נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

זאכליך האט געשריבן:
זאכליך האט געשריבן:א ראקעט ארויסשיס אין דרום אמעריקע איז געווארן אפגעשטיפט צוליב פראטעסטן. די פראטעסטירער האבן געבלאקט די ראודס, און מ'קען נישט געהעריג קומען און גיין פון די ארויסשיס סטאנציע.


ענדליך נאך אנדערטהאלבן חודש פראטעסטירן, איז מען געקומען צו אן אגרימענט. די ארבייט ביי די ספעיס פֿארט גייט ווייטער גיין מאנטאג.

די ארויפשיס איז געפלאנט פאר קומענדיגע וואך פרייטאג.

די אריאן 5 ראקעט שטייט שוין גרייט פאר אן ארויפשיס אום 4:31 נאכמיטאג.

די ציל פון די מיסיע איז צו דעליווערן 2 סעטעלייטס. איינס די רעגירונג פון בראזיל, און די צווייטע פאר א דרום קאריע קאמוניקאציע קאמפעני.
אטעטשמענטס
18268455_1427292140642463_5704766989541675513_n.jpg
18268455_1427292140642463_5704766989541675513_n.jpg (37.99 KiB) געזען 2932 מאל
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
דניאל בוימענגארטן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 457
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 12:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל בוימענגארטן »

זאכליך האט געשריבן:ס'איז 250 מייל הויעך, און ס'איז אזוי גרויס ווי א בעיסבאלל געים פעלד.


ווי גרויס קוקט עס? ווי א שטערן? גרעסער?
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

אפגעשטיפט אויף 4:55.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

נאכן ווארטן אפאר שעה איז די ראקעט ענדליך געווארן ארויפגעשאסן מיט סוקסעס.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

ספעיס-עקס האט א גרויסע ליסטע פון ארדערס צוליב דעם וואס זיי זענען די ביליגסטע, זיי בעטן נאר 62 מיליאן פאר א טריפ.

זייער קאסטומער ליסטע איז זייער קאלירפול, זיי האבן גאווערמענט'ס פון אסאך לענדער, מיליטערישע סעטעלייט און שפיאנאזש סעטעלייטס, אויך פריוואטע קאמוניקאציע קאמפעניס שיקן ארויף סעטעלייטס, און אויך האבן זיי געווינען קאנטראקטס פאר ריסופליי מיסיעס צו די אינטערנאציאנאלע ספעיס סטאנציע.

אזוי אויך ארבייטן זיי צו ווערן סערטיפייד צו שיקן אסטראנאטן צו די אינטערנאציאנאלע ספעיס סטאנציע און שפעטער צו מארס.

צוליב די גרויסע פלייץ פון ארדערס, פלאנען זיי א מיסיע יעדע האלבע חודש ביז סוף יאר. דאס קומט אויס צו 16 מיסיעס ביז סוף 2017.

----

היינט האט ספעיס-עקס געמאלדן אז די בולגאריע קאמוניקאציע קאמפעני, איינע פון ספעיס-עקס קאסטומערס, האט מסכים געווען צו שיקן זייער סעטעלייט אועף א גענוצטע ראקעט.

די מיסיע איז געפלאנט פאר מיד יוני, דאס וועט זיין די צווייטע מיסיע צו נוצן א גענוצטע ראקעט. מ'גייט נוצן די ראקעט וואס מ'האט גענוצט אום יאנואר 14, דאס איז א טוירנאראונד פון קארגע 5 חדשים.

ס'איז נישט קלאר וויפל דיסקאונט זיי באקומען פארן נוצן א גענוצטע ראקעט.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
אוועטאר
מאכט סענס?
שר חמישים ומאתים
תגובות: 450
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 11, 2017 3:28 pm
לאקאציע: בין תנור לכיריים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאכט סענס? »

אפגעליינט דא די לעצטע פאר בלעטער. זאכליך! עפעס מורא'דיג! אזא קלארקייט. אזוי גרינג מסביר צו זיין. אין מילים!
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

יישר כוח פאר די קאמפלימענט, ס'גיבט חיזוק צו גיין ווייטער.
עפעס איז נאך געבליבן שווער? אדער אלעס "מאכט סענס?"
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

געליינט די לעצטע פאר בלעטער! אלעס מאכט סענס!!
א מין קלארקייט וואס נאר 'זאכליך' קען
אוועטאר
מאכט סענס?
שר חמישים ומאתים
תגובות: 450
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 11, 2017 3:28 pm
לאקאציע: בין תנור לכיריים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאכט סענס? »

יאפ, מורא'דיג קלאר! אלעס מאכט סענס!!
אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4332
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראינטערסירט »

געלעגער האט געשריבן:געליינט די לעצטע פאר בלעטער! אלעס מאכט סענס!!
א מין קלארקייט וואס נאר 'זאכליך' קען

גא"מ, און שכח פארן זיך אזוי אפגעבן און מסביר פאר אונז גרינע וויאזוי עס גייט צו.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13894
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

אויב איך מעג פרעגן
וואס איז די אויפטוה אז די ראקעט קומט אראפ אויף די אייגענע פיס? וואס איז שלעכט מיט א פלאטשקע אין וואסער? פערעשוט?
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

פאטאקי08 האט געשריבן:אויב איך מעג פרעגן
וואס איז די אויפטוה אז די ראקעט קומט אראפ אויף די אייגענע פיס? וואס איז שלעכט מיט א פלאטשקע אין וואסער? פערעשוט?


