ניו יארק $15 מינימום וועידזש

עקאנאמיע, ביזנעס און טעכנאלאגיע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אשמרה לפי מחסום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 363
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 17, 2014 11:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אשמרה לפי מחסום »

אקעי א סיכום פאר איך גיי שלאפען
א ביזנעס אונער פון פינעף איירבערטערס וואס האט ביז יעצט געמאכט נאך אלעס 80000 האלסטו אז ער דארף נישט בלייבען אפען ווייל ער קען נישט צאלען די 15 דאלער א שעה נאר ער זאל גיין איירבעטען פאר 40000 דאולער א יאר (פארוואס? פארוואס נישט)
און מארגען טאמער וועסטו מחליט זיין אז א ביזנעס וואס קען נישט באצאלען 30 א שעה זאל זיך אויך צומאכען?
בקיצור די גייסט מחזק זיין אז אדער ביסטו א ביזנעס וואס מאכט אסאך געלט איז גוט אז נישט קענסטו נישט האבען א ביזנעס עס טייטשט אז די גייסט מאכען גרויסע ביזנעסער נאך גרעסער און קליינע ביזנעסער גייט כמעט נישט זיין אזא זאך דאס הייסט אז דו שלעפסט נאכמער אראפ די מצב ווייל מענטשען וואס האבען ביז יעצט געהאט ביזנעסער גייען ווערען איירבערטער גייסטו האבען מער מענטשען וואס גייען זיכע זשאבס און פארדינען ווייניגער ווי זיי פלעגען אמאל פארדינען פלאס ביזנעסער וואס בלייבען יא אין ביזנעס גייען אויפנעמען ווייניגער איירבעטרערס ווי ביז יעצט ווייל חוץ דעם 15 א שעה קומט א גאנצע צייט צו נאך עקספענסעס און רעגעלעישענס פאר בעלי בתים פאר זייערע איירבעטערס
לעצט פארראכטן דורך אשמרה לפי מחסום אום פרייטאג אפריל 15, 2016 1:30 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
כווייס נישט אלעס
שר האלף
תגובות: 1736
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 29, 2015 1:02 am
לאקאציע: BETWEEN

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כווייס נישט אלעס »

זאכליך האט געשריבן:@אלד איך פארשטיי נישט וויאזוי די פארענטפערסט מיין טענה.

מעגסט מודה זיין אז איך בין גערעכט ס'איז נישט קיין בושה...

אלד וויליאמסבורג איז א אינוועסטער און די ראבאט מעניפעקטשרינג אינדוסטריא ער באלעקט זיך די פינגער פון דיין גאנצע דיסקאשען דא
אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אַבּערוואַס »

אלדי, איך נעם אן אז איר זענט עלטער פין מיר, און איר געדענקט בעסער קאמוניזם, דאס פרעגט אבער נישט אפ דעם מציאות אז ענד אוו די געים זענען בעה"ב דא צו מאכן געלט, און אויב קאסט עס מער, ווערט די קאסט געטרענספערט צום קאנסומער אויף אלערליי אופנים, און העכערט עווענטועל אינפלעישען, און טראגט אוועק לעיבאר, סאו פארדינען גייט קיינער סייווי נישט דערפין, נאר העכסט ווארשיינליך דערלייגן.

און יא, נעם אויך אין באטראכט אז אין א פרייע מארקעט קריגט אן ארבעטער באצאלט וויפיל ער/זי איז ווערט לויט די אומשטענדן, אנלעסס ס'דא א איבערפלוס פין ארבעטער'ס וואס דעמאלטס קומט עכ"פ צוריק די אלטע טענה, אז אויפטון מיט'ן העכער'ן די מינימום וועידזש וועט מען נישט, ס"ה הייבט מען דעם סטאנדארט, און ס'ווערט א גלגל החוזר.

זיי זיך ביטע בעסער מסביר, אדער זאג, אז אייער טענה'ען דא איז ריין לשם טענה'נען...
לעצט פארראכטן דורך אַבּערוואַס אום פרייטאג אפריל 15, 2016 1:39 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...
אשמרה לפי מחסום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 363
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 17, 2014 11:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אשמרה לפי מחסום »

אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:ו
ולענין הפרט, האלטסט אז אויב א ביזנעס מאכט געניג צו צאלן ארבעטערס 6 דאלער א שעה דארף בלייבן אפען? איך שטעל זיך פאר אז נישט, איך האלט אזוי לגבי 15 דאלער א שעה.

