הדלקה אין קרית יואל

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

shalsheles
שר חמש מאות
תגובות: 820
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 9:52 pm

תגובהדורך shalsheles » דאנארשטאג מאי 03, 2018 12:34 pm

שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:עס האבן זיך ארומגעדרייט עטליכע חברה פון די מידיא, כ'האב געכאפט א שמועס מיט איינע פון זיי, א ווייסער באטשי וואס האט זיך נישט באכלעפטשעט דארט, אונטער אים האט געוויידלט א שחור מיט א מידיע מייק, אבער קיינער (אויסער איינער) האט נישט געוואלט זאגן א סטעיטמענט. כ'האב געפרעגט דעם באטשי צו ער איז די "מידיא וואס דער פרעזידענט איז אין ווערטער קריג מיט זיי", דער האט זיך אזאנס גענומען לאכן אז ער אזי שיער אומגעפאלן, פרעג מיר נישט פארוואס...

ישר כח פאר די "זאפטיגע" באריכטן.
לאז וויסן אויב דיין ווערטער אויסטויש איז ערשינען אין די מידיע... (האפנטליך נישט אויף קעמרע)..

אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3172
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » דאנארשטאג מאי 03, 2018 12:35 pm

וועלמיר זען אויב ראבערט מוללער וועט מיר אנקלאגן, דאן וועליכוויסן אז ס'איז געווען אין די מידיע...
א טייל פון די פרוכט וואס מען ניצט צו מאכן זאפט זענען עפל, מאראנץ, טאמאטע, אנאנאס, גרייפפרוכט, גוואווע, מאנגא, קאווענע, זשורעכלינע, וויינטרויבן, לימענע און גרינע לימענע.

איך מיין עס אמתדיג
שר מאה
תגובות: 137
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 02, 2017 4:42 pm

תגובהדורך איך מיין עס אמתדיג » דאנארשטאג מאי 03, 2018 12:42 pm

שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:וואס נאך? כ'האב געטרינקען אסאך "בחצרות וואסער", און געזוכט די דענישעס אבער נישט געטראפן...

אינמיטן טאנצן בין איך זייער דארשטריג געווארן איך האב געזוכט וואסער א גוטע פאר מנוט דורך גייענדיג עטליכע וואסער שילדן אבער קיין וואסער האב איך נישט געזען, ביז איך האב געטראפן פארענט פון די גרויסע טרעפ פון ביהמ"ד

אוועטאר
maybeeynot
שר שלשת אלפים
תגובות: 3299
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

תגובהדורך maybeeynot » דאנארשטאג מאי 03, 2018 12:47 pm

איך בין געווען אין קרית יואל אויף פסח איך האב במשך גאנץ חוה"מ נישט געזען קיין סמארטפון און ביהמ"ד
א מענטש איז נאר א מענטש אין צומאל דעס אויך נישט (בשם הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל)
ווער עס וויל אראפ גיין פון די רויבער קאללס.
רופט 929-900-1714
דאן דרוקט 5

ביטע ווער עס קען עס פארשפרייטען ולמצוה גדולה יחשב

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6933
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » דאנארשטאג מאי 03, 2018 12:47 pm

איך מיין עס אמתדיג האט געשריבן:
שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:וואס נאך? כ'האב געטרינקען אסאך "בחצרות וואסער", און געזוכט די דענישעס אבער נישט געטראפן...

אינמיטן טאנצן בין איך זייער דארשטריג געווארן איך האב געזוכט וואסער א גוטע פאר מנוט דורך גייענדיג עטליכע וואסער שילדן אבער קיין וואסער האב איך נישט געזען, ביז איך האב געטראפן פארענט פון די גרויסע טרעפ פון ביהמ"ד

איך בין נייגעריג וואו דו האסט געזוכט וואסער, ווייל אויפן גאנצן שטח פון די פארקינג לאט איז נישט געווען וואו אראפצולייגן וואסער (חוץ וואס די פאר צדיקים וואס קומען טיילן ח"י ראטל וואסער), איך האב גלייך געוואוסט פון אלע יארן אז דאס ליגט געווענליך פארנט פון ביהמ"ד דארטן איז ליידיגער קען מען אהינלייגן
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6933
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » דאנארשטאג מאי 03, 2018 12:48 pm

maybeeynot האט געשריבן:איך בין געווען אין קרית יואל אויף פסח איך האב במשך גאנץ חוה"מ נישט געזען קיין סמארטפון און ביהמ"ד

