B&H נייעס

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
מיין שטעלונג
שר חמש מאות
תגובות: 556
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 04, 2015 5:58 pm
לאקאציע: אין מוח

B&H נייעס

תגובהדורך מיין שטעלונג » מאנטאג אוקטובער 19, 2015 3:58 pm

האמיר דא עפעס ארבעטער ביי בי ענד עיטש?

ווייסט איינער מער אינפארמאציע וואס דארט גייט פאר? (אדער איז פארגעגאנגען).

גענעראל
שר מאה
תגובות: 226
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 29, 2013 6:37 pm
לאקאציע: אויפן פראנט

תגובהדורך גענעראל » מאנטאג אוקטובער 19, 2015 4:02 pm

געהערט אז די גוי'שע ארבעטערס ווילן אז די פירמע זאל זיין אינטער די יוניאן און עפ"י הוראת היוניאן האבן זיי געסטרייקט דאנערשטיג פון 5:00 ביז 8:00.

אוועטאר
זינגער
שר האלף
תגובות: 1727
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 10:56 am

תגובהדורך זינגער » מאנטאג אוקטובער 19, 2015 4:27 pm

גענעראל האט געשריבן:געהערט אז די גוי'שע ארבעטערס ווילן אז די פירמע זאל זיין אינטער די יוניאן און עפ"י הוראת היוניאן האבן זיי געסטרייקט דאנערשטיג פון 5:00 ביז 8:00.

אפשר איז צייט ארויס צו טראסקענען די גוישע ארבעטערס און אריין נעמען בלויז אידן
איך זינג נישט ווייל איך בין פרייליך

איך בין פרייליך ווייל איך זינג

אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3584
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: אויף די באלעמער שטיגן

תגובהדורך גרויזאמער » מאנטאג אוקטובער 19, 2015 4:29 pm

ווער האט א פראבלעם מיט א יוניאן?
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני

קאווע באנדל
שר חמש מאות
תגובות: 511
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 29, 2015 2:43 pm

תגובהדורך קאווע באנדל » מאנטאג אוקטובער 19, 2015 4:31 pm

זינגער האט געשריבן:
גענעראל האט געשריבן:געהערט אז די גוי'שע ארבעטערס ווילן אז די פירמע זאל זיין אינטער די יוניאן און עפ"י הוראת היוניאן האבן זיי געסטרייקט דאנערשטיג פון 5:00 ביז 8:00.

אפשר איז צייט ארויס צו טראסקענען די גוישע ארבעטערס און אריין נעמען בלויז אידן

ער האט נישט קיין רעכט ארויסציווארפן אן ארבעטער בלויז ווייל ער איז א גוי...
I'm sorry for writing in English. I don't have a Yiddish keyboard right now

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12473
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מאנטאג אוקטובער 19, 2015 4:31 pm

זינגער האט געשריבן:
גענעראל האט געשריבן:געהערט אז די גוי'שע ארבעטערס ווילן אז די פירמע זאל זיין אינטער די יוניאן און עפ"י הוראת היוניאן האבן זיי געסטרייקט דאנערשטיג פון 5:00 ביז 8:00.

אפשר איז צייט ארויס צו טראסקענען די גוישע ארבעטערס און אריין נעמען בלויז אידן

איז דאס נישט ריין ראסיזם?
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
מיין שטעלונג
שר חמש מאות
תגובות: 556
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 04, 2015 5:58 pm
לאקאציע: אין מוח

תגובהדורך מיין שטעלונג » מאנטאג אוקטובער 19, 2015 4:32 pm

קאווע באנדל האט געשריבן:ער האט נישט קיין רעכט ארויסציווארפן אן ארבעטער בלויז ווייל ער איז א גוי...

אבער יא בלויז ווייל זיי זענען אויף סטרייק.

