אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2016

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובה דורך יש ברירה »

אמביציע האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:אזוי ווי דער פרעזידענט האט זיך באדאנקט.... וויל איך אויך אויסדריקן מיין דאנק...

שכח וואסערמאן פארן ראטעווען אמעריקע פין ווערן א סאציאליסטישע מדינה!

זי וואלט סייווי געוואנען אויך אן וואסערמאן.

פארוואס זאגסטו אזוי? זי האט דיקטירט די דעבאטעס און די סופער דעלעגעטס און נאך זאכן מאד יתכן אז ער וואלט געווינען
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובה דורך זאכליך »

סמארט גאי האט געשריבן:אבאמא'ס האלבע ברודער אינדארסירט טראמפ.

viewtopic.php?p=1265290#p1265290

viewtopic.php?p=1265432#p1265432
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
סראלי
שר שמונת אלפים
תגובות: 8748
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 11:22 am
לאקאציע: אין די טריי סטעיט עריע

תגובה דורך סראלי »

מחותן האט געשריבן:סראלי, די אלע אינפאו פון אבאמא איבער שולץ ווייס איך..

אבער דא האט גארנישט מיט די קלינטן טיעם, און מיט דעמעקראטען בעצם, אין פאקט איז זי געווען א אויסערגעווענליכע גיטע פארזיצער.


איך האב נישט געזאגט אז ס׳האט מיט די קלינטאן טיעם און כ׳האב נישט געזאגט אז זי האט נישט געטויגט. כ׳האב געשריבן דער פאקט אז מ׳האט געוואלט פטור ווערן פון איר א צייט צוריק. האסטו געפרעגט מיט וואונדער ״ווער האט געוואלט פטור ווערן פון איר???״

האב איך דער געברענגט אפאר ארטקילן דערוועגן
ישראל אשר בך אתפאר
אמביציע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4856
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

תגובה דורך אמביציע »

יש ברירה האט געשריבן:
אמביציע האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:אזוי ווי דער פרעזידענט האט זיך באדאנקט.... וויל איך אויך אויסדריקן מיין דאנק...

שכח וואסערמאן פארן ראטעווען אמעריקע פין ווערן א סאציאליסטישע מדינה!

זי וואלט סייווי געוואנען אויך אן וואסערמאן.

פארוואס זאגסטו אזוי? זי האט דיקטירט די דעבאטעס און די סופער דעלעגעטס און נאך זאכן מאד יתכן אז ער וואלט געווינען

ס'איז צו סאך דריי מיליאן וואוט'ס.
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13531
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

זאכליך האט געשריבן:ריעל קלעיר פאליטיקס האט א עלעקטראל מאפע, ווי יעדע סטעיט איז איינגעטיילט אין די פאלגענדע קאטעגאריס.

זיכער קלינטאן
לייקלי קלינטאן
גענויגט קלינטאן
טאסס אפ
גענויגט טראמפ
לייקלי טראמפ
זיכער טראמפ

לעצטע וואך האבן זיי געריקט ניו יארק פון זיכער קלינטאן צו לייקלי קלינטאן.

זיי האבן יעצט 7 שטאטן אין זיכער קלינטאן און 12 שטאטן זיכער טראמפ.

אויב צייגט ער טעקסאס איז בלויז 'גענויגט' צו טראמפ שטערט מיר גאנץ ווייניג אז ער האט ניו יארק בלויז ווארשיינליך קלינטאן (אין רעאליטעט זענען ביידע 'זיכער' פאר די קאנדידאטן).

די טרוקענע ציפער פון צוועלף זיכער פאר טראמפ קעגן זיבן זיכער פאר קלינטאן איז היפש נאריש.
רוב פון טראמפ'ס 'זיכערע' שטאטן זענען 'לייטוועיט' שטאַטן וואו עס וואוינען צוויי בירגער און דריי עלעקטארלס.
קלינטאן'ס גרעסטע פארזיכערטע שטאַט, קאליפארניע, האט 55 עלעקטאראלע שטימען, מער ווי 10/12 טראמפ אינאיינעם.
אלאסקע 3, איידעהא 4, ווייאמינג 3, נארט דעקאטע 3, נעברעסקע 4, קענסאס 6, אקלאהאמא 7, ארקענסאו 6, וועסט ווירדזשיניע 5 און אלאבאמע 9 = 50.
Effect_20160724_234932.jpg

(עס דערמאנט מיר פון ווען די רעפובליקאנער האלטן זיך גרויס אז זייער פארטיי קאנטראלירט מער ווי דרייסיג פון די פופציג אמעריקאנער שטאַטן. אויב מען צעברעקלט קאליפארניע אויף אזעלכע מייקרא סטעיטס ווי נארט דעקאטע, סאוט דעקאטע, מאנטענע, איידעהא און ווייאמינג האסטו א פרישע פופצן, צוואנציג דעמאקראטישע "סטעיטס").

