טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
פאליק
שר ששת אלפים
תגובות: 6836
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אין אוועל אפיס ביי די גאלדענע טעפיך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליק »

אנטוויקלונגען ארום פרעזידענט-עלעקט דאנעלד טראמפ:

-קלינטאן האט געגעבן רעדע אין וועלכע זי האט אנערקענט איר פארלוסט, אבער האט אפעלירט צו אירע שטיצער צו געבן א שאנס פאר טראמפ צו פירן דאס לאנד.

-אבאמא האט אויפגעטרעטן מיט א ספעציעלע רעדע, וואו ער האט גראטולירט טראמפ און האט באזונדער געזאגט אז עס האט אים איבערגענומען דאס וואס טראמפ האט גערופן פאר פאראייניגונג. אבאמא און טראמפ וועלן זיך טרעפן מארגן.

-מעקסיקאנער פרעזידענט פּענע ניעטע האט ווידערהאלט אז מעקסיקא וועט נישט באצאלן פאר׳ן גרעניץ וואנט, אבער ניעטע קוקט ארויס זיך צו טרעפן מיט פרעזידענט-עלעקט טראמפ אין נאנטן צוקונפט.

-מדינת ישראל פרעמיער נתניהו האט געזאגט אז ער איז צעפרידן אז מדינת ישראל׳ס גרעסטער אדוואקאט, טראמפ, האט געווינען. טראמפ האט אים געלאדנט צום ווייסן הויז ביים ערשטן מעגליכקייט.

-דער סטאק מארקעט האט זיך געשלאסן, מיטן דאו דזשאונס 250 פונקטן העכער ווי נעכטן. דער מארקעט האט זיך שוין ערהוילט פונעם ערשטן שאק פון טראמפ׳ס געווינס.

קול העולם
אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5017
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהזוךמיר »

פאליק האט געשריבן:אנטוויקלונגען ארום פרעזידענט-עלעקט דאנעלד טראמפ:

-דער סטאק מארקעט האט זיך געשלאסן, מיטן דאו דזשאונס 250 פונקטן העכער ווי נעכטן. דער מארקעט האט זיך שוין ערהוילט פונעם ערשטן שאק פון טראמפ׳ס געווינס.

קול העולם

לענ"ד האט עס גאר באקומען א בוסט פונ'ם פאקט אז א לאנגיעריגער סוקסעספולער ביזנעסמאן האט געווינען און נישט די זעלבסט-דערקלערטע-אנטי-וואל-סטריט קלינטאן (הגם קיינער גלייבט נישט אז זי וואלט בארירט אירע בוזעם פריינט אויף וואל סט. מיט א האר..)
איי, דער FUTURE טראסק?
קודם כל איז עס געווען צוליב דער סורפרייז, נישט דוקא צוליב דעם ריכטונג פונעם סורפרייז.
חוץ מזה זעהט מען דאך קלאר אז עס איז געווען באזירט אויף הוילע לופט, אז עס האט נישט נאר צוריקגעכאפט נאר זיך נאך עטוואס געהויבן נאך פאר'ן אנהייבן דעם טאג!
Get your facts first, then you can distort them as you please.
אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5017
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהזוךמיר »

איינער קען קאמפעירן די פרעדיקשאן:

אויבער-חכם האט געשריבן:יעדער איז פארנומען מיט פראדיגטען די עלעקשען ווער וועט געווינען ווער וועט פארלירען
איך פראדיגט אז דא אויף אייוועלט וועט דינסטאג נאכט אויסקוקען בערך אזוי

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:ברעקינג! פאקס ניוז האט יעצט גערופען די עלעקשען פאר הילערי
א צווי יאר טראמא איז פיינעלי געקומען צו א סוף.

