צווישן אונז גערעדט, טראמפ - קלינטאן

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
זאל ער קומען
שר האלף
תגובות: 1955
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 04, 2011 12:25 am
לאקאציע: בעיקבתא דמשיחא

צווישן אונז גערעדט, טראמפ - קלינטאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאל ער קומען »

אנטשולדיגט, דו ביזט אפשר געבוירן אויף די באן? קודם מאך צו די טיר זיי מוחל און נאכדעם זעצט אייך ביטע, און לאמיר רעדן שטיל, ווייל וואס מ'רעדט אין וועגעס סטעיס אין וו...וואו?

ביי מיר איז אנגענומען אז שטיל ווען קיינער הערט נישט, ווייסט יעדער דא די מעלות און חסרונות פון סיי טראמפ און סיי קלינטאן באאאאאאאאאאא... שא.. לאק איר אפ... נעווער טראמפ...(שטיל, מ'פירט זיי ארויס יעצט, אף די קאמערא).

וואלט איך געוואלט בעטן אן זיך טענה'ן אויף די שטותים, לאמיר קומען צוים פוינט, איז אזוי.

צו טראמפ איז יא אדער נישט משוגע, ווייס מיר די ענטפער אז יא, קען זיין איינער רופט עס אנרופן מיט אן אנדערע נאמען נישט משוגע, נאר אן אטענשן סיעקער, א בעבי, א היפאקריט, אבער מ'רעדט מיר ביידע פון די זעלבע זאך, סא לאמיר אנרופן דעם טאטער ביים נאמען, ער איז א משוגענער, קיינער דא וואלט אים נישט געדארפט פאר קיין מחותן, קם אן, בי אנעסט.

און מ'קען מיר אלע זיינע מעלות, ער איז א אייזערנע מארקעטער, אן אנדרייער, א ביזנעסמאן (יא ירושה נישט ירושה, גוט נישט גוט, ער איז עס) איך קען אים זען זען א פיינע ראש הסדרנים, אבער מיט פרינציפן און פלענער, ווי העלטקעיר סעקיוריטי, אא"וו, האט ער נישט קיין שום אינטערעס, אבער! אזוי ווי ער האט געוויסט אז צוגעווינען מוז ער די זאכן צושטעלן, האט ער נישט קיין פראבלעם עס צו טון, און ער וועט לכאורה האלטן ווארט, אפשר טעקסעס איז אים יא נוגע (אבער נישט ווייל עס גייט אים אין לעבן צו העכערען די רייכע.

יעצט צום מחותן'סטע (כ'בעט דיך..) מ'קען מיר איר אלע גוט, זי האט געהייסן א סוקסוספולע סענעטאר (וואטעווער דעט מינס) א געבראטענע ליגנער ווי איר מאן און ווי אלע פאלעטישנס, און איז מסתם נישט שולדיג אויף קיין שום זאך וואס האט פאסירט אין די אבאמא אדמינעסטראטיע, קוים געהאט א ווארט מסתם, מקען ביינאיר האבן א טובה פאר די רייט פרייס עני טיים, איז גענויגט לינקס אדער רעכטס, ווענד זיך וואס דער עולם דארף עט די מאמענט, און וואס איר ברענגען מער בענעפיט, וואס איז מער לינק ווי רעכט, אויסער דעם לכאורה נישט קיין שום פראבלעם מיט גארנישט.

אויב האלטסטו נישט אזוי, קענסטו שוין גיין, אונז רעד מיר מיט מענטשן וואס האלטן יא אזוי, און איך גלייב אז תוך תוך פארשטייט יעדער אזוי, איז לאמיר אננעמען אז דו האלטס אויך אזוי, אז נישט זאג קיינעם נישט אויס.

אונזער שאלה איז, ווער וואלט באמת גוט געווען פאר אידישע אינטערעסן, אונזערע רעד איך נישט איזראעל, אן ענטפערן משוגענער ער גייט שיסן אטעם באמבעס, און זי גייט אויסהרג'ן גאנץ אמעריק, לאמיר רעדן תכלית, עכטע פוינטס און מיט א סברה דערצו.

