וויי געשריי איבער גזירת גיוס - פראטעסטן, קול קורא'ס, און נאך

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6360
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

תגובה דורך טריסקער »

שעפעלע, כ'האב געליינט נא_שכל'ס קוואוט.

רצון'ס קאנספיראציע איז אן עכטע נעווער טראמפ סטייל קאנספיראציע...
רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2288
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובה דורך רצון טוב »

טריסקער האט געשריבן:
רצון טוב האט געשריבן:די חרדישע סייט'ס זענען אפיציעל א לאנגע האנט פינעם מדינת ישראל מיליטער אריין צו די חרדישע וועלט
ס'איז א אפיציעלע פלאטפארמע צו הייבן די מגייסים, און צו דערנידערן די לוחמים קעגן מדינת ישראל מיליטער

די זעלבע ווי די טראמפ טייס צו רוסלאנד...

עס איז מיר שווער צו גיין מלקט זיין אלע ציטאטען, אבער הודעות און בענער'ס צו רייצן דעם עולם צו גיין אין מיליטער איז דארט דא איבער'ן קאפ,
ס'גלייבט זיך נישט אז בנדבת לבם טוען זיי אומזיסטע מארקעטינג פארן מיליטער פון גוג ומגוג, זיי זענען ווייזט אויס אויף פעיראול.
טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6360
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

תגובה דורך טריסקער »

זיי האבן געראטן צו גיין אין מיליטער אין דעם באריכט? וואו זעהסטו אזא זאך אין דעם באריכט?
רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2288
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובה דורך רצון טוב »

טריסקער האט געשריבן:זיי האבן געראטן צו גיין אין מיליטער אין דעם באריכט? וואו זעהסטו אזא זאך אין דעם באריכט?

מיין תגובה האט זיך נישט מייחס געווען צו דעם פרטישער באריכט.
רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2288
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובה דורך רצון טוב »

לדוגמא וואס איך טרעף יעצט
איז דער עד וואס איז א אפטער עדווערטייזמענט

13019966446179701097.gif
13019966446179701097.gif (30.31 KiB) געזען 2746 מאל
טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6360
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

תגובה דורך טריסקער »

איך פארשטיי.

יעצט נעם דיר גוט אריין אין קאפ, נישט קיין חילוק צו זיי באקומען באצאלט פון די פאליציי און פונעם מיליטער צו נישט, זיי ברענגען דיר נאר אראפ דברים כהווייתן. זיי האבן נישט מער איינגעשטויסן מיט דעם ווי מיט יענעם, זיי זענען נישט אויף קיינעם'ס זייט, נאר דא שרייבן זיי אזוי ווייל ווען איינער רעגט דיר אויף וועסטו אויך שרייבן אויף יענעם אזוי, דא האבן די עקסטרעמע 'פלג הירושלמי' גוט אויפגערעגט די נייעס ברענגער פון דעם סייט אן אט זענען די תוצאות, איך וואלט אויך נישט געשריבן אנדערש ווי דעם אויף דעם ווילדע קבוצה.
רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2288
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובה דורך רצון טוב »

די חרדישע אינטערנעט גייט מיט א טריט ווייטער און באקלאגט זיך אז די רשעות פון די פאליציי קעגן די מוחים אויף גזירות איז צו מילד מען דארף נייע מיטלען קעגן זיי
אט האט איר פון די 'קאפאוס' 2017

אך אם באמת רוצה המשטרה לפנות ביעילות את כל המפגינים,
כדאי פשוט להביא כלבים. לא חלילה לשסות כלבים באנשים, או כל פעולה שנראית ומצטלמת לא טוב.
מספיק להביא שוטרים (לא שוטרות, כדלעיל) אשר מחזיקים ברצועה כלבים זמומים כחוק. כלבים קטנים עד בינוניים, לא יותר מזה.
אפשר אפילו פודלים. כידוע, רווח בציבור החרדי פחד קמאי מפני כל בעלי החיים, ובמיוחד מכאלה שנושכים (בפוטנציאל) ונובחים

אלה בסוסים ואלה ברכבים, ואת ההפגנות בפודלים נפזר. ריצה קלה לכיוון המפגינים, וכאחוזי דיבוק ירוצו אלה מן הכבישים לחפש מקומות בטוחים על עצים.