נו אוודאי נישט, חוה"מ ארבעט מען דאך נישט איז עס נישט לצו"פ.....
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3172
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » דאנארשטאג מאי 03, 2018 12:50 pm

פליז נאר קוואטן ווען ס'וויכטיג. דאנקע.
א טייל פון די פרוכט וואס מען ניצט צו מאכן זאפט זענען עפל, מאראנץ, טאמאטע, אנאנאס, גרייפפרוכט, גוואווע, מאנגא, קאווענע, זשורעכלינע, וויינטרויבן, לימענע און גרינע לימענע.

אוועטאר
maybeeynot
שר שלשת אלפים
תגובות: 3299
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

תגובהדורך maybeeynot » דאנארשטאג מאי 03, 2018 12:55 pm

נאך אזאך וואס איז מיר געווען א חידוש היי יאר אז די רבי האט זיך געשטעלט ממש ביים מדורה פארן ארייגיסן די אויל דאכט זיך. אין מתפלל געווען א תפילה חרושה אזווי פאר א ארון קודש
א מענטש איז נאר א מענטש אין צומאל דעס אויך נישט (בשם הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל)
ווער עס וויל אראפ גיין פון די רויבער קאללס.
רופט 929-900-1714
דאן דרוקט 5

ביטע ווער עס קען עס פארשפרייטען ולמצוה גדולה יחשב

אבי.גערעדט
שר האלף
תגובות: 1075
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 13, 2009 12:07 pm

תגובהדורך אבי.גערעדט » דאנארשטאג מאי 03, 2018 1:02 pm

געווען זייער אסאך ליטווישע, אבער עס איז געזונט איינמאל אין יאהר צו זעהן נאך אידן, זיי שטערן? נישט עק וועלט, איין קרייז וואס פלעגט זיין אסאך אבער זענען נישט געווען דאס יאהר איז סקווירא אידן, זיי פלעגן קומען אין די מאסן.

אוועטאר
בארואיגט-אייך
שר חמש מאות
תגובות: 899
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 15, 2017 11:53 am

תגובהדורך בארואיגט-אייך » דאנארשטאג מאי 03, 2018 1:09 pm

.

אוועטאר
בארואיגט-אייך
שר חמש מאות
תגובות: 899
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 15, 2017 11:53 am

תגובהדורך בארואיגט-אייך » דאנארשטאג מאי 03, 2018 1:09 pm

יא! היי יאר איז דאס געווען א גאר געלונגענע מעמד אין מיינע אויגן, אוינגעהויבן ביי די טרעפיק, באסעס, (סעקויריטי), אויבן אן, וואסער, ביהכ"ס, פרויען, ראביסטעווע, סמארט-קאמפיין, קינדער, פייער, דראונ'ס, די צינדן, די לעשן, ברוך השם נישט געווען קיין איין הצלה רוף, אבער:
די מוזיק אין די סאונד סיסטעם רעיט איך פאר א מיינע'ס 0, בן 0 אין א איידעם ביי 0, אין א שוויגער צו 0.
אזא מעמד מעג זיין בעסערע עקספערטן ביי די מוזיק, אין ביי די סאונד סיסטעם, געפרעגט אן עסקן פארוואס מען רופט נישט קיין עקספערטן, זאגט ער מיר אז סע' איז נישט דא קיין געלד.
טו מיר א טובה, פאר מודעות די לעצטע 2 וואכן אין אלע אויסגאבע'ס איבער די פארבאט אויף סמארט פאון אין די ארום שטח איז שוין איינמאל דא געלד, אבער פאר אזא קליינע קייט ווי גוטע געשמאקע מוזיק איז נישט דא.
שוין עניוועי איך רעיט עס מיט א 9.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: PetalBot, shefele, אחד הרבנים, בעסער אזוי, וועןרענטל, מזל מידיע, נישטאמת, פארדעם, ר' יום טוב, שקר_הדייעט און 43 געסט