איז טאקע דא מידיע בייעס?

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

איז דא א מידיע בייעס גענויגט צו די דעמאקראטן

נישטא קיין שום בייעס, סתם א קאנספיראציע פון די ריפאבליקענס
33
5%
אפשר א שטיל בייעס איז דא אבער די ריפאבליקענס בלאזן עס אויף פילפאכיג
71
10%
די מידיע איז גענויגט צו די דעמאקראטן אויף א שרעקליכע פארנעם
546
79%
די מידיע איז גענויגט צו די ריפאבליקענס
15
2%
איך ווייס נישט אבער איך וויל אויף עפעס שטימען...
23
3%
 
סך הכל שטימען: 688

אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32541
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

דאס האסטע שוין געשריבן פריער, און האסט פארפעהלט צו ליינען די המשך פונעם שמיעס, און די זעלבע צייט ביסטו אייביג ביזי אז מ'זאל ליינען די המשך...

און ווי געשריבן, וואס דארף איינער טוהן ווען ער קומט אריין אינעם שמיעס און ער זעהט אז איינער שרייבט אז "אין פוצה פה ומצפצף" אויף טראמפ'ס סטעיטמענט?
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
בוידעם
שר ששת אלפים
תגובות: 6639
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוידעם »

אויב האלט ער נאך פאר מעריב, דארף ער גיין דאוונען.
נאכדעם, אויב וויל ער, זאל ער ליינען די המשך פונעם שמועס, אויב וויל ער נישט, איז נישט.
רצונינו לעשות רצוניך.
דניאל בוימענגארטן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 457
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 12:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל בוימענגארטן »

קע"ה.... וואס דא גייט נישט פאר...
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32541
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

בוידעם האט געשריבן:אויב האלט ער נאך פאר מעריב, דארף ער גיין דאוונען.
נאכדעם, אויב וויל ער, זאל ער ליינען די המשך פונעם שמועס, אויב וויל ער נישט, איז נישט.



ווען דו שרייבסט דאס ווען פריער וואלטן זאכן אויסגעקוקט אנדערש...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
באלזאם
שר מאה
תגובות: 142
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 9:13 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באלזאם »

געווענליך גלייך איך נישט קיין היציגע דעבעטעס דא אויף אייוועלט, אבער ווען די צוויי קומען זיך צוזאמען און רייסן זיך ארום איז עס ווערד אלע געלטער
סארי פארן פארדרייען די שמועס, גייטס ווייטער.
דניאל בוימענגארטן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 457
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 12:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל בוימענגארטן »

@בוידעם, דערמאנסט מיך דיינע אמפערייען מיט פאליק זצ"ל... :lol:

@וויכטיג, מאך זיכער מיט די אחראים אז די גאנצע שמועס בלייבט דא און פארט נישט אין ערגעץ!
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32541
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

איך ביניש בעה"ב אויף די אחראים... איך קעניש אריינרעדן אין זייער דעסיזשן איבער שמיעסן וואס איך נעם אנטייל...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

Wow... איך בין אזוי פאפולער... מען לערנט פשט אין מיינע ווערטער כמעט ווי ביי די קאנסטאטושען, אבער איך לעב נאך און איך קען מיר ערקלערן.

איך האב געברענגט א נייעסל ווי א קאנגרעסמאן האט באשולדעגט טראמפ סופארטערס אין זיין ערגער ווי טעראריסטן, און די מידיע האט נישט איבערגעדרייט די שטאט דערמיט, דאס ווייזט ווער די מידיע איז, און עס ווייזט ווי זיי לאזן אריבער זייער פאליטיקאנטן מיט די ערגסטע זאכן, ווען זייערע קעגענער דערגייען זיי די יארן.

האט מיין חבר ״אלד וויליאמסבורג״ מסביר געווען אז איך בין גארנישט בעסער ווי די מידיע, ווייל איך פאדריי אויך מעשיות, און דער יעניגער האט דאס נישט געזאגט אויף טראמפ סופארטערס, נאר סך הכל אויף טראמפ אליינס, ווי צו זאגן עס איז נישט אזוי געפערליך ווי איך האב עס געמאכט, דערויף האב איך אים גענפערט אז מידיע בייעס געלייגט אין א זייט, דיין מעשה וואס דו פארציילסט איז אויך רעדיקעלעס... און גערנישט לייכטער ווי דאס וואס איך האב בטעות פארציילט.

די מידיע קומט זיך ווייטער פעטש פאר נישט ריפארטן, אבער מיין צווייטע תגובה איז געווען געפאוקעסט צו אויפקלערן אלד ווילי.