סראלי האט געשריבן:מיט 99% געציילט אין נארט קאריליינע האט סי ען ען אין ען בי סי געמאלדן אז הילערי איז די נעקסט פרעזידענט פין די פאראייניגטע שטאטן

סראלי האט געשריבן:ביי הילערי העטקוטערס טאנץ די עולם, ביי טראמפ איז ליידיג אחוץ אפאר ריפארטערס

שכל׳דיג האט געשריבן:א טרויערדיגע טאג פאר אמעריקע, א פרעזידענט קראפטעד פין קאפ ביז פיס פאר די נעקסטע פיר יאר

פאליק האט געשריבן:איך האב אלעמאל געזאגט אז הילערי איז שטערקער אין די פאלס, זי האט געהאט די מידיע מיט אלע פאליטישן'ס, עס איז נישט דא קיין טשענס מער פאר א ריפובליקאנער פרעזידענט.

בוידעם האט געשריבן:מזל טוב! ענדליך האט די אמעריקאנע פאלק געזאגט פאר די פאריקטע סעלפישער עגאאיסט אומסטאבילער מענטש די וועסט נישט האבן דיין פינגער אויפן נוקלער קנעפל.
#כ'האב ענק געזאגט

סראלי האט געשריבן:Trump won't give his concession speech, Mike Pence will give a speech shortly

משהזוךמיר האט געשריבן:ריפארטס קומט אריין אז עס איז געווען מעסיו fraud לטובת הילערי.
#ריגד סיסטעם

אמביציע האט געשריבן:Wow! טראמפ וואס ביז אפאר מינוט האט געהאט סיקרעט סירוועס פארט יעצט אהיים אליין מיט זיין משפחה
אין די לעצטע פינף מינוט האט טראמפ פארלוירן איבער צען מיליון פאלוערס אויף טוויטער.



מיט יעדעם'ס עקטשועל ריעקשען?....
עט ליסט האט אמביציע'ס קלינטאן נישט פארלוירן סיקרעט סערוויס שוץ...
Get your facts first, then you can distort them as you please.
rrr
שר חמישים ומאתים
תגובות: 258
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 03, 2015 10:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך rrr »

יהודי האט געשריבן:פולע גאסן מיט פראטעסטירער. קעגן דעם פרעזידענט עלעקט, דאנעלד #טראמפ.

ווי זענען זיי געווען נעכטן?

העי העי, האו האו, דאנעלד טראמפ העז גאט טו גאו!

טויזענטער אנטי טראמפיסטן ביים ארויסצייגן געוואלדיגע ביטערקייט, נישט קענענדיג אקצעפטירן די נייעס פון נעכטן.

איך קען זיך נישט פארשטעלן ווי אזוי די מידיע וואלט ריעקטעד ווען אזא פראטעסט וואלט פארגעקומען 2008 קעגן אבאמא,
היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5559
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער אינגערמאן »

rrr האט געשריבן:
יהודי האט געשריבן:פולע גאסן מיט פראטעסטירער. קעגן דעם פרעזידענט עלעקט, דאנעלד #טראמפ.

ווי זענען זיי געווען נעכטן?

העי העי, האו האו, דאנעלד טראמפ העז גאט טו גאו!

טויזענטער אנטי טראמפיסטן ביים ארויסצייגן געוואלדיגע ביטערקייט, נישט קענענדיג אקצעפטירן די נייעס פון נעכטן.

איך קען זיך נישט פארשטעלן ווי אזוי די מידיע וואלט ריעקטעד ווען אזא פראטעסט וואלט פארגעקומען 2008 קעגן אבאמא,

דעמאלס וואלט עס גווען ריין ראסיזום און דעינזשורעס...
אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5017
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהזוךמיר »

אזוי ווי נישט שטימען פאר אבאמא קומט פון ראסיזם
Get your facts first, then you can distort them as you please.
אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4555
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 20, 2015 6:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן נון »

פאליק האט געשריבן:פרעזידענט עלעקט טראמפ און ווייס פרעזידענט עלעקט פענס גייען האבן לאנטש מארגען מיט ספיקער רייען אין וואשינגטאן די. סי. נאך טראמפ'ס קבלת פנים אין ווייסן הויז

אנבעליוועבל! איך האב געמיינט אז נאך די לעצטע פאר וואכן פון שווערע ארבעט, אויפזיין נעכט, ארומלויפן און ארומפליען קאמפיינען וועט ער נעמען א קורצע אבער ערליך פארדינטע וואקאציע (אדער עט ליסט שפילן גאלף...)