ס'איז א גוטע שאלה, און כ'האב שוין אסאך געטראכט דערפון. אבער די תירוץ איז פשוט.

די ציל איז צו קענען איבערנוצן די ראקעט'ס מיט מינומאלע רענאוואציעס, לאנדן אין וואסער מאכט עס זייער טייער צו רענאווירן. אנגעהויבן מיט די זאלץ פון די וואסער וואס שעדיגט אלעס, און מ'דארף אראפנעמען אלע זאלץ, און נאכדעם אויב איין טראפ וואסער גייט אריין אין די קאמפיוטער סיסט קען מען עס שוין נישט איבערנוצן.

דערנאך איז דא די חלק פון פארשטייטערן די ראקעט וואס דאס מוז מען סייווי טוהן אפילו אויב מ'וויל אריינפלאטשקענען אין וואסער ווייל אויב גייט עס צו שנעל אויפן וועג אריין וועט עס פארברענט ווערן פון די פריקשאן.

די ענד ציל איז צו ניצן ראקעט'ס אזוי ווי פליגער, אז גלייך נאכן לאנדן פילט מען אן די ברענשטאף טאנקן, מ'אינספעקטירט אויב אלעס קלאפט און היידא! צוריק ארויף.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

כאטשיג די ספעיס שאטל איז שוין ריטייערט, ארבייט אבער די מיליטער אויף א נייע ווערסיע פונעם ספעיס שאטל, א מיני שאטל, ס'איז סאך א קלענערע ווערסיע און ס'ווערט ארויפגעשיקט אויף א געהעריגע ראקעט, אזויווי א סעטעלייט.

(די שאטל מיינט די ספעיס שיף וואס גייט אריין אין ארביט, און קומט שפעטער צוריק אראפ און לאנדט אזויווי אן עראפלאן.)

די נייע ווערסיע איז נאך אין די עקספערימענט סטעידזש, און לאנדט אינגאנצן אויטאמאטיש. היינט האט די שאטל געלאנדעט אין קענעדי ספעיס צענטער אין פלארידע נאכן זיין 718 טעג אין ספעיס.

היינט איז פארענדיגט געווארן די פערדע מיסיע פון די מיני שאטלס. די מיליטער זאגט אז די מיסיע איז געווען א טעסט מיסיע, אבער קאנספיראציע ליבהאבער האבן אסאך טעאריעס וואס די ציל איז געווען, אריינגערעכנט שפיאנירן אויף די כינעזע ספעיס סטאנציע, אדער באוואפענען ספעיס.

אזוי אויך האט די מיליטער קיינמאל נישט געמאלדן ווי ס'פליט, אבער אסטראנאמיסטן האבן אלס נאכגעפאלגט ווי ס'האלט דורך עס זעהן ווען די זין שיינט אויף אדער גייט אינטער.

די מיליטער האט נישט געגעבן קיין שום מעלדונג בעפאר זיי האבן געפלאנט צו לאנדן די מיני שאטל אזוי מ'טוהט געווענדליך נאר אלעס איז געווען איינגעהילט אין א מיסטעריעזע געהיימנעס. אנשטאט האבן זיך די איינוואוינער אין פלארידע זיך היינט אויפגעוועקט צו א סאניק בום (דאס געשעהט ווען פליגער'ס פליען שנעלער ווי די ספיד פון סאונד) אן קיין ווארענונג פארדעם.
אטעטשמענטס
ksc2.jpg
ksc2.jpg (148.04 KiB) געזען 2474 מאל
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
אוועטאר
בילדער
שר חמש מאות
תגובות: 644
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 3:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בילדער »

זאכליך, עס איז אמעזינג ווי די האסט גענומען א ענין וואס האט קיינעם נישט אינטערסירט, און האסט עס געמאכט פאר איינע פון די אינטערעסאנטסטע ענינים פונעם פארום.

די ביסט עתיד ליתן את הדין פארוואס אזא טאלאנטפולער בעל הסבר איז נישט געווארן א מגיד שיעור פאר בחורים (ווער ווייסט, אפשר ביסטו טאקע יא...).

עניוועי, קיין עין הרע.
מצלמה
שר האלף
תגובות: 1636
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 25, 2015 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצלמה »

זיי זאגן אז מ׳האט עס געשפירט פאר מיילן ווייט.
א חידוש נפלא אז אזוי ווייט זאל מען עס שפירן.
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

ספעיס-עקס האט יעצט אדורכגעפירט די פייער טעסט אויף די ראקעט מיט סוקסעס, די צורגרייטונגען פאר די מאנטאג'דיגע ארויפשיס גייען אריין אין קראפט.