דער שרייבער העצנדיג קעגן אידישע ברודער ברענגט צו א בילד ממחיש צו זיין די געניאלע בייפאל

revlp8rf__w470h289q95.jpg
לעצט פארראכטן דורך רצון טוב אום מאנטאג מארטש 20, 2017 10:47 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6360
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

תגובה דורך טריסקער »

הרב רצון, אויב מעג איך וויסן פון וואו נעמסטו די עד און די לעצטע קוואוט, פון וועלכע סייט?
אוועטאר
אומאפיציעל
שר חמש מאות
תגובות: 546
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 16, 2012 4:24 pm

תגובה דורך אומאפיציעל »

די פרטיות'דיגע באריכט וואס "נא_שכל" האט צוגעברענגט, זעהט אויס גאנץ אומשולדיג, דאכט זיך אז אזא באריכט וואלט געקענט ארויסקומען אויך דורך די "פלג הקיצוני הירושלמי", בסך הכל ברענגען זיי ארויס אז די הפגנות האבן געברענגט די פאליציי אויף די קני, זיך צוצושטעלן צו די מוחים, און דאס זעלבע באשטעטיגן די "פלג הקיצוני הירושלמי" נאך מיט א הוספה, אז זיי ווילן טאקע אז דער מעסעדזש זאל דערהערט ווערן זייער קלאר. איך זעה נישט וואס דא איז ראנג. אה"נ אין אנדערע פלעצער און באריכטן שטופן די "חרד'ישע" פרעסע (נישט נאר אויף די אונטערנעט, אויך די פאפירענע) פאראויס די מיליטער און אלע שווארץ יאר, און דאס איז ווירקליך א הימלשרייענדע עוולה, עס האט אבער גארנישט צוטון מיט דעם באריכט.
אומגעקערט, אזא באריכט איז גוט אמאל להוציא מלבן, זאל יעדער וויסן אז די הפגנות טוען טאקע אויף...
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

תגובה דורך נא_שכל »

אומאפיציעל האט געשריבן:די פרטיות'דיגע באריכט וואס "נא_שכל" האט צוגעברענגט, זעהט אויס גאנץ אומשולדיג, דאכט זיך אז אזא באריכט וואלט געקענט ארויסקומען אויך דורך די "פלג הקיצוני הירושלמי", בסך הכל ברענגען זיי ארויס אז די הפגנות האבן געברענגט די פאליציי אויף די קני, זיך צוצושטעלן צו די מוחים, און דאס זעלבע באשטעטיגן די "פלג הקיצוני הירושלמי" נאך מיט א הוספה, אז זיי ווילן טאקע אז דער מעסעדזש זאל דערהערט ווערן זייער קלאר. איך זעה נישט וואס דא איז ראנג.

דער איד און דער בלאט קענען אויך באריכטן אזא נייעס אז די משטרה האט זיך געבראכן, און זיי וועלן זיך פרייען דאס צו באריכטן. און דאס איז פארשטענדליך.

אבער בח"ח זיי טוען נישט סתם באריכטן די פאקטן, זיי זענען אקטוויסטן קעגן די מוחים, מאכן חשיפות אז די משטרה פירט זיך נישט לפי "חק", רופען וועם זיי קענען און פארלאנגן ענטפערס, און פויקן דאס אויס פארן ציבור, מיטן ציל צו לייגן לחץ אויף די אינסטאנצן קעיר צו נעמען פון די קיצונים, און זיי ארעסטירן אזוי ווי די פיקוד פון מטה ארצי פארלאנגט.

מלמה"ד, ווען אן צייטונג אין ניו יארק באריכטעט אן אויפדעקונג איבער מציצה בפה אדער די לימודי חול, און זיי רופן ארום און אלע רעגירונגס אפיסעס און פויקן אויס פארן ציבור אז מ'טוט נישט ווי מ'דארף, דאן וועסטו אויך האלטן אז זיי טון סתם באריכטן, אדער זיי האבן אן אגענדע מיט די אויפדעקונג?

חוץ פון די אקטיוויזם פונעם ארטיקל, איז די גאנצע באשרייבונג נישט סתם פאקטן, נאר ס'אויך פיל מיט האס און שונד ווערטער אויף אחב"י המוסרים נפשם על קדושת ישראל לפני מנהיגם הרוחני.

