ניו יארק $15 מינימום וועידזש

עקאנאמיע, ביזנעס און טעכנאלאגיע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

Flash light
שר מאה
תגובות: 245
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 31, 2015 4:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Flash light »

פארוואס קרעטץ עטץ נישט ווען מהייסט וואטן פאר די אלע פאלעטישנס
מנעמט אראפ קאר לענס
העכרן טיקעטס
טעקסעס ווי משוגע
Drivers assement fee
Bus lans
Red lights camers
מלאזט בויען ציוועקשטע דירות אן קיין פלאצ צו פארקן
ועוד
But dont care attitude
לעצט פארראכטן דורך Flash light אום מאנטאג אפריל 11, 2016 12:34 pm, פארראכטן געווארן 4 מאל.
אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4555
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 20, 2015 6:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן נון »

א אלטע פארווייטאגטע ענין.

איך האב פארלוירן טראסט ווען מען האט געהייסן וואויטן פאר בלומבערג שוין נאכדעם וואס יעדער האט געזעהן וואספארא שייגעץ ער איז.

מען מיינט נישט מיין טובה.
metsboy
שר חמש מאות
תגובות: 564
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 16, 2007 3:34 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך metsboy »

אדרבא, לאמיר טרעפען א כמו טראמפ און די אידישע געגנטער וואס וועט נשיט מורא האבען צו רעדען.
ווי איז דעיוועד גרינפעלד ווען די לעצטע 3 יאר האלט און איין צובאקומען טרעפיק קעמרעס פאר טיקעטס
אוועטאר
גוגל
שר האלפיים
תגובות: 2055
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 19, 2012 2:35 pm
לאקאציע: אויף אייוועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גוגל »

ער וועט זאגן אז ס'איז פאר סעפטי...

עניוועיס די איינציגסטע פלאץ ווי ס'גייט אפעקטען איז פלעצער ווי בתי מדרשים, א ביזנעס וואס קען נישט הענדלן אזא רעיז זאל מוחל זיין און גיין זיכען א געהעריגע דזאב
ברוך
שר חמש מאות
תגובות: 651
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 08, 2008 4:13 pm
לאקאציע: וואקאציע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוך »

איך וואונדער מיך? איז דא נארמאלע מענטשן וואס האלטן אז דאס איז א מעלה?



90% מענטשן וואס זענען עס ווערט באקומען עס סייווי, אין נאכמער, נישט דורך העצן אויף איי וועלט.

יונגערמאן, דיין בעה"ב גייט נישט פארדינען צופיל ווייניגער, אבער דו גייסט צאלן סך סך מער פאר א יעדע זאך, עס וועט זיין מער אינקאם, וועט זיין מער טעקס, די געגענט וועט הייסן א רייכע געגענט וועט ארויפגיין די פראפערטי טעקס, די לענדלארד איז נישטא לשם מצוה, נישט ער גייט באצאלן די טייערע טעקס, נאר דו די טענענט, דיין גראסערי ארדער פון 200 א וואך וועט דיר קאסטן 450.

דו גייסט נאר ארויפצאלן, ווער עס גייט ליידן, איז די ענד יוזער.
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

ברוך האט געשריבן:די געגענט וועט הייסן א רייכע געגענט וועט ארויפגיין די פראפערטי טעקס

אויב יעדער באקומט עס וועט עס דאך נישט הייסן קיין רייכע געגנט, נישט אזוי?
כווייס נישט אלעס
שר האלף
תגובות: 1746
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 29, 2015 1:02 am
לאקאציע: BETWEEN

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כווייס נישט אלעס »

מה פתאום??? האט געשריבן:
ברוך האט געשריבן:די געגענט וועט הייסן א רייכע געגענט וועט ארויפגיין די פראפערטי טעקס

אויב יעדער באקומט עס וועט עס דאך נישט הייסן קיין רייכע געגנט, נישט אזוי?

ביז דארט פארשטייסטו יא ? ר יוד אויב ווילסטו הייסן פון די נארמאלע מענטשן פרעג נישט קיין קושיות גלייב וואס מען זאגט דיר ....
אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2961
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלד וויליאמסבורג »

ברוך האט געשריבן:איך וואונדער מיך? איז דא נארמאלע מענטשן וואס האלטן אז דאס איז א מעלה?



90% מענטשן וואס זענען עס ווערט באקומען עס סייווי, אין נאכמער, נישט דורך העצן אויף איי וועלט.