קאווע באנדל
שר חמש מאות
תגובות: 511
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 29, 2015 2:43 pm

תגובהדורך קאווע באנדל » מאנטאג אוקטובער 19, 2015 4:34 pm

מיין שטעלונג האט געשריבן:
קאווע באנדל האט געשריבן:ער האט נישט קיין רעכט ארויסציווארפן אן ארבעטער בלויז ווייל ער איז א גוי...

אבער יא בלויז ווייל זיי זענען אויף סטרייק.

א סטרייק איז א לעגאלע זאך קענסט עס אויך טאן
I'm sorry for writing in English. I don't have a Yiddish keyboard right now

אוועטאר
מיין שטעלונג
שר חמש מאות
תגובות: 556
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 04, 2015 5:58 pm
לאקאציע: אין מוח

תגובהדורך מיין שטעלונג » מאנטאג אוקטובער 19, 2015 4:34 pm

צייטליך האט געשריבן:
זינגער האט געשריבן:
גענעראל האט געשריבן:געהערט אז די גוי'שע ארבעטערס ווילן אז די פירמע זאל זיין אינטער די יוניאן און עפ"י הוראת היוניאן האבן זיי געסטרייקט דאנערשטיג פון 5:00 ביז 8:00.

אפשר איז צייט ארויס צו טראסקענען די גוישע ארבעטערס און אריין נעמען בלויז אידן

איז דאס נישט ריין ראסיזם?

ליבן א איד מער ווי א גוי, איז ראסיזם?

אוועטאר
מיין שטעלונג
שר חמש מאות
תגובות: 556
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 04, 2015 5:58 pm
לאקאציע: אין מוח

תגובהדורך מיין שטעלונג » מאנטאג אוקטובער 19, 2015 4:35 pm

קאווע באנדל האט געשריבן:
מיין שטעלונג האט געשריבן:
קאווע באנדל האט געשריבן:ער האט נישט קיין רעכט ארויסציווארפן אן ארבעטער בלויז ווייל ער איז א גוי...

אבער יא בלויז ווייל זיי זענען אויף סטרייק.

א סטרייק איז א לעגאלע זאך קענסט עס אויך טאן

און עס איז אויך לעגאל ארויסצואווארפן די וואס נעמען דערין אנטייל. (ראנאלד רעיגן עם העיר קאנטראלערס יוכיח).

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8961
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » מאנטאג אוקטובער 19, 2015 4:41 pm

rapper האט געשריבן:
גענעראל האט געשריבן:געהערט אז די גוי'שע ארבעטערס ווילן אז די פירמע זאל זיין אינטער די יוניאן און עפ"י הוראת היוניאן האבן זיי געסטרייקט דאנערשטיג פון 5:00 ביז 8:00.

אפשר איז צייט ארויס צו טראסקענען די אידישע ארבעטערס און אריין נעמען בלויז גוים
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren
נערוון פיל פאר דעמאקראטן
געלעקסי עס20 אנקעטעס
פאלם פיילעט אנקעטעס

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מאנטאג אוקטובער 19, 2015 4:42 pm

נישט לאנג צוריק האט UPS אויפגעזאגט א רייע ארבעטער וואס זענען געגאנגען אויף סטרייק. לינק?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
זינגער
שר האלף
תגובות: 1727
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 10:56 am

תגובהדורך זינגער » מאנטאג אוקטובער 19, 2015 4:43 pm

צייטליך האט געשריבן:
זינגער האט געשריבן:
גענעראל האט געשריבן:געהערט אז די גוי'שע ארבעטערס ווילן אז די פירמע זאל זיין אינטער די יוניאן און עפ"י הוראת היוניאן האבן זיי געסטרייקט דאנערשטיג פון 5:00 ביז 8:00.

אפשר איז צייט ארויס צו טראסקענען די גוישע ארבעטערס און אריין נעמען בלויז אידן

איז דאס נישט ריין ראסיזם?