איך וועל אפשר שפעטער שרייבן וואס איך האלט, איך האב עס נאכנישט דורך געטון אבער כ'האב געוואלט אנהייבן די נושא.

נא לאמיר הערן קלינטאן און טראמפ, אבער פליז, ווער עס וויל פליקן אריין און בוטשער סטא.. כמיין אריין אין פליקן אשכול, ס'איז דא גענוג, דא פרובירט לאזן הערן דברים של טעם, וואס איז נוגע כלל ישראל, אלעס איז ביד השם, אבער לשם שמועסן און פארשטיין.

קודם איר, ס'איז יעצט איר אושפוזן.
גראדע ר' ישעי'לע פלעגט זאגן א גוי דארף נעמען, און קלינטאן איז אלעמאל גרייט, מ'האמיר געהאט פון זיי לכאורה א טובה ביי די פארדאנס מייך איך נישט אזוי?
וועט זי בלייבן מיט די קראנקע העלט קעיר סיסטעם? ס'איז נישט פאפולער, און זי מיינט נאר כבוד, וועט זי עס טוישן?
כ'גלייב נישט זי גייט האבן א פראבלעם מיט א מלחמה מיט איסלאמער טעראריסטן, אפשר יא?
קיין וואנט גייט זיך נישט בויען, איז עס אונז אזוי ווייט נוגע?
גלאבאלע ווארמינג האמיר נישט קיין פראבלעם ווייל איך גיי אין קאנטרי אויף די צווייטע האלב.
וועלכע נושאים איז אונז נוגע נאך, נארישע געזעצן? כ'גלייב נישט ער גייט עפעס טון אנדערש ווי איר, אפשר יא?
סופרים קארט ריכטער, איז עס טאקע אזא פראבלעם פאר אונז? אדער נאר דערשראקענע מעשיות
וואס נאך, טעקס? אונז אזוי נוגע? איז איר מאן אזוי שלעכט געווען?
טשיינא? טרעידס? נוגע פאר אונז אזוי שטארק, און איז אונז אזוי שלעכט דערוועגן?

און טראמפ, אויב גייט ער טון וואס ער זאגט גייט אזוי גוט זיין? און גייט ער דען טון, וואס יא און וואס נישט, לויט ווי ס'קוקט אויס
וואנט, טעקס, סעקיוריטי, טרעיד, העלטקעיר, נאטא אא"וו.
און איז בלומבערג וואס האט געטון געווען בעסער? אדער נישט טון איז בעסער? אמער דעוויד דינקענס? אבער אמער דשוליאני?

לאמיר הערן.

מיט דאנק
זאלער, וואס וועט זיין מיט אפאר דאלער...
שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2907
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאהן הענניטי »

זייער שיין, בפרט די הקדמה.

איך זעה אז אייסיס איז א קאנסערן ביי דיר. לגבי די בארדער ביסטו נישט איבערצייגט.

ווען איך האב ווען בייזע כוונות אנטקעגן אמעריקע, די גרינגסטע וועג אריין וואלט מיר געווען דורך מעקסיקא. וואס האלטסטו?
פארבינדן
שר האלפיים
תגובות: 2433
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 18, 2015 6:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארבינדן »

דעתי נוטה אז קלינטאן וועט זיין פיל בעסער פאר "היימישע" אידישע אינטערעסן בעיקר צוליב די פראגראמן און בענעפיטן וואס זי זאגט פאר צו שטיצן

כאטש באמת לאמיתו זענען די פראגראמען נישט קיין טובה אין די לאנג ראן, ווייל עס האלט אפ פון זיך צו שטופן צו א העכערע פאזיציע ווייל דאן וועט מען פארלירן פוד סטעמפס, וואוטשערס, חלק שמונה, א. א. וו. אבער למעשה וואלטן טויזנטער אחינו בני ישראל מיט קינדער געבענטשעטע פאמיליעס ח"ו ממש פושט רגל געווען ווען נישט די פעטע פראגראמען
פאר קריטיק דריקט דא
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9171
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

