טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

בוידעם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5566
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

תגובהדורך בוידעם » פרייטאג מארטש 01, 2019 4:52 pm

צל עובר האט געשריבן:ניקסאן מיט קלינטאן זענען געווען אין צווייטן טערמין.

חוץ מזה, טראמפ'ס סאפורט איז אסאך הארטער ווי נארמאל.

ניקסאן'ס עולות זענען געווען אומבאוואוסט על פי רוב, טראמפ טוט קריים'ס לעיני השמש. נישט דא כמעט וואס עס קען זיך טוישן.

מען קען טאקע אימפיעטשן טראמפ אין קאנגרעס, און אסאך דעמאקראטן זאגן אז ער האט געטון איבער גענוג מען זאל אים אימפיעטשן, נאר ווי איינער פון זיי האט היינט מסביר געווען, אימפיעטשמענט איז ווי א אינדייטמענט, א פראסעקיוטער וועט נישט אינדייטן ווען ער ווייסט אז די דזשורי - דהיינו סענאט - האלט נישט ביים קאנוויקטן.

איז נישט מעגליך צו אימפיעטשן האבעך געמיינט צו שרייבן רעמאוון פון אפיס, אימפיעטשן קען מען אים מארגן כאילו לא הי'.

עס איז אנגענומען - הגם מעגליך אז עס א מייט - אז די קלינטאן אימפיעטשמענט האט געשאדט פאר די רעפאבליקאנער. סוי די דעמאקראטן ווילן דאס נישט נאכמאכן. דאס איז א ענטפער סיי אויף די קליטאן פוינט, סיי אויף פארוואס טראמפ נישט.

וואס וואלט יא בארעכטיגט אימפיעטשמענט לשיטתך ביי זיין באזע? ער האלט אז אפילו שיסן א מענטש אויף 5ט עוועניו נישט. מיין באר איז אביסל נידעריגער. וואס האלטסטו?

--------------------------

און איך זאג דיר נאכאמאל, נישט קיין חילוק וואס עס וועט ארויסקומען אויף טראמפ, אויב וועט זיין די מצב אז מען קען אים רעמאוון דורך דעם סענאט, וועט אים פעלאוסי נישט אימפיעטשן ווילאנג זי האט די ברירה. מען האט נאך קיינמאל נישט אימפיעטש א פרעזידענט וואס האט נאך געקענט ריזענבלי לויפן.

מען האט אימפיעטש ענדרו דזשאנסאן, וואס איז געווען דער דעמאקראטישער וויצע פרעזידענט פון לינקאלן וועלכער האט נישט געקענט האבן די נאמיני פון עני פארטיי. ביל קלינטאן, וועלכער איז געווען אין צווייטן טערמין. און געמאכט ריזיינען ניקסאן, וועלכער איז געווען אין צווייטן טערמין.


זייער א שיינע פשעטל, מען קען עס אבער גענצליך אפרעגן, דעיר-פאור, מיין זאגן אז אויב וואלטן די אלע באמשעלס געווען אפילו א פערטל אמת, וואלט ער שוין לאאאאנג געווען אינדרויסן פון אפיס, קוואליפייט מיר נאכנישט צו טראגן דעם טיטל פערד.

גוט שבת.
וע"ז באתי על החותם, פה אייוועלט. הק'............

אוועטאר
פעיק נוז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4724
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » זונטאג מארטש 03, 2019 5:49 pm

פרעזידענט טראמפ האט נעכטן געגעבן א גאר אויפגעהייטערטע רעדע ביי דער קאנסערוואטיווער "סיפּעק" קאנווענשאן, וואו ער האט צווישן אנדערן שארף אראפגעריסן די מוללער אויספארשונג, זאגנדיג אז די יוסטיץ דעפארטמענט פרובירט אים אראפצוברענגען דורך שטותים.

טראמפ איז ארויסגעקומען צו הילכיגע אפלאדיסמענטן פון די פארזאמלטע, און האט ארומגעהאלדזט אן אמעריקאנער פאן נעבן דעם פאדיום. אין לויף פון דער רעדע האט ער אדרעסירט פילע אישוס, רעדנדיג געשמאק און לויז פאר צוויי שעה, וואס דאס איז די לענגסטע רעדע זינט זיין איינשווערונג.

צווישן אנדערן האט ער אראפגעריסן דעם ליבעראלן "גרין ניו דיעל" פלאן און דעם "מעדיקעיר פאר יעדן" פלאן. רעדנדיג פון עטליכע אויסערן פאליטיק אישוס, האט ער געשיקט א ווארענונג פאר צפון קארעא, אז זיי האבן נישט קיין עקאנאמישן צוקונפט, אויב זיי וועלן ווייטער אנהאלטן זייערע נוקלעארע וואפנס.