יעצט בוידעם טייערע, טראמפ האט זיך ארויסגעכאפט אויף אבאמא א סעיטמענט וואס יעדער פארשטייט וואס ער האט געמיינט, און דו אויך, ווילסט מיר מסביר זיין אז דאס איז גלייך מיט דעם וואס א קאנגרעסמאן האט געזאגט פאר א דערשראקענע 11 יעריג, און איר נאך מער אפגעשראקן???

אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:
"I think you should be concerned," DeSaulnier responded. "This is dangerous stuff. I've said a few times, the most dangerous person in America isn't a terrorist, it's the person who's president of the United States."[/left]


דאס איז נארמאל????
בוידעם
שר ששת אלפים
תגובות: 6639
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוידעם »

זייער.
רצונינו לעשות רצוניך.
קאמפיוטער עקספערט
שר האלפיים
תגובות: 2190
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 18, 2016 8:42 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאמפיוטער עקספערט »

בוידעם האט געשריבן:זייער.

szegény
אוועטאר
אומאפיציעל
שר חמש מאות
תגובות: 546
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 16, 2012 4:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אומאפיציעל »

אנטשולדיגט פארן זיך אריינמישן, אבער דאסמאל בין איך אויף בוידעם'ס זייט. עס איז אנדערש ווען איינער זאגט אז דער פרעזידענט איז מער געפאר ווי א טעראריסט, וואס יעדער קען פארשטיין וואס דאס מיינט, אזוי ווי איך האב געהאלטן אז אבאמא איז מער געפאר פאר אמעריקא ווי די טעראריסטן. ער האלט אז טראמפ גייט חרוב לייגן אמעריקא, און אויף זיינע הענט גייען מיליאנען אימיגראנטן ליידן דאס גיהנם (נעבעך), דער פרעזידענט קען פאקטיש שאדן מאכן פאר אמעריקא און ספעציעל פאר פרעמדע אין אמעריקע מער ווי סיי וועלכער טעראריסט.

א באשולדיגונג אויף א פרעזידענט אז ער האט געגרינדעט די גרעסטע טעראר ארגאניזאציע אין די וועלט איז פיל מער א צודרייטע זאך, און פאדערט אן ערקלערונג אדער אנטשולדיגונג (קען זיין די ערקלערונג איז טאקע געקומען, איך ווייס נישט)

חוץ לזה, יא בוידעם! עס איז זייער א אויפריכטיגער ענטפער געווען פון דעם רעפארטער איר מער צו דערשרעקן (פארגעס נישט זי איז נישט געשטאנען בשעת מעשה, די וואס גיבן איבער די ענטפער קענען עס אביסל לייכטער מאכן), ווייל פאקטיש האלט דער קאנגרעסמאן אז וויפיל זי זאל נאר זיין דערשראקן ווייסט זי נישט וויפיל זי האט זיך נאך באמת צו שרעקן, און ער וויל טאקע אויפרודערן אזעלכע מיידלעך מיט עלטערן פון אזעלכע מיידלעך, אז די לאנד זאל זיך רודערן איבער די "שוידערליכע" מעשים פון דעם פרעזידענט.
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

אומאפיציעל האט געשריבן:אנטשולדיגט פארן זיך אריינמישן, אבער דאסמאל בין איך אויף בוידעם'ס זייט. עס איז אנדערש ווען איינער זאגט אז דער פרעזידענט איז מער געפאר ווי א טעראריסט, וואס יעדער קען פארשטיין וואס דאס מיינט, אזוי ווי איך האב געהאלטן אז אבאמא איז מער געפאר פאר אמעריקא ווי די טעראריסטן. ער האלט אז טראמפ גייט חרוב לייגן אמעריקא, און אויף זיינע הענט גייען מיליאנען אימיגראנטן ליידן דאס גיהנם (נעבעך), דער פרעזידענט קען פאקטיש שאדן מאכן פאר אמעריקא און ספעציעל פאר פרעמדע אין אמעריקע מער ווי סיי וועלכער טעראריסט.