איז אזוי
כמעט אלע אישאס אויף די פעדעראל לעוועל וואס איז נוגע פאר נישא-אידן איז אויף נוגע פאר אידן. למשל, טעקסעס, גאן קאנטראל, העלט קעיר, טרעיד, אימיגרעישאן א.א.וו. און ביידע זייטן האבן מעלות און חסרונות.
מ'קען נישט דיסקאסירן ווער ס'איז בעסער פאר אידן איידער מ'ווייסט וואס אידן ווילן. און כמובן, וואס איז גוט פאר איינעם קען זיין שלעכט פאר א צווייטן.
נעם למשל אימיגרעישאן. זענען דא מאנכע וואס ווילן די גרעניצן פארשלאסן חוץ אין אויסנאמס פעלער אזוי ארום אפצוהאלטן פארברעכער פון אריינדרינגן אהער. אנדערע וועלן האלטן אז מ'דארף יא ערלויבן אימיגראציע ווייל אזוי וועלן אידן וואס דארפן, זיך קענען אהערציען, און זאל מען אויסגעבן מער געלט צו קאנטראלירן די וואס קומען אריין.
אזוי קען מען דעבאטירן יעדע אישא , צו ס'איז גוט פאר אידן אדיר נישט. על כן וואלט די טעמע געדארפט זיין וואס איז גוט פאר אידן, און איינמאל דאס איז קלאר קען מען זעהן ווער ס'שטעלט זיך די מערסטע צו צו אונזער געברויכן
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

מיין מיינונג, די מעלה פון אידן (מאטעריאליסטיש גערעדט...) איז אדאפטיוו. מיר האבן זיך אויסגעלערנט אין יעדע מדינה און קולטער די סודות פון מצליח זיין בס"ד. וויטשעווער וועי יו טוויסט אר טורן איט, וועלן מיר בע"ה זיין אויף די מוצלח'דיגע וועג.
שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2907
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאהן הענניטי »

@ווינקל, עבסעלוטלי
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

ווינקל האט געשריבן:מיין מיינונג, די מעלה פון אידן (מאטעריאליסטיש גערעדט...) איז אדאפטיוו. מיר האבן זיך אויסגעלערנט אין יעדע מדינה און קולטער די סודות פון מצליח זיין בס"ד. וויטשעווער וועי יו טוויסט אר טורן איט, וועלן מיר בע"ה זיין אויף די מוצלח'דיגע וועג.

וואס וועסטו טוהן ווען עס וועט יעדע צווייטע טאג זיין א טעראר אטאקע אין ניו יארק (היל"ת), כדוגמת אייראפע?

--

זאלער, הערליכע ארבעט!
חלהדעקל
שר האלף
תגובות: 1247
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 4:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלהדעקל »

@פארבינדן, אונטער בוש השני איז גראדע אסאך געוואקסן די ס"ה פון די טעקס רעטורען'ס סוף יאר פאר קינדער געבענטשטע פאמיליעס,
1 + 1 = חלה דעקל...
יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעלע קליגער »

דאס איז דאך געשען אונטער אבאמא'ס בעילאוט פראגראם.
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.
אוועטאר
זאל ער קומען
שר האלף
תגובות: 1955
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 04, 2011 12:25 am
לאקאציע: בעיקבתא דמשיחא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאל ער קומען »

שאהן הענניטי האט געשריבן:זייער שיין, בפרט די הקדמה.

איך זעה אז אייסיס איז א קאנסערן ביי דיר. לגבי די בארדער ביסטו נישט איבערצייגט.

ווען איך האב ווען בייזע כוונות אנטקעגן אמעריקע, די גרינגסטע וועג אריין וואלט מיר געווען דורך מעקסיקא. וואס האלטסטו?