אוועטאר
להגדיל שמו
שר האלפיים
תגובות: 2020
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אין פלאץ

תגובהדורך להגדיל שמו » זונטאג מארטש 03, 2019 7:45 pm

פעיק נוז האט געשריבן: רעדנדיג געשמאק און לויז פאר צוויי שעה, וואס דאס איז די לענגסטע רעדע זינט זיין איינשווערונג.

נישט נאר זינט זיין פרעזעדענטסי, נאר זאגער ער האט געבראכען די רעקארד מיט די לענגסטע דרשה פון א סיטינג פרעזידענט.
אויב האב איך עפעס געטיען wראנג ברבים מוסר מיך דארט, שיק מיך נישט אין אישי

אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3173
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

תגובהדורך שמאטע » זונטאג מארטש 03, 2019 8:08 pm

להגדיל שמו האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן: רעדנדיג געשמאק און לויז פאר צוויי שעה, וואס דאס איז די לענגסטע רעדע זינט זיין איינשווערונג.

נישט נאר זינט זיין פרעזעדענטסי, נאר זאגער ער האט געבראכען די רעקארד מיט די לענגסטע דרשה פון א סיטינג פרעזידענט.

לויט די בילדער זעהט אויס ווי ער שטייט....
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.

אוועטאר
להגדיל שמו
שר האלפיים
תגובות: 2020
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אין פלאץ

תגובהדורך להגדיל שמו » זונטאג מארטש 03, 2019 8:09 pm

שמאטע האט געשריבן:
להגדיל שמו האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן: רעדנדיג געשמאק און לויז פאר צוויי שעה, וואס דאס איז די לענגסטע רעדע זינט זיין איינשווערונג.

נישט נאר זינט זיין פרעזעדענטסי, נאר זאגער ער האט געבראכען די רעקארד מיט די לענגסטע דרשה פון א סיטינג פרעזידענט.

לויט די בילדער זעהט אויס ווי ער שטייט....

פעיק ניוז...
אויב האב איך עפעס געטיען wראנג ברבים מוסר מיך דארט, שיק מיך נישט אין אישי

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר האלפיים
תגובות: 2868
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » זונטאג מארטש 03, 2019 10:53 pm

פעיק נוז האט געשריבן:פרעזידענט טראמפ האט נעכטן געגעבן א גאר אויפגעהייטערטע רעדע ביי דער קאנסערוואטיווער "סיפּעק" קאנווענשאן, וואו ער האט צווישן אנדערן שארף אראפגעריסן די מוללער אויספארשונג, זאגנדיג אז די יוסטיץ דעפארטמענט פרובירט אים אראפצוברענגען דורך שטותים.

טראמפ איז ארויסגעקומען צו הילכיגע אפלאדיסמענטן פון די פארזאמלטע, און האט ארומגעהאלדזט אן אמעריקאנער פאן נעבן דעם פאדיום. אין לויף פון דער רעדע האט ער אדרעסירט פילע אישוס, רעדנדיג געשמאק און לויז פאר צוויי שעה, וואס דאס איז די לענגסטע רעדע זינט זיין איינשווערונג.

צווישן אנדערן האט ער אראפגעריסן דעם ליבעראלן "גרין ניו דיעל" פלאן און דעם "מעדיקעיר פאר יעדן" פלאן. רעדנדיג פון עטליכע אויסערן פאליטיק אישוס, האט ער געשיקט א ווארענונג פאר צפון קארעא, אז זיי האבן נישט קיין עקאנאמישן צוקונפט, אויב זיי וועלן ווייטער אנהאלטן זייערע נוקלעארע וואפנס.


נאך עטליכע אינטערסאנטע אנעקדאטן פון די טראמפ רעדע דארטן ביי די קאנסערוועטיווע קאנווענשאן:

1) אז ער גייט אונטערשרייבן אן עקזעקיוטיוו ארדער אז קאלעדזשעס און יוניווערסיטי'ס מוזן לאזן די סטודענטן ארויסרעדן וואס זיי ווילן "פרידאם אוו ספיטש" אויב זיי ווילן באקומען פון די פעדעראלע רעגירונג'ס געלטער.

דאס קומט נאכדעם וואס א ווידעא איז געווארן פארשפרייט ווי א קאנסערוואטיווע אקטיוויסט און סטודענט העידען וויליאמס איז געווארן צושלאגן אין פנים אין א קאליפארניע יוניווערסיטי קאמפוס.