א באשולדיגונג אויף א פרעזידענט אז ער האט געגרינדעט די גרעסטע טעראר ארגאניזאציע אין די וועלט איז פיל מער א צודרייטע זאך, און פאדערט אן ערקלערונג אדער אנטשולדיגונג (קען זיין די ערקלערונג איז טאקע געקומען, איך ווייס נישט)

חוץ לזה, יא בוידעם! עס איז זייער א אויפריכטיגער ענטפער געווען פון דעם רעפארטער איר מער צו דערשרעקן (פארגעס נישט זי איז נישט געשטאנען בשעת מעשה, די וואס גיבן איבער די ענטפער קענען עס אביסל לייכטער מאכן), ווייל פאקטיש האלט דער קאנגרעסמאן אז וויפיל זי זאל נאר זיין דערשראקן ווייסט זי נישט וויפיל זי האט זיך נאך באמת צו שרעקן, און ער וויל טאקע אויפרודערן אזעלכע מיידלעך מיט עלטערן פון אזעלכע מיידלעך, אז די לאנד זאל זיך רודערן איבער די "שוידערליכע" מעשים פון דעם פרעזידענט.

ניין!! אבאמא איז נישט ערגער ווי א טעראריסט, אין קעיס דו ווייסט נישט, טעראריסטן הארגענען מענטשן, און אבאמא מאכט נאר אומבאקוועם פאר די מענטשהייט.
די זעלבע זאל גייט אן מיט טראמפ, ער מאכט באקוועם די וואס האבן פארלעצט די געזען פונעם לאנד, פאר אינפארסן די געזעץ (וואס קיינער פרעגט נישט אפ) ווערט מען נאך נישט קיין טעראריסט, און זיכער נישט ערגער ווי א טעראריסט, עס איז חוצפה צו אזוי זאגן, איך האלט אזוי אפילו ווען מען זאגט עס אויף אבאמא.
צו עס פארגלייכן מיט טראמפס סטעיטמענט איז גאר נעריש, און זיכער ווען ער האט זיך נאכדעם מסביר.

אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32541
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

חא חא ניטאמאל איז בוידעם אויף דיין זייט, בוידעם עגריט אויך אז סיז דא מידיע בייעס...

און אין קעיס דו אדער איינער כאפט נישט, איך האב נישט אזוי ווייט קיין פראבלעם מיט די סטעיטמענט פון דעם קאנגרעסמאן, ער האט ס"ה געוואלט ארויסברענגען א פוינט, און לדעתי האטער זיך שלעכט אויסגעדריקט אבער הו קעירס?! די פראבלעם איז נאר אז ווען טראמפ האט געזאגט אז אבאמא האט גע'פאונדעד אייסיס, האטער אויך נאר געוואלט ארויסברענגען א פוינט, אבער דארט האט די מידיע געמאכט א סקאנדאל דערפון...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
סראלי
שר שמונת אלפים
תגובות: 8745
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 11:22 am
לאקאציע: אין די טריי סטעיט עריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סראלי »

אויף Cnn.com קען מען היינט טרעפן כל ערליי שטותים אפילו וויאזוי דזשאן אליווער האט געמאכט ליצנות פון דזשערעד און איוואנקא, אבער די נייעס וואס פאליטיקאו האט אויפגעדעקט איבער די איראן דיעל איז דאכט זיך נישט צום געפינען עכ״פ אויפ׳ן אויבען אן זיכער נישט

אדרבה, ווער ער טרעפט עס אויף זייער זייטל זאל ביטע מודיע זיין
ישראל אשר בך אתפאר
אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2465
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע: בערך פופצן מינוט אוועק...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלטיאל »

דער קאנגרעסמאן לויפט אויף א פרעזידענטליכע טיקעט?

בלויז נייגעריג...
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32541
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

ניין! אגב דו ביסט נייגעריג אויף אלע קאנגרעססלייט אדער נאר אויף אים?
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2465
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע: בערך פופצן מינוט אוועק...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלטיאל »

איך האב א ליסטע... איכעלעס שיקן אין אישי..

איך טראכט אפשר אז עס קען זיין אז א פרעזידענטליכע קאנדידאט וואס באשולדיגט זיין פארגייער זאל שאפן מער נייעס ווי א קאנגרעסמאן... וואס זאגסטו?
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32541
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

איך זאג אסאך זאכן, אבער פאר מ'גייט צו יענע זאכן וואלטעך געקענט באשטיין צו הערן דיין אפיניען בנוגע די סאבדזשעקט וואס מ'רעדט דא... דו האלטסט אז די מידיע איז בייעסד אדער נישט?
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
קאמפיוטער עקספערט
שר האלפיים
תגובות: 2190
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 18, 2016 8:42 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאמפיוטער עקספערט »

