א געזינטן זוממער, מיר ווילן בעטן אלע חשובע חבירים פונעם ווידערשטאנד חבריה זאלן מוחל זיין און זיך ווידער מסדר זיין אינעם רעזיסטענט אשכול. דארט קענט איר מיט א רואיגקייט פארפירן און בלעימען טראמפ אויף אלעם, אנגעהויבן פון די פרייזן אויף מצות ביז ארויסגעווארפענע ישיבה בחורים. אין יענע אשכול מעג מען אינטערצינדן פאליס קאר׳ס, וואנדעלעזירן און באראבעוו׳ן געשעפטן.. טראמפ איז סייווי שילדיג, און בכלל וועט קאנגרעס עניוועי אדורכשטופן א 345 טרילאן דאלער׳דיגן בעילאוט. דעם אשכול לאזט ביטע איבער פאר די משוגעים וועלכע גייען מיטן קאפ אין וואנט.

יישר כח פון פאראויס.
בלעק לייווס מערדער.

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר ששת אלפים
תגובות: 6562
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אינדערהיים ביים דעסק

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » זונטאג מאי 31, 2020 3:43 am

א שמייכל אינמיטן נאכט

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 13243
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך צל עובר » זונטאג מאי 31, 2020 6:11 am

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:א גוטע וואך און א געזינטן זוממער, מיר ווילן בעטן אלע חשובע חבירים פונעם ווידערשטאנד חבריה זאלן מוחל זיין און זיך ווידער מסדר זיין אינעם רעזיסטענט אשכול. דארט קענט איר מיט א רואיגקייט פארפירן און בלעימען טראמפ אויף אלעם, אנגעהויבן פון די פרייזן אויף מצות ביז ארויסגעווארפענע ישיבה בחורים. אין יענע אשכול מעג מען אינטערצינדן פאליס קאר׳ס, וואנדעלעזירן און באראבעוו׳ן געשעפטן.. טראמפ איז סייווי שילדיג, און בכלל וועט קאנגרעס עניוועי אדורכשטופן א 345 טרילאן דאלער׳דיגן בעילאוט. דעם אשכול לאזט ביטע איבער פאר די משוגעים וועלכע גייען מיטן קאפ אין וואנט.

יישר כח פון פאראויס.

אילו זכינו, אז נאר אנטי'ס וואלטן דארט געשריבן אין די פוירסט פלעיס, ודל.

וואלט טאקע געווען פאסיג צו בעטן אז דא זאל מען בלויז שרייבן חסידות..
Goodmorning האט געשריבן:ער ווייסט נישט וואס עס באדייט א העכערע ציל ווי איך. מיך. זיך. מיין געפיל. מיין כבוד. און מיין וואולזיין.

Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 12041
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך כאפצעם » זונטאג מאי 31, 2020 9:27 am

צל עובר האט געשריבן:אויב איז דער ראקעט לאנטש זיין קרעדיט, איז די מעשי רציחה פון דעם פאליציאנט, "און" די מעשי פרעות דורך די פראטעסטירער פון פארשידענע קאלירן, זיין שולד.

אזוי אויך זענען די זעלבע ביזי אז קאומי אדער דעבלאזיא זענען שולדיג פאר די ראיאטן דאהי, ראיאטן וואס זענען א חלק פון גאנצן לאנד.. אבער דער פרעזידענט פון לאנד (איי עלאון קען פיקס איט) איז סאמהאו אינוויזעבל, ער נעבאך, וואס קען ער שוין טוהן, אומשולדיג שעפעלע..

Belz123
שר חמישים ומאתים
תגובות: 427
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 05, 2017 1:52 pm

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך Belz123 » זונטאג מאי 31, 2020 9:40 am

כאפצעם האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:אויב איז דער ראקעט לאנטש זיין קרעדיט, איז די מעשי רציחה פון דעם פאליציאנט, "און" די מעשי פרעות דורך די פראטעסטירער פון פארשידענע קאלירן, זיין שולד.

אזוי אויך זענען די זעלבע ביזי אז קאומי אדער דעבלאזיא זענען שולדיג פאר די ראיאטן דאהי, ראיאטן וואס זענען א חלק פון גאנצן לאנד.. אבער דער פרעזידענט פון לאנד (איי עלאון קען פיקס איט) איז סאמהאו אינוויזעבל, ער נעבאך, וואס קען ער שוין טוהן, אומשולדיג שעפעלע..


Do you see riots in republican states

Just asking

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 12041
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך כאפצעם » זונטאג מאי 31, 2020 9:43 am

יא


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: דאך שאצער, כאפצעם, ס׳וועט זיין בעסער, קלאצער און 37 געסט