כ'האב נישט געברענגט אלעס, איך האלט גארנישט כ'פרעג, אדרבה וואס האלטסטו, טראמפ גייט פארמאכן די בארדערס? קען זיין, און וואס וועט זיין מיט די ארבעטער וואס מ'נוץ מיר אלע?
זאלער, וואס וועט זיין מיט אפאר דאלער...
אוועטאר
זאל ער קומען
שר האלף
תגובות: 1955
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 04, 2011 12:25 am
לאקאציע: בעיקבתא דמשיחא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאל ער קומען »

פארבינדן האט געשריבן:דעתי נוטה אז קלינטאן וועט זיין פיל בעסער פאר "היימישע" אידישע אינטערעסן בעיקר צוליב די פראגראמן און בענעפיטן וואס זי זאגט פאר צו שטיצן

כאטש באמת לאמיתו זענען די פראגראמען נישט קיין טובה אין די לאנג ראן, ווייל עס האלט אפ פון זיך צו שטופן צו א העכערע פאזיציע ווייל דאן וועט מען פארלירן פוד סטעמפס, וואוטשערס, חלק שמונה, א. א. וו. אבער למעשה וואלטן טויזנטער אחינו בני ישראל מיט קינדער געבענטשעטע פאמיליעס ח"ו ממש פושט רגל געווען ווען נישט די פעטע פראגראמען

טראמפ דאכצ'ך זאגט אויך נישט צו טשפען די ארימע, דו האלטס אז ס'גייט זיין א חילוק? כ'חלה דעקל.
זאלער, וואס וועט זיין מיט אפאר דאלער...
אוועטאר
זאל ער קומען
שר האלף
תגובות: 1955
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 04, 2011 12:25 am
לאקאציע: בעיקבתא דמשיחא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאל ער קומען »

דריידל האט געשריבן:איז אזוי
כמעט אלע אישאס אויף די פעדעראל לעוועל וואס איז נוגע פאר נישא-אידן איז אויף נוגע פאר אידן. למשל, טעקסעס, גאן קאנטראל, העלט קעיר, טרעיד, אימיגרעישאן א.א.וו. און ביידע זייטן האבן מעלות און חסרונות.
מ'קען נישט דיסקאסירן ווער ס'איז בעסער פאר אידן איידער מ'ווייסט וואס אידן ווילן. און כמובן, וואס איז גוט פאר איינעם קען זיין שלעכט פאר א צווייטן.
נעם למשל אימיגרעישאן. זענען דא מאנכע וואס ווילן די גרעניצן פארשלאסן חוץ אין אויסנאמס פעלער אזוי ארום אפצוהאלטן פארברעכער פון אריינדרינגן אהער. אנדערע וועלן האלטן אז מ'דארף יא ערלויבן אימיגראציע ווייל אזוי וועלן אידן וואס דארפן, זיך קענען אהערציען, און זאל מען אויסגעבן מער געלט צו קאנטראלירן די וואס קומען אריין.
אזוי קען מען דעבאטירן יעדע אישא , צו ס'איז גוט פאר אידן אדיר נישט. על כן וואלט די טעמע געדארפט זיין וואס איז גוט פאר אידן, און איינמאל דאס איז קלאר קען מען זעהן ווער ס'שטעלט זיך די מערסטע צו צו אונזער געברויכן

נא אדרבה שטעל דעם טאן, וואס האלטסטו איז אין אידישע אינטערסן?
זאלער, וואס וועט זיין מיט אפאר דאלער...
אוועטאר
זאל ער קומען
שר האלף
תגובות: 1955
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 04, 2011 12:25 am
לאקאציע: בעיקבתא דמשיחא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאל ער קומען »

ווינקל האט געשריבן:מיין מיינונג, די מעלה פון אידן (מאטעריאליסטיש גערעדט...) איז אדאפטיוו. מיר האבן זיך אויסגעלערנט אין יעדע מדינה און קולטער די סודות פון מצליח זיין בס"ד. וויטשעווער וועי יו טוויסט אר טורן איט, וועלן מיר בע"ה זיין אויף די מוצלח'דיגע וועג.

יא נצח ישראל לא ישקר, דו רעדסט שוין וויאזוי מ'וועט זיך אן עצה געבן, דאס בין איך נישט באזארגט, פארלאז דיך אויף אונזערע ברודערלעך מיטן אייבערשטנס הילף, די שאלה איז, מ'איז אזוי ביזי מיט די קאנידאטן און פארטייען, וואס איז טאקע אונזער טובה, די פאליטיג אין דער זייט געלייגט.