יונגערמאן, דיין בעה"ב גייט נישט פארדינען צופיל ווייניגער, אבער דו גייסט צאלן סך סך מער פאר א יעדע זאך, עס וועט זיין מער אינקאם, וועט זיין מער טעקס, די געגענט וועט הייסן א רייכע געגענט וועט ארויפגיין די פראפערטי טעקס, די לענדלארד איז נישטא לשם מצוה, נישט ער גייט באצאלן די טייערע טעקס, נאר דו די טענענט, דיין גראסערי ארדער פון 200 א וואך וועט דיר קאסטן 450.

דו גייסט נאר ארויפצאלן, ווער עס גייט ליידן, איז די ענד יוזער.


מען קען אויך קוקן פארקערט, אז דער ארבעטערס וועט האבן געלט וועט ער מער איינקויפען אין געשעפטן, און דער בעה"ב וועט פונקט אזוי הנאה האבן.

(דער בעה"ב וואס זיין געשעפט גייט באנקראטירן זאל מוחל זיין שוין צומאכען ס'געשעפט, און דער ביליאנער וואס איז זיכער אז דאס וואס פשוטע בירגער וועלן האבן מער געלט אין טאש וועט אים שוין גארנישט ברענגען זאל מוחל זיין געבן נאכמער פאר זיינע ארבעטער)
.
וויסענשאפט
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 03, 2015 2:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויסענשאפט »

רוב היימישע פרויען אין די ערשטע יארן אפי גאר גוטע ארבייטער מאכן נישט קיין 15.
אגב וואס זענען די דיטעלס פין די חלק בנוגע מטערנעטי ליב, אין ווען גייט עס אריין אין קראפט?
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

פארשטייסט אבער אז נאר די וואס ארבייטן להלכה ולמעשה גייען פארדינען דערפון?
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
כווייס נישט אלעס
שר האלף
תגובות: 1746
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 29, 2015 1:02 am
לאקאציע: BETWEEN

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כווייס נישט אלעס »

ניין ! ווייל אויב גייט די מיניומם פעי און א אינדוסטריא זיין 15 גייט קיינער נישט ארבעטן פאר אינטער דעם ( כבין נאר נייגעריג צו מעדיקעיד, פוד סטעמפס, וכ"ו וועלן העכערען די עלידזשיבעל פארדינסטן צו בענעפיטן )
אשמרה לפי מחסום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 363
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 17, 2014 11:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אשמרה לפי מחסום »

אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:
(דער בעה"ב וואס זיין געשעפט גייט באנקראטירן זאל מוחל זיין שוין צומאכען ס'געשעפט

פארוואס זאל ער צו מאכען זיין געשעפט אים קומט זיך נישט קיין פרנסה ?
ער האט לאמיר זאגען פינעף איירבערטערס ביז יעצט מאכט ער פרנסה און יעצט גייט ער מאכען מיט מער ווי $50,000 ווייניגער וויפעל קליינע ביזנעסער קענען דאס אויסהאלטען

בכלל מען דארף דערמאנען די עולם אז עס איז נישט קיין עוולה צו זיין רייך אפילו בערני סענדערס וויל אזוי איינרעדען
און נאך א וויכטיגערע זאך אז רוב קליינע ביזענעסער מוטשענען זיך מיט געלט און אסאך מאל נעמט די "שלעכטע" בעל הבית ארויס ווייניגער ווי די איירבעטערס
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

דו דערמאנסט דעם ווערטל פונעם געלט גייער וואס האט געענטפערט פאר דעם וואס האט אים געוויזן אז ער האט נישט, "אז דו האסט נישט, גיי ארבעט!", אז דער בעה" ב פון 5 ארבעטער נעמט אהיים ווייניגער פון זיינע ארבעטער, זאל ער מוחל זיין פארמאכן די א.ג. "ביזנעס", און ג'יין ארבעטן. חוץ אויב עס לוינט אים מער די פרייהייט / כבוד - שטאנד אז ער האט א ביזנעס און איז נישט קיין פשוט'ער ארבעטער / פאקט אז ער האט א אינקאם אן גארנישט טון (אין די פעלער וואס עס איז אזוי) , דאן לוינט זיך אים עס ווייטער בסה"כ, איז עס פאר אים יא ווערט אויפצוהאלטן.
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
אשמרה לפי מחסום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 363
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 17, 2014 11:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אשמרה לפי מחסום »

אקעי א שאד דו האסט דיך ארויף געכאפט אויף די חלק וואס איך האב נאר געברענגט אויף צו זאגען אז נישט יעדע בעל הבית פון א ביזנעס איז רייך אפילו ער מאכט יא מער ווי די איירבערטער איז נישט גענוג אז ער זאל קענען טיילען גרויסע מוצעס פאר אפאר איירבערטערס