מ'דארף קענען ליינען אן ארטיקל...
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6360
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

תגובה דורך טריסקער »

נא_שכל, מ'דארף קענען די חברה, איך בענק מיר צו די הפגנות פון די עדה און פון סאטמאר, זיי זענען גאלד קעגן די פלג הירושלמי, זיי זענען מער מענטשליך, די פלג הירושלמי פארשוינען זענען חיות אויף 2 פיס, ווען איך זעה א עדה'ניק אדער א סאטמארער ווערט ארעסטירט באדערט עס מיר גאר שטארק, אבער ווען א 'פלג הירושלמי' פארשוין ווערט ארעסטירט בארירט עס מיר שוין נישט, די חברה דארפן זיצן אין תפיסה ממילא, זיי זענען פאלנע פארברעכער, און האבן נישט די מידענסטע כבוד הבריות און כבוד פאר אנדערע גדולים. ווען דער ארטיקל וואלט ווען געווען קעגן די עדה אדער סאטמטאר וואלט איך דאס פארדאמט אבער נישט ווען דאס איז קעגן די חיות.

#מ'דארף קענען די פארשוינען
אוועטאר
אומאפיציעל
שר חמש מאות
תגובות: 546
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 16, 2012 4:24 pm

תגובה דורך אומאפיציעל »

טריסקער, איך גלייב אז עס איז נישט ריכטיג אזוי צו קוקן, קוק בעסער "ווער" און "פארוואס" מען האט ארעסטירט, ווי "וועם" מען האט ארעסטירט. פארשטיי "פארוואס" די נייעס באריכטער דארט באדערט אז מען פאלגט נישט אויס דאס געזעץ, אנשטאט צו קאנצענטרירן אויף "וועמען" מען פאלגט עס נישט אויס.

מלבד כל זאת, אפשר וואלטסטו געהאלטן אז די אלע פון פלג הירושלמי דארף מען יעצט אריינרוקן אין מיליטער ווייל זיי האבן נישט קיין וואטעווער? דערפאר דארפן זיי ווערן גוים?

עס איז דא חסרונות דארט? זיכער יא, אזוי ווי ביי יעדן איינעם, אפשר אפילו מער. ווען מען זאל זיי ארעסטירן פאר אנדערע זאכן, וואלט מען אפשר געקענט נעמען אין באטראכט וואס דו זאגסט. אבער אז מען זאל זיי ארעסטירן צוליב זייער מלחמה מיט גיוס, בפרט אז די גאנצע רעדע דא איז פון זיי איבערגעבן פאר די מיליטערישע פאליציי, גיי איך נישט מסכים זיין און נישט אקצעפטירן בשום אופן. און ווער עס שטופט אזא אגענדע איז ביי מיר איינס מיט די מגייסים.
לעצט פארראכטן דורך אומאפיציעל אום דינסטאג מארטש 21, 2017 1:01 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1355
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 10, 2017 7:41 pm

תגובה דורך זבחי צדק »

טריסקער האט געשריבן:נא_שכל, מ'דארף קענען די חברה, איך בענק מיר צו די הפגנות פון די עדה און פון סאטמאר, זיי זענען גאלד קעגן די פלג הירושלמי, זיי זענען מער מענטשליך, די פלג הירושלמי פארשוינען זענען חיות אויף 2 פיס, ווען איך זעה א עדה'ניק אדער א סאטמארער ווערט ארעסטירט באדערט עס מיר גאר שטארק, אבער ווען א 'פלג הירושלמי' פארשוין ווערט ארעסטירט בארירט עס מיר שוין נישט, די חברה דארפן זיצן אין תפיסה ממילא, זיי זענען פאלנע פארברעכער, און האבן נישט די מידענסטע כבוד הבריות און כבוד פאר אנדערע גדולים. ווען דער ארטיקל וואלט ווען געווען קעגן די עדה אדער סאטמטאר וואלט איך דאס פארדאמט אבער נישט ווען דאס איז קעגן די חיות.

#מ'דארף קענען די פארשוינען

צו איר זאגט אמת צו נישט ווייסעך נישט
אבער אזויפיל בינעך זיכער, אז איר זענט פון פלג רח' חזו"א 5 (דאכציך עפעס אזוי הייסט די פארטיי פונעם 105 יעריגן)
דער בדחן
שר חמש מאות
תגובות: 968
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 19, 2015 4:54 pm

תגובה דורך דער בדחן »

זבחי צדק האט געשריבן:
טריסקער האט געשריבן:נא_שכל, מ'דארף קענען די חברה, איך בענק מיר צו די הפגנות פון די עדה און פון סאטמאר, זיי זענען גאלד קעגן די פלג הירושלמי, זיי זענען מער מענטשליך, די פלג הירושלמי פארשוינען זענען חיות אויף 2 פיס, ווען איך זעה א עדה'ניק אדער א סאטמארער ווערט ארעסטירט באדערט עס מיר גאר שטארק, אבער ווען א 'פלג הירושלמי' פארשוין ווערט ארעסטירט בארירט עס מיר שוין נישט, די חברה דארפן זיצן אין תפיסה ממילא, זיי זענען פאלנע פארברעכער, און האבן נישט די מידענסטע כבוד הבריות און כבוד פאר אנדערע גדולים. ווען דער ארטיקל וואלט ווען געווען קעגן די עדה אדער סאטמטאר וואלט איך דאס פארדאמט אבער נישט ווען דאס איז קעגן די חיות.

