ברוך דיין האמת #1 (כ"א תמוז תשס"ו - ר"ח ניסן תש"פ)

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
moishy56
שר עשרת אלפים
תגובות: 19747
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

תגובה דורך moishy56 »

זענדל האט געשריבן:ברוך דיין האמת - אוי נא לנו כי חטאנו
הבה"ח מאיר דוב גרויז זצ"ל
בן להבדלח"ט הרה"ח ר' שמעון יצחק גרויז שליט"א
משמש בקודש אצל אדמו"ר מדושינסקיא

געבוירן כ"ו תשרי תשנ"א
זיך געמוטשטעט מיט יסורים נוראים ה"י צען יאר מיט די ביטערע מחלה רח"ל

די לויה היינט האלב דריי פון ביהמ"ד דושינסקיא ירושלים צו הר המנוחות

יהי"ר שלא יישמע עוד שבר ושבר בגבולנו
ונשמע ונתבשר בשורות טובות

.
graus in hamevaser.JPG
graus in hamevaser.JPG (96.9 KiB) געזען 6151 מאל
.

טעקסט בלויז די ווארט INFO צו 718-480-0545 און מען ארלעדיגט דיר א פאלעסי #קהלייף
בר חכים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 290
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 12:19 pm

הרב הצדיק רבי יצחק אייזיק כהנא זצ"ל

תגובה דורך בר חכים »

ברוך דיין האמת: תושבי בית שמש ובפרט תושבי הקריה החרדית נחלה ומנוחה המומים ואבלים על פטירתו הפתאומית של הרב הצדיק רבי יצחק אייזיק כהנא זצ"ל, רב בית כנסת ושטיבלא'ך חסידים בנחלה ומנוחה ברחוב הרב מבריסק והוא בן 55 בפטירתו.

אתמול (רביעי) בשעות הצהריים עבר דום לב ברחובה של עיר. כוחות ההצלה ביצעו בו פעולות החייאה ממושכות והוא פונה לבית החולים 'הדסה עין כרם' בירושלים, שם נפטר למגינת לב.

הרב כהנא זצ"ל נולד בירושלים בכ"ד אב תשכ"ג לאביו האדמו"ר הרה"צ רבי אלתר אליעזר כהנא זצ"ל מזידיטשוב ירושלים, ולאמו מרת חיה טויבא ע"ה נכדו של האדמו"ר רבי יוסף מאיר מספינקא זצ"ל.

בהגיעו לפרקו נישא לרעייתו, בתו של הגאון רבי יוסף משה סופר, מזקני התושבים בבתי אונגרין בירושלים ומוציא לאור ספרי "מרא דארעא דישראל' מהגרי"ח זוננפלד זצ"ל. המנוח היה ממקימי הישוב הישן בבית שמש והנהיג את בית מדרשו ברחוב הרב מבריסק בבית שמש.

אחיו, האדמו"ר רבי צבי הירש כהנא מזידיטשוב ספינקא זצ"ל, נפטר בט"ו בשבט תשע"ה בגיל 53.

הותיר אחריו דור ישרים .

תהא נשמתו צרורה בצרור החיים.
אוועטאר
בעל דעת
שר חמש מאות
תגובות: 997
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 24, 2010 11:48 am

תגובה דורך בעל דעת »

בר חכים האט געשריבן:ברוך דיין האמת: תושבי בית שמש ובפרט תושבי הקריה החרדית נחלה ומנוחה המומים ואבלים על פטירתו הפתאומית של הרב הצדיק רבי יצחק אייזיק כהנא זצ"ל, רב בית כנסת ושטיבלא'ך חסידים בנחלה ומנוחה ברחוב הרב מבריסק והוא בן 55 בפטירתו.

אתמול (רביעי) בשעות הצהריים עבר דום לב ברחובה של עיר. כוחות ההצלה ביצעו בו פעולות החייאה ממושכות והוא פונה לבית החולים 'הדסה עין כרם' בירושלים, שם נפטר למגינת לב.

הרב כהנא זצ"ל נולד בירושלים בכ"ד אב תשכ"ג לאביו האדמו"ר הרה"צ רבי אלתר אליעזר כהנא זצ"ל מזידיטשוב ירושלים, ולאמו מרת חיה טויבא ע"ה נכדו של האדמו"ר רבי יוסף מאיר מספינקא זצ"ל.