מה פתאום??? האט געשריבן:
ווינקל האט געשריבן:מיין מיינונג, די מעלה פון אידן (מאטעריאליסטיש גערעדט...) איז אדאפטיוו. מיר האבן זיך אויסגעלערנט אין יעדע מדינה און קולטער די סודות פון מצליח זיין בס"ד. וויטשעווער וועי יו טוויסט אר טורן איט, וועלן מיר בע"ה זיין אויף די מוצלח'דיגע וועג.

וואס וועסטו טוהן ווען עס וועט יעדע צווייטע טאג זיין א טעראר אטאקע אין ניו יארק (היל"ת), כדוגמת אייראפע?

--

זאלער, הערליכע ארבעט!

א דאנק פאר די קאמפלימענטא, ווי האט ר' יענקעלע זי"ע געזאגט דעם בדחן, מיר ביידע ווייסן גוט אז דו האסט עס נישט געמיינט ערנסט, אבער ס'האט מיט דאך געשמעקט, נאדיר א צוואנציגער שבת געלט.

דו האלסט אז אין אזא מצב גייט קלינטאן שלאפן?
זאלער, וואס וועט זיין מיט אפאר דאלער...
שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2907
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאהן הענניטי »

זאל ער קומען האט געשריבן:
שאהן הענניטי האט געשריבן:זייער שיין, בפרט די הקדמה.

איך זעה אז אייסיס איז א קאנסערן ביי דיר. לגבי די בארדער ביסטו נישט איבערצייגט.

ווען איך האב ווען בייזע כוונות אנטקעגן אמעריקע, די גרינגסטע וועג אריין וואלט מיר געווען דורך מעקסיקא. וואס האלטסטו?

כ'האב נישט געברענגט אלעס, איך האלט גארנישט כ'פרעג, אדרבה וואס האלטסטו, טראמפ גייט פארמאכן די בארדערס? קען זיין, און וואס וועט זיין מיט די ארבעטער וואס מ'נוץ מיר אלע?

צאמווינגסטענס רעדט ער דערפון, עס איז אויף זיין אגענדע. ביי די דעמס., נישט נאר איז עס נישט קיין פראבלעם, עס איז גאר א טאלקינק פוינט אויף פארקערט.

מאנטאג האב איך אריינגטשיפט צום קאנווענשאן (לייוו פיעד) אויף אפאר מינוט, צו מיין גרויס שטוינינג האט דארט עפעס א פרוי-רעדנער ארויסגעברענגט אלץ א מעלה פון זיי, אז מיר גייען נישט חלילה טאטשן די אימיגראנטן אישו וואס איז פון אונזערע קאור וועליוס בלא בלא, נישט ווי די רעפובליקאנער וגו'.

צום הונדערסטען מאל, מ'רעדט נישט פון טוהן עפעס קעגן געזעץ, בלויז אינפארסירן די עקזיסטירנדע געזעצן, נאך איידער בויען א וואנט.

עניוועי, מרעדט צום וואנט דארט. די גרעניצ-לאזע אישו איז לדעתי סאך שרעקעדיגער ווי סיי וואס. א רחמנות אויף בין לאדין, אז ער איז שוין נישטא. ער וואלט נישט געדארפט דורכגיין אזא קאמפליצירטע פרוצידור צו אימפארטירן זיינע רוצחים אויף אויסצופירן די 9-11 אטאקעס, ער דארף בלויז כאפן א היטש קיין מעקסיקאו.

איך בין נישט משיג וויאזוי טייל זענען דעיס נישט משיג.
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

זאל ער קומען האט געשריבן:
מה פתאום??? האט געשריבן:
ווינקל האט געשריבן:מיין מיינונג, די מעלה פון אידן (מאטעריאליסטיש גערעדט...) איז אדאפטיוו. מיר האבן זיך אויסגעלערנט אין יעדע מדינה און קולטער די סודות פון מצליח זיין בס"ד. וויטשעווער וועי יו טוויסט אר טורן איט, וועלן מיר בע"ה זיין אויף די מוצלח'דיגע וועג.

וואס וועסטו טוהן ווען עס וועט יעדע צווייטע טאג זיין א טעראר אטאקע אין ניו יארק (היל"ת), כדוגמת אייראפע?

--

זאלער, הערליכע ארבעט!