2) ער האט אראפגעריסן סעשענס נאכמאכנדיג זיין אקצענט ווי ער זאגט אז ער גייט זיך ריקיוזען פון די מוללער אינוועסטיגעשן.
צווישן אנדערע האט ער געזאגט אז ער האט געזיכט מידיע קאווערידש און געוואלט אויפהייטערן די עולם ווען ער האט אין פובליק געבעטן רוסלאנד זאל העקן די קלינטאן אימעיל.
דראפבאקס

3) ער האט קורא שם געווען די האוז אינטעליגענץ קאמיטי טשעירמען אדאם שיף, מיטן נאמען "שיפטי שיף" (אין אידישע איבערזעצונג: פאלשע שיף) און איהם אראפגעריסן זאגנדיג:
"יעצט ווען ס'שטעלט זיך קלאר ארויס אז ס'נישט געווען קיין קאלושען, האבן די דעמאקראטען באשלאסן אויסצופארשן יעדע דיעל וואס איך האב נאר אמאל געמאכט, זיי זענען קראנק! איך האב געזעהן ווי שיפטי שיף האט געזאגט ביי א מיטינג אז ער גייט אויספארשן טראמפ'ס פינאנצען" וואסע געשעהן מיט די רוסישע אויספארשונג פון וואס ער פלעגט אייביג רעדן??...!"


4) ער האט פארטיידיגט די עמערזשענסי דעקלעראציע, זאגנדיג אז אסאך עמערזשענסיס זענען שוין דערקלערט געווארן צו באשיצן מענטשן אין אנדערע לענדער, יעצט איז פיינעלי געקומען די צייט צו באשיצן אונזערע מענטשן אין אונזער לאנד!
ער זאגט אז אסאך מענטשן רעדן פון פרעצעדענט און אז די דעמאקראטען וועלן עס נוצן פאר זייערע פאליסיס ווי למשל גאן קאנטראל און קליימעט טשעינדזש, כ'האב פאר ענק נייעס, זיי גייען עס עניוועי טוהן.!! די איינציגסטע עצה דערצו איז איהם אריינצווואוטן נאכאמאל...
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
פעיק נוז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4724
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מאנטאג מארטש 04, 2019 12:08 am

משה כספי האט געשריבן: טשיינע טוט ווייטער וואס זיי ווילן און פירן אָן קאלעדזשעס און אינסטעטוציעס צו שטיצן זייער קאמיניסטישע געדאנקען און מען דילעיד טאריפן צוליב אזויגערופענע "פראגרעס" אין טאלקס... וכו' וכו' וכו'

דו האסט עני סיבה צו טראכטן אז די טאלקס פירן אין ערגעץ נישט?

אוועטאר
פעיק נוז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4724
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מאנטאג מארטש 04, 2019 12:10 am

צל עובר האט געשריבן:
שטארקע חיזוק אז @משה כספי איז אריבערגעקומען צו די אנטי. נאכדערצו נאכן פארלירן @בוידעם.

@כספי איז נישט אריבערגעקומען צו די אנטי, ער פשוט מער טראמפ ווי טראמפ אליין, און ער האט טענות אויף טראמפ פארן נישט זיין גענוג טראמפ.

אוועטאר
צל עובר
שר תשעת אלפים
תגובות: 9129
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג מארטש 04, 2019 12:11 am

און פארוואס איז @בוידעם ארגינעל געווען אנטי?

ווייל ער האט געהאלטן אז ער איז א פעיק, יעצט האלט ער אז טראמפ מיינט עס עכט.

און די פליפסייד מיט @משה כספי.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

וואו ליגט מיין תגובה בנוגע די די קראך אויף די לבנה?

אוועטאר
פעיק נוז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4724
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מאנטאג מארטש 04, 2019 12:20 am

נאופ! נישט וועגן דעם איז @בוידעם געווען אנטי, נאר וועגן זיין פערזענליכקייט, אזוי ווי אסאך אנדערע, און ער איז געווארן פרא וועגן פאליסי.
משא"כ כספי איז געווען פרא אלס פאליסי, אזוי ווי אסאך אנדערע, און יעצט איז ער אויך ברוגז וועגן פאליסי.

אוועטאר
צל עובר
שר תשעת אלפים
תגובות: 9129
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג מארטש 04, 2019 12:27 am

סוי בוידעם האט נישט געוואוסט יעמאלט אז טראמפ זאגט די פאליסי וואס ער טוט יעצט? ניין. ער האט יא געוואוסט.

סוי בוידעם האלט יעצט אנדערש איבער טראמפ'ס פערסענאליטי? ניין. ער האלט נאר ווי אסאך אידן דא, אז עס לוינט זיך פאר די ארבעט.

נאר וואס דען? וואס האט זיך געטוישט?

די תירוץ איז...

צל עובר האט געשריבן:און פארוואס איז @בוידעם ארגינעל געווען אנטי?