בהגיעו לפרקו נישא לרעייתו, בתו של הגאון רבי יוסף משה סופר, מזקני התושבים בבתי אונגרין בירושלים ומוציא לאור ספרי "מרא דארעא דישראל' מהגרי"ח זוננפלד זצ"ל. המנוח היה ממקימי הישוב הישן בבית שמש והנהיג את בית מדרשו ברחוב הרב מבריסק בבית שמש.

אחיו, האדמו"ר רבי צבי הירש כהנא מזידיטשוב ספינקא זצ"ל, נפטר בט"ו בשבט תשע"ה בגיל 53.

הותיר אחריו דור ישרים .

תהא נשמתו צרורה בצרור החיים.

בד"ה איך האב אים פינק פארברענגט מיט אים פאר 2 וואכן צירוק, ער איז דא געווען דאהי נאך געלט, א עכטער טיייערע איד, אבל אשמים אנחנו על אחינו אשר ראינו צרת נפשו בהתחננו אלינו ולא שמענו, איך וואלט אים געדארפט מער העלפן תנצב"ה
בכל פגע הריני מורגל להחזיק האמונה, כי לא נעשה דבר ביד המקרה רק על פי השגחתו יתברך, והריני מתאמץ בתפילה להעביר את רוע הגזירה, ולפיכך הריני מתייחס בקרירות להשתדלות (חזון איש אגרות ח"ב קלב)
אוועטאר
רעדנער
שר חמש מאות
תגובות: 731
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 23, 2013 6:11 pm

הגה''צ רבי יצחק אייזיק כהנא זצ''ל

תגובה דורך רעדנער »

[image]
ufza27qn__w400h300q80.jpeg
ufza27qn__w400h300q80.jpeg (21.7 KiB) געזען 5634 מאל
[/image]
טאקע א מאדיאר אבער דאך א חסידישער רעדנער
אוועטאר
פריילעך אידל
שר האלף
תגובות: 1844
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 4:10 pm

תגובה דורך פריילעך אידל »

בד"ה:

האשה החשובה מרת בילא דייטש ע"ה אשת הרה"ח ר' מאיר צבי דייטש הי"ו מחשובי חסידי פאפא.
אין יעדע תגובה איז פארהאן איינע פון די צוויי: תוכן אדער טוחן = מאלן וואסער. פערזענליך גלייך איך די ערשטע.
אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלפיים
תגובות: 2419
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

תגובה דורך הילולא דצדיקיא »

רעדנער האט געשריבן:[image]
ufza27qn__w400h300q80.jpeg
[/image]

ברוך דיין האמת, ליידער געווען אין מאנסי א וואך צוריק נאך געלט, און יעצט נפטר געווארן אין יונגן עלטער (נאכדעם וואס זיין עלטערער ברודער איז אוועק מיט אפאר יאר פריער, און זיין טאטע איז אויך אוועק נאך פאר די 70 ליידער).

והחי יתן אל לבו
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com
געלויבט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 375
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 30, 2017 3:48 am

תגובה דורך געלויבט »

בעל דעת האט געשריבן:
בר חכים האט געשריבן:ברוך דיין האמת: תושבי בית שמש ובפרט תושבי הקריה החרדית נחלה ומנוחה המומים ואבלים על פטירתו הפתאומית של הרב הצדיק רבי יצחק אייזיק כהנא זצ"ל, רב בית כנסת ושטיבלא'ך חסידים בנחלה ומנוחה ברחוב הרב מבריסק והוא בן 55 בפטירתו.

אתמול (רביעי) בשעות הצהריים עבר דום לב ברחובה של עיר. כוחות ההצלה ביצעו בו פעולות החייאה ממושכות והוא פונה לבית החולים 'הדסה עין כרם' בירושלים, שם נפטר למגינת לב.

הרב כהנא זצ"ל נולד בירושלים בכ"ד אב תשכ"ג לאביו האדמו"ר הרה"צ רבי אלתר אליעזר כהנא זצ"ל מזידיטשוב ירושלים, ולאמו מרת חיה טויבא ע"ה נכדו של האדמו"ר רבי יוסף מאיר מספינקא זצ"ל.