א דאנק פאר די קאמפלימענטא, ווי האט ר' יענקעלע זי"ע געזאגט דעם בדחן, מיר ביידע ווייסן גוט אז דו האסט עס נישט געמיינט ערנסט, אבער ס'האט מיט דאך געשמעקט, נאדיר א צוואנציגער שבת געלט.

דו האלסט אז אין אזא מצב גייט קלינטאן שלאפן?

הייבסט אהן מיט די קאמפלעקסעס..

--

אבאמא און קלינטאן שלאפן דערווייל, ס'איז דאך נישט קיין טעראר ס'גאן'ס... וואס גייט זיין דעמאלטס ווייס איך נישט.
אוועטאר
פאליק
שר ששת אלפים
תגובות: 6836
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אין אוועל אפיס ביי די גאלדענע טעפיך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליק »

ווען מען האט נעכטן געזעהן וואספארא שונא פאר חרדישע אידן מיט די היטן האט אויסגערימט הילערי קלינטאן איז שוין א חלק פארענטפערט

גראדע האט ר' משה דוד ניעדערמאן דערציילט אז ווען ער האט אמאל גערעדט מיט הילערי קלינטאן שוין זייענדיג סעקרטערי אויף סטעיט וועלענדיג האבן עפעס פראטעקציע האט זי זיך געמאכט כאילו לא ידע את יוסף
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

זאל ער קומען האט געשריבן:
ווינקל האט געשריבן:מיין מיינונג, די מעלה פון אידן (מאטעריאליסטיש גערעדט...) איז אדאפטיוו. מיר האבן זיך אויסגעלערנט אין יעדע מדינה און קולטער די סודות פון מצליח זיין בס"ד. וויטשעווער וועי יו טוויסט אר טורן איט, וועלן מיר בע"ה זיין אויף די מוצלח'דיגע וועג.

יא נצח ישראל לא ישקר, דו רעדסט שוין וויאזוי מ'וועט זיך אן עצה געבן, דאס בין איך נישט באזארגט, פארלאז דיך אויף אונזערע ברודערלעך מיטן אייבערשטנס הילף, די שאלה איז, מ'איז אזוי ביזי מיט די קאנידאטן און פארטייען, וואס איז טאקע אונזער טובה, די פאליטיג אין דער זייט געלייגט.

חח ס'איז אמת, אבער נישט דאס האב איך געמיינט. כ'רעפעריר צו פאלעסיס. אויב פעטער שמואל האט מחליט געווען אז ער צאלט רענט, די גראסערי, און דעם דאקטער, איז אונז בעסער געווען ווי מער ס'גייט אויף זיין קאנטע, אויב מאכט ער ווייסע קאליר קריעם אזוי הויך אז ס'לוינט נישט ארויפצוגיין, איז בעסער פאר אונז אז ער גיבט ווי ווייניגער, ווייל אזוי ברענגט עס אראפ די פרייזן וכו'.
שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2907
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאהן הענניטי »

ווינקל האט געשריבן:
זאל ער קומען האט געשריבן:
ווינקל האט געשריבן:מיין מיינונג, די מעלה פון אידן (מאטעריאליסטיש גערעדט...) איז אדאפטיוו. מיר האבן זיך אויסגעלערנט אין יעדע מדינה און קולטער די סודות פון מצליח זיין בס"ד. וויטשעווער וועי יו טוויסט אר טורן איט, וועלן מיר בע"ה זיין אויף די מוצלח'דיגע וועג.

יא נצח ישראל לא ישקר, דו רעדסט שוין וויאזוי מ'וועט זיך אן עצה געבן, דאס בין איך נישט באזארגט, פארלאז דיך אויף אונזערע ברודערלעך מיטן אייבערשטנס הילף, די שאלה איז, מ'איז אזוי ביזי מיט די קאנידאטן און פארטייען, וואס איז טאקע אונזער טובה, די פאליטיג אין דער זייט געלייגט.

