נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

הצדיק
שר האלף
תגובות: 1733
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:52 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הצדיק »

נגיד האט געשריבן:ש'כח זאכליך פאר די צייטליכע באריכטן
פלאחותיך
שר חמש מאות
תגובות: 806
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 10, 2014 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלאחותיך »

לאלתר לחיים האט געשריבן:
זאכליך האט געשריבן:ניין, ווי אויבן געשריבן וויבאלד די סעטעלייט וואס מ'האט ארויפגעשיקט וועגט זייער אסאך האט מען געדארפט אויסניצן אלע fuel אויף עס ארויפצושטופן. ממילא איז נישט געבליבן קיין fuel צו קענען קאנטראלירן דאס לאנדן, האט מען עס געלאזט אריינטראסקענען אין וואסער (די אטלאנטיק אקעאן).

סתם געטראכט.
קען עס נישט פאלן אויף א פארענדע שיף?


ס'איז מיר געווען אינטערעסאנט צו מ'האט כאטש געניצט א פערעשוט צו פארשטייטערן די פלי קראפט בשעת'ן פלאטשקע אין וואסער, אבער כ'זעה באשריבן אז זיי האבן במכוון נישט געוויזן דעם לענדינג אויף NASA tv, און יעצט דערנאך איז אויך נישט דא דערפון קיין בילד אדער ווידיאו, נאר פון אויבן ווי ער הייבט אן די רייזע
אז ס'גייט ניט ווי עס וויל זאך, זאל זיך ווילן ווי ס'גייט זאך
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

אה, ענדליך קען מען שוין אריינברענגען טראמפ אין דעם אשכול...

טראמפ האט היינט געסיינט א ביל צו פאנדען נאס"א, דאס איז די ערשטע ביל זייט זיבן יאר צוריק וואס גיבט געלט פאר נאס"א. צווישן די באטייליגטע ביים אונטערשרייבן די ביל זענען געווען סענאטאר טעד קרוז פון טעקסאס און סענאטאר מארקאו רוביאו פון פלארידע, און זיי האבן ביידע ארויסגעברענגט אין קורצע ווערטער נאכן אונטערשרייבן די מעלות פון ספעיס אקספלארעישאן און אז ס'גייט צוברענגען דזשאבס אין זייער סטעיט.

טראמפ האט געפרעגט קרוז אויב ער וואלט געוואלט זיין אן אסטראנאט, האט קרוז געזאגט ניין, צולייגענדיג אז מ'קען שיקן די קאנגרעס אין ספעיס... יעדער האט אויסגעשאסן אין א געלעכטער.

אויך האט מייק פענס געוויסן אויף איינעם א דעמאקראט זאל זאגן געציילטע ווערטער, האט טראמפ זיך געוויצלט זאגענדיג אז ער איז דאך א דעמאקראט כ'וואלט אים ווען נישט געלאזט רעדן.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

געזען דעם אשכול האבעך געוויסט אז זאכליך איז אין דע האויז... לוינט זיך אריינצוקומען.

טענקס זאכליך.
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

יו אר ווערי וועלקאם.

אין אנדערע נייעס גרייט זיך ספעיס-עקס צו ניצן די ערשטע מאל אן איבערגעניצטע ראקעט, לויטן פלאן גייט מען עס ארויסשיסן קומענדיקע וואך מיטוואך נאכמיטאג.

די פלאן איז צו לאנדן נאכאמאל די ראקעט אויך!

א געווענדליכע ארויפשיס בעט ספעיס-עקס 62 מיליאן דאלער, וואס איז שוין אויך אסאך ביליגער ווי די אנדערע קאנפעניס צאלן, פאר אן ארויפשיס מיט א גענוצטע ראקעט גיבן זיי א 30% דיסקאונט! דאס איז שטוינענד ביליג.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

30% ביליגער? אהער דערמיט.

ערענסט גערעד, וואס שיקן זיי ארויף? נאסא ניצט זיי זינט זיי ווילן שפארן געלט? (דאכציך מיר אז זיי ארבעטן מיט רוסלאנד), אדער פריוואטע קאמפעניס?
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

זייערע עיקר מיסיעס באשטייט פון צוויי זאכן.