#מ'דארף קענען די פארשוינען

צו איר זאגט אמת צו נישט ווייסעך נישט
אבער אזויפיל בינעך זיכער, אז איר זענט פון פלג רח' חזו"א 5 (דאכציך עפעס אזוי הייסט די פארטיי פונעם 105 יעריגן)


סדא בילדער פון די הפגנות וואס א ערליכע יוד טאר נישט זעהן.....

און בדרך אגב ווען זענען די עדה אדער סאטמאר געוועהן אויף א הפגנה קעגען א מערעטאן (מרתון) א ערליכער יוד טאר זיך נישט געפינען אפאר בלאקס ארום, און די חברה זענען רח"ל דארט געשטאנען..

מחאות דארף זיין על פי תורה און מענטשליכקייט
קאמפיוטער עקספערט
שר האלפיים
תגובות: 2190
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 18, 2016 8:42 am

תגובה דורך קאמפיוטער עקספערט »

טריסקער האט געשריבן:#מ'דארף קענען די פארשוינען

איך לאך אז עס נאך דא תמימותדיגע מענטשען וואס מיינען אז פאר די פלג ירושלמי טוט וויי גיוס
זיי טוט באמת וויי עפעס אנדערש
לאלתר לחיים
שר האלף
תגובות: 1462
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 18, 2012 11:50 pm

תגובה דורך לאלתר לחיים »

קאמפיוטער עקספערט האט געשריבן:
טריסקער האט געשריבן:#מ'דארף קענען די פארשוינען

איך לאך אז עס נאך דא תמימותדיגע מענטשען וואס מיינען אז פאר די פלג ירושלמי טוט וויי גיוס
זיי טוט באמת וויי עפעס אנדערש

איך וויין אז עס דא תמימותדיגע מענטשען וואס מיינען אז ס'איז נישטא קיין גזירת גיוס..
אוועטאר
יין ישן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 488
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 22, 2016 1:55 pm
לאקאציע: ביים טאט'ן אין וויינגארטן

תגובה דורך יין ישן »

דער אשכול איז געווען פארשפארט פאר א וויילע און ווי ס'זעהט מיר אויס האט דער וואס האט עס פארשפארט ריכטיג געטוהן, געט נאר א קוק ווי מ'האט זיך דא צופירט די פענעס, אלזא וויל איך פארשטיין פארוואס האט מען געמאכט ווידער אמאל פתיחה אויף דעם אשכול, וצע"ג.
אני בן שבעים, וכשאני נכנס יוצא בן שבעים כמותי, מי אני?
טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6360
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

תגובה דורך טריסקער »

לאלתר לחיים האט געשריבן:
קאמפיוטער עקספערט האט געשריבן:
טריסקער האט געשריבן:#מ'דארף קענען די פארשוינען

איך לאך אז עס נאך דא תמימותדיגע מענטשען וואס מיינען אז פאר די פלג ירושלמי טוט וויי גיוס
זיי טוט באמת וויי עפעס אנדערש

איך וויין אז עס דא תמימותדיגע מענטשען וואס מיינען אז ס'איז נישטא קיין גזירת גיוס..

איך וויין אז עס איז נאך דא תמימות'דיגע פארשוינען וואס מיינען אז יעדע מוחה מיינט עס לשם שמים...

גזירת גיוס איז דא! אבער אינדערצייט וואס פאר די אנשי העדה און זייערע אנהענגער באדערט דאס באמת און זיי זענען מוחה אויף דעם, נוצן די פלג הירושלמי פארשוינען אויס די פלאטפארמע לשם זיך אויסגעבן די היציגע בלוט און אנזייען כאאס אונטערן שלייער פון גיוס.

#מ'דארף קענען די פארשוינען.
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובה דורך געלעגער »

א שטיקל נייעס פון טריסקער:

מיט גרויס פרייד ווערט אויפגענומען די בשורה טובה אז הבחור ישראל מאיר טולדנו נ"י ווערט היינט באפרייט פונעם מיליטערישן טורמע נאכן זיצן 56 טעג צוליב'ן זיך נישט שטעלן צום לשכת הגיוס.
פארשפארט

צוריק צו “היימישע נייעס”