ווייל ער האט געהאלטן אז ער איז א פעיק, יעצט האלט ער אז טראמפ מיינט עס עכט.

און די פליפסייד מיט @משה כספי.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

וואו ליגט מיין תגובה בנוגע די די קראך אויף די לבנה?

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5697
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מאנטאג מארטש 04, 2019 12:29 am

צל עובר האט געשריבן:און פארוואס איז @בוידעם ארגינעל געווען אנטי?

ווייל ער האט געהאלטן אז ער איז א פעיק, יעצט האלט ער אז טראמפ מיינט עס עכט.

און די פליפסייד מיט @משה כספי.


אויב כספי האט עקספעקטעט פון טראמפ אויפצוטאן מער ווי עני אנדערע געוועזענע פרעזידענט, איז ער געווען א פערד (קרעדיט צל) פארן אים שטיצן פון די פירסט פלעיס.

טראמפ קלעטערט זיך מיט די פארקריפעלטע וואשינגטאן ווי עני וואן עלס. ער האט נישט געשניטן דעם דעפעציט?.. אה, די האסט עס עקספעקטעט?

געשטיצט האמער אים פאר אנדערע סיבות, און דאס איז געווען ווייל אין יעדע פענסי האטעל מיז פון צייט צו צייט אריינקומען א חזר וואס זאל קלינען די גארבידזש!

ס׳איז געווען א גרויל די וואשינטאן עסטעבלישמענט, די קלינטאן קארופציע האט געשטינקען ביזן הימל. אמעריקא געווען ללעג ולקלס אויף פארשידענע פראנטן, אויף וואס ער האט פארשפראכן צו ארבעטן אויף.

טראמפ האט געווינען, פריינד זענען נישט קיין פריינד, זיי מוחל שטעק איין! און? ער האט אויסגעפירט. מיט טשיינע מאכט ער דעם זעלבן געשעפט, די חילוק איז נאר אז ווען ער האט געשניטן אין קאנאדע האבן די דעמאקראטן געוויינט.

און הויפטזיכטליך איז ער א פרעזידענט וואס איז ארויסגעקומען פארטייטיגן פרי ספיטש, און אז פרי ספיטש גייט אן אפילו קלאפע די פרעסע! אזוי האמערט ער אריין אין די ענאמי אוו די פיפאל אפצושלאגן די מידיע איינזייטיגקייט וואס מאכט חרוב ס׳לאנד מיט איר האסע, שנאה און פארביסנקייט וואס זיי פלאנצן איין צווישן די אמעריקאנע בירגער קעגן די מינארעטעטן.

און אויב איז איינער דיסעפוינטעט אז טראמפ האט נישט אינגאנצן ריפיעלט אבאמא קעיר, אדער נישט געשניטן די דעפעציט.. העלאו?.. פארדעם האסטו געוואוט פאר טראמפ?
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

אוועטאר
צל עובר
שר תשעת אלפים
תגובות: 9129
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג מארטש 04, 2019 12:36 am

אמענדמענטס צו @טשאדעלע'ס שיינע לאנגע תגובה.

1)יעך האב נישט געשריבן אויף קיינעם אז ער איז א פערד, בלויז געשריבן, "זיי נישט קיין פערד" איך מיין אז עס איז נישט די זעלבע זאך.

2)געוויסע האבן געהאלטן אז טראמפ וועט טון וועגן דעם דעפיציט, דערווייל, ווי מעקאנעל האט געזאגט, איז ער פשוט קעגן ענטייטלמענט רעפארם.

3)"די דעמאקראטן האבן געוויינט" איז זייער א בראוד ווארט, די דעמאקראטן זענען בכלל נישט אויף די זעלבע פעידזש לגבי טרעיד און בכלל טראמפ'ס גאנצע אויסערן פאליסי. למשל שומער - וואס געווענליך איז ער שטעכעדיגער ווי פעלאוסי - איז משבח טראמפ אויף טשיינע מיט קאריע, פעלאוסי נישט. שומער האט אפילו געשטיצט די פייט מיט קאנאדע. און בד"וו, אסאך רעפאבליקאנער סענעטארן האבן דעמאלטס גערעדט קעגן.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

וואו ליגט מיין תגובה בנוגע די די קראך אויף די לבנה?

אוועטאר
פעיק נוז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4724
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מאנטאג מארטש 04, 2019 12:39 am

@טשאדעלע צום ערשטן מאל מיינעך וואס איך דיסעגרי פולי מיט דיר, סארי.

איך וועל מארגן שרייבן מער, יעצט גיימער שלויפן. האטס מעראוןזייטסמער.

