וואלף בליצער האט געשריבן:ותיק וחסיד האט געשריבן:הילערי האט איין פראבלעם, אז אויף טראמפ איז נישט קיין סחורה, מען קען שרייען אסאך שרעקעדיגע ווערטער, איהם טרייען צו ברענדן ווי א מענטש וואס מען דארף מורא האבן פון איהם, אבער קיין געשוואלענע גוטע מעשיות איז נישט דא אויף איהם.
וואס?! נישטא קיין סחורה?! ותיק'ל איין פראבלעם האסטו, דו כאפסט נישט אז עס איז היינט א וועלט פון אינפארמאציע, סיי וואספארא שאלה קען מען תיכף נאכקוקן "אויפן כלי".
קוק אביסל נאך וועסטו זעהן אז טראמפ איז שוין 165 מאל געקלאגט געווארן אין געריכט, (נישט קיין גוזמא. גיי צו lawnewz.com קענסטו זעהן אן אויספירליכע ליסטע). טראמפ יוניווערסיטי, גענומען פוילישע אומלעגאלע ארבעטער, באנקראט געלייגט ביזנעסער, ואידך זיל גמור. אפגערעדט פון די אומצאליגע פרעכע ליגנטס און ראסיסטישע סטעיטמענט וואס איז 100% לעגאל אבער 1000% מיאוס און אוממאראליש, זיינע סטעיטמענטס קעגן פרויען, קעגן דזשאן מקעין און אלע POW'ס, און וואס נישט?...
קומסטו מיר דרייען א קאפ אז ס'איז נישטא וואס צו זאגן אויף אים?!...
ווען די פאקטן שטימען מיט דיין טראמפ-אבסעסיע, מילא, קען מען זיך נישט אפרעדן. אבער באהאלטן און פראדוצירן פאקטן פאסט נישט פאר דיר, ותיק, לאז דאס איבער פאר די טראמפ שטיצער....
טראמפ איז שוין געווארן אנגעקלאגט אין געריכט 3,500 טויזענט מאל, אבער דו פירסט נישט אויס:
ער האט געוואנען אלע חוץ 38!!!!!!
אויף קעיסעס וואס איז דא א רעזעלוציע וואס איז בערך 500 קעיסעס, האט ער געוואנען אלע חוץ 38.
לאו סאוטס רעכענען אריין, מענטשן וואס זענען אראפגעפאלן אין זיך צוקלאפט ביי איינע פון זיינע פראפערטיס און אזויווייטער.
קענסט ליינען די רעפארט דא:
http://www.usatoday.com/story/news/poli ... /84995854/טראמפ יונעווירסטי, 98 פערצענט מענטשן זענען געווען צופרידן, קענסט זעהן אלע זייערע צעטלעך אין א וועבזייטל וואס איז געווארן אויפגעשטעלט ספעציעל פאר דעים:http://www.98percentapproval.com/
אזוי אויך די פרוי, טארלא מאקאף, וואס האט געברענגט די לאוסאוט קעגן די יונעווערסטי האט מען ארויסגענומען פון די קעיס ווייל עס איז דא א ווידאוי ווי זי איז משבח די יונעווירסטי מיט מוראדיגע שבחים.
גיין בענקראפט איז נישט קיין עבירה און איז נישט קרימינאל, אז א ביזנעס פארמאכט נישט קיין געלט גייט מען בענקראפט (קלינטאן אין ווייט וואטער פרשה זענען געגאנגען 15 מענטשן אין דזשעיל).
די פוילישע אומלעגאלע האט זיין קאנטראקטער געהייערט.
העל איך ווארטן אויפ אידך זיל גמור אפשר דארט איז דא עפעס שיש בו ממש.