טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

קאנסילמאן
שר האלפיים
תגובות: 2262
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » דאנארשטאג דעצמבער 20, 2018 9:59 pm

ווען אבאמא האט געמאכט א רוקצוג אין איראק האט אייוועלט געשטוערמט קעגן אבאמא אז ער גייט קעגן די ראט פון די מיליטער, די רפובליקאנער איבער אמעריקע האבן עס ממש נישט אויסגעהאלטן, אבער מיט טראמפ איז אלעס אקעי....

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 11404
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק ניוז » דאנארשטאג דעצמבער 20, 2018 10:06 pm

ס'איז לגמרי נישט די זעלבע מציאות איראק מיט סיריע, סיריע איז אנדער קאנטראל, משא"כ איראק..
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

אור
שר האלפיים
תגובות: 2443
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 12:20 pm

תגובהדורך אור » דאנארשטאג דעצמבער 20, 2018 10:15 pm

קאנגרעס האט געשטימט פאר 5.7 ביליאן פאר בארדער סעקירעטי/וואנט
וואס איז די מעשה מיט סענאט? גייט עס קענען דורכגיין? אדער דארף עס 60?

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 11404
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק ניוז » דאנארשטאג דעצמבער 20, 2018 10:19 pm

עס דארף 60
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4175
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » דאנארשטאג דעצמבער 20, 2018 10:23 pm

קאנסילמאן האט געשריבן:ווען אבאמא האט געמאכט א רוקצוג אין איראק האט אייוועלט געשטוערמט קעגן אבאמא אז ער גייט קעגן די ראט פון די מיליטער, די רפובליקאנער איבער אמעריקע האבן עס ממש נישט אויסגעהאלטן, אבער מיט טראמפ איז אלעס אקעי....

וועלקאם טו פאליטיקס..!

יענמאלט זענען די דעמאקראטען געווען זייער באקוועם מיט אבאמא'ס פאליסיס, און די רעפאבליקאנער זענען געווען קעגן.

נאך א זאך, געווענליך זענען די רעפאבליקאנער די וואס פארלאנגן צו גיין אין מלחמה,
און די דעמאקראטען זענען געווענליך די וואס פארלאנגן אהיימצונעמען די טרופן און פארטיגן די מלחמות,

ס"ה ארבעט יעצט טראמפ מיט מער א דעמאקראטישע שיטה, ממילא איז גרינג צו פארשטיין די אויפברויז ביי געוויסע רעפובליקאנער, אבער וואס און פארוואס דרייען די דעמאקראטען איבער?
לעצט פאראכטן דורך פאראינטערסירט אום דאנארשטאג דעצמבער 20, 2018 10:34 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

פארטראכטער
שר האלף
תגובות: 1092
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 03, 2016 2:57 pm

תגובהדורך פארטראכטער » דאנארשטאג דעצמבער 20, 2018 10:27 pm

פעיק נוז האט געשריבן:ס'איז לגמרי נישט די זעלבע מציאות איראק מיט סיריע, סיריע איז אנדער קאנטראל, משא"כ איראק..

איראק איז דעמאלטס אויך געווען אנדער קאנטראל.

shimon7323
שר האלפיים
תגובות: 2697
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

תגובהדורך shimon7323 » דאנארשטאג דעצמבער 20, 2018 10:28 pm

זעהט אויס פון דער היץ וואס דער דעמאקראטן שטוימען אז מאטיס האט רעזיגנירט, אז זיי האבן פארלוירן איינער פון זייער אינסיידערס.

אויב אזוי קודוס פאר טראמפ.
פעיק ניוז האט געשריבן:עס איז מיר בעסער צו זיין א אנעדזשיוקעטעד חכם ווי אן עדזשיוקעטעד טיפש.