אז א ביזענס וואס האט פינעף איירבעטערס מאכט נישט גענוג געלט צו קענען צאלען 6 דאולער א שעה דארף נישט בלייבען אפען ווייל א ביזנעס פון אזא זייס דארף דאס קענען דעקען
מה שאין כן 15 דאולער א שעה איז א נארמאלע זאך אזא סייז ביזנעס זאל נישט קענען דעקען פאר פינעך איירבערטערס וואס קומט אויז א יאר מער ווי $158,400 דאס טיישט אז לויט דיך דארף א ביזנעס מיט פינעף איירבערטערס וואס מאכט "נאר" 250,000ִ$ זיך פארמאכען איך הער
אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2961
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלד וויליאמסבורג »

אשמרה,דיינע נומבערס זענען זייער רחמנותדיג, איך האלט אז די זאלסט דעם געשעפט שוין צומאכען, 250 טויזנט גראסס סעילס, מיט פינעף ארבעטערס, ווארשיינליך האסטו א לאסס סוף יאר, אפילו מיט די יעצטיגע 9 דאלער א שעה.

אבערוואס, נישט געוויסט אז 'זאכליך' איז דיין צווייטע ניק, עניוועיס צום פאוינט, די פרייזען וועלן ארויפגיין, אדרבה זאל עס ארויפגיין, אויב דאס וועט דעקן די געהאלטן פון די ארבעטערס, ביזנעסער ווי אשמרה'ס ביזנעס (וואס זעהט אויס קענען נישט ארויפגיין מיט די פרייזען) האבן עניוועיס נישט קיין פיוטשער.
.
אשמרה לפי מחסום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 363
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 17, 2014 11:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אשמרה לפי מחסום »

כאפ דיך נישט ארויף אויף די נאומבערס על אף א ביזנעס וואס מאכט 250 מיט פינעף מינימום וויעדש איירבעטער (און דאס איז וואס מער רעד פון דא פון ביזנעסער וואס באצאלען ביז יעצט מינימום וועידש אדער קרוב צו דעם) דארף זיך נאך נישט צו מאכען און איז גאנץ נארמאל אבער איך וויל נישט אז דו זאלסט זיך קענען ארויף כאפען אויף נאומבערס
בקיצור די האלסט אז א קליינע ביזענס מיט 5 איירבערטער וואס קען זיך נישט ערלויבען נאך 50000 א יאר וואס רוב קליינע ביזנעסער קענען נישט (עס קומט אויס מער ווי 50000 ווייל עס קומט צו אסאך הוצאות וואס ווערען גרעסער ווען די פעיראול איז גרעסער) זאל זיך צומאכען איך הער און מארגען גייסטו האלטען אז אז טאמער קען ער זיך נישט ערלויבען נאך 100000 דארף ער זיך צומאכען און ווייטער דאס איז נאר א משל אבער די פאוינט איז אז רוב קליינע ביזנעסער קענען זיך נישט ערלויבען אזא ריזיגע הוצאה פער איירבעטער (פארשטייט זיך אז איך רעד פון א ביזנעס וואס איז געבויט אויף מינימום וועידש איירבעטערס ווייל די איבריגע איז דאך נישט נוגע צו אונזער שמועס)

סאו וואס איז יא די מעזשערמענט אז וואס קליינע ביזנעסער קענען נארמאל אויסהאלטען
און עס איז א נארמאלע זאך אז א קליינע ביזענס זאל מאכען גענוג געלט אז עס זאל זיך אים נישט קומען מיתה לויט די היינטיגע מצב וויפעל עס איז נארמאל פאר א קליינע ביזנעס צו פארדינען אבער ער זאל נישט קענען דעקען אזא שפרונג אין וועידשעס
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:ווארשיינליך ביסטי צו אינג צו וויסעם וואס קאמוניזם איז, זאגסט איבער נארישע ליינס פון די רעיגען יארען, כל זמן סאיז דא בענעפיט צו זיין א ביזנעס אייגענטומער איז דיינע ווערטער געמאלען וואסער, אינטער קאמניזם איז דער בעל הבית דער ארבעטערס מיטן נישט ארבעטערס געווען גלייך, אין יוראפע וואינען אחינו בני ישראל מיליונערן און סאשעליזם טוט זיי בכלל נישט וויי, דאס איז אויף סאשעליזם בכלליות

ולענין הפרט, האלטסט אז אויב א ביזנעס מאכט געניג צו צאלן ארבעטערס 6 דאלער א שעה דארף בלייבן אפען? איך שטעל זיך פאר אז נישט, איך האלט אזוי לגבי 15 דאלער א שעה.