(איך האב נישט קיין אנונג וויאזוי ער ווייזט נעברעסקע א זיכערע רויטע שטאַט, און מישיגען און וויסקאנסין (און פענסילוועניע) אלס 'טאסאפס').
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובה דורך יש ברירה »

אמביציע האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:
אמביציע האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:אזוי ווי דער פרעזידענט האט זיך באדאנקט.... וויל איך אויך אויסדריקן מיין דאנק...

שכח וואסערמאן פארן ראטעווען אמעריקע פין ווערן א סאציאליסטישע מדינה!

זי וואלט סייווי געוואנען אויך אן וואסערמאן.

פארוואס זאגסטו אזוי? זי האט דיקטירט די דעבאטעס און די סופער דעלעגעטס און נאך זאכן מאד יתכן אז ער וואלט געווינען

ס'איז צו סאך דריי מיליאן וואוט'ס.

אוודאי האט זי באקומען מער שטימען, די סאנדערס חברה האבן אייביג געהאלטן אז די קריג איז א פארלוירענע, א גרויס חלק פין די וואס האבן געוועהלט זענען בלויז געוועהן פאר די מאוומענט

די קורצע צייט וואס האט יא אויסגעזעהן ווי ער האט א טשאנס "טראץ" די אלע פיסליך וואס מען האט אים אונטערגעלייגט האט מען תיכף צוגעלייגט דעבאטעס וכו'
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13531
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

שטעל ארויף אייגענע סלאגאנען אויף טראמפ'ס קאמפיין פלאקאטן
http://littlegreenfootballs.com/weblog/ ... erator.php
אטעטשמענטס
Effect_20160725_014402.jpg
Effect_20160725_014312.jpg
Effect_20160725_013741.jpg
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

תגובה דורך מה פתאום??? »

נאט בעד...
בוידעם
שר ששת אלפים
תגובות: 6639
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

תגובה דורך בוידעם »

א קורצע איבעבליק פון די נייעס זינט שבת קודש.

פארגאנגענע שבת איז די אמעריקאנע פאלק באקאנט געווארן מיט זייער קומענדיגע וויציע פרעזידענט. פרוי קלינטאן האט געמאלדן אז זי נעמט סענאטאר טים קעין (זייער א מאדנע נאמען) פאר איר מיטלויפער.

טים קעין איז דער געוועזענע מעיאר, גאוואנער און אמטירנדער סענטאר פון ווירדזשיניע. זיינע מעלות איז מיר נישט באקאנט, אבער איין מעלה האט ער זיכער, ער איז די מיטלויפער פון די ווינינג טיקעט.

א פרישע אימעל סקאנדאל האט אויסגעבראכן, וויקיליקס האט ארויסגעגעבן אומצאליגע אימעל'ס פון די דיענסי.

די אויפדעקונג צייגט אז די דעמאקרטישע פירערשאפט איז נישט אזוי אומקאמפענט ווי די רעפובליקאנער פארטיי, פון די אימעל'ס ליינט זיך אז די פארטיי פירער האבן געהאט פלענער וויאזוי צו בלאקירן דעם כופר פון ווערמאנט צו באקומען די נאמעני. א זאך וואס די רעפובליקאנער פארטיי, צוליב זייער גרויסע בטלנישקייט, האט נישט מצליח געווען צו טון פאר טראמפ. נעבעך פאר זיי.

געוויסע טראמפ מענטשן האבן געוואלט שלאגן קאפיטאל אויף דעם, אזוי ווייט אז איינער האט נאכגעטון מרת טראמפ, נעמליך פלאגירט א אויסצוג וואס איך האב אמאל געשריבן, דאס וואס @שלמה ניצט פאר זיין חתימה.

די פראבלעם איז צוויי פאכיג, ערשטענס מיט די שריט האט יענער אוועק גענומען די אינטענשאן פון די אימעל סקאנדאל, און אצינד איז מען ביזי מיט זיין גניבה שטיק.