איך בין נתפעל וויאזוי א 70 יעריגע זעצער האט אזויפיל פיזישע כוחות. יעדע מינוט הער איך פון א צווייטן פאליטישאן אדער וועלט פירער וואס האט גערעדט צו אים און וויאזוי טראמפ האט יעדן שיין אויפגענומען און געענטפערט, און איך ווער פשוט שוואך.


(קען זיין עס איז נארמאל, און אלע פרעזידענטן אלעקט זענען אזוי, און ער איז גארנישט א אויסנאם, א.א.וו. איך בין נאך אבער אלץ נתפעל)
איך פרעג נישט ווייל איך וויל אפפרעגן, איך פרעג ווייל איך וויל וויסן.
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

וואלט טראמפ געזיגט קעגן אבאמא פיר יאר צוריק?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

וואלט טראמפ געזיגט קעגן אבאמא פיר יאר צוריק?

א אנאליז אויף די נומערן זאגן אז יא! ער וואלט געוואונגען די עלעקטארעל קאלעז"ש וואו"ט אפילו ער וואלט פארלוירן די פאפולער וואוט מיט איבער 5 מליון וואוט'ס.

FLORIDA — 29 EVs — 98 percent reporting
Obama 2012: 4,235,270 Clinton 2016: 4,485,745
Romney 2012: 4,162,081 Trump 2016: 4,605,515 Conclusion:
Trump beats Obama by some 370,000 votes and wins Florida. (Note: Clinton herself won 250,000 more votes in Florida than Obama did in 2012.)

PENNSYLVANIA — 20 EVs — 97 percent reporting
Obama 2012: 2,907,448 Clinton 2016: 2,844,705
Romney 2012: 2,619,583 Trump 2016: 2,912,941 Conclusion:
Trump squeezes past Obama by a margin of some 5,000 votes and wins Pennsylvania. (Note: Clinton runs about 60,000 votes behind Obama, but would’ve had more than enough to defeat Romney in 2012.)

OHIO — 18 EVs – 94 percent reporting
Obama 2012: 2,697,260 Clinton 2016: 2,317,001
Romney 2012: 2,593,779 Trump 2016: 2,771,984

Conclusion: Trump edges Obama by roughly 75,000 votes and wins Ohio. (Note: Clinton’s worst battleground state showing was Ohio, winning 380,000 [!] fewer votes than Obama.)

Stop right there and crunch the numbers: Florida (29) + Pennsylvania (20) + Ohio (18) = 67 EVs. Romney finished with 206 EVs. By protecting all of those, and then taking 67 from Obama, Trump would hit 273 and win the presidency.


The question: Did Trump 2016 defeat Obama 2012 in all of the states Romney won? Yes.

Here’s a look at the competitive ones: –

NORTH CAROLINA (98 percent reporting): Trump 2,339,603 … Obama 2,178,388 –

ARIZONA (73 percent reporting): Trump 947,284 … Obama 930,669 –

GEORGIA (93 percent reporting): Trump 2,068,623 … Obama 1,761,761 –

UTAH (78 percent reporting): Trump 360,634 … Obama 229,463

A review of the Romney 2012 states confirms that Trump, in this hypothetical matchup, would have carried every single one against Obama. It doesn’t matter that Obama would have trounced Trump by nearly 300,000 votes in Michigan; by more than 200,000 in Wisconsin; by 175,000 in Virginia; and by 160,000 in Colorado. It’s similarly meaningless that Obama would have narrowly defeated Trump in Iowa, Nevada, and New Hampshire. The 44th president carried all of those states in 2012, and in this hypothetical contest, he would successfully defend all of them. But it wouldn’t be enough. The electoral college would produce a razor-thin margin: Trump 273, Obama 265.