א סימן ווען מ'האט נישט וואס צו ענטפערן איז ווען מ'אטאקירט מיט פערסאנעל אישאס.

פאר זאכליך ענטפערט מען אז ביזט נאך זייער אינג, פאר אשמרה ענטפערט מען אז ביזט זאכליך'ס צווייטע ניק, און זיי זענען אפגעפרעגט.

איך ווייס נישט ווי אלט די ביזט, אבער ס'קוקט אויס ווי די ווייסט יא ווי אלט איך בין, וועלן מיר מיזן אננעמען אז איר זענט זייער אלט... (אפשר איז דאס די סיבה פארוואס איר הערט נישט וואס איך רעד, פאר אלטע מענטשען דארף מען שרייען הויך אפאר מאל ביז זיי הערן... אויב ס'פעלט אויס וועל איך מאכן די פאנט גרעסער אזוי וועט איר קענען גרינגער ליינען...)

יעצט צום ענין.

לאמיך אייך פרעגן א קשיא, ווער איז וויכטיגער פאר די עקאנאמי די אנטערפאנור וואס האט אויפגעשטעלט א ביזנעס מיט דמים תרתי משמע און שטעלט צו פרנסה פאר אנדערע מענטשען? אדער די ארבייטער?

ס'איז פשוט אז אן קיין ביזנעסער איז נישטא קיין דזשאבס, רייט?

סא וואס איך זאג איז, אז מיט אזא עדיטוט פון "מאך צו דיין קאמפעני" אדער "מוף קיין דזשערסי" ברענגסטו אינטער דיין דזשאב מארקעט.

וואס ענטפערט איר מיר, אז איך בין נאך צו אינג, און ער מאכט סייווי נישט גענוג געלט.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2961
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלד וויליאמסבורג »

זאכליך אשמרה אבערוואס, ווען תגובה פאר אלל, איך דארף ג'יין מאכען אפאר טאלער, נישטא מער קיין צייט, אבנר בקיצור הדברים.

ווער האט אפגעמאכט אז די ביזנעסער קענען נישט באצאלן די העכערונג? פארוואס קענען זיי יא באצאלן די יעצטיגע 9 דאלער א שעה, ווייל דאס איז א פאקט, סאיז פארט פון קאסט אוו אפערעישאן פונקט ווי אלע אנדערע ביזנעס עקספענסעס, און ממילא מוזן קאמפעניס אויסרעכען די חשבונות אז מען זאל קענען מאכען געלט, ווען 15 דאלער וועט זיין א פאקט וועלן זיי דאס אויך קענען.

די האלטסט און איין רעכענען די גאנצע קאסט אנטקעגן די נעט ריווח געלט אינעם בעל הבית'ס פאקעט סוף יאר, דאס איז נישט וויאזוי מען רעכנט די זאכען, סא די אמת'ע סינעריא איז א קאמפעני וואס טוט למשל 3 מיליאן אין גראסס סעילס, איז דאס א העכערונג פון 2 פראצענט, 5 ארבעטערס = 62 טויזענט דאלער, סא צוויי פראצענט אויפן קאנסומער קען דעקן 50 פראצענט העכערונג אויף וועידשעס, (א סערוויס קאמפעני קען נאך גרינגער העכערן פרייזן אפילו מיט ווייניגער גראסס רעוועניוא), ער זאל דאס אריינרעכענען אין זיין קאסט אוו אפעראישאן, און מאכען זיכער אז סוף יאר זאל ער נאך ארויפגיין מיט ריווח.

און א קורצע מעסעדש צו מיינע ריזיגע ביזנעס עקזעקעטיווס דא אין וועלטל, די סוקסעס פון א קאמפעניס ליגט און וואקסן די גראסס סעילס און די וואוקס פון די קאמפעניס, שניידען אויסגאבן איז א וויכטיגע זאך אבער 90 פראצענט פון דיין הצלחה ליגט נישט דארט, (עגען עז איי סעד ביפאר, די קאמפעניס איז דשאסט א העדעיק מאך עס צו)

לאמיר האפן אז ווען די הכרח וועט זיין 30 דאלער א שעה וועלן די שטאט טאטעס דאס אינפארסן, און וועסט זעהן אז די ביזנעסער קענען דאס אויך, קאסט אוו גודס גייען עניוועיס ארויף, זאל דאס דעקן די קאסט אוו ליוויננג וואס איז ארויף.
.
אשמרה לפי מחסום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 363
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 17, 2014 11:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אשמרה לפי מחסום »