אז זיי שטעלן זיך נישט צו צו די רולס פון די געשעפט זאלען זיי פליען, גארנישט מיט ראסיזם
איך זינג נישט ווייל איך בין פרייליך

איך בין פרייליך ווייל איך זינג

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12473
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מאנטאג אוקטובער 19, 2015 4:43 pm

שוועמל האט געשריבן:נישט לאנג צוריק האט UPS אויפגעזאגט א רייע ארבעטער וואס זענען געגאנגען אויף סטרייק. לינק?

חברינו היקר מיסטער בילי יר"ה האט מיר געזאגט אז די לעצטע מינוט האט מען זיי יא געהאלטן, טאקע צוליב די פארהאנדלונגען מיט די יוניאן. מ'קען ארויסווארפן סטרייקער, אבער די יוניאן קען אויך אפטוען. (דאס איז ווען מ'האט א יוניאן)
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12473
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מאנטאג אוקטובער 19, 2015 4:45 pm

זינגער האט געשריבן:
צייטליך האט געשריבן:
זינגער האט געשריבן:
גענעראל האט געשריבן:געהערט אז די גוי'שע ארבעטערס ווילן אז די פירמע זאל זיין אינטער די יוניאן און עפ"י הוראת היוניאן האבן זיי געסטרייקט דאנערשטיג פון 5:00 ביז 8:00.

אפשר איז צייט ארויס צו טראסקענען די גוישע ארבעטערס און אריין נעמען בלויז אידן

איז דאס נישט ריין ראסיזם?

אז זיי שטעלן זיך נישט צו צו די רולס פון די געשעפט זאלען זיי פליען, גארנישט מיט ראסיזם

די האסט אבער געזאגט אין דיין תגובה גאר א צווייטע זאך. עפעס וואס BH האט שוין געצאלט דעפאר קנס 4 מיליאון דאללער, פשוט פארן נישט האבן גענוג ספאנישע מענעדזשער'ס וכדו'.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 12281
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » מאנטאג אוקטובער 19, 2015 4:45 pm

כ'האב געזען זייער א שיינע סטעיטמענט פון דער בי ענד עידזש אדמיניסטרעישאן ווי זיי שרייבן אז זיי רעספעקטירן דער באשלוס פון די ארבעטער צו סטרייקן.
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » מאנטאג אוקטובער 19, 2015 4:50 pm

דא איז אריינגעמישט מאכטפולע אינטערסען, עס איז דא גרויסע פרא יונאין ארגענאזאציעס וואס שטיצן אזעלכע מאוומענטס, זיי ארגענזירען פראטעסטן, ריפן די מידיא, העצן די ארבייטער, זיי זענענן דא אויך אינוואלווד.

דערנאך איז דא ביזנעס ארגענעזאציעס וואס פייטן מיט ציין און נעגיל דערקעגן.

מי יודע
שר שבעת אלפים
תגובות: 7060
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » מאנטאג אוקטובער 19, 2015 4:51 pm

צייטליך האט געשריבן:
שוועמל האט געשריבן:נישט לאנג צוריק האט UPS אויפגעזאגט א רייע ארבעטער וואס זענען געגאנגען אויף סטרייק. לינק?

חברינו היקר מיסטער בילי יר"ה האט מיר געזאגט אז די לעצטע מינוט האט מען זיי יא געהאלטן, טאקע צוליב די פארהאנדלונגען מיט די יוניאן. מ'קען ארויסווארפן סטרייקער, אבער די יוניאן קען אויך אפטוען. (דאס איז ווען מ'האט א יוניאן)

זאגט מען דאך אז די סטרייק איז וועגן זיי ווילן זיין אונטער די יוניאן איז משמע אז ביז יעצט נישט איז וואס שייך אפצוטון?
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 12281
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » מאנטאג אוקטובער 19, 2015 5:56 pm

קנאפער ידען האט געשריבן:כ'האב געזען זייער א שיינע סטעיטמענט פון דער בי ענד עידזש אדמיניסטרעישאן ווי זיי שרייבן אז זיי רעספעקטירן דער באשלוס פון די ארבעטער צו סטרייקן.