1. ארויפשיסן סעטעלייטס פאר אלע מיני אגענטורן
2. סופלייען די אינטערנאציאנאלע ספעיס סטאנציע

זיי ארבייטן יעצט אויף צו קענען שיקן אסטראנאטן צו ספעיס, דאס רעכנט אריין צו די אינטערנאציאנאלע ספעיס סטאנציע און אויך אויף אנדערע פלאנעטן (לבנה, מארס). זיי פלאנען די ערשטע טעסט פלייט אן קיין מענטשן סוף היי יאר, און די ערשטע געהעריגע פלייט אין 2018.

----

אויף דיין צווייטע פראגע.

נישט נאר נאס"א ניצט זיי, די מיליטער און ציווילע קאמוניקאציע קאמפעניס ניצן זיי. און די סיבה פארוואס זיי פיקן אויף אזויפל באשטעלונגען איז בעיקר פאר זייער פרייז.

----

אויף דיין דריטע פראגע

ביז דערווייל נוצט נאס"א די רוסן צו ארויפשיקן אסטראנאטן צו ספעיס, ווייל ליידער האט אמעריקע נישט די מעגליכקייט דערצו. נאסא'ס ספעיס שאטל איז ריטייערט, נאסא'ס SLS ראקעט איז נאכנישט דעוועלאפט, און ספעיס-עקס'ס דרעגאן שיף איז נאכנישט אדורך אלע טעסטן צו קענען טראגן אסטראנאטן, ווי אויבן געשריבן.

ס'איז א בושה פאר אמעריקע.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

נישט קיין בושה, נאסא וויל זיך שפארן געלט, ווען זיי זענען ווען גרייט צו זיך לאזן קאסטן דארף מען נישט אנקומען צו די רוסן
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

אמעריקע (ליין איך און דו) צאלט 82 מיליאן פאר פוטין פאר איעדע זיץ צום אינטערנאציאנאלע ספעיס סטאנציע!
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

לויט ווי איך געדענק איז עס נאך אלס ביליגער ווי אליין ארויפשיסן.
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

ספעיס-עקס זאגט אז זיי גייען בעטן נאר 58 מיליאן פער זיץ. (און די גאנצע געלט בלייבט אין די אמעריקאנע עקאנאמיע)
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

זאכליך האט געשריבן:...
טראמפ האט היינט געסיינט א ביל צו פאנדען נאס"א, דאס איז די ערשטע ביל זייט זיבן יאר צוריק וואס גיבט געלט פאר נאס"א.
...

כ'האב מורא אז עס איז ארויס געווארפענע געלט; ווייל נאס"א היינטיגע צייטען (איין שטיק ריזיגע ביוראקראטיע) טוהט זייער ווייניג אליין, און וועלען נעמען די גאנצע געלט נאר צו טראכטען וועם מען קען באצאלען זאל יא טוהן דער ארבעט. אויב איין דאלער פון צעהן וועט גיין פאר די מטרה איז אויך א נס.

דאס אז דער רעגירונג "קען" שיקען א מענטש צו די לבנה, אדער קען בויען ברידזעס און טאנעלס; דאס איז א פארגאנגעהייט; זיי קענען א מכה און א רעטעך. זיי קענען נאר ספענדען געלט און דער ארבעט וועט געטוהן ווערען דורך פריוואטע אינטערנעמונגען.

פונדעסטוועגען, אפשר בעסער ווי גארנישט.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
פרא-חסיד
שר חמש מאות
תגובות: 928
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 30, 2016 12:42 am
לאקאציע: צווישן רעכטס און לינקס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרא-חסיד »

איך וויל שוין לאנג פארשטיין, וואס איז די אינטערנאציאנאלע ספעיס סענטער דארט אויבן? וואס טוט מען דארט?
זאכליך איז אינדערהיים?
עם טראלל תטראלל
ענה כסיל כאולתו
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

@ספוסמן, נאס"א איז אינטער די פענטעגאן, די פענטעגאן'ס רעפוטעישאן איז בעסער ווי די אוועראל גאווערמענט ווען ס'קומט ארויסצונעמען עפעס פארן דאלער.

@פרא חסיד.

