שאהן הענניטי האט געשריבן:מיר האט היבש נערווירט די געדאנק אז מ'גייט נאכמאכן די מעמד הדלקה פון סאטמאר אין מירון, וואס זיי האבן געפויקט אויף די מודעות פון צוויי וואכן בעפאר.
איך בין דאנק-גאט געווען מיטן רבי'ן אין מירון, און די דערהויבנקייט איז טאקע געווען אומבאשרייבליך, ממילא פארשטיי איך אז מאנכע האבן געוואלט שפירן נאכאמאל וואס זיי האבן געשפירט אין מירון. אבער א געפיל קען מען נישט איינלאדענען פון פריערט, מ'באשטעלט עס נישט פון גראסעריי, דאס דארף קומען אויב ס'איז באשערט צו קומען, לדעתי מאכט עס ביליג, פארמאל און א שאו שפיל פון די גאנצע זאך.
איך בין באוואוסטזיניג צום פאקט אז פאר מערהייט פונעם ציבור שטערט עס לגמרי נישט, דאס איז אבער מיין פערזענליכע בויך ווייטאג.
במאמר המוסגר, די צייטונגען זענען אויך שטארק פארנומען די לעצטע צייט מיט פארשרייבן פון צוויי וואכן בעפאר איבער וועלכע וואס מעמד מיט פאראויסשאצן די געפילן, התרגשות און עמאציענאלע וואס גייט אלץ זיך צוזאמקומען דערביי.
נעבעך...
הגם סאיז געווען נעכטן גאר דערהויבן האלט איך אבער פינקט ווי דיר, די געפילען פין שבת פיקודי מירון קען מען נישט נאכמאכן
ווייס איך נישט, אין מיינע אויגן איז די מוזיק געווען זייער שיין. ס'האט פיין געהויבן. אפשר בין איך נישט פון די וואס האבן ליב ביי א חתונה אז די מוזיק זאל 'באמבערן'.
גיי מער יעצט האבן דא א לאנגע שמועס צו די מייקס איז יא גוט געווען צו נישט מיין רייע נישט גוט געווען הא ראיה איך האב ע בכלל נישט געהערט נעקסטע זאל ביטע שרייבן אז עס איז יא געווען גוט
פרידן האט געשריבן:גיי מער יעצט האבן דא א לאנגע שמועס צו די מייקס איז יא גוט געווען צו נישט מיין רייע נישט גוט געווען הא ראיה איך האב ע בכלל נישט געהערט נעקסטע זאל ביטע שרייבן אז עס איז יא געווען גוט
גענוג געווען מיט די רעטאריק, וואס פונקטליך דארף אייוועלט פארשטעלן? בלויז נייעס? דאן קען מען פארמאכן די אשכול ווייל קיין נייעס אין דעם הינזיכט וועט שוין דאס יאר נישט זיין. און די זעלבע מיט רוב אשכולות.
איך פארשטיי אז ס'איז פארהאן אשכולות וואס פארקריכן ביטערליך, ס'ווערט שוין אבער א נייע טרענד פון ווייזן געריבנקייט מיטן מוחה זיין אויף כלומר'שט פארדרייען פונעם שמועס
ס'איז א הלכה אז א אשכול איינמאל עס איז נישט נוגע זאל אנגיין איך מיין אין בית המדרש וואלסטו ליב געהאט א שמועס ווי סתם איינער זאג יא אין דער צווייטער ניין אזוי פאר אפאר טעג קאם אן אין די זעלבע האב איך געשריבן ביי די מאמענט ווען די דעבאטירסט א נושא איז עס אינטערסאנטנישט ווען יעדער וואט דורך א תגובה ווערט עס בארינג, ווילסט מאכט א וואט אפשען איז די ספיקרעס געווען גענוג הויעך, האסטו ליב די מאמענט, עני וועי האמער א גוטע טעמא צו ציען ווייטער די אשכול

שאו איך האב מיך בארעכענט עפ"כ ביזט יא גערעכט איך דארף ווען נישט שרייבן איך האב עס נישט געמיינט באמת ממש פאר א מחאה כאילו א מנהל, אין עס באדערט מיר נישט אויב עס גייט ווייטער אן, נאר פונקט ווי יעדער זאגט זיין דעה לגבי די ספיקער מאמענט מציבה זאג איך מיין דעה אויף די שמועס יעדער זאל ווייטער אנגיין מיט דאס זייניגע, אז איינער וויל קען ער זאגן אז עס איז יא זייער אינטערסאנט
דאס איז די שיינקייט פון דעם פלאץ, און די פאקט אז ס'ברענגט בויך ווייטאג איז א פארשטענדליכע רעזולטאט פון אן אנאנימע רשות הרבים וואס קענסט גארנישט טוהן דערצו.
דאס איז די שיינקייט פון דעם פלאץ, און די פאקט אז ס'ברענגט בויך ווייטאג איז א פארשטענדליכע רעזולטאט פון אן אנאנימע רשות הרבים וואס קענסט גארנישט טוהן דערצו.