שטיצט א איד ווען איר קויפט אויף אמעזאן

זאל זיין אזוי
שר מאה
תגובות: 207
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 14, 2015 2:26 pm

תגובהדורך זאל זיין אזוי » דאנארשטאג דעצמבער 20, 2018 10:32 pm

קאנסילמאן האט געשריבן:ווען אבאמא האט געמאכט א רוקצוג אין איראק האט אייוועלט געשטוערמט קעגן אבאמא אז ער גייט קעגן די ראט פון די מיליטער, די רפובליקאנער איבער אמעריקע האבן עס ממש נישט אויסגעהאלטן, אבער מיט טראמפ איז אלעס אקעי....


די זעלבע ריפאבליקאנער שרייען יעצט די זעלבע, רוביא, גרעהעם (מקעין חדר), און די דארפסט נישט מער משם ראי' אז מען טאר נישט ארויסגיין פאר די צייט, דער ממזר אייסיס איז דעמאלטץ געבוירען, וואס האט געקאסט פטר אמעריקע פיל מער

צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 14755
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » פרייטאג דעצמבער 21, 2018 12:11 am

פאראינטערסירט האט געשריבן:
קאנסילמאן האט געשריבן:ווען אבאמא האט געמאכט א רוקצוג אין איראק האט אייוועלט געשטוערמט קעגן אבאמא אז ער גייט קעגן די ראט פון די מיליטער, די רפובליקאנער איבער אמעריקע האבן עס ממש נישט אויסגעהאלטן, אבער מיט טראמפ איז אלעס אקעי....

וועלקאם טו פאליטיקס..!

יענמאלט זענען די דעמאקראטען געווען זייער באקוועם מיט אבאמא'ס פאליסיס, און די רעפאבליקאנער זענען געווען קעגן.

נאך א זאך, געווענליך זענען די רעפאבליקאנער די וואס פארלאנגן צו גיין אין מלחמה,
און די דעמאקראטען זענען געווענליך די וואס פארלאנגן אהיימצונעמען די טרופן און פארטיגן די מלחמות,

ס"ה ארבעט יעצט טראמפ מיט מער א דעמאקראטישע שיטה, ממילא איז גרינג צו פארשטיין די אויפברויז ביי געוויסע רעפובליקאנער, אבער וואס און פארוואס דרייען די דעמאקראטען איבער?


איך ווייס נישט ווי ווייט די דעמאקרעטס פארפירן יעצט אויף סיריע, די מידיע פארפירט, די מידיע איז אלעמאל געווען פרא מלחמה, די גאנצע נעשענעל מידיע, אינקלודעט פאקס.
Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10654
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » פרייטאג דעצמבער 21, 2018 12:44 am

וואף!

מעקאנעל מיט א היפש בייסיגן סטעיטמענט איבער מעטיס
צוגעלייגטע
Du5__-ZXgAAxq_T.jpeg
Du5__-ZXgAAxq_T.jpeg (107.34 KiB) געזעהן 1076 מאל

אוועטאר
זאל ער קומען
שר האלף
תגובות: 1952
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 04, 2011 12:25 am
לאקאציע: בעיקבתא דמשיחא

תגובהדורך זאל ער קומען » פרייטאג דעצמבער 21, 2018 1:16 am

פארשטייט זיך אז ס'שמעקט מיר נישט אז א גוטע קריגס מיניסטער גייט ארויס.

אבער מיין לימוד פון דעם צו ביזנעס איז געוואלדיג, ווען א בעל הבית וויל עפעס דערשרעקט מען זיך נישט אפילו די בעסטע ארבעטער בונטעווען און רעזיגנירן, עס טוט וויי אבער מ'קען יעדעם רעפלעסן, אז דער בעל הבית זעט איין נאך אלע מיטינגען און אויסהערן יעדעם, אז דאס איז די ריכטיגע זאך צו טון, טוט מען אזוי, אמעריקע איז נישט געוואוינט דערצו, פארדעם ווערט גארנישט זאכלעך געטון.