אוועטאר
יש ברירה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7235
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » מאנטאג מארטש 04, 2019 9:35 am

א באריכט אינעם ניו יארקער פארציילט אז דער פרעזידענט האט פארארדענט גערי קאהן צו בעטן די דשאסטעס דעפארטמענט צו בלאקירן די צוזאמשטעל פון עי. טי. ענד טי. און טיים ווארנער.

טיים ווארנער וועלכע איז דער אייגנטומער פון סי. ען. ען. האט שטארק געוואלט דעם צוזאמענשטעל צו פארמיידן זייער אונטערגאנג. טראמפ האט אפן קריטיקירט דעם דיעל אבער האט געזאגט אז ער וועט זיך נישט אריינמישן.

טראמפ, האט לויט די באריכט אריינגערופן גערי קאהן און דזשאן קעלי און קלאר געמאכט אז ער וויל אז דער דיעל זאל ווערן בלאקירט און ער האט זיך אפגערעדט אז "איך האלט און איין זאגן פאר קאהן צו פיילן דעם לאו סוט און גארנישט געשעהט נישט. איך האב עס אויפגעברענגט 50 מאל און גארנישט געשעהט נישט. איך וויל מאכן זיכער אז עס ווערט געפיילט, איך וויל די דיעל בלאקירט".

גערי האט אבער פארשטאנען אז אזא שריט איז אומאקצעפטירבאר און האט געווארנט קעלי אויפן וועג ארויס אז ער זאל זיך נישט וואגן צו געבן ווייטער דעם באפעל.
צוגעלייגטע
2019-03-04_09.23.02.jpg
2019-03-04_09.23.02.jpg (443.82 KiB) געזעהן 1404 מאל

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7482
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג מארטש 04, 2019 10:03 am

לויט א באריכט האט עילס פון פאקס געפיטערט טראמפ מיט די פראגן פון פאראויס אין די 2015 למספרם פריימערי דעבאטעס

אוועטאר
משה כספי
שר האלפיים
תגובות: 2042
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 12:44 pm
לאקאציע: אינעם יודישען וועלטעל
פארבינד זיך:

תגובהדורך משה כספי » מאנטאג מארטש 04, 2019 10:23 am

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:
אויב כספי האט עקספעקטעט פון טראמפ אויפצוטאן מער ווי עני אנדערע געוועזענע פרעזידענט, איז ער געווען א פערד (קרעדיט צל) פארן אים שטיצן פון די פירסט פלעיס.

Ouch... דאס איז שארף אבער עס איז מיר א חידוש ווי אפאר ווערטער שפעטער האלטסטו גאר אז ער קלינט די גארבעטש סאו האב איך געמעגט האבן עפעס עקספעקטעישאנס, ניין?!
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:טראמפ קלעטערט זיך מיט די פארקריפעלטע וואשינגטאן ווי עני וואן עלס. ער האט נישט געשניטן דעם דעפעציט?.. אה, די האסט עס עקספעקטעט?

יא! ער איז דאך געווען וואס האט געשריגען אז ער איז דער קינג אף דעבט און ווייסט ווי אזוי זיך אנעייצע צוגעבן, נאכמער, איך פארלאנג אפי'נישט שניידן די אלטע אבער גאר צו אונטערשרייבן פון די העכסטע בודזשעטן אין די היסטאריע?!
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:געשטיצט האמער אים פאר אנדערע סיבות, און דאס איז געווען ווייל אין יעדע פענסי האטעל מיז פון צייט צו צייט אריינקומען א חזר וואס זאל קלינען די גארבידזש!

ס׳איז געווען א גרויל די וואשינטאן עסטעבלישמענט, די קלינטאן קארופציע האט געשטינקען ביזן הימל. אמעריקא געווען ללעג ולקלס אויף פארשידענע פראנטן, אויף וואס ער האט פארשפראכן צו ארבעטן אויף.


וואס איז יעצט בעסער מיט קאראפציע? איז די פארמעסודיקעל אינדוסטרי ווייניגער בעלעבוס אויף וואשינגטאן? בעט נישט יעדע קאמפעני ווייטער צען מאל מער ווי די פלעינע קאסטומער פרייז פאר די רעגירונג?
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:טראמפ האט געווינען, פריינד זענען נישט קיין פריינד, זיי מוחל שטעק איין! און? ער האט אויסגעפירט. מיט טשיינע מאכט ער דעם זעלבן געשעפט, די חילוק איז נאר אז ווען ער האט געשניטן אין קאנאדע האבן די דעמאקראטן געוויינט.

