בד״ה: הגה"צ ר' משה יודא מייזעלס זצ"ל - רב דקהל אבני שלמה

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4524
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

כקען מעיד זיין לא פסיק גירסא מפומיה בלי גוזמא בנוסף צו זיין יראת שמים
אוי סקלינגט מיר נאך אין די אויערן זיין קול בוכים ביי די קינות אם אבן הוא נימוח
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8004
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

אין די ימי הפסח העעל"ט האט ער געהאט א שווערע הארץ אטאקע, און כ'מיין אז פון דאן איז ער נישט צוריקגעקומען צו זיך גענצליך.

***
קוים מיט א נישטיגע 10 יאר צוריק האט זיך געפענט די "בד"ה" אשכול דא אויפ'ן וועלטעל מיט די פטירה פון זיין טאטען הג' ר' נתן יוסף ז"ל.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
ראסטעוו
שר מאה
תגובות: 169
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2015 7:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראסטעוו »

אוי וויי דאס בעסטע וואס מיר פארמאגן נעמט מען אונז צו.
אט אזוי
שר האלף
תגובות: 1283
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2014 5:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אט אזוי »

א שאד מהאט נישט אריינגעכאפט צו קונה זיין פון אזא צדיק ותלמיד חכם ...
אבד חסיד מן הארץ...
ראסטעוו
שר מאה
תגובות: 169
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2015 7:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראסטעוו »

און וויאזוי דער איד האט אראפגעלייגט א דאוונען מיט א פלאם פייער ובכח גדול איז עפעס וואס מ'זעהט שוין היינט קוים
געזעצלעך
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 08, 2016 7:01 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געזעצלעך »

נישט געווען נאך אזאלעכע אידן אין אינזער דור
אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

אט אזוי האט געשריבן:א שאד מהאט נישט אריינגעכאפט צו קונה זיין פון אזא צדיק ותלמיד חכם ...
אבד חסיד מן הארץ...

לא החזיק טובא לנפשיה געזיצען אין געהארוועט אויף תורה בשקידה, אן א שום מאכעריי און פרסום האט מען נישט דעם שכל אליינס דעם מח צונעמען אפיר זיכן די סארט תלמידי חכמים, חבל חבל
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

באקומען פון איינעם

ער האט במשך השנים פארהערט טויזנטער קינדער און בחורים פון אלע מוסדות און אברכי הכוללים בכל המקצועות. ער האט אין איין טאג געקענט פארהערן צען אנדערע לימודים, אן דארפן זיך פארקוקן א רגע. זיין איבערמענטשליכע עמל התורה איז געווען דער בעסטער פארקוק.
איך בין אמאל אלס בחור אריבער צו אים אין שטוב זיך פארהערן מסכת פסחים, ער האט פארהערט אויסעווייניג, דף נאך דף, ״יא, וואס זאגט די קליינע רש״י דארט אינמיטן דף״.. זיין גאונות און בקיאות איז געווען מבהיל׳דיג.
דערצו איז ער געווען א פארצייטישער עובד ודחיל חטאין. געלעבט מיט יראת ה׳ ואהבת הבורא יעדע רגע. נישט אויפגעהויבן די אויגן אין גאס. ויראת ה׳ חופפת על פניו כל היום.
אבער דאס אלעס איז צוגעגאנגען מיט אזא איידלקייט, מיט אזא מורא׳דיגער מאירת עינים, מיט זיינע ליכטיגע אויגן וואס האבן געפינקלט מיט ליבשאפט צו יעדן קינד און בחור׳ל. דעם גוטן געפיל וואס ער פלעגט יעדן געבן. א גאון הגאונים אין כבוד הבריות!

אפגעזען וואס ער האט מיטגעמאכט אין זיין לעבן, האט זיין געהויבענע צורה אלס געשטראלט, עבדו את ה׳ בשמחה בואו לפניו ברננה, זיין איידעלער ״גוט מארגן גוט מארגן״, מיט דעם הארציגן בא׳חנ׳טן שמייכל בכל לב ובכל נפש.