א בעל הבית קען מאכן מיסטעקס, און קען טון אסאך שלעכטע זאכן, אבער אויב איז דא 50 בעלי בתים אין א ביזנעס, איז נישטא קיין ביזנעס, איך שטיי אין שטוין ווי טראמפ טוט עס איינמאל און נאכאמאל, אפגעזען צו ער איז גערעכט מיט די ספעסיפיק שיטה איבער סיריע, ממנו ילמדו וכן יעשו.
זאלער, וואס וועט זיין מיט אפאר דאלער...

אוועטאר
Think and Thank
שר חמשת אלפים
תגובות: 5069
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » פרייטאג דעצמבער 21, 2018 1:20 am

פארטראכטער האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:ס'איז לגמרי נישט די זעלבע מציאות איראק מיט סיריע, סיריע איז אנדער קאנטראל, משא"כ איראק..

איראק איז דעמאלטס אויך געווען אנדער קאנטראל.

נאו וועי. די איראקער רעגירונג האט נישט געקענט האלטן א קינדערגארטן אונטער קאנטראל אן די דירעקטע אמעריקאנע הילף, בעת וואס אסאד איז פולשטענדיג איןם קאנטראל פון סיריע אן די מינדעסטע הילף פון אמעריקע. והראי', אז אמעריקע גיבט אים טאקע נישט די מינדעסטע הילף.

ביטע פרובירן צו מאכן סענס ווען מ'שרייבט עפעס.

צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 14755
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » פרייטאג דעצמבער 21, 2018 1:25 am

וויפיל מאל ברויך מען עס שרייבן, אסאד איז נישט אין קאנטראל פון גאנץ סיריע.

משא"כ איראק האט די רעגירונג געהאט קאנטראל גאנץ לאנג פאר אייסעס האט עקספלאדירט.

דא איז א מעפ פאר ווער עס מיינט אז איך שרייב ליגענט ח"ו

Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

לייפציק
שר חמש מאות
תגובות: 794
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 5:55 pm

תגובהדורך לייפציק » פרייטאג דעצמבער 21, 2018 1:31 am

צו טראמפ האט גוט געטון צו נישט, וועט מען געוואויר ווערן מיט די צייט.
אבער איראק? עס איז מער גלייך צו די ערשטע גאלף מלחמה מיט איראק, ווי מיט די צווייטע.

אין איראק דאס מאל האט מען איבערגעווארפן די מדינה, אריינגעלייגט א נייע הערשאפט, וואס האט מען געטון אין סיריע? געווארפן אפאר באמבאלאך?
ביי די וועי, די אלע וואס שרייען אז מ'האט נישט געטארט ארויסגיין, די זעלבע האבן געשריגן אז מ'האט גארנישט אויפגעטון דארט..

צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 14755
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » פרייטאג דעצמבער 21, 2018 1:33 am

דיין לעצטע פוינט איז פשוט בעלאויני, די אנדערע צוויי זענען דיבעיטעבל.
Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

לייפציק
שר חמש מאות
תגובות: 794
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 5:55 pm

תגובהדורך לייפציק » פרייטאג דעצמבער 21, 2018 1:36 am

צל עובר האט געשריבן:דיין לעצטע פוינט איז פשוט בעלאויני, די אנדערע צוויי זענען דיבעיטעבל.

בעלאני איז גאנץ א געשמאק מאכל, ווארף דיך נישט אזוי ארום דערמיט ווי ביי די זיבן זאטע יארן.

צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 14755
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » פרייטאג דעצמבער 21, 2018 1:39 am

די עקאנעמי בומט נאך אין אמעריקע, די מארקעט זארגט זיך נאר פאר די פיוטשער.

רענד פאול וואס האט גע'טענה'ט אז מען ברויך זיך אפטראגן פון דארט פרייט זיך יעצט.
Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

יואל שרייבער
שר האלפיים
תגובות: 2092
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

תגובהדורך יואל שרייבער » פרייטאג דעצמבער 21, 2018 1:46 am

פעיק נוז האט געשריבן:ס'איז לגמרי נישט די זעלבע מציאות איראק מיט סיריע, סיריע איז אנדער קאנטראל, משא"כ איראק..