חח ס'איז אמת, אבער נישט דאס האב איך געמיינט. כ'רעפעריר צו פאלעסיס. אויב פעטער שמואל האט מחליט געווען אז ער צאלט רענט, די גראסערי, און דעם דאקטער, איז אונז בעסער געווען ווי מער ס'גייט אויף זיין קאנטע, אויב מאכט ער ווייסע קאליר קריעם אזוי הויך אז ס'לוינט נישט ארויפצוגיין, איז בעסער פאר אונז אז ער גיבט ווי ווייניגער, ווייל אזוי ברענגט עס אראפ די פרייזן וכו'.

דארף מיר אריבערברענגען די עניגמע קאוד דעשיפרירער, צו געוואויר ווערן די דעפיניציע.

לאל
אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4555
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 20, 2015 6:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן נון »

איך האב נישט עכט וואס צו אריינרעדן דא, נאר זיך צוהערן.

אבער אזויפיל יא, א גרויסן ישר כח מיסטער זאלער, איך האב זייער הנאה פון די אשכול!
איך פרעג נישט ווייל איך וויל אפפרעגן, איך פרעג ווייל איך וויל וויסן.
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3762
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

בן נון האט געשריבן:איך האב נישט עכט וואס צו אריינרעדן דא, נאר זיך צוהערן.

אבער אזויפיל יא, א גרויסן ישר כח מיסטער זאלער, איך האב זייער הנאה פון די אשכול!

כבן נון, יישר כח זאלער פארן אראפשטעלן די פונדאמענטל קאנסערנינג פוינטס, ומשם יפרד והיה לארבעה ראשים, צוויי אידן פיר מיינונגען.

באמת איז נישט רעאליסטיש צו רעכענען וואס איז באמת גוט פאר אידן, ווייל ראטשילד און מאנטיפיורע האבן מצליח געווען אונטער די שווערסטע ביזנעס רעגולאציעס, שווערער ווי די גרעסטע דעמאקראטישע פלאטפארמע קען נאר מאכן. נאר וואדען, ווינקל האט דאך שוין ערווענט אז מיר האבן אייביג געטראפן א וועג ארויס / אריין בעזרת ה׳.

ומאידך גיסא איז היינט שווערער זיך צו באהאלטן פונעם יוסטיץ דעפארטמענט ווי סיי ווען, עס איז דא א עין רואה אויף אלעס וואס מען טוט, וטשעיס באנק יוכיח.

סאו, שווער צו זאגן וואס איז טאקע גוט פאר אידן. לב מלכים ושרים ביד ה׳.

מיין חלום ווילסטו וויסן?! קלינטאן אידעך פלעקסיבל ווי וואטע, זי אלס פרעזידענט, מיט א שטארקע רעפאבליקאנער קאנגרעס, וואלט געווען גאנץ גוט, באלאנסירט אויף א פאזיטיוון אופן. וואס זאל איך טוהן אז טראמפ אלס פרעזידענט איז מיר א קאשמאר, ער וועט אויסנוצן זיין עקזעקיטיוו פאוער אויף א מאסיוון אופן, תוצאותיו מי ישורנה.
געשטימט פאר ראשעק הול
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9177
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

א דאנק זאלער פאר די אשכול!

ווער עס ווייסט בין איך שטארק מחשיב די טאלאנטען פון דאנעלד טראמפ, כ׳האב עס מן הסתם געשריבען אין די 2016 פרעזידענטליכע פריימערי אשכול גלייך ווען טראמפ האט געלאזט וויסען אז ער לויפט.

יא, ער איז משוגע לכמה דברים אבער דאס נעמט נישט אוועק זיין גראדע מהלך פון טראכטען זיין שטארקייט זיין פירערשאפט.
מען קען אים נישט פארדרייען א קאפ, ער פירט אייביג די קאנווערסעישען, ער איז א מאשין פול אוף ענערזשי.

זיינע קאמפעניס זענען אייביג די טאפ אוף די ליין און טאפ נאטש, זיין קאמען סענס סעלושענס צו קליינע אדער גרויסע פראבלעמען איז געוואלדיג, דאס איז חוץ די כאריזמע וואס איך און א סך אנדערע זעהען אין אים.

איך האלט אז די לאנד קען ניצען א געלונגענער מענטש וואס זאל נידערן מיט כאטש האלב די קעראפשען און ביוראקרעסי אין וואשינגטאן.