ווי האב מיר געווינען מיט טשיינע פונקטליך? די קאמיניסטן נעמען איבער נישט נאר די אינדוסטריאל מארקעט נאר גאר די קאלעדזשעס און עזשוקעישאנאל אינסטיטוציעס ואין פוצה פה ומצפצף! נאר אויף רוסלאנד לייגט מען סאנקציעס! ווי איז עפעס שטראפן פאר אינטעלעקטועל פראפערטי טעפט?
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:און הויפטזיכטליך איז ער א פרעזידענט וואס איז ארויסגעקומען פארטייטיגן פרי ספיטש, און אז פרי ספיטש גייט אן אפילו קלאפע די פרעסע! אזוי האמערט ער אריין אין די ענאמי אוו די פיפאל אפצושלאגן די מידיע איינזייטיגקייט וואס מאכט חרוב ס׳לאנד מיט איר האסע, שנאה און פארביסנקייט וואס זיי פלאנצן איין צווישן די אמעריקאנע בירגער קעגן די מינארעטעטן.

כ'הער, איין זאך אפשר אויפגעטאן אבער דערווייל זעה איך נישט די ריכטיגע פירות, די רעפובליקאנער ציטערן נאכאלטס פון די מידיא, ועל כולם דער פרעזידענט וואס פייגערט פאר גוטע קאווערעדש און א הויכע אפראוועל רעטינג...
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:און אויב איז איינער דיסעפוינטעט אז טראמפ האט נישט אינגאנצן ריפיעלט אבאמא קעיר, אדער נישט געשניטן די דעפעציט.. העלאו?.. פארדעם האסטו געוואוט פאר טראמפ?

אה יעס! אבאמא קעיר ספעציעל און בארדער סעקריוטי אפי' אויך זענען זאכן וואס זענען נוגע פאר פשוטע אמעריקאנער וויילער וואס ווילן האבן קוואליטעט העלט קעיר פאר ריזאנעבל פרייזן און ווילן לעבן אין א סעקיור ענווייראמענט ווי עס איז נישטא קיין פחד פון טעראר/דראג גענגס און מענטשן וואס שטארבן פון אווערדאסעס ווי די פליגן
כדי א נושא זאל בלייבן אינטערעסאנט איז די שליסל א פוינט פאר א פוינט - עגרימענט אדער דיסעגריעמענט, פארשידענע מיינונגען געבן צו לעבן צו א נושא און ברענגט די שרייבער און ליינער הנאה צו האבן. און דאס פארקערטע איז מיט רעטאריק

אוועטאר
יש ברירה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7235
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » מאנטאג מארטש 04, 2019 10:27 am

הכל הבל האט געשריבן:לויט א באריכט האט עילס פון פאקס געפיטערט טראמפ מיט די פראגן פון פאראויס אין די 2015 למספרם פריימערי דעבאטעס

:wink:
צוגעלייגטע
Screenshot_2019-03-04-10-25-39-1.png
Screenshot_2019-03-04-10-25-39-1.png (75.48 KiB) געזעהן 1324 מאל

אוועטאר
פעיק נוז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4724
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מאנטאג מארטש 04, 2019 10:59 am

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:און פארוואס איז @בוידעם ארגינעל געווען אנטי?

ווייל ער האט געהאלטן אז ער איז א פעיק, יעצט האלט ער אז טראמפ מיינט עס עכט.

און די פליפסייד מיט @משה כספי.


אויב כספי האט עקספעקטעט פון טראמפ אויפצוטאן מער ווי עני אנדערע געוועזענע פרעזידענט, איז ער געווען א פערד (קרעדיט צל) פארן אים שטיצן פון די פירסט פלעיס.

יעך פארשטיי נישט פארוואס דו זאגסט אזוי. איך און אזוי אויך רוב שטיצער זיינע, האבן עכט עקספעקטעד אז ער זאל דערגרייכן מער ווי עני פרעזידענט בעפאר, קלאר אזוי!

פון וואס פאר א קלינען די סוואמפ רעדסטו? פון קאראפשן? וואס פאר א קאראפשן? טראמפ איז דען עפעס מער אויסגעהאלטן יושר'דיג ווי עני פריערדיגע פרעזידענט? אוודאי רעדט מען פון די סארט קאראפשן וואס האלט אפ וואשינגטאן פון אויפטוהן וואס עס איז באמת גוט פארן לאנד און נישט וואס איז גוט פאר די אייגענע טאש, פאליטיק אגענדע'ס, ועוד.
טראמפ קלעטערט זיך מיט די פארקריפעלטע וואשינגטאן ווי עני וואן עלס. ער האט נישט געשניטן דעם דעפעציט?.. אה, די האסט עס עקספעקטעט?

יא! איך האב עס עקספעקטעד. ער האט עס געזאגט, ער גייט שניידן פראגראמען, צוזאמשמעלצן רעגירונג אגענטורן, און איך האב געהאלטן און איך האב נאכנישט פארלוירן האפענונג, אז ער וועט עס טוהן.