די מציאות איז טאקע אינגאנצן אנדערש, דעמאלסט איז אבאמא געווען פרעזידענט און יעצט איז טראמפ.

למעשה איז אבער אין דעם פאל די היפאקראטיע נאר ביי אייוועלט און ביי די דעמאקראטן און מסמ, וואס האבן דעמאלט נישט פארפירט, די רעפובליקאנער און אפי' פאקס ניוז פארפירן יעצט אויך.
פארדינט $40!!!
באקומט $40 ווען איר עפנט א Rakuten אקאונט, און איר קויפט איין פאר $40 אין צענדליגער אנליין סטארס.

אוועטאר
שכל'דיג
שר האלפיים
תגובות: 2110
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 06, 2016 2:40 pm

תגובהדורך שכל'דיג » פרייטאג דעצמבער 21, 2018 1:48 am

זאל ער קומען האט געשריבן:פארשטייט זיך אז ס'שמעקט מיר נישט אז א גוטע קריגס מיניסטער גייט ארויס.

אבער מיין לימוד פון דעם צו ביזנעס איז געוואלדיג, ווען א בעל הבית וויל עפעס דערשרעקט מען זיך נישט אפילו די בעסטע ארבעטער בונטעווען און רעזיגנירן, עס טוט וויי אבער מ'קען יעדעם רעפלעסן, אז דער בעל הבית זעט איין נאך אלע מיטינגען און אויסהערן יעדעם, אז דאס איז די ריכטיגע זאך צו טון, טוט מען אזוי, אמעריקע איז נישט געוואוינט דערצו, פארדעם ווערט גארנישט זאכלעך געטון.

א בעל הבית קען מאכן מיסטעקס, און קען טון אסאך שלעכטע זאכן, אבער אויב איז דא 50 בעלי בתים אין א ביזנעס, איז נישטא קיין ביזנעס, איך שטיי אין שטוין ווי טראמפ טוט עס איינמאל און נאכאמאל, אפגעזען צו ער איז גערעכט מיט די ספעסיפיק שיטה איבער סיריע, ממנו ילמדו וכן יעשו.


א שטארקע נקודה!
............ נישט אייביג האב איך וואס צו זאגן, נישט אייביג איז מיר וויכטיג צו ענפערן!

יואל שרייבער
שר האלפיים
תגובות: 2092
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

תגובהדורך יואל שרייבער » פרייטאג דעצמבער 21, 2018 1:48 am

צל עובר האט געשריבן:
איך ווייס נישט ווי ווייט די דעמאקרעטס פארפירן יעצט אויף סיריע, די מידיע פארפירט, די מידיע איז אלעמאל געווען פרא מלחמה, די גאנצע נעשענעל מידיע, אינקלודעט פאקס.

אינקלודעד פאקס? פאקס שטייט בראש.
פארדינט $40!!!
באקומט $40 ווען איר עפנט א Rakuten אקאונט, און איר קויפט איין פאר $40 אין צענדליגער אנליין סטארס.

צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 14755
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » פרייטאג דעצמבער 21, 2018 1:50 am

גערעכט, אבער איך שרייב אינקלודעט, ווייל די אלגעמיינע מידיא חוץ זיי איז דאך טראמפ'ס (אומ)אפיציעלע אפאזיציע, משא"כ פאקס ניוס.
Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 14755
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » פרייטאג דעצמבער 21, 2018 1:53 am

יואל שרייבער האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:ס'איז לגמרי נישט די זעלבע מציאות איראק מיט סיריע, סיריע איז אנדער קאנטראל, משא"כ איראק..

די מציאות איז טאקע אינגאנצן אנדערש, דעמאלסט איז אבאמא געווען פרעזידענט און יעצט איז טראמפ.