אוי ס׳דערמאנט זיך צוריק זיין ״חובת הלבבות״ שיעור, אין קעמפ, ס׳געדענקט זיך ווי היינט, אין זופניק ביהמ״ד, מיר פלעגן צאמשלעפן צוויי טישן און ער פלעגט פארלערנען, זיין פנים פארפלאמט, יעדעס ווארט האט געברענט אין אים, בהגיגי תבער אש. זיין דאווענען, ער איז דאך ממש נישט דאהי געווען. בינו לבין קונו זיך אויסגעבן זיין הארץ. אזא ווארעמער מענטש געווען, אן איבערגעפולט הארץ מיט הרגשים האט ער פארמאגט. איין שטיק גוטסקייט. פאר זיך גארנישט געדארפט. פת במלח תאכל, כך הוא דרכה של תורה.

ער איז געווען פון די שענסטע און גרעסטע תלמידים פון רבינו הקדוש זי״ע, א שטאלץ פאר די סאטמארער עדה הקדושה, א פארצייטישער תורה ריז וגאון אדיר, א מושלם בכל מדה ומעלה, אן עובד ה׳ מנעוריו, חסיד במעשיו וצדיק בדרכיו. איך געדענק ווי מיין טאטע פלעגט מיר ווייזן, ״קוק דעם איד ער קען כל התורה כולה!״ ליידער איז דאס מער נישט דא!

אוי נא לה לק״ק סאטמאר שאבדה כלי חמדתה!
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

בד"ה.

א ריכטיגער "תלמיד חכם" מיט די מיין פון די צייט וואס "תלמיד חכם" האט נאך געמיינט עפעס.

תנצב"ה
לעצט פארראכטן דורך לכתחילה אריבער אום מוצ"ש פעברואר 27, 2016 10:23 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3898
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צווייפעל »

בד"ה

ת"ח שמת הכל קרוביו.

אלץ א קרית יואל'ער האב איך אים נישט געקענט פערזענליך, אבער כהאב אלץ געוויסט אז ער איז א תלמיד חכם עצום, און א געהויבענער איד.

תנצבה
משה שטינקאוויטש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 388
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 02, 2015 2:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה שטינקאוויטש »

ביו נישט געווען מן המצינום אבער אלס געשפורט כאילו ער האט אהבת נפש צו מיר.
איין עפיזאד גייענדיג איינמאל זיך פארהערן א גרויסע בחינה שטייצעך נישט געקענט...אבער ר'משה יהודה זצ''ל זאגט מיר דא האסטו א כתב פארן מנהל
כדאי נישט צו האבן פראבלעמען אבער קום צוריק נעקסטע וואך איבערפארהען!

צוריק געגאנגען א וואך שפעטער אויפגענומען מיט אזא שמייכל איי מי ייתן לנו תמורה
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4524
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

צווייפעל האט געשריבן:בד"ה

ת"ח שמת הכל קרוביו.

אלץ א קרית יואל'ער האב איך אים נישט געקענט פערזענליך, אבער כהאב אלץ געוויסט אז ער איז א תלמיד חכם עצום, און א געהויבענער איד.

תנצבה

געוואוינט אמאל אין קרית יואל
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
געזעצלעך
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 08, 2016 7:01 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געזעצלעך »

מען זאגט אויף עם אז ער האט געהאט א שוואכע קאפ נאר מיטן זיין א מתמד איז ער אזוי אנגעקימען
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6775
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

קרייסלער האט געשריבן:
צווייפעל האט געשריבן:אלץ א קרית יואל'ער האב איך אים נישט געקענט פערזענליך, אבער כהאב אלץ געוויסט אז ער איז א תלמיד חכם עצום, און א געהויבענער איד.