נאך א זאך וואס איך האב פארגעסען
אז מאכען א געזעץ וועגען פאליטיק און כדי צו כאפען די יונגווארג וואס קוקען נישט ווייטער ווי די נאז (עס איז דא עלטערע אויך אבער מען רעד פון די עיקר)
אן קוקען די אימפעקט אויף אלע קליינע ביזנעסער וואס א ריזיגע חלק פון זשאבס קומען פון
אן מאכען סטאדיס אן קוקען וואס רוב מומחים האלטען (און כמעט אלע איבריגע מומחים וואס זייערע פאליטישע מיינונג האלט זיי צירוק פון זאגען זייערע אמתע מיינונג)
איז א הימעל שרייענדע עוולה
אשמרה לפי מחסום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 363
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 17, 2014 11:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אשמרה לפי מחסום »

אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:זאכליך אשמרה אבערוואס, ווען תגובה פאר אלל, איך דארף ג'יין מאכען אפאר טאלער, נישטא מער קיין צייט, אבנר בקיצור הדברים.

ווער האט אפגעמאכט אז די ביזנעסער קענען נישט באצאלן די העכערונג? פארוואס קענען זיי יא באצאלן די יעצטיגע 9 דאלער א שעה, ווייל דאס איז א פאקט, סאיז פארט פון קאסט אוו אפערעישאן פונקט ווי אלע אנדערע ביזנעס עקספענסעס, און ממילא מוזן קאמפעניס אויסרעכען די חשבונות אז מען זאל קענען מאכען געלט, ווען 15 דאלער וועט זיין א פאקט וועלן זיי דאס אויך קענען.

די האלטסט און איין רעכענען די גאנצע קאסט אנטקעגן די נעט ריווח געלט אינעם בעל הבית'ס פאקעט סוף יאר, דאס איז נישט וויאזוי מען רעכנט די זאכען, סא די אמת'ע סינעריא איז א קאמפעני וואס טוט למשל 3 מיליאן אין גראסס סעילס, איז דאס א העכערונג פון 2 פראצענט, 5 ארבעטערס = 62 טויזענט דאלער, סא צוויי פראצענט אויפן קאנסומער קען דעקן 50 פראצענט העכערונג אויף וועידשעס, (א סערוויס קאמפעני קען נאך גרינגער העכערן פרייזן אפילו מיט ווייניגער גראסס רעוועניוא), ער זאל דאס אריינרעכענען אין זיין קאסט אוו אפעראישאן, און מאכען זיכער אז סוף יאר זאל ער נאך ארויפגיין מיט ריווח.

און א קורצע מעסעדש צו מיינע ריזיגע ביזנעס עקזעקעטיווס דא אין וועלטל, די סוקסעס פון א קאמפעניס ליגט און וואקסן די גראסס סעילס און די וואוקס פון די קאמפעניס, שניידען אויסגאבן איז א וויכטיגע זאך אבער 90 פראצענט פון דיין הצלחה ליגט נישט דארט, (עגען עז איי סעד ביפאר, די קאמפעניס איז דשאסט א העדעיק מאך עס צו)

לאמיר האפן אז ווען די הכרח וועט זיין 30 דאלער א שעה וועלן די שטאט טאטעס דאס אינפארסן, און וועסט זעהן אז די ביזנעסער קענען דאס אויך, קאסט אוו גודס גייען עניוועיס ארויף, זאל דאס דעקן די קאסט אוו ליוויננג וואס איז ארויף.

ניין ניין ניין און נאכאמאל ניין דו קענסט קוקען פארצענט אדער דו קענסט קוקען מציאות אין שטח אין די מציאות זאגט אז קליינע ביזנעסער וואס רילייען אויף מנימום וועידש איירבעטער קענען עס נישט עפארדען און ער קען נישט גענוג הייבען די פרייזען און די מציאות אין שטח זאגט אז א בעל הבית קוקט יא זיין נעט רווח
היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5559
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער אינגערמאן »

אשמרה לפי מחסום האט געשריבן:

וואס @אלד זאגט מיטן האבן א $15 וועיזש וועלן אלע ביזנעסעס מוזן העכערן אביסל די גראוס פרייזן.

לאמיך זאגן בקיצור דעת קאטשי. דער חשבון קען שטימן ביי ביזנעסער וואס זענען קאנצעטרירט נאר דא לאקאל אזוי ווי רעסטוראנטס וכדומה. אבער ביזנעסער וואס טוען ביזנעס אלל אווער ינייטעד סטעטס איז ארויפגיין מיט 2% נישט קיין אפציע ווייל זיי וועלן נישט זיין קאמפעטעטיוו.