למעשה איז אבער אין דעם פאל די היפאקראטיע נאר ביי אייוועלט און ביי די דעמאקראטן און מסמ, וואס האבן דעמאלט נישט פארפירט, די רעפובליקאנער און אפי' פאקס ניוז פארפירן יעצט אויך.


וואס טאקע פונקטליך האט די מידיע יעמאלט געזאגט?

און עס איז א גרויסע חילוק גראדע, יעמאלט האט די אדמיניסטראציע מסכים געווען עכ"פ למחצה לשליש ולרביע, עס איז געווען אפגעשמועסט, און געמאלדן פארדעם פאר די עלייס, און דער דעפענס סעקרעטערי, דאכציך מיר דער בוש האלדאווער געיטס, האט נישט רעזיגנירט.

משא"כ יעצט איז עס א ספאנטאנע באשלוס פון דעם וואס פארשטייט בעסער ווי די גענעראלן.
Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

קאנסילמאן
שר האלפיים
תגובות: 2262
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » פרייטאג דעצמבער 21, 2018 2:28 am

זאל ער קומען האט געשריבן:פארשטייט זיך אז ס'שמעקט מיר נישט אז א גוטע קריגס מיניסטער גייט ארויס.

אבער מיין לימוד פון דעם צו ביזנעס איז געוואלדיג, ווען א בעל הבית וויל עפעס דערשרעקט מען זיך נישט אפילו די בעסטע ארבעטער בונטעווען און רעזיגנירן, עס טוט וויי אבער מ'קען יעדעם רעפלעסן, אז דער בעל הבית זעט איין נאך אלע מיטינגען און אויסהערן יעדעם, אז דאס איז די ריכטיגע זאך צו טון, טוט מען אזוי, אמעריקע איז נישט געוואוינט דערצו, פארדעם ווערט גארנישט זאכלעך געטון.

א בעל הבית קען מאכן מיסטעקס, און קען טון אסאך שלעכטע זאכן, אבער אויב איז דא 50 בעלי בתים אין א ביזנעס, איז נישטא קיין ביזנעס, איך שטיי אין שטוין ווי טראמפ טוט עס איינמאל און נאכאמאל, אפגעזען צו ער איז גערעכט מיט די ספעסיפיק שיטה איבער סיריע, ממנו ילמדו וכן יעשו.


דו ווייסט זיכער אז עס איז דא בעה"ב וואס ברענגן בידים אינטער זייער ביזנעס מיט נישט פאלגן טאט און ראט?!

די חורבן דא איז נאך טיפער אז טראמפ איז אימפאלסיוו און ניטאמאל פרעגט ער זיך נאך פאר אדווייז און ער טראכט גארנישט איבער.

abeg
שר שלשת אלפים
תגובות: 3607
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

תגובהדורך abeg » פרייטאג דעצמבער 21, 2018 9:11 am

װאספארא פארגלײך איז פון איראק מיט סוריע? איראק פאר מ׳איז ארײן האט קאנגרעס געשימט אז מ׳זאל ארײנגײן אױב אזױ האבן מען געהאט טענות אז פינקט װי בײם ארײנגײן איז עס נאר געװען װעגען קאנגרעס האט געשימט זאל מען זיך דורכרעדן מיט קאנגרעס אױך בײם ארױסגײן דא בײ סוריע האט מען דײסײדעט ארײנצוגײן אן די שטיצע פון קאנגרעס(איראק איז געװען א דערקלערטע מלחמה סוריע איז אן אפעראציע)

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 13470
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » פרייטאג דעצמבער 21, 2018 9:41 am

נאופ, סארי. איך געדענק נישט אזא טענה דעמאלט.

די טענה וואס איך געדענק יא גאר גוט איז "פארוואס הערט מען נישט צו די גענעראלן?!".

לענינינו.. וד"ל. ואכמ"ל.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Tevye, אביסל טיפער, דברים אלו, מטעמים, נטה, פוילישער, פיטום, צדק תרדוף, שמחהלע קאפשטיק און 51 געסט