והשנית, די דיענסי און די קלינטאן קאמפיין זענען צוויי פראקציעס, וראי' לדברי, אין 2008 איז די דענסי געשטאנען מיט אבאמא נאך זיין געווינס, אלזא אפילו אם תמצא לומר אז עס הערשט א צופארעניש אין די פארטיי הויפט קוואטירן, איז אבער די קלינטאן קאמפיין מסודר, בעליוו מי.

לגוף הענין, די ריגגד טענה איז סתם געהאקט אין קאפ, אין דערצייט וואס אין 2008 האט פרוי קלינטאן געווינען מער פאפולערע וואוטס פון אבאמא, האט אבער אבאמא געקלינטש די נאמעני צוליב וואס ער האט געהאט מער דעלעגאטן, איז אבער אצינד הילערי פארויס פונעם כופר מיט 3 מיליאן ! שטימען, איבער 300 פלעדזשד דעלעגאטס, אבער טראמפ איז ביזי מיט ריגגגגדדד.

בד"וו, ווער האט בכלל מחליט געווען וויפיל דעלעגאטס מען דארף? די דיענסי, נו, זיי מעגן טוישן זייער מיינד. ווי האט נאר דער רויטער געשריגן: דעלעגעטס שמעלעגעטס.

אין א אנדערע נייעס, אבאמאס האלבע ברידער (אווי די סיני האלב אינזל) האט געלאזט וויסן אז ער גייט נישט שטימען פאר הילערי. לכאורה מיינט ער אז זי לויפט קעגן אבאמא....

דערמאנט מיר די מעשה פונעם שחור וואס האט באקומען צוגעטיילט 20 יאר תפיסה, פאר'ן אריינגיין האט ער געבעטן הויפענעס קארטאנען ציגארעטלן, ווען עס איז געקומען די צייט אים צו באפרייען, די טורמע וועכטער עפענט די טיר, דער שחור שטייט מיט זיין ערשטע ציגארעטל: יא העוו פייער ?!

מיסטער מאליק, מען האלט שוין 8 יאר שפעטער. זי לויפט נישט קעגען דיין ברודער.

וואו מען האלט אצינד, מארגן היייבט זיך אן די פראסעס פון נאמענירן דעם קומענדיגן פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן.
(די מאסקיטאוס זענען רוצחים, אוטשששש..)
רצונינו לעשות רצוניך.
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

תגובה דורך אויסגערעכנט »

אבאמאס ברידער גייט וואוטן פאר טראמפ נישט פאר הילערי
משנה מקום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3502
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
לאקאציע: משנה מקום יעדע שטיק צייט

תגובה דורך משנה מקום »

@בוידעם דו גייסט קאפ אין וואנט אריין דו דארפסט נישט אוועק מאכען יעדע איליגעל זאך אדער שגץ שטיק וואס קלינטען ענד קא. טוהון
קאליפארניע
שר האלף
תגובות: 1879
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 11, 2014 12:16 am

תגובה דורך קאליפארניע »

טראמפ נעמט איבער די ליעד אין די רקפ עוורעדש.

טראמפ +0.2

היינט איז ארויסגעקומען א CNN פאול ווי ער איז פאראויס 48-45

CBS ליעד ער 42-41
נעכטן
שר האלפיים
תגובות: 2895
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 5:30 pm

תגובה דורך נעכטן »

Cnn post convention poll Trump 44%
Clinton 39%
Jnsn 9%
Stein 3%
געשריבן דורך: נעכטן
קאליפארניע
שר האלף
תגובות: 1879
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 11, 2014 12:16 am

תגובה דורך קאליפארניע »

קרוז אפראוועל רעיטינג

CBS
פארן קאנווענטשן 44%
נאכן 25%

CNN
פארן קאנווענטשן 60%
נאכן 33%

און איינע פון די ליעקס נעכטען זעעט מען אז וואסערמאן שולץ האלט אויך אז קרוז'ס טאטע האט געהאט שייכות מיטן שיסעריי.
קאליפארניע
שר האלף
תגובות: 1879
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 11, 2014 12:16 am

תגובה דורך קאליפארניע »

מארנינגנ קאנסאלט

טראמפ 44
קלינטאן 40
א 6 פוינט שיפט אין א וואך

לע טיימס
טראמפ 45
קלינטאן 41

די CNN פאול איז א 10 פוינט שיפט פאר טראמפ, זיי שרייבן ס'איז די ערשטע מאל זייט 2000 אז איינער באקומט אזא באונס נאך א קאנווענטשן.