די ציל פון די מיסיע איז צו דעליווערן א סעטעלייט פאר די אינמארסאט קאמיוניקאציע קאמפעני פון לאנדאן.דאס איז די 4'דע סעטעלייט פאר אינמארסאט.
די ארויפשיס פענסטער הייבט זיך אן מאנטאג 7:20 p.m. און ציעט זיך פאר 50 מינוט

צוליב די הויכע וואג פון די סעטעלייט גייט מען ניצן אלע ברענשטאף ארויפצוטראגן די סעטעלייט, און ס'גייט נישט איבערבלייבן גענוג פאר א קאנטראלירטע לאנדן.
אטעטשמענטס
א בילד פון די סעטעלייט
א בילד פון די סעטעלייט
C_dCqoiW0AAr4rk.jpg (149.13 KiB) געזען 2295 מאל
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
אוועטאר
Amazing
שר שלשת אלפים
תגובות: 3105
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Amazing »

אן אמעראצישע קשיא...

וויזוי גייט צו די דעליווערי ווען עס קומט אן אין ספעיס? מענטשען ווארטן עס אפ און מען איסטאלט עס דארט??
א'מונה ב'טחון ג'עלט
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

בכלל נישט קיין ע"ה'ישע קשיא.

די עיקר אויפגאבע פון א ראקעט אין ספעיס איז נישט צו גיין ווי העכער, נאר צו באקומען ספיד. כדי א זאך זאל זיך האלטן אין ספעיס און נישט ווערן צוריק געשלעפט צו די פלאנעט פון ווי ס'קומט, מוז עס האבן אסאך ספיד.

איינמאל די סעטעלייט האט גענוג ספיד פאלט עסן מער נישט צוריק צו די ערד. אזוי אויך ווען מ'וויל צוריקקומען פון ספעיס, דארף מען פארשטייטערן די ספיד.

ווען די ראקעט קומט אן צו די נויטיגע ספיד, טיילט ער זיך אפ פון די סעטעלייט, און פארשטייטערט זיין ספיד אז ער זאל צוריקפאלן, און די זעלבע צייט ניצט די סעטעלייט אביסל פון זיין אייגענע ברענשטאף צו פערפעקטן זיין ספיד און די פאזיציע.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

פעגי וויטסאן (די אסטראנאטקע וואס איז געווארן באהערד לעצטענס פארן זיין די לענגסטע אין ספעיס) און דזשעק פישער (וואס איז ממש לעצטענס אנגעקומען אין ספעיס צום ערשטן מאל) זענען היינט געגאנגען פאר א שפאציר...

דא קען מען מיטהאלטן לייוו
https://www.google.com/search?q=wwMDvPCGeE0
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

אגב, פאר ווער ס'ווייסט נישט. די אסטראנאטן האבן אן די ספעיס סוטס פאר א גוטע 7 8 שעה, און אזויווי יעדער מענטש דארף ארויסגיין, טוהט מען אזויווי מ'טוהט פאר בעיביס...

כ'קען מיך פארשטעלן וויאזוי פישער'ס מאגן האט רעספאנדענט ווען ער האט די ערשטע מאל געזעהן די תהום פארנט פון זיך...
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

די וועטער אויסקוק פאר היינט פארנאכטס איז 90% גוט פאר אן ארויפשיס, ביז דערווייל גייט אלעס ווי געפלאנט.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
ארום די זייגער
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 28, 2016 1:23 pm
לאקאציע: אין קאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארום די זייגער »

למעשה?
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

למעשה איז די מיסיע דורך מיט גרויס סוקסעס.

די קומענדיגע מיסיע אין ספעיס, גייט פארקומען מארגן אינדערפרי אום 9 אזייגער, ווען מ'גייט ארויפשיסן א סעטעלייט אויפן שפיץ פון א רוסישע סויאז ראקעט. ס'גייט ווערן ארויסגעשאסן פון די דרום אמעריקע ספעיס סענטער.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

אן עמערדזשענסי ספעיס שפאציר איז געפלאנט אויף מארגן, נאכדעם וואס א קאמפיוטער פונדרויסן איז געגאנגען שלאפן שבת נאכמיטאג און איז נישט אויפגעשטאנען צו שאלעשידעס...
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
חיימ'ל
שר חמש מאות
תגובות: 635
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 10, 2014 8:20 pm
לאקאציע: געפינט זיך נישט דאס פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיימ'ל »

בעת רעווא דרעווין.

וואס איז געווען די אויפגאבע פון יענעם קאמפיוטער, און וואס איז די עפעקט אויב מ'פארעכט נישט? ( הן אויב סיז פאר די רייזע אדער נאר פאר ריסערטש ).
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”