בהגיעו לפרקו נישא לרעייתו, בתו של הגאון רבי יוסף משה סופר, מזקני התושבים בבתי אונגרין בירושלים ומוציא לאור ספרי "מרא דארעא דישראל' מהגרי"ח זוננפלד זצ"ל. המנוח היה ממקימי הישוב הישן בבית שמש והנהיג את בית מדרשו ברחוב הרב מבריסק בבית שמש.

אחיו, האדמו"ר רבי צבי הירש כהנא מזידיטשוב ספינקא זצ"ל, נפטר בט"ו בשבט תשע"ה בגיל 53.

הותיר אחריו דור ישרים .

תהא נשמתו צרורה בצרור החיים.

בד"ה איך האב אים פינק פארברענגט מיט אים פאר 2 וואכן צירוק, ער איז דא געווען דאהי נאך געלט, א עכטער טיייערע איד, אבל אשמים אנחנו על אחינו אשר ראינו צרת נפשו בהתחננו אלינו ולא שמענו, איך וואלט אים געדארפט מער העלפן תנצב"ה


מ'קען קיינעם נישט באשולדיגן, און ס'איז זיכער אז אל'ס איז פון אויבן זאל מער נישט פארקומען,
אבער פריער האב איך גערעדט מיט א נאנטער קרוב משפחה, האט ער מיר געזאגט אז דער נפטר האט זיך לעצטנ'ס אנגערופן אז ער האלט ממש נישט אויס, און אז נאכן וויילן וואכן אין דער פרעמד קומט ער צוריק מיט ליידיגע הענט,
והחי יתן אל לבו צו העלפן מיט וואס מ'קען, והמברכו מתברך בי"א דברים, לפחות געבן א גוט ווארט אויב מ'קען נישט עפעס אנדערש אז די אידן וואס קומען נאך געלט זאלן זיך נישט פילן אזוי צוקלאפט,
ויה"ר שלא ישמע שוד ושבר בגבולינו אמן.
אוועטאר
יורא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 327
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2015 11:11 am

תגובה דורך יורא »

איז אפשׁר אויך געווען אין קר"י אויף שׁבּת צוויי וואכן צוריק?
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8716
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובה דורך מי יודע »

יורא האט געשריבן:איז אפשׁר אויך געווען אין קר"י אויף שׁבּת צוויי וואכן צוריק?

פאר בערך 15 יאר צוריק איז געווען אין כולל אין קרית יואל א איד א תלמיד חכם וואס האט געהייסן ר' יצחק אייזיק כהנא און געזאגט שיעורים, דער עולם איז נתפעל געווארן פון זיין גאונות, וואס ליגט מיר אין די ביינער ער האט גערעדט פון א איסור פון בארגן געלט אן א שטר, נישטא אזא זאך איך טראסט יענעם, ס'איז דא א חיוב צו שרייבן א שטר, און נאך אסאך אינטערעסאנטע הלכות וואס ער האט גערעדט.

קען מיר איינער קאנפירמען אויב דאס איז דער זעלבער מענטש? (אויפן בילד דערקען איך נישט)
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובה דורך SPUSMN »

געלויבט האט געשריבן:
בעל דעת האט געשריבן:
בר חכים האט געשריבן:ברוך דיין האמת: תושבי בית שמש ובפרט תושבי הקריה החרדית נחלה ומנוחה המומים ואבלים על פטירתו הפתאומית של הרב הצדיק רבי יצחק אייזיק כהנא זצ"ל, רב בית כנסת ושטיבלא'ך חסידים בנחלה ומנוחה ברחוב הרב מבריסק והוא בן 55 בפטירתו.

אתמול (רביעי) בשעות הצהריים עבר דום לב ברחובה של עיר. כוחות ההצלה ביצעו בו פעולות החייאה ממושכות והוא פונה לבית החולים 'הדסה עין כרם' בירושלים, שם נפטר למגינת לב.

הרב כהנא זצ"ל נולד בירושלים בכ"ד אב תשכ"ג לאביו האדמו"ר הרה"צ רבי אלתר אליעזר כהנא זצ"ל מזידיטשוב ירושלים, ולאמו מרת חיה טויבא ע"ה נכדו של האדמו"ר רבי יוסף מאיר מספינקא זצ"ל.