סראלי האט געשריבן:אויף Cnn.com קען מען היינט טרעפן כל ערליי שטותים אפילו וויאזוי דזשאן אליווער האט געמאכט ליצנות פון דזשערעד און איוואנקא, אבער די נייעס וואס פאליטיקאו האט אויפגעדעקט איבער די איראן דיעל איז דאכט זיך נישט צום געפינען עכ״פ אויפ׳ן אויבען אן זיכער נישט

אדרבה, ווער ער טרעפט עס אויף זייער זייטל זאל ביטע מודיע זיין

און אזוי אויך אויף עני פון די מעינסטרים מידיע אפילו נישט אויפען אויבען אן ווי עס באלאנגט
סראלי
שר שמונת אלפים
תגובות: 8745
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 11:22 am
לאקאציע: אין די טריי סטעיט עריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סראלי »

סראלי האט געשריבן:אויף Cnn.com קען מען היינט טרעפן כל ערליי שטותים אפילו וויאזוי דזשאן אליווער האט געמאכט ליצנות פון דזשערעד און איוואנקא, אבער די נייעס וואס פאליטיקאו האט אויפגעדעקט איבער די איראן דיעל איז דאכט זיך נישט צום געפינען עכ״פ אויפ׳ן אויבען אן זיכער נישט

אדרבה, ווער ער טרעפט עס אויף זייער זייטל זאל ביטע מודיע זיין


נאר פאליטיקאו, פאקס, ניו יארק פאוסט און די דעילי מעיל האב איך געפינען שרייבן דערוועגן. ווער עס ווייסט פון נאך מידיא אוטלעטס וואס באריכטן עס ווערט געבעטן אונז מודיע צו זיין
ישראל אשר בך אתפאר
אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2465
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע: בערך פופצן מינוט אוועק...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלטיאל »

וויכטיג מאכער האט געשריבן:איך זאג אסאך זאכן, אבער פאר מ'גייט צו יענע זאכן וואלטעך געקענט באשטיין צו הערן דיין אפיניען בנוגע די סאבדזשעקט וואס מ'רעדט דא... דו האלטסט אז די מידיע איז בייעסד אדער נישט?

דו ווייסט גוט מיין מיינונג אבער פאר דיר וועל איך עס איבער'חזר'ן...

צו זאגן אז "די מידיע" איז בייעס איז ווי צו זאגן אז מוזיק איז אפפ-טאן, די מידיע איז נישט בייעס פשוט ווייל די מידיע איז א שם הכולל פאר נייעס אוטלעטס, צייטונגען, מאגאזינען, רעדיאו, טיווי און וועבסייטס.

נאר וואס יא, אינערהאלב די מידיע זענען דא אוטלעטס וואס זענען בייעסד צו געוויסע צדדים, עס זענען דא וואס זענען בייעסד צו דעמאקראטס און פארהאן וואס זענען גענויגט צו רעפובליקענס, קען זיין אז די דעמאקראטן פארמאגן מער פירמעס בכמות וואס זענען גענויגט אויף זייער זייט אבער דאס מאכט נאך נישט די "מידיע" בייעסד נאכדערצו ווען דו שטעלסט אין קאמפעריסאן סיענען אקעגן פאקס וויפיל צוהערער ביידע פארמאגן.

אין קורצן, עס זענען דא בייעסד מידיע אוטלעטס אויף ביידע זייטן, די דעמאקראטן פארמאגן אפשר מער בכמות אבער באיכות שטייען די רעפובליקאנע נישט שלעכט, פאקס טוט איבערשטייגן מיט זיייערע רעיטינגס סיענען און מסנבס צוזאמען.

איך האב נישט אריינגערעכנט די קאנסערוואטיווע שאוס וואס די צוהערער ציילן זיך אין די שווערע מיליאנען וואס מען פרעדיגט דארט בייעס מיטן ציל פון בייעס אפענערהייט.

פאר אינטרעסאנטקייט ברענג איך א ארטיקל איבער פאקס, עס איז בידך מיט וועלכע גלעזער עס צו ליינען
http://www.alternet.org/media/science-f ... isinformed

מיין מיינונג איבער טראמפ ספעציפיש און זיין פערזענליכע פעיק מידיע מלחמה איז #נמחק
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!
abeg
שר שבעת אלפים
תגובות: 7673
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abeg »

די מידיע מאכט הײנט א שטורעם אז היתכן אמעריקא האט נעכטן ארױפגעלײגט א %24 טעריף אױף געװיסע פראדאקטען פין קאנאדע ר׳ מידיע װי זענט איר געװען לעצטע װאך מיט די שטורעם װען קאנאדע האט ארױפגעלײגט א %24 טעריף אױף געװיסע פראדאקטען פין אמעריקא??
א פייער ברענט אין הארץ פון א יוד