דא איז עס: http://www.bhphotovideo.com/c/promotion ... ement.html
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
פליגל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4699
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » מאנטאג אוקטובער 19, 2015 5:57 pm

גרויזאמער האט געשריבן:ווער האט א פראבלעם מיט א יוניאן?

איך פארשטיי אז די וואס זענען אויף די רווחים שארער פלאטפארמע.
נאט אייך א גרינע...


פיינע נייעס
שר העשר
תגובות: 48
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 2:33 pm

תגובהדורך פיינע נייעס » מאנטאג אוקטובער 19, 2015 5:59 pm

מקען נאר ארויסווארפן ארבייטער ווין זיי מאכן א סטרייק נאר אויב מהאט גרייט אנדערע ארבייטער אין אויך נישט ארויסווארפן נאר נישט צורוק נעמען זיי די גוים ווייסן נישט וואס טוט זיך נאר עס איז דא אפאר היץ קעפ אין אזויי די טאטעס פין בי ענד עטיש ווייסן אז זיי פלאנען נאך א סטרייק גרייטן זיי אן נאך ארבייטער אז. זאל זיי קענען פייערן אין לגבי וואס די גוים גייען האבן אז מגייט גיין אינטער די יוניאן איז זיי גייען גארנישט האבן די יוניאן גייט האבן אז זיי גייען מאכן געלט נאך איין זאך טרייען זיי יעצט צי נעמען וואוטס ווייל ווען עס איז געקומען צי טון למעשה ביים ארויסגיין האט מען געזאגט פאר יעדעם אדער ארויס פון די ארבעט אדער נישט צום סטרייק און רובה דרובה האבן געקווענקלט אפאר מאל פארן גיין אין זיי זענען געגאנגען נאר נישט צי זיין אנדערש. עד כאן בקיצור הדברים

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 12281
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » מאנטאג אוקטובער 19, 2015 6:00 pm

אויף טוויטער:
צוגעלייגטע
2015-10-19_17-57-26.png
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 10816
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » מאנטאג אוקטובער 19, 2015 6:04 pm

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:
rapper האט געשריבן:
גענעראל האט געשריבן:געהערט אז די גוי'שע ארבעטערס ווילן אז די פירמע זאל זיין אינטער די יוניאן און עפ"י הוראת היוניאן האבן זיי געסטרייקט דאנערשטיג פון 5:00 ביז 8:00.

אפשר איז צייט ארויס צו טראסקענען די אידישע ארבעטערס און אריין נעמען בלויז גוים

כמבואר בשו"ע סי'?


אגב, פון וועלכע ניק ברענגסטו דא?

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8961
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » מאנטאג אוקטובער 19, 2015 6:05 pm

למעלה משבעים האט געשריבן:
שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:
rapper האט געשריבן:
גענעראל האט געשריבן:געהערט אז די גוי'שע ארבעטערס ווילן אז די פירמע זאל זיין אינטער די יוניאן און עפ"י הוראת היוניאן האבן זיי געסטרייקט דאנערשטיג פון 5:00 ביז 8:00.

אפשר איז צייט ארויס צו טראסקענען די אידישע ארבעטערס און אריין נעמען בלויז גוים

כמבואר בשו"ע סי'?

אויב דו ווילסט לעבן אין א לאנד וואו מען קען נישט 'ארויסטראסקענען אלע ארבייטער ווייל זיי זענען אידן' מאך זיכער אז דו פארוואנדלסט דאס נישט צו א לאנד וואו מען קען 'ארויסווארפן אלע ארבייטער ווייל זיי זענען גוים'.
ופשוט.

נערוועזער האט געשריבן:
למעלה משבעים האט געשריבן:
שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:
rapper האט געשריבן:
גענעראל האט געשריבן:געהערט אז די גוי'שע ארבעטערס ווילן אז די פירמע זאל זיין אינטער די יוניאן און עפ"י הוראת היוניאן האבן זיי געסטרייקט דאנערשטיג פון 5:00 ביז 8:00.