בהגיעו לפרקו נישא לרעייתו, בתו של הגאון רבי יוסף משה סופר, מזקני התושבים בבתי אונגרין בירושלים ומוציא לאור ספרי "מרא דארעא דישראל' מהגרי"ח זוננפלד זצ"ל. המנוח היה ממקימי הישוב הישן בבית שמש והנהיג את בית מדרשו ברחוב הרב מבריסק בבית שמש.

אחיו, האדמו"ר רבי צבי הירש כהנא מזידיטשוב ספינקא זצ"ל, נפטר בט"ו בשבט תשע"ה בגיל 53.

הותיר אחריו דור ישרים .

תהא נשמתו צרורה בצרור החיים.

בד"ה איך האב אים פינק פארברענגט מיט אים פאר 2 וואכן צירוק, ער איז דא געווען דאהי נאך געלט, א עכטער טיייערע איד, אבל אשמים אנחנו על אחינו אשר ראינו צרת נפשו בהתחננו אלינו ולא שמענו, איך וואלט אים געדארפט מער העלפן תנצב"ה


מ'קען קיינעם נישט באשולדיגן, און ס'איז זיכער אז אל'ס איז פון אויבן זאל מער נישט פארקומען,
אבער פריער האב איך גערעדט מיט א נאנטער קרוב משפחה, האט ער מיר געזאגט אז דער נפטר האט זיך לעצטנ'ס אנגערופן אז ער האלט ממש נישט אויס, און אז נאכן וויילן וואכן אין דער פרעמד קומט ער צוריק מיט ליידיגע הענט,
והחי יתן אל לבו צו העלפן מיט וואס מ'קען, והמברכו מתברך בי"א דברים, לפחות געבן א גוט ווארט אויב מ'קען נישט עפעס אנדערש אז די אידן וואס קומען נאך געלט זאלן זיך נישט פילן אזוי צוקלאפט,
ויה"ר שלא ישמע שוד ושבר בגבולינו אמן.

שרעקליך! א איד איז געקומען קיין אמעריקע און איז צוריק געפארען מיט ליידיגע הענט! דאס דארף אויף טרייסלען יעדען.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
יורא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 327
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2015 11:11 am

תגובה דורך יורא »

קען איינער ביטע לייגן א לעצטערע בילד פון אים?
ווייסעך וואס
שר חמש מאות
תגובות: 625
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 05, 2008 7:06 pm

תגובה דורך ווייסעך וואס »

מי יודע האט געשריבן:
יורא האט געשריבן:איז אפשׁר אויך געווען אין קר"י אויף שׁבּת צוויי וואכן צוריק?

פאר בערך 15 יאר צוריק איז געווען אין כולל אין קרית יואל א איד א תלמיד חכם וואס האט געהייסן ר' יצחק אייזיק כהנא און געזאגט שיעורים, דער עולם איז נתפעל געווארן פון זיין גאונות, וואס ליגט מיר אין די ביינער ער האט גערעדט פון א איסור פון בארגן געלט אן א שטר, נישטא אזא זאך איך טראסט יענעם, ס'איז דא א חיוב צו שרייבן א שטר, און נאך אסאך אינטערעסאנטע הלכות וואס ער האט גערעדט.

קען מיר איינער קאנפירמען אויב דאס איז דער זעלבער מענטש? (אויפן בילד דערקען איך נישט)

די מיינסט מסתמא הרה"ג ר' יצחק אייזיק כהנא מירושלים עיה"ק מו"ץ בעדה
תכלית הידוע שלא נדע
מתעניין
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 27, 2015 3:15 pm

תגובה דורך מתעניין »

ווייסעך וואס האט געשריבן:
מי יודע האט געשריבן:
יורא האט געשריבן:איז אפשׁר אויך געווען אין קר"י אויף שׁבּת צוויי וואכן צוריק?

פאר בערך 15 יאר צוריק איז געווען אין כולל אין קרית יואל א איד א תלמיד חכם וואס האט געהייסן ר' יצחק אייזיק כהנא און געזאגט שיעורים, דער עולם איז נתפעל געווארן פון זיין גאונות, וואס ליגט מיר אין די ביינער ער האט גערעדט פון א איסור פון בארגן געלט אן א שטר, נישטא אזא זאך איך טראסט יענעם, ס'איז דא א חיוב צו שרייבן א שטר, און נאך אסאך אינטערעסאנטע הלכות וואס ער האט גערעדט.