געשטיצט האמער אים פאר אנדערע סיבות, און דאס איז געווען ווייל אין יעדע פענסי האטעל מיז פון צייט צו צייט אריינקומען א חזר וואס זאל קלינען די גארבידזש!

וועלכע גארבידזש? עיין לעיל.
ס׳איז געווען א גרויל די וואשינטאן עסטעבלישמענט, די קלינטאן קארופציע האט געשטינקען ביזן הימל. אמעריקא געווען ללעג ולקלס אויף פארשידענע פראנטן, אויף וואס ער האט פארשפראכן צו ארבעטן אויף.

אה! ער גייט יא אויפטוהן. סאו יא אדער ניין?
טראמפ האט געווינען, פריינד זענען נישט קיין פריינד, זיי מוחל שטעק איין! און? ער האט אויסגעפירט. מיט טשיינע מאכט ער דעם זעלבן געשעפט, די חילוק איז נאר אז ווען ער האט געשניטן אין קאנאדע האבן די דעמאקראטן געוויינט.

בקיצור, סאו האסט יא עקספעקטעד פון אים ערנסטע זאכן אדער נישט?
און הויפטזיכטליך איז ער א פרעזידענט וואס איז ארויסגעקומען פארטייטיגן פרי ספיטש, און אז פרי ספיטש גייט אן אפילו קלאפע די פרעסע! אזוי האמערט ער אריין אין די ענאמי אוו די פיפאל אפצושלאגן די מידיע איינזייטיגקייט וואס מאכט חרוב ס׳לאנד מיט איר האסע, שנאה און פארביסנקייט וואס זיי פלאנצן איין צווישן די אמעריקאנע בירגער קעגן די מינארעטעטן.

אקעי פיין, מסכים. אבער דאס האט נישט מיט פאליסי.
און אויב איז איינער דיסעפוינטעט אז טראמפ האט נישט אינגאנצן ריפיעלט אבאמא קעיר, אדער נישט געשניטן די דעפעציט.. העלאו?.. פארדעם האסטו געוואוט פאר טראמפ?

יא! פאר דעם האב איך געוואוט פאר אים.

אקעי, אבאמא קעיר האב איך נישט אינגאנצן קיין טענות אויף אים נאר אויף די הייליגע רעפובליקענס. גראדע דאס יא אז ער האט נישט צוגעשטעלט קיין געהעריגע העלט קעיר פלאן.

עניוועי, איך טראכט אז טשאדעלע מיינט מער צו זאגן אז טאקע דו האסט דאס געוואלט פון טראמפ, אבער האסטו דען געטראכט אז ער גייט זיך נישט אנשטויסן אין פראבלעמען אזוי ווי עני פריערדיגע פרעזידענט? אויב דאס מיינסטו דאן עגרי איך מיט דיר.

אוועטאר
פעיק נוז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4724
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מאנטאג מארטש 04, 2019 11:03 am

יש ברירה האט געשריבן:א באריכט אינעם ניו יארקער פארציילט אז דער פרעזידענט האט פארארדענט גערי קאהן צו בעטן די דשאסטעס דעפארטמענט צו בלאקירן די צוזאמשטעל פון עי. טי. ענד טי. און טיים ווארנער.

טיים ווארנער וועלכע איז דער אייגנטומער פון סי. ען. ען. האט שטארק געוואלט דעם צוזאמענשטעל צו פארמיידן זייער אונטערגאנג. טראמפ האט אפן קריטיקירט דעם דיעל אבער האט געזאגט אז ער וועט זיך נישט אריינמישן.

טראמפ, האט לויט די באריכט אריינגערופן גערי קאהן און דזשאן קעלי און קלאר געמאכט אז ער וויל אז דער דיעל זאל ווערן בלאקירט און ער האט זיך אפגערעדט אז "איך האלט און איין זאגן פאר קאהן צו פיילן דעם לאו סוט און גארנישט געשעהט נישט. איך האב עס אויפגעברענגט 50 מאל און גארנישט געשעהט נישט. איך וויל מאכן זיכער אז עס ווערט געפיילט, איך וויל די דיעל בלאקירט".

גערי האט אבער פארשטאנען אז אזא שריט איז אומאקצעפטירבאר און האט געווארנט קעלי אויפן וועג ארויס אז ער זאל זיך נישט וואגן צו געבן ווייטער דעם באפעל.

וואס איז די פראבלעם פון פיילן א לאו סוט?