הילערי איז א שוואכע אומגעלונגענע פרוי מיט א טראק פוהל מיט קעראפשען מיט ליגענטס, שרייט ווי א נער און אפעלירט נישט צו קיינעם.

אבער לגבי מיך אלס איד, איך מיין אז הילערי וועט זיין בעסער פאר אונז, סטאטוס קווא קען זיין א בעסערע וועג פאר אונז. ווילאנג אונז זעמיר דא פאר צייטווייליג און אמעריקע איז נאר אונזער גאסטהויז פאר דערווייל. אונז דארף מיר א דיסענט זשאסטיס סיסטעם און נישט טאפ נאטש. אונז דארף מיר הילף מיט אלע סאושעל פראגראמען ליידער ליידער. אונז דארף מיר הילף פאר אונזערע ישיבות און פארפאלען זי גייט עס ענדערשטער צושטעלן און זי האט אונז שטארק געהאלפען ביי די סקווירא פרשה.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
מלה בסלע ודי לחכימא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 480
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 23, 2015 1:07 pm

צום קעפל!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מלה בסלע ודי לחכימא »

ייש״כ פארן מייסד האשכול ב״ה דערווייל איז נאך רואיג דא כ״י.

איר האט געשריבען זייער שכל׳דיג,איך האב אפאר הערות וואס איך האב נישט קיין צייט (ליין געדולד) עס אראפ צושרייבען.

איין זאך דינג איך מיך שטארק מיט דיר, שרייבסט אז ״קיינער דא וואלט אים נישט געדארפט אלץ מחותן״.
איך קען אסאך מענטשען וואס האבן געזוכט א מחותן אפילו א גרעסערע צורידעטער ווי טראמפ ווילאנג יענער האט אפאר דאללאר אפילו ווייניגער ווי טראמפ.
אוועטאר
זאל ער קומען
שר האלף
תגובות: 1955
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 04, 2011 12:25 am
לאקאציע: בעיקבתא דמשיחא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאל ער קומען »

מלה בסלע ודי לחכימא האט געשריבן:ייש״כ פארן מייסד האשכול ב״ה דערווייל איז נאך רואיג דא כ״י.

איר האט געשריבען זייער שכל׳דיג,איך האב אפאר הערות וואס איך האב נישט קיין צייט (ליין געדולד) עס אראפ צושרייבען.

איין זאך דינג איך מיך שטארק מיט דיר, שרייבסט אז ״קיינער דא וואלט אים נישט געדארפט אלץ מחותן״.
איך קען אסאך מענטשען וואס האבן געזוכט א מחותן אפילו א גרעסערע צורידעטער ווי טראמפ ווילאנג יענער האט אפאר דאללאר אפילו ווייניגער ווי טראמפ.

זיי זיכען באין ברירה... אבער דארפן? דאס שוין נישט.
זאלער, וואס וועט זיין מיט אפאר דאלער...
אוועטאר
זאל ער קומען
שר האלף
תגובות: 1955
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 04, 2011 12:25 am
לאקאציע: בעיקבתא דמשיחא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאל ער קומען »

זייער אינטערסאנט, מטעמים און אויך צולייגען וואלטן געוואלט זען א קלינטאן פרעזעדענסי פאר עטליכע סיבות, וואס זי וועט בעסער זיין פאר אחינו בני ישראל.

שאהן, פתאום, און פאליק, וואלטן געוואלט זען א טראמפ פרעזעדענסי, אלץ די סיבה אז קלינטאן וועט זייען ערגער פאר אחינו בני ישראל לויט זיי, משום כמה סיבות.
עפעס מאכט זיך שוין דא.

וואלט מען לכאורה געדארפט אפיר נעמען אישו נאך אישו, און זען וואס עס וואלט געווען בעסער פאר אונז בכלל, און דאס גייט שוין אריין אין דעמאקראטן ראפאבליקאנער דיבאטע ווער עס איז בעסער בכלל, און דא האמיר זייערע פערזענליכקייטן וואס איז באמת די שאלה צו זיי גייען טון וואס זיי זאגן אדער נישט, וואס טוישט נאכמאל די אישו.
זאלער, וואס וועט זיין מיט אפאר דאלער...
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”