אפשר איז צייט ארויס צו טראסקענען די אידישע ארבעטערס און אריין נעמען בלויז גוים

כמבואר בשו"ע סי'?

ליבעראלן מיט ווארעמע הערצער סימן ד' אות ץ

ליבעראלן אדוואקירן נישט ח"ו ארויסצואווארפן סיי וועלכע גרופע באזירט אויף רעליגיע אדער ראסע (כמבואר בדיקשאנערי אות Lib).

צו אילוסטרירן דער פראבלעם מיט @זינגער'ס געדאנקענגאנג פון
אפשר איז צייט ארויס צו טראסקענען די גוישע ארבעטערס און אריין נעמען בלויז אידן

האב איך פשוט אראפגעברענגט וואס כ'האב געטראפן פון א נישט אידישע זינגער אויף א גויאיש וועבזייטל וואו ער דרוקט זיך אויף זייער אנטי-סעמיטיש.


איך וויל זיך אנטשולדיגן אויב איינער האט זיך געשפירט געטראפן, איך האב נישט געוויסט אז אזא מושג איז ווילד פרעמד פאר א טייל עולם...
לעצט פאראכטן דורך שלמה הילדעסהיימער אום מאנטאג אוקטובער 19, 2015 6:25 pm, פאראכטן געווארן 3 מאל סך הכל.
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren
נערוון פיל פאר דעמאקראטן
געלעקסי עס20 אנקעטעס
פאלם פיילעט אנקעטעס

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19989
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מאנטאג אוקטובער 19, 2015 6:07 pm

גרויזאמער האט געשריבן:ווער האט א פראבלעם מיט א יוניאן?

א יוניען איז א חורבן נורא ואיום פאר א ביזנעס. די געדאנק פון יוניענס איז א ריכטיגע - גראדע א אידישע אויפטו - ווייל די בעלי בתים פלעגען זייער מיעס באהאנדלן די ארבייטער, אבער דורכאויס די יארן ווען די וועלט איז געווארן ראלעטיוו "נארמאל" און ארבייטער ווערן שוין נישט געפייניגט דורך די ביזנעס, איז יוניען געווארן אנשטאט א הילפ פאר די ארבייטער א חורבן פאר די ביזנעס.

זיי שטייען און פייניגען די ביזנעס מיט אלע ערליי פראבלעמען. און זייער אסאך ביזנעס זענען אויף צרות צוליב יוניען.

אין פאקט דאס אז די אמעריקאנער קאר קאמפאניס זענען אויף צרות - געווען ביז אבאמא האט זיי אויסגעבעילט - און די אייראפישע און אנדערע אויסלענדישע שטייען זייער גוט, איז אין א גרויס טייל צו פארדאנקען פאר די יוניענס וואס האבן אויסגעארבייט פענסיע דילס פאר די ארבייטער וואס איז נישט מעגליך פאר א ביזנעס אויסצוהאלטן.

זייער גאנצע כח איז אז זיי האלטן די קאמפאני האסטידזש. זי יסטראשענען מיט סטרייקס און מיט זייער שמוציגע קאמפיינס קעגן קאמפאניס און אזוי צווינגען זיי קאמפאניס זיי נאכצוגעבן.

זיי קאסטען פאר אמעריקע ביליאנען יערליך און האלטן אין איין ברענגען חרבנות פארן לאנד.

איי די קאמפאניס זענען נישט גענוג ארענטליך צו די ארבייטער? קען זיין, אבער די ענטפער איז נישט אז די נרדף ווערט די רודף, ווייל האסט גארנישט אויפגעטאן, נאר אז סוף סוף האבן די ארבייטער שאדן, ווען די קאמפאני פארדינט נישט גענוג און דארף שניידן ארבייטער אדער שניידן וועידזשעס אדער ביידע.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: AhrefsBot און 6 געסט