די אינטערנאציאנאלע ספעיס סטאנציע איז א געבוי וואס פליט אין ספעיס 250 מייל העכער די ערד, מ'פירט דארט דורך דזשענערעל סייענס, און ספעיס סייענס.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

א גרופע סטודענטן פון די דרום קאליפארניע יונעווערסיטי האבן געבראכן די רעקארד.

זיי האבן ארויסגעשאסן א ראקעט וואס איז געווארן צוזאמען געשטעלט אויסשליסלעך דורך די סטודענטן, און ס'איז אנגעקומען אזוי הויעך ווי 144 טויזנט פיס, דאס איז די העכסטע וואס א סטודענט ראקעט איז נאר אמאל אנגעקומען.

144 טויזנט פיס איז בערך א האלבע וועג ביז די אפיציעלע ספעיס.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5021
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהזוךמיר »

זאכליך האט געשריבן:א גרופע סטודענטן פון די דרום קאליפארניע יונעווערסיטי האבן געבראכן די רעקארד.

זיי האבן ארויסגעשאסן א ראקעט וואס איז געווארן צוזאמען געשטעלט אויסשליסלעך דורך די סטודענטן, און ס'איז אנגעקומען אזוי הויעך ווי 144 טויזנט פיס, דאס איז די העכסטע וואס א סטודענט ראקעט איז נאר אמאל אנגעקומען.

144 טויזנט פיס איז בערך א האלבע וועג ביז די אפיציעלע ספעיס.

Wow! ממש ראקעט סייענטיסטן!...
Get your facts first, then you can distort them as you please.
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

האט זיי דער טיעטשער געהאלפען?
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

מ'ארבייט אויף די ראקעט.

C4h9SZAUkAQklUU.jpg

CsLWxhRUAAAcKrx.jpg


ביים ארויפשיס.
C7EgDWcX0AQwINp.jpg
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
חלהדעקל
שר האלף
תגובות: 1247
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 4:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלהדעקל »

זאכליך האט געשריבן:@ספוסמן, נאס"א איז אינטער די פענטעגאן, די פענטעגאן'ס רעפוטעישאן איז בעסער ווי די אוועראל גאווערמענט ווען ס'קומט ארויסצונעמען עפעס פארן דאלער.

@פרא חסיד.

די אינטערנאציאנאלע ספעיס סטאנציע איז א געבוי וואס פליט אין ספעיס 250 מייל העכער די ערד, מ'פירט דארט דורך דזשענערעל סייענס, און ספעיס סייענס.


עפעס ערענסט וואס פלעינע מענטשן זאלן בענעפיטירן, (אזויווי סעטעלייטס וכדומה) אדער סתם זשענערעל סייענ"'ס אנצופילן די צייט, בערך ווי פארן צו די לבנה און צו מאדים?
1 + 1 = חלה דעקל...
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

די אסטראנאט'קע שעין קימבראו פירט יעצט אדורך א ספעיס שפאציר. דאס מיינט אז מ'גייט ארויס פון די אינטערנאציאנאלע ספעיס סטאנציע אנגעטוהן מיט די שמונה בגדים, און זי פירט דורך געוויסע ארבייט פון דרויסן.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

א ראקעט ארויסשיס אין דרום אמעריקע איז געווארן אפגעשטיפט צוליב פראטעסטן. די פראטעסטירער האבן געבלאקט די ראודס, און מ'קען נישט געהעריג קומען און גיין פון די ארויסשיס סטאנציע.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

אינמיטן די שפאציר...
אטעטשמענטס
Capture.jpg
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

א יישר כח פאר די כסדר'דיגע נייעס און אפדעיטס!!

זהירות נשים אלערט :mrgreen:
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

דעי בילד איז גראדע פון די אנדערע אסטראנאט...
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
אוועטאר
מאכט סענס?
שר חמישים ומאתים
תגובות: 450
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 11, 2017 3:28 pm
לאקאציע: בין תנור לכיריים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאכט סענס? »

זאכליך האט געשריבן:א ראקעט ארויסשיס אין דרום אמעריקע איז געווארן אפגעשטיפט צוליב פראטעסטן. די פראטעסטירער האבן געבלאקט די ראודס, און מ'קען נישט געהעריג קומען און גיין פון די ארויסשיס סטאנציע.

פראטעסן אויף וואס?

ישר כח פאר די זאכליכע באריכטן.
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”