אוועטאר
משה כספי
שר האלפיים
תגובות: 2042
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 12:44 pm
לאקאציע: אינעם יודישען וועלטעל
פארבינד זיך:

תגובהדורך משה כספי » מאנטאג מארטש 04, 2019 12:35 pm

פעיק נוז האט געשריבן:משא"כ כספי איז געווען פרא אלס פאליסי, אזוי ווי אסאך אנדערע, און יעצט איז ער אויך ברוגז וועגן פאליסי.

קארעקט, איך האלט נישט בעצם אז טראמפ איז א פעיק פאוני פראוד נאר איידער א אומקאמפעטענט צודרייטער
כדי א נושא זאל בלייבן אינטערעסאנט איז די שליסל א פוינט פאר א פוינט - עגרימענט אדער דיסעגריעמענט, פארשידענע מיינונגען געבן צו לעבן צו א נושא און ברענגט די שרייבער און ליינער הנאה צו האבן. און דאס פארקערטע איז מיט רעטאריק

שליו ודגים
שר חמש מאות
תגובות: 530
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 29, 2017 11:00 am

תגובהדורך שליו ודגים » מאנטאג מארטש 04, 2019 4:05 pm

דער ווייטאג אז מ'איז נישט אלעס אנגעקומען איז גרויס. אבער ווען טראמפ זיצט ווען שטול אויפ'ן קאוטש מיט די פיס ארויף וואלט איך געקענט האבן א טענה ער ארבעט זייער שווער נישט דורך געלאזט א אפטונעטי צו טון און צו ארבעטן און אויף זאכן וואס ער איז נישט אנגעוויזן אויף אנדערע האט ער טאקע געטון שנעל און מיט רעזולטאטן סאו איך האב נישט קיין טענה ולואי זאלן די רעפאבליקאנע מיט ארבעטן מיט'ן פרעזידענט אזוי ווי די דעמאקראטן מיט אבאמא וואלט מען שוין לאנג געהאלטן ווייטער

אוועטאר
פעיק נוז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4724
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מאנטאג מארטש 04, 2019 4:27 pm

דער דעפיוטי אטוירני דזשענראל מעט וויטעקער וועלכער האט האט געדינט פאר עטליכע מאנאטן אלס אטוירני דזשענעראל האט געמאלדן אז ער פארלאזט דעם יוסטיץ דעפארטמענט.

דאס קומט עטליכע טאג נאכדעם וואס דער נייער אטוירני דזשענעראל וויליאם בור איז געווארן איינגעשוואוירן צו דעם פאזיציע.

ער האט נישט אנגעגעבן קיין סיבה צו זיין רעזיגנאציע, עס ווערט געשאצט אז ער וועט זיך אומקערן צום פאליטישן פעלד אין די רעפובליקאנער פארטיי.

אוועטאר
משה כספי
שר האלפיים
תגובות: 2042
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 12:44 pm
לאקאציע: אינעם יודישען וועלטעל
פארבינד זיך:

תגובהדורך משה כספי » מאנטאג מארטש 04, 2019 4:53 pm

שליו ודגים האט געשריבן:דער ווייטאג אז מ'איז נישט אלעס אנגעקומען איז גרויס. אבער ווען טראמפ זיצט ווען שטול אויפ'ן קאוטש מיט די פיס ארויף וואלט איך געקענט האבן א טענה ער ארבעט זייער שווער נישט דורך געלאזט א אפטונעטי צו טון און צו ארבעטן און אויף זאכן וואס ער איז נישט אנגעוויזן אויף אנדערע האט ער טאקע געטון שנעל און מיט רעזולטאטן סאו איך האב נישט קיין טענה ולואי זאלן די רעפאבליקאנע מיט ארבעטן מיט'ן פרעזידענט אזוי ווי די דעמאקראטן מיט אבאמא וואלט מען שוין לאנג געהאלטן ווייטער

ווען דער בחור לאזט ווען אביסל נאך פון זיין איגאו און פרובירט ווען צו ארבעטן ווי א נארמאלע מענטש וואלט ער ערגעץ געהאלטן, דערווייל טוט ער נאר זאכן וואס קאסט נישט קיין ארבעט בכלל
וואס איז געווארן מיט די נעגאשיעטער אין טשיעף פאר גאנצע 2 יאר וואס זיין פארטיי האט קאנטראלירט אלע ברענטשעס פון גאווערמענט???
כדי א נושא זאל בלייבן אינטערעסאנט איז די שליסל א פוינט פאר א פוינט - עגרימענט אדער דיסעגריעמענט, פארשידענע מיינונגען געבן צו לעבן צו א נושא און ברענגט די שרייבער און ליינער הנאה צו האבן. און דאס פארקערטע איז מיט רעטאריק

אוועטאר
פעיק נוז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4724
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מאנטאג מארטש 04, 2019 4:56 pm

@ריכטיג כספי.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot], זזה און 49 געסט