תנצבה

געוואוינט אמאל אין קרית יואל

ער איז געווען א ערענסטער קאנדידאט פאר די דיינות פאסטן אין קרית יואל (און למעשה האט מען אויפגענומען הרה"ג ר' געציל בערקאוויטש שליט"א)

ער האט געהייסן נאך זיין זיידע (זיין מאמע'ס טאטע) הגה"צ ר' משה יהודה עהרענרייך הי"ד אב"ד שארמאשאג, און 'שאול' נאך זיין עלטער זיידע הגה"צ ר' שאול ראזענבערג זצ"ל אב"ד ראצפערט

געווען א איידעם ביי הרה"צ ר' שמואל זאנוויל גאלד ז"ל
אוועטאר
וועלטניק
שר האלפיים
תגובות: 2811
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 5:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וועלטניק »

און וויפיל מען האט קונה געווען דורכאויס אן עצם פארהער זיינעם דאס איז א מעשה פאר זיך
שמואלישעי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 484
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 25, 2013 9:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואלישעי »

געזעצלעך האט געשריבן:מען זאגט אויף עם אז ער האט געהאט א שוואכע קאפ נאר מיטן זיין א מתמד איז ער אזוי אנגעקימען


בכלל נישט
אפשר כדאי ארויס ציברענגען זיין התמדה האט מען געזאגט אזוי
געזעצלעך
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 08, 2016 7:01 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געזעצלעך »

אנטשאלדיג!!!יישר כוח פארן פארעכטן מיין טעות
שמואלישעי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 484
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 25, 2013 9:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואלישעי »

זכרני ימים מקדם כשהיתי בחור צעיר בקעמפ של סאטמאר שהנפטר היה שמה כמה פעמים ראתי אותו ביום ראשון בבקור בשע שבע שהיה עוד יושב על הפארטש שלו עם השטריימל ולומד

גם שמעתי ממישהו שהיה עמו בנסיעה למקומות הק' שנת תשס"ג יום הנסיעה היה שושן פורים ונסעו לליזענסק ומעת שהארפלען התחיל עד שסיים למד ברציפות הל' פסח שלשים יום קודם החג ערל אחד דיבר עם הבחורים ואמר להם יהודי כמותכם לאכול כשר גם אני יוכל אבל ללמוד כמותו והראה על הנפטר זה באמת יהודי
חבל על דאבדין
פלוני
שר חמש מאות
תגובות: 705
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 11:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלוני »

ווייס איך פערזענליך פון צוויי חברותות (איינס נאכן אנדערן) וואס ער האט געהאט נאך לעצטנס אין די טיפע נאכט שעות
מלה בסלע משתוקא בתרין (מגילה יח). אם תרצה לקנות הדבור בסלע תקנה השתיקה בשתים. רש"י:
סייג לחכמה שתיקה, והחכמה בעצמה היא לדבר מה שצריך (דברי תורה - מונקאטש)
דער קאמפיין איז נאך אקטועל https://go.thechesedfund.com/netzachvhoid/standalone
אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

שמואלישעי האט געשריבן:
געזעצלעך האט געשריבן:מען זאגט אויף עם אז ער האט געהאט א שוואכע קאפ נאר מיטן זיין א מתמד איז ער אזוי אנגעקימען


בכלל נישט
אפשר כדאי ארויס ציברענגען זיין התמדה האט מען געזאגט אזוי


אפשר קעגן זיינע ברודער׳ס שארפע קעפ, אבער התמדה איז ער געווען אינה בדומה
אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

יעצט איז די לויה אין קערעסטיר ביהמ״ד אין מיאמי
געזעצלעך
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 08, 2016 7:01 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געזעצלעך »

א לייפ האק אפ איז דא עפשער
דברים אלו
שר האלף
תגובות: 1961
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 16, 2015 2:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דברים אלו »

בד'ה זכרנו ימים מקדם מיט איבער 10 יאר צוריק ווען ער פלעגט קומען פארהערן מיט וואספארא איידלקייט און הארציגקייט סאיז צוגעגאנגען לגבי שוואכערע קינדער זיין גדלות בתורה איז געווען נורא זיין יראת שמים זיין עבודה שבלב וכו וכו זכר צדיק לברכה
ראסטעוו
שר מאה
תגובות: 169
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2015 7:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראסטעוו »

קרייסלער האט געשריבן:
צווייפעל האט געשריבן:בד"ה

ת"ח שמת הכל קרוביו.

אלץ א קרית יואל'ער האב איך אים נישט געקענט פערזענליך, אבער כהאב אלץ געוויסט אז ער איז א תלמיד חכם עצום, און א געהויבענער איד.

תנצבה

געוואוינט אמאל אין קרית יואל

מ'פלעגט דעמאלט זאגן אז מ'וויל וויסן וואו מ'האלט אין ביהמ"ד ביים דאוונען דארף מען נאר עפענען דעם טיר ביי מעריב האט מען שוין געהערט משה יודא שאול שרייען פון מזרח.
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

איי ר׳ משה יודל איז שוין נישט דא....
איך האט ב״ה געהאט די זכיה צו לערנען מיט אים בחברותא א שיינע פאר יאר צוריק. איך האף עס קיינמאל נישט פארגעסן. ער האט געלערנט מיט אזא געשמאק ממש ווי איך ריק אריין א גוט שטיקל קעיק. זיך געשאקלט און אריינגעלעבט אין א שיין פשט
זיין חסד ביים פארהער מיט די וואס האבן נישט אזוי גוט געקענט ווייסט יעדער אבער זיין התמדה און זיין תורה האב איך געזען יעדע מינוט וואס איך בין געשטאנען נעבן אים.

איך בין נישט קיין שרייבער און נישט די זון פון א שרייבער און קיין הספד קען איך זיכער זאגן אויף אזא יוד אבער אפאר קליינעקייטן וואס איך געדענק קען איך פארציילן

איין טאג רופט ער מיר אן און זאגט אז איך זאל קומען אביסל פריער לערנען ווייל עס דארפן קומען 3 אינגעלייט זיך פארהערן הלכות שבת. נאכן לערנען האב איך גענומען די דרייסט און איך געב אים א פרעג צו ער דארף זיך נישט פאר קוקן פארן פארהערן. זאגט ער מיר ״נאך אזוי סאך מאל לערנען דארף מען זיך נישט פאר קוקן״
וואו מען האט נאר געדארפט נאכקוקן א גמרה א מדרש אדער סיי וואס האט מען געזען ווי ער שפירט זיך ווי ביי זיך אין שטוב.
זומער פלעג איך פארן צו קרית זופניק יעדן נאכמיטאג לערנען. אין די גרעסטע היצן נאכן לערנען אסאך שעה׳ן ווען איך בין אנגעקומען האט ער אויפגעמישט און אנגעהויבן לערנען מיט א פרישקייט אן קיין אפרו.
פאר כ״ו אב האב איך אים געפרעגט ווען ער פארט און אויב ער האט א וועג אז נישט וועל איך זארגן דערפאר. האט ער מיר גענפערט אז ער פארט נישט אינעם טאג פון די יארצייט נאר ענדערש נוצט ער אויס אזא טאג צו לערנען פון 8:00 אינדערפרי ביז 8:00 ביינאכט פאר רבינס נשמה.
איך האב אים איין מאל געבעטן אז ווען ער דאווענט זאל ער מיר אין זינען האבן
איך האב אים געטראפן אפאר יאר צוריק נאכן אים נישט זען פאר א לאנגע צייט זאגט ער מיר מיין נישט איך האב פון דיר פארגעסן. איך האב דיר אין זינען ביי יעדע שמו״ע און מיר געזאגט מיין נאמען מיט מיין מאמעס נאמען צו ווייזן אז ער געדענקט. שפעטער זאגט מיר איינע פון די אייניקלעך אז ער האט געזען מיין נאמען אויף א צעטל צו געדענקן ביים דאווענען
ער האט מיר איינמאל געזאגט אז ער פארשטייט נישט מענטשן וואס גייען ליידיג. ווען זיי זאלן ווען וויסן וואספארא טעם איך שפיר ביים לערנען וואלטן זיי געלערנט א גאנצע טאג און א גאנצע נאכט. ווען עספעס איז מיר געגאנגען שווער האב איך מיר צוגעזעצט צום גמרא און פארגעסן פון די וועלט. א בלאט גמרא איז די בעסטע טרייסט האט ער געזאגט

יאפ אונז האמער געהאט אזא יוד און אונז האמער אים פארלוירן חבל חבל
לעצט פארראכטן דורך אויסגערעכנט אום זונטאג פעברואר 28, 2016 12:38 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”