אפראוועל רעיטינג
קלינטאן
פעוו. 39%
אנפעוו. 55%

טראמפ
פעוו. 42%
אנפעוו. 53%

יעצט זאגטס מיר צי ער האט געהאט א פיינע קאנווענשען.
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13531
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

די סי.ען.ען. און סי.בי.עס. אנקעטעס זענען גענומען געווארן פרייטאג שבת און זונטאג, עס האט מן הסתם מער צו טון מיט די די.ען.סי. אימעילס ווי מיט די קאנווענשן.
קאליפארניע
שר האלף
תגובות: 1879
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 11, 2014 12:16 am

תגובה דורך קאליפארניע »

לויט CNN איז טראמפס ווייבס פעווארביליטי ארויף פון 27% פארן קאנווענטשן צי 43% נאכן קאנווענטשן.

#מישעל אבאמא
קאליפארניע
שר האלף
תגובות: 1879
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 11, 2014 12:16 am

תגובה דורך קאליפארניע »

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:די סי.ען.ען. און סי.בי.עס. אנקעטעס זענען גענומען געווארן פרייטאג שבת און זונטאג, עס האט מן הסתם מער צו טון מיט די די.ען.סי. אימעילס ווי מיט די קאנווענשן.

פליז לעב נישט אין דינייעל, איר נאמבערס וועלן נאך גענוג טראסקענען די וואך לכבוד די סקאנדאל אויך, אז די קוקסט אריין אין די פאולס איז די ריזען אז ער איז ארויף, קלאר וועגן די קאנווענשען.
קאליפארניע
שר האלף
תגובות: 1879
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 11, 2014 12:16 am

תגובה דורך קאליפארניע »

נעיט סליווער

טראמפ 57.5
קלינטאן 42.5

נישט פארגעסן טראמפ איז געווען ביי 20% א וואך צירוק.
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובה דורך יש ברירה »

איז נישט די לעצטע סי ען עו אנקעטע גענומען געווארן פאר איבער א חודש צוריק?
סראלי
שר שמונת אלפים
תגובות: 8748
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 11:22 am
לאקאציע: אין די טריי סטעיט עריע

תגובה דורך סראלי »

ישראל אשר בך אתפאר
סראלי
שר שמונת אלפים
תגובות: 8748
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 11:22 am
לאקאציע: אין די טריי סטעיט עריע

תגובה דורך סראלי »

וואסערמען שולץ רעדט יעצט ביי א פרישטאג פון די פלארידע דעלעגעישן. מ׳שרייט אריין אין גרויסן...
ישראל אשר בך אתפאר
אוועטאר
זאל ער קומען
שר האלף
תגובות: 1955
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 04, 2011 12:25 am
לאקאציע: בעיקבתא דמשיחא

תגובה דורך זאל ער קומען »

סראלי האט געשריבן:http://abcnews.go.com/Politics/poll-donald-trump-climbs-percentage-points-week-gop/story?id=40848357

הרב סראלי, זייזשע אזוי גוט און זיי מעתיק די לינקס אדער אין ערגסטן פאל קאפי פעסט, א גרויסער עולם דא האט נישט קיין עקסעס צו די פלעצער.
זאלער, וואס וועט זיין מיט אפאר דאלער...
ותיק וחסיד
שר האלף
תגובות: 1402
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 15, 2016 2:47 pm

תגובה דורך ותיק וחסיד »

יש ברירה האט געשריבן:איז נישט די לעצטע סי ען עו אנקעטע גענומען געווארן פאר איבער א חודש צוריק?


ניין, עס איז גענומען געווארן צווישן יולי 13 און 16. אין אכט טעג, איז געווען א שיפט פון 10 פוינטס לטובת טראמפ.

We're going to win this' We're going to win this bigly!!
סראלי
שר שמונת אלפים
תגובות: 8748
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 11:22 am
לאקאציע: אין די טריי סטעיט עריע

תגובה דורך סראלי »

סראלי האט געשריבן:וואסערמען שולץ רעדט יעצט ביי א פרישטאג פון די פלארידע דעלעגעישן. מ׳שרייט אריין אין גרויסן...


ס׳הייסט אז זי גייט היינט רעדן ביים קאנווענשן, נאך די שרייערייען יעצט און די פילצאליגע סיינס איבער די אימעיל סקאנדאל אינעם צימער, איז נאריש אז זי זאל באקומען די מייק היינט ביינאכט
ישראל אשר בך אתפאר
פארשפארט

צוריק צו “פאליטישע נייעס”