http://www.nationalreview.com/corner/44 ... obama-2012



דאס מיינט אז טראמפ האט ארויסגעשלעפט אין די סווינגט סטעיטס מער וויילער ווי אבאמא און ראמני

ביג טענט!
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

אביסל שווער צו זאגן יעצט וואס וואלט געווען פאר פיר יאר צוריק, די לעצטע פיר יאר האט אסאך צוגעגעבן צו די קלינטאן פארלוסט.
אוועטאר
ATF
אנשי שלומינו
תגובות: 2
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 09, 2016 12:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ATF »

איז מעגליך א די פראטעסט נעכטן קען אפעס שעדיגן טראמפ?
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

ס'איז א חלק פון די פרידאם אף ספיעטש, אויך ווילן זיי אריינכאפן די אנארכיע ביז טראמפ קומט אויפן בענקעל ווייל נאכדעם גייט זיין לאו ענד ארדער...
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9183
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

אין מיין אפיניען איז די פאפיולער וואוט נישט קיין עכטע ציפער. פארוואס? ווייל נאר די מענטשען אין די סווינג סטעיטס גייען וואוטען ווי איידער די ניו יארקע און קאליפארניע וואס זיכען נישט צו פארשווענדען א איבעריגע שעה צו וואוטען פאר א קאנדידאט וואס גייט ממילא געווינען אדער גייט זיכער נישט געווינען.

עלעקטארעל קאלעדזש איז אפשר נישט די ריכטיגע וועג אבער עס איז די וועג וואס מען ניצט דא און אזוי מעיזשארד מען עס אין אמעריקע.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
rrr
שר חמישים ומאתים
תגובות: 258
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 03, 2015 10:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך rrr »

ATF האט געשריבן:איז מעגליך א די פראטעסט נעכטן קען אפעס שעדיגן טראמפ?

און מיינע אויגן מאכט עס אים שטערקער, סקומט אים נישט קיין פראטעסט יעצט ער האט גארנישט געטעון סה"כ האט ער געווינען די עלעקשאנס, וואס קומט אים דערפאר? גיוו הים א טשענס, סווייזט סארא משוגעים די לינקע זענען
אוועטאר
ירוחם
שר האלפיים
תגובות: 2297
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 08, 2012 11:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירוחם »

די דיפלארעבעלס זעצן פאר פייערן זיג.
אטעטשמענטס
IMG-20161110-WA0003.jpg
ביטע האלטן די פראפאגאנדע צו א מינימום, אויב מעגליך. ~ שלמה הילדעסהיימער
אוועטאר
ירוחם
שר האלפיים
תגובות: 2297
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 08, 2012 11:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירוחם »

מטעמים האט געשריבן:אין מיין אפיניען איז די פאפיולער וואוט נישט קיין עכטע ציפער. פארוואס? ווייל נאר די מענטשען אין די סווינג סטעיטס גייען וואוטען ווי איידער די ניו יארקע און קאליפארניע וואס זיכען נישט צו פארשווענדען א איבעריגע שעה צו וואוטען פאר א קאנדידאט וואס גייט ממילא געווינען אדער גייט זיכער נישט געווינען.

עלעקטארעל קאלעדזש איז אפשר נישט די ריכטיגע וועג אבער עס איז די וועג וואס מען ניצט דא און אזוי מעיזשארד מען עס אין אמעריקע.

הא בהא תליא. מענטשן אין נישט סווינג סטעיטס גייען נישט וואויטן ווייל מ'רעכנט נישט פאפולער שטימען. וואלט מען ווען יא גערעכנט פאפולער שטימען וואלט נישט געווען קיין סווינג סטעיטס וכבר הסביר חילי אין שיין אשכול.
ביטע האלטן די פראפאגאנדע צו א מינימום, אויב מעגליך. ~ שלמה הילדעסהיימער
אוועטאר
יהודי
שר האלפיים
תגובות: 2935
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 2:20 pm
לאקאציע: אונטערן מעקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהודי »

– נעכטן האט די פאליציי אין פילאדעלפיע באקומען עטליכע באריכטן פון אנטיסעמיטישע טראמפ גראפיטי, וועלכע זענען מיסטעריעז ערשינען אויף עטליכע ווענט אין פובליק פלעצער לענגאויס דער שטאט אינעם סאמע זעלבן טאג וואס טראמפ איז דערקלערט געווארן אלס דער קומענדיגער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן. די גראפיטי האט אנטהאלטן טראמפ'ס נאמען און א האקנקרייץ דערנעבן. היות מ'האט געפונען די זעלבע סארט אויף עטליכע פלעצער, פארדעכטיגט די פאליציי אז איינער שטייט אונטער די אלע גראפיטי.
א פשוטע איד.
אוועטאר
יהודי
שר האלפיים
תגובות: 2935
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 2:20 pm
לאקאציע: אונטערן מעקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהודי »

דעטרויט – טראמפ איז קוים דערקלערט געווארן אלס דער געווינער פון די פרעזידענט וואלן, אבער אין די פאבריקן פון דער אמעריקאנער אויטא פירמע "דזשענעראל מאטארס" האלט מען שוין אינמיטן בויען און צוזאמשטעלן דעם נייעם פרעזידענטליכן קאר פאר פרעזידענט-עלעקט טראמפ. פאר סעקיוריטי אורזאכן ווערן די דעטאלן פון בויען דעם פרעזידענטליכן קאר געהאלטן אונטער שלאס און ריגל, אבער שפיאנאזש פאטאגראפיסטן, וועלכע האבן זיך געדרייט אין די לעצטע געציילטע טעג ביי עטליכע פאבריקן פון דזשענעראל מאטארס, זאגן אז זיי האבן אויפגעכאפט טעסטס אויף א קאר וואס זעט אויס צו זיין דער קאר וואס וועט ארומפירן פרעזידענט טראמפ. די איינציגסטע זאך וואס איז דערווייל זיכער, איז אז ס'וועט זיין א קאר, ווי א געהעריגער פרעזידענט, און נישט אן עס-יו-ווי. נ'שוין, אבי מ'האט זיך אפגערעדט אז טראמפ וועט אויסרייסן פרעזידענטליכע טראדיציעס...
א פשוטע איד.
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

יהודי האט געשריבן:דעטרויט – טראמפ איז קוים דערקלערט געווארן אלס דער געווינער פון די פרעזידענט וואלן, אבער אין די פאבריקן פון דער אמעריקאנער אויטא פירמע "דזשענעראל מאטארס" האלט מען שוין אינמיטן בויען און צוזאמשטעלן דעם נייעם פרעזידענטליכן קאר פאר פרעזידענט-עלעקט טראמפ. פאר סעקיוריטי אורזאכן ווערן די דעטאלן פון בויען דעם פרעזידענטליכן קאר געהאלטן אונטער שלאס און ריגל, אבער שפיאנאזש פאטאגראפיסטן, וועלכע האבן זיך געדרייט אין די לעצטע געציילטע טעג ביי עטליכע פאבריקן פון דזשענעראל מאטארס, זאגן אז זיי האבן אויפגעכאפט טעסטס אויף א קאר וואס זעט אויס צו זיין דער קאר וואס וועט ארומפירן פרעזידענט טראמפ. די איינציגסטע זאך וואס איז דערווייל זיכער, איז אז ס'וועט זיין א קאר, ווי א געהעריגער פרעזידענט, און נישט אן עס-יו-ווי. נ'שוין, אבי מ'האט זיך אפגערעדט אז טראמפ וועט אויסרייסן פרעזידענטליכע טראדיציעס...

באריכטען קומען אריין אז די קארו ואס ווערט געמאכט, איז געווארן געקענסעלט דורך טראמפ אליין, מען וועט מאכן א רויט/ברוין פיק אופ טרעקל, ווייל דאס האט ער פארלאנגט בכל תוקף ועוז, עס קומט אריין באריכטען אז העפטיגע שלעגערייען האבן אויסגעבראכן אין די סיקרעט סערוויס אפיס צו מען זאל אים עס נאכגעבן אדער נישט.
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
סראלי
שר שמונת אלפים
תגובות: 8678
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 11:22 am
לאקאציע: אין די טריי סטעיט עריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סראלי »

פרוי אבאמא און פרוי טראמפ גייען זין היינט טרעפן אין וואשינגטאון.
ישראל אשר בך אתפאר
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8718
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:הרב שפוזמן

רוב שטום בארעכטיגטע בירגער טראכטן נישט צו טיף און געדענקן נישט זייער אויסוואל מער ווי א וואך שפעטער.
נאר געזאגט זאלסט נישט ווערן דיסעפוינטעד אין 4/8 יאר ארום ווען די בירגער וועלן ארויסשטויסן די נייע עסטעבלישמענט וואס מען האט יעצט אריינגעוועלט.

ערוועלן א פרעזידענט איז נישט מער ווי געבן א טשענס, ס'איז נישט קיין קבלת מרות אויף לעולם ועד, וואס די ביז איצטיגע קענען האט מען שוין געזען, יעצט פרובירט מען א צווייטע וועג, אז ס'וועט נישט זיין גוט ווען מען טוישן, די מעלה איז א מ'קען טוישן מ'בלייבט נישט סטאק, מ'קען נישט בלייבן סטאק מיט איינעם ווייל דער צווייטער איז זיכער נישט גוט, ווער זאגט אז נישט? לא ראינו אינו ראי', געב אים א טשאנס
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
יהודי
שר האלפיים
תגובות: 2935
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 2:20 pm
לאקאציע: אונטערן מעקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהודי »

בילדער: מען גרייט שוין דעם מאסיוון פּלאטפארמע איינצושווערן פרעזידענט-עלעקט טראמפ אום יאנואר 20, און טראמפ גרייט צו א קאבינעט, מיטן אנהייבן די טראנזישאן פראצעדורן.
אטעטשמענטס
image.jpg
א פשוטע איד.
אוועטאר
פאליק
שר ששת אלפים
תגובות: 6836
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אין אוועל אפיס ביי די גאלדענע טעפיך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליק »

טראמפ'ס טראנזישן טיעם נייע וועבזייטל

https://www.greatagain.gov/
אוועטאר
פאליק
שר ששת אלפים
תגובות: 6836
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אין אוועל אפיס ביי די גאלדענע טעפיך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליק »

אינעוויניג אין די צייטונג

אפאר אנאליזן וואס דא איז פארגעגאנגען, וויאזוי טראמפ ירום הודו האט אויסגעשפילט די קלינטאנ'ס מיט זיין וועג פון קאמפיינען פונעם זעלבע שרייבער וואס האט צוויי וואכן צוריק גערעדט אז דעמקראטען האפן איבערצונמען די קאנגרעס אין צוגאב צו די ווייסע הויז און די סענאט און נעמט מיר ארויס פון די כלים שוין די לעצטע יאר מיטן נאכפיטערן די ניו יארק טיימס און וואשינגטאן פאוסט, און ווידמען איין אנאליז אין די זומער וואכן אריינצוגיין אין מייק פענס'ס מוח פארוואס ער האט אנגענומען א פאסטען ווען טראמפ גייט זיכער פאלירן

ליינטס און האטס הנאה
אטעטשמענטס
unnamed (1).jpg
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

ווילט איר ארבייטן פאר די טראמפ אדמיניסטראציע?
מ'קען אפלייען דא
https://apply.ptt.gov/
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
אוועטאר
פאליק
שר ששת אלפים
תגובות: 6836
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אין אוועל אפיס ביי די גאלדענע טעפיך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליק »

פרעזידעט עלעקט הייבט זיך קיין וואשינגטאן פאר א פולע טאג סקעדשול
אטעטשמענטס
photo_2016-11-10_09-58-08.jpg
photo_2016-11-10_09-58-20.jpg
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”