קען מיר איינער קאנפירמען אויב דאס איז דער זעלבער מענטש? (אויפן בילד דערקען איך נישט)

די מיינסט מסתמא הרה"ג ר' יצחק אייזיק כהנא מירושלים עיה"ק מו"ץ בעדה

דאס איז א פעטער פונעם נפטר להבחל"ח
אמת בעולם השקר
שר העשר
תגובות: 22
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 1:46 pm

תגובה דורך אמת בעולם השקר »

יורא האט געשריבן:איז אפשׁר אויך געווען אין קר"י אויף שׁבּת צוויי וואכן צוריק?

אוי וויי איך האלט עס פשוט נישט אויס די איד איז דאך לעצטענס ארימגעגאנגען דא נאך געלט און ליידער האב איך מיך נישט משתתף געווען! מיר קענען נישט זאגן ידינו לא שפכו את הדם הזה! ליידער איז דאס נישט די ערשטע אזא קרבן! מען זעעט ווי די אידן דרייען זיך דא נאך געלט און מען קוקט זיך נישט געניג אום אויף זיי מען דארף וויסן אז דאס איז א שפיל מיט אידישע נפשות!
איך בין מיך מקבל בלי נדר לע"נ פון דעם נפטר צו זיין מער זהיר און זיך משתתף זיין פאר אידן משולחים און סיי ווער עס קומט נאך געלט
ויהי רצון שנשמע ונתבשר בשורות טובות אמן
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7049
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובה דורך צו געזונט »

עס איז אלעס פון אויבען, און נישט יעדער האט די מעגליכקייט צו העלפן פינאנציעל. אבער... א גוט ווארט, א וועטשערע, א מיטאג, אפילו א קאלטע גלאז וואסער קאן צומאל העלפן.

האמיר אמאל אויפגעמאכט די טיר ערב שבת נאכמיטאג, און א משולח מיט א באגלייטער זיינען דארט געשטאנען, ארום צוויי שטונדען פאר די זמן פון כניסת השבת. איך האב זיי געזאגט אז צופיל געלט האב איך נישט, אבער א גוטן טועמיה קאן איך זיי געבן. די צוויי אידען האבען דאס פארברענט אוואו די מלאכים פון אברהם אבינו. זיי האבען זיך אויסגעדריקט, אז דאס איז געווען ממש אלעס, צדקה, גמילת חסדים, אכילה, שתייה און לוויה.
און ווי פארשטענדליך אז בשעת די טועמיה האב איך געמוזט זיצען מיט זיי און די בעסטע, אז נאך אזא טועמיה, האב איך שוין געמוזט געבן מער פון וויפיל איך וואלט ווען געגעבן סתם אזוי...
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
טובי' מאיר ניימאנן
שר חמש מאות
תגובות: 513
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 5:34 pm
פארבינד זיך:

הספד על ג' אנ"ש שנפטרו פ' פקודי

תגובה דורך טובי' מאיר ניימאנן »

בס"ד
א' שנת פקודי תשע"ט, אלה פקודי (חסרון) המשכן משכן (שנתמשכנו עיי' מס' שבת – ל"ט מלאכות - אלה הדברים, כ"כ כאן – ה'משכן משכן רמז על ג' משכונות)
הרב ר' שמאול מרדכי ב"ר אברהם דוד ע"ה
הרב ר' אלימלך ב"ר עזריאל ע"ה
הרב ר' אברהם שמחה ניסן ע"ה ב"ר ליפא הכהן נ"י

ליידער החוט המשולש במהרה ינתק, דריי טייערע אידען, דריי ערליכע אידען, דריי יונגע אידען, אוי מה נאמר ומה נדבר, קען מען דען מיט ווערטער אויסדריקען דעם ווייטאג, ניין און ניין און נאל אמאל ניין, אלע דריי זענען דאך געוועהן עוסקים בצרכי צבור באמונה, און נישט סתם באמונה נאר מיט א געשמאק – א חן, אלע דריי אידען זענען געוועהן צבורישע מענשען, זיי זענען געוועהן מעורב בין הבריות און מעורב עם הבריות, אמת'דיגע נוח לשמים ונוח לבריות, אוי חבל על דאבדין ולא משתכחין.