שריי אויס בקול רם
בחר בנו מכל עם
א זכיה צו זיין א יוד
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32541
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

מידיע בייעס? א פאליטיקא ארטיקל זאגט אז מ'זאל זיך נישט אריינרעדן אז די מידיע איז סתם אזוי אין די קלינטאן אדער דעמעקראטן לאגער... דאס איז נישט ווייל די מידיע וויל זיין בייעסד וכד', נאר זיי האבן געמאכט א סטאדי און געטראפן אז די מידיע וואוינט פשוט אין אנדערע געגענטער ווי רוב לאנד... זיי ווייזן אן אז 90 פראצענט פון אנליין פובלישערס, (היינט איז דא מער אינטערנעט מידיע דזשאבס ווי פאפיר דזשורנאליזם דזשאבס) וואוינען אין א געגענט ווי קלינטאן האט געוואונען... און 75 פראצענט וואוינען אין א פלאץ ווי קלינטאן האט געוואונען מיט 30 פראצענט...

זאגן זיי אז סיניש אז די מידיע וויל זיין בייעסד, סיז פשוט א ריזיגע מעדזשארעטי פון פאנדיטס און דזשורנאליסטן ווייסן נישט עפעס אנדערש, זיי גייען ארויס אויפן גאס און "יעדער" האלט ווי זיי... ער גייט אין באר, אין גראסערי, וואו אימער ער גייט נאר זעהטער דעמעקראטן, און קלינטאן שטיצער... אלעס שטומט מיט וואס זיי ליינען און שרייבן... און ווען טראמפ געווינט קענען זיי נישט גלייבן אז ער האט געוואונען לעדזשיט... ס'מוז זיין אז מ'האט עפעס דא מענאווערט...

http://www.politico.com/magazine/story/ ... ast-215048
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
בוחר בשירי זמרה
שר האלפיים
תגובות: 2627
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 26, 2016 10:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוחר בשירי זמרה »

איז זיך פאקס מתעלם פון גרויסע נייעס געשיכטעס ווייל ס'איז אנטקעגן זייער אגענדע?

איך האב דאס נישט געזען דא ברענגען, אדרבה זאל איינער אנצייגן.

און דיין דמיון פון מידיע צו מוזיק -פלטיאל טייערער- איז גראדע געשמאק. פלטיאל בתפארתו #
איר האט הנאה -יעצט בשעת מעשה- פונעם סייט?
קומט אריין דא אצינד, און טראסקעט אריין עפעס
אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5021
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהזוךמיר »

וויכטיג מאכער האט געשריבן:מידיע בייעס? א פאליטיקא ארטיקל זאגט אז מ'זאל זיך נישט אריינרעדן אז די מידיע איז סתם אזוי אין די קלינטאן אדער דעמעקראטן לאגער... דאס איז נישט ווייל די מידיע וויל זיין בייעסד וכד', נאר זיי האבן געמאכט א סטאדי און געטראפן אז די מידיע וואוינט פשוט אין אנדערע געגענטער ווי רוב לאנד... זיי ווייזן אן אז 90 פראצענט פון אנליין פובלישערס, (היינט איז דא מער אינטערנעט מידיע דזשאבס ווי פאפיר דזשורנאליזם דזשאבס) וואוינען אין א געגענט ווי קלינטאן האט געוואונען... און 75 פראצענט וואוינען אין א פלאץ ווי קלינטאן האט געוואונען מיט 30 פראצענט...

זאגן זיי אז סיניש אז די מידיע וויל זיין בייעסד, סיז פשוט א ריזיגע מעדזשארעטי פון פאנדיטס און דזשורנאליסטן ווייסן נישט עפעס אנדערש, זיי גייען ארויס אויפן גאס און "יעדער" האלט ווי זיי... ער גייט אין באר, אין גראסערי, וואו אימער ער גייט נאר זעהטער דעמעקראטן, און קלינטאן שטיצער... אלעס שטומט מיט וואס זיי ליינען און שרייבן... און ווען טראמפ געווינט קענען זיי נישט גלייבן אז ער האט געוואונען לעדזשיט... ס'מוז זיין אז מ'האט עפעס דא מענאווערט...

http://www.politico.com/magazine/story/ ... ast-215048

אה, יעצט פארשטיי איך שוין געוויסע ניקס. זיי וואוינען אויך דארט, אויף יענעם פלאנעט.
Get your facts first, then you can distort them as you please.
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”