הגם איך בין איינשטימיג מיט בערני אז די גאווערמענט האט גארנישט געטוען צו באשיצן איר מיטל קלאס ארבעטערס איבער די לעצטע 20-30 יאר אלס מיטן תירוץ צו באשיצן "ביזנעס", דער בעל הבית, קארפרעט אמעריקא, דער ביליאנער, און דער ארבעטער ליידט טאקע אין גרויסען. איז אבער מינומום וועיזש גאר א קרומע וועג דאס צו אדרעסירן, באופן כללי וועט עס מאכן אמעריקא נאך ווייניגער קאמפעטעטיוו מיט דרויסענדיגע לענדער, וועט מען שיקן נאך מער ארבעט אווערסיעס. בקיצור עס רירט בכלל נישט אן דעם יסוד פונעם פראבלעם אז אמעריקאנער ארבעטער דארפן קאמפיטען מיט כינעזער ארבעטער ווטס מאכן א קוואדער א שעה...
אוועטאר
פאלעצע
שר מאה
תגובות: 169
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 4:23 pm
לאקאציע: פארנט פונעם עיר קאנדישאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלעצע »

אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:די דשאוק פון פארגלייכען סאשעליזם צו קאמוניזם האט שוין לאנג אויסגעוועפט, קאמוניזם איז שוין אינטער געגאנגען 30 יאר און סאשעליזם בליעט.

:lol: :lol: שוין לאנג נישט געהערט אזא גוטס!!!
אוועטאר
פומפדותא
שר האלפיים
תגובות: 2672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 13, 2015 1:16 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פומפדותא »

היימישער איך וויל מיך באציען צו וואס דו האסט געשריבן אז מען גייט ארויסטראגן זשאבס.

וואס קארפערעט אמעריקע האט געקענט האבן זיי שוין ארויסגעטראגן פון לאנד, דאס וואס איז געבליבן איז ווייל זיי האבן נישט קיין ברירה, ווייל צו טון ביזנעס אין אמעריקע דארפסטו האבן סטאר פראנטס מיט ארבייטערס. ווען זיי רעדן פון ארויסטראגן זשאבס דאס איז נאר א סקעיר טעקטיק פון קארפערעיט אמעריקע.

לדוגמא עפל, זיי האבן נישט קיין איין זשאב ארויסצושיקן, דאס וואס זיי האבן איז כדי צו פונקציאנירן אין אמעריקא, זאגט די רעגירונג זיי נישט קיין פותח על שני סעיפים און באצאל פאר דיינע ארבייטערס דא אין לאנד
בילד
אוועטאר
פאליק
שר ששת אלפים
תגובות: 6836
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אין אוועל אפיס ביי די גאלדענע טעפיך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליק »

איינע פון די שווערסטע זאכען וואס עס פאסירט ווען מען הייבט די וועידש איז פאר די עלטערען וואס האבען וואוטשערס וויבאלד די שטאט פארלאנגט אז מען מוז מאכן די מינינמום וועידש
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

נו זיי גייען יעצט מאכן די מונעמים וועדש ווייל זייער ארבעטס געבער גייט זיי געבן א רעיז. ניין?
איי גייען זיי אראפ פאלען פון די שטאטישע פראגראמען? שתי תשובות בדבר 1] דעס איז דאך די ציל שפארן גאווערמענט אויסגאבען 2] מען גייט הייבן די לאו אינקאם, איי עס איז א סתירה פרעג נישט קיין קשיות,
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
אוועטאר
רינדעכיג
שר האלף
תגובות: 1829
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 14, 2015 1:16 pm
לאקאציע: אין טעלער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רינדעכיג »

I have a online business with a net profit of a MILLION dollars yearly I have 125 employees 100 of them are getting paid 10 dollars an hour. So now I'll have to raise 100 employees with 5$ an hour, that will end with a million $ expense (before tax etc) so what should I do close my business?
רעוואלטאלתי יותר מדי...
בך בטחו
שר מאה
תגובות: 185
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 27, 2015 11:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בך בטחו »

וויפיל איז דיין גראוס סעילס? 20-25 מיליאן? סאו דארפסטו העכערן דיינע פרייזען מיט 4-5%
ווארים ער ית' איז אלעס, איז אז מען געבט אפ צו עם אלעס, גיבט ער אלעס אוצר אגרות קודש מכתב ק"ל
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

מ'קען נישט העכערן אנליין מיט 4%, טאמער יא פארלירסטו צו דיין קאמפעטישאן.

זיך דיר א צווייטע סטעיט ווי צו טוהן ביזנעס.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
אוועטאר
רינדעכיג
שר האלף
תגובות: 1829
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 14, 2015 1:16 pm
לאקאציע: אין טעלער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רינדעכיג »

בך בטחו האט געשריבן:וויפיל איז דיין גראוס סעילס? 20-25 מיליאן? סאו דארפסטו העכערן דיינע פרייזען מיט 4-5%

איך פארקויף worldwide און אויב העכער איך מיט 4-5% קען איך שוין ארויס גיין פון ביזנעס ווייל די קאמפעטישען איז ריזיג.....
רעוואלטאלתי יותר מדי...
אוועטאר
פומפדותא
שר האלפיים
תגובות: 2672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 13, 2015 1:16 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פומפדותא »

זאכליך האק דיר דאס אריין אין קאפ 15 א שעה גייט זיין אין איעדע סטעיט
בילד
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

פומפדותא האט געשריבן:זאכליך האק דיר דאס אריין אין קאפ 15 א שעה גייט זיין אין איעדע סטעיט

ווען אלע סטעיטס גייען האבן 15 דאלער מינימום וועידזש גייט ניו יארק שוין האלטן ביי 30...
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4555
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 20, 2015 6:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן נון »

איך ליין גוט? מאך צו דיין ביזנעס? דאס איז די ציל פון 15$ א שעה?

עס גייט מיר נישט אין קאפ אריין. זענען ענק נישט באקאנט מיט די פאקט אז רוב גרויסע ביזנעס זענען אמאל קליין געווען? אז א חלק פון די עקענאמי ווערט געשטיצט פון ׳סמאל ביזנעס׳?

איך פארשטיי נישט. אויב עס מאכט זיך א שוואכע סיזען אין א קליינע ביזנעס, אויף אזוי ווייט אז די עקסטערע 5$ א שעה פאר זיינע 5 ארבערטער מאכט אים פארלירן געלט, זאל ער צומאכן און גיין זוכן א דשאב? ווער וועט אים צושטעלן א דשאב אויב רוב קליינע ביזנעס גייען זיך צושפארן? און ווער וועט צושטעלן דשאבס פאר זיינע ביז יעצטיגע ארבערטערס, וואס האבן ביז יעצט נעבעך ׳נאר׳ געמאכט 8$ און יעצט זענען זיי ארבעטס-לאז?

און דאס איז פאר סתם קליינע ביזנעס, וואס זענען שוין אפ ענד ראנינג. וואס גייט די נייע געזעץ טון צו איינער וואס וויל אויפמאכן א נייע ביזנעס? אה, איך ווייס! מאך נישט אויף! אויב דו קענסט נישט מאכן דיינע ארבערטערס פאר גבירים, דארף מען דיך נישט!
אוועטאר
פומפדותא
שר האלפיים
תגובות: 2672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 13, 2015 1:16 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פומפדותא »

זאכליך האט געשריבן:
פומפדותא האט געשריבן:זאכליך האק דיר דאס אריין אין קאפ 15 א שעה גייט זיין אין איעדע סטעיט

ווען אלע סטעיטס גייען האבן 15 דאלער מינימום וועידזש גייט ניו יארק שוין האלטן ביי 30...

ר' בערל פוברסקי ביי שיעור אויף מסכת קידושין געפרעגט וואס וועלן מיר טוהן אז אינפלאציע גייט ארויף גיין, און א שווה פרוטה וועט זיין מוראה'דיגע טייער און מען וועט עס נישט קענען עפארדען. קיינער האט נישט ג'ענטפערט

האט זיך ר בערל צושמייכעלט און געזאגט זארגט אייך נישט דער בורא כל עולמים גייט דאס נישט מאכן ער וויל מען זאל קענען חתונה האבן.
בילד
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

וויאזוי קען א שוה פרוטה ארויפגיין - און ווערן טייערער, שווערער צו עררייכן - דורך אינפלאציע? א שוה פרוטה איז א שוה פרוטה, אז דו האסט דאס געלט צו קויפן א רעפטל ברויט האסטו שוין אין דיינע הענט א שוה פרוטה און מער.
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

@בון נון, האסטעס גענאגלט!
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
שרייב תגובה

צוריק צו “עקאנאמישע נייעס”