אבער מיין עיקר פוינט איז געווען אז אפילו איינער וואס מאכט יעצט יא א ביסעל שיין פרנסה וועט מיט פינעף איירבערטערס בלייבען מיט מער ווי $50,000 ווייניגער
דאס הייסט איינער וואס האט געמאכט ביז יעצט למשל $80,000 וואס איז נישט קיין סיבה צו צומאכען א ביזענס וועט אז ער מאכט נאר $30,000 דארפען צומאכען
אוועטאר
גוגל
שר האלפיים
תגובות: 2055
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 19, 2012 2:35 pm
לאקאציע: אויף אייוועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גוגל »

אשמרה לפי מחסום האט געשריבן:אקעי א שאד דו האסט דיך ארויף געכאפט אויף די חלק וואס איך האב נאר געברענגט אויף צו זאגען אז נישט יעדע בעל הבית פון א ביזנעס איז רייך אפילו ער מאכט יא מער ווי די איירבערטער איז נישט גענוג אז ער זאל קענען טיילען גרויסע מוצעס פאר אפאר איירבערטערס

אבער מיין עיקר פוינט איז געווען אז אפילו איינער וואס מאכט יעצט יא א ביסעל שיין פרנסה וועט מיט פינעף איירבערטערס בלייבען מיט מער ווי $50,000 ווייניגער
דאס הייסט איינער וואס האט געמאכט ביז יעצט למשל $80,000 וואס איז נישט קיין סיבה צו צומאכען א ביזענס וועט אז ער מאכט נאר $30,000 דארפען צומאכען

טאמער איזער אזוי גילונגען צו האבן א ביזנעס מיט אזויפיל ארבעטער אז ס'גייט עם קאסטן נאך 50 אלפים א יאר, און ער אליינס מאכט נאר 80, קענער טרעפן א דזאב פאר 80 און נישט האבן די העדעק
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

און וואס עפעס האסטו דיך אפגעשטעלט ביי 15 דאלער א שעה (וואס איז 600 דאלער א וואך), ס'איז דאך אויך נישט גענוג פאר א משפחה.

איך וואלט געראטן פאר די אלע הארציגע ליבעראלן צו איינפירן 30 דאלער א שעה מינימום, אזוי וועט די מיטל קלאס אויך פארדינען, און ס'וועט קענען קאווערן די סיטי רענט (און אין איינוועגס שאפן נאך טויזענטער וואוטס).

און אויב אינפלאציע וועט ארויף גיין זאל מען עס העכערען צו 100 דאלער א שעה. וואס עפעס זאל דער לויער אדער דאקטאר פארדינען אזוי סאך מער ווי דער crossing guard? א מין דיסקרימינעישאן!
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
אשמרה לפי מחסום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 363
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 17, 2014 11:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אשמרה לפי מחסום »

פינעף איירבערטערס איז נישט קיין סאך און כמעט נישטא קיין טשענס אז ער וואלט געטראפען א זשאב פאר 80000 און אויך ביז יעצט האט ער פרנסה פון איירבעטען פאר זיך פארוואס זאל ער איירבטען פאר יענעם
און ווייטער איך האב עס נאר גענוצוט פאר א משל ווייסטו וואס נעם א ביזנעס וואס די רווח פון די בעל הבית נאך אלעס 100000 און ער האט זיבען איירבעטערס יעצט גייט זיין רווח זיין נאר 30000 אפשר דארף ער אויך טרעפען א זשאב פאר 100000?
אוועטאר
גוגל
שר האלפיים
תגובות: 2055
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 19, 2012 2:35 pm
לאקאציע: אויף אייוועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גוגל »

כ'גלייב נישט אז ער באצאלט נאר 9 א שעה, מ'רעדט פון 12-13 ביז 15, נישט געפערלעך
אוועטאר
פומפדותא
שר האלפיים
תגובות: 2684
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 13, 2015 1:16 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פומפדותא »

ברוך האט געשריבן:איך וואונדער מיך? איז דא נארמאלע מענטשן וואס האלטן אז דאס איז א מעלה?


יונגערמאן, דיין בעה"ב גייט נישט פארדינען צופיל ווייניגער, אבער דו גייסט צאלן סך סך מער פאר א יעדע זאך, עס וועט זיין מער אינקאם, וועט זיין מער טעקס, די געגענט וועט הייסן א רייכע געגענט וועט ארויפגיין די פראפערטי טעקס, די לענדלארד איז נישטא לשם מצוה, נישט ער גייט באצאלן די טייערע טעקס, נאר דו די טענענט, דיין גראסערי ארדער פון 200 א וואך וועט דיר קאסטן 450.

דו גייסט נאר ארויפצאלן, ווער עס גייט ליידן, איז די ענד יוזער.

איך האב היינט פרובירט מסביר זיין פאר מיין ארבייטער דיין חשבון פארוואס א רעיז גייט שאטן פאר איהם, און איך מיין נאר זיין טובה.
For some odd reason האט ער נישט מסכים געווען.
אפשר איז ער פון די נישט נארמאלע.......
בילד
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

יעדער פארשטייט אז די וויכטיגסטע חלק פון די עקאנאמי זענען די מענטשען מיט אמביציע צו עפענען א ביזנעס, קאמעניזם האט נישט געארבייט ווייל ס'איז נישט געווען די דרייוו צו זיין סוקסעספול.

מיט אזא עדיטוט "פארמאך דיין ביזנעס" קומט ארויס די מערסטע שאדן. סיי אז ווייניגער מענטשען וועלן עפענען ביזנעסער וואס מיינט ווייניגער דזשאבס, און סיי ביזנעסער וואס סטראגלען וועלן זיך שנעלער פארמאכן.

א פערפעקט רעסעפי פאר דיזעסטער.

דאס איז די ציל פון העכערן די מינימום וועידזש?
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
אשמרה לפי מחסום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 363
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 17, 2014 11:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אשמרה לפי מחסום »

ביז יעצט האב איך גערעד פון א בעל הבית וואס וועט מוזען פארמאכען וועגען דעם
יעצט לאמיר רעדען פון א "שלעכטע רייכע" מענטש ער האט שוין א ביסעל א גרעסערע ביזענעס מיט צוואנציג איירבעטערס פארוואס זאל ער נישט מופען קיין נוי זשערסי און בלייבען מיט 150000-200000 דאלער מער אין טאש?
אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2961
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלד וויליאמסבורג »

זאכליך האט געשריבן:יעדער פארשטייט אז די וויכטיגסטע חלק פון די עקאנאמי זענען די מענטשען מיט אמביציע צו עפענען א ביזנעס, קאמעניזם האט נישט געארבייט ווייל ס'איז נישט געווען די דרייוו צו זיין סוקסעספול.

מיט אזא עדיטוט "פארמאך דיין ביזנעס" קומט ארויס די מערסטע שאדן. סיי אז ווייניגער מענטשען וועלן עפענען ביזנעסער וואס מיינט ווייניגער דזשאבס, און סיי ביזנעסער וואס סטראגלען וועלן זיך שנעלער פארמאכן.

א פערפעקט רעסעפי פאר דיזעסטער.

דאס איז די ציל פון העכערן די מינימום וועידזש?

די דשאוק פון פארגלייכען סאשעליזם צו קאמוניזם האט שוין לאנג אויסגעוועפט, קאמוניזם איז שוין אינטער געגאנגען 30 יאר און סאשעליזם בליעט.
.
אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2961
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלד וויליאמסבורג »

אשמרה לפי מחסום האט געשריבן:ביז יעצט האב איך גערעד פון א בעל הבית וואס וועט מוזען פארמאכען וועגען דעם
יעצט לאמיר רעדען פון א "שלעכטע רייכע" מענטש ער האט שוין א ביסעל א גרעסערע ביזענעס מיט צוואנציג איירבעטערס פארוואס זאל ער נישט מופען קיין נוי זשערסי און בלייבען מיט 150000-200000 דאלער מער אין טאש?

ליין די נייעס, נוא דשערסי גייט עס נאכמאכען, עס וועט זיין דארט אויך זיין 15 דאלער א שעה
.
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

@אלד איך פארשטיי נישט וויאזוי די פארענטפערסט מיין טענה.

מעגסט מודה זיין אז איך בין גערעכט ס'איז נישט קיין בושה...
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2961
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלד וויליאמסבורג »

ווארשיינליך ביסטי צו אינג צו וויסעם וואס קאמוניזם איז, זאגסט איבער נארישע ליינס פון די רעיגען יארען, כל זמן סאיז דא בענעפיט צו זיין א ביזנעס אייגענטומער איז דיינע ווערטער געמאלען וואסער, אינטער קאמניזם איז דער בעל הבית דער ארבעטערס מיטן נישט ארבעטערס געווען גלייך, אין יוראפע וואינען אחינו בני ישראל מיליונערן און סאשעליזם טוט זיי בכלל נישט וויי, דאס איז אויף סאשעליזם בכלליות

ולענין הפרט, האלטסט אז אויב א ביזנעס מאכט געניג צו צאלן ארבעטערס 6 דאלער א שעה דארף בלייבן אפען? איך שטעל זיך פאר אז נישט, איך האלט אזוי לגבי 15 דאלער א שעה.
.
שרייב תגובה

צוריק צו “עקאנאמישע נייעס”