דער נביא זאגט "בת עמי חגרי שק והתפלשי באפר אבל יחיד עשי לך מספד תמרורים כי פתאם יבא השדד וגו'", האב איך מדייק געוועהן, קודם רעדט דער נביא צום פאלק "בת עמי" און נאך דעם זאגט ער "אבל יחיד עשו לך", יתכן אז פשט איז, אז דער גאנצער צבור זאל קלאגען, און אויסער דעם זאל יעדער איינער פאר זיך מאכען אן אבל יחיד, דאס הייסט אזוי, אמאל איז דא מענטש וואס טוט צבורישע זאכען וויא למשל א שמש אין א ריזיגען ביהמ"ד, ער טוט זיין ארבעט באמונה, אבער ער איז נישט פארמישט מיט יחידים, לעומת זה איז דא למשל עסקנים וואס טוען פאר'ן צבור און זיי זענען עוסק מיט יעדען לויט זיין מצב, די דריי אידען זענען געוועהן עוסקין בצרכי צבור, און אויך פאר יעדען עקסטער געטאן יותר מכפי יכולתם, והאמת הוא אז אפילו ווער עס האט נישט געברויכט עפעס ספעציעל האט אויך נהנה געוועהן פון זיי, זייערס א שמייכעל – א גוט ווארט – אפילו א בליק נאר – דעם עין טוב, איי איז דאס געוועהן זיס, אוי באשעפער מה היה לנו.

די מעשה איז אזוי, ר' שמואל מרדכי ע"ה איז מיין'ס אן ערשטע קאזין, די צווייא מאמעס זענען געוועהן שוועסטערס, בין איך דאך אויפגעוואקסען מיט אים, א זעלטענע דמות פון אן איש טוב וחסד "שאין דוגמתו", שוין לאנגע יארען וואס ער און זיין בני בית יבדל לחיים טובים ארוכים ולשלום העלפען אונז צו ביי חסדי טובים מאורות מיט א געוואלדיגע געטריישאפט.

ר' מיליך גליק ע"ה –איך קעם אים שוין יארען – מיר זענען דאך אינאיינעם אויפגעוואקסען, אויך איז אויסגעקומען אז די לעצטע יארען האבען מיר זיך צוזאם געטראפען ביי עסקנות, גאר שווערע קעיסעס, וואס זאל איך זאגען, וויאזוי זאל איך עס ארויסברענגען, וויפיל איך וועל נאר זאגען וועט מען עס נישט פארשטיין, זיין שכל הישר – זיין געטריישאפט – זיין איבערגעבענקייט – זיין ישרות, ועוד.

ר' אברהם שמחה ניסן ע"ה האב איך נישט געהאט אן עקסטערע שייכות, אבער הערענדיג וויאזוי מען רעדט וועגען אים ארט עס מיך טאקע אז איך איך האב נישט געהאט א נאנטען קשר מיט אים, אבער למעשה א איד וואס טוט אזויפיל פאר כבוד שמים איז יעדער נהנה פון אים, און יעדער האט שייכות מיט אים.

באמת קלער איך אריין וואס איס דער ענין פון מספיד זיין, וועם איז מען מספיד – ווער איז דא וועמען מען באוויינט, דעם נפטר אדער די לעבעדיגע, אדער גאר קלאגט מען מיט'ן רבוש"ע, (אין גמרא שפראך הייסט עס יקרא דחיי אדער יקרא דמותא, בערך אזוי), לאמיר עס מסביר זיין, אז א איד גייט אוועק פון די וועלט זקן ושבע ימים, אגעלעבט א לעבען פיל מיט תורה ומצות, איבערגעלאזט דורות ישרים ומבורכים, אנגעזעטיגט מיט זכותים און מיט יסורים, איז דאך לכאורה נישטא וואס צו קלאגען, אדרבה וואויל איז אים אז ער האט זוכה געוועהן דערצו, דאס איז דאך דער תכלית, דער עולם הזה איז דאך נאר א פרוזדור, אלא מאי דער קלאג איז אונז האמיר פארלוירען א צדיק, די ווייטאג איז אז מיר וועלען נישט האבען מער דעם דמות פון אן ערליכער איד פאר אונז,.

אבער למעשה איז דא נאך א שרעקליכער ווייטאג, דער תנא זאגט יפה שעה אחת בעוה"ב מכל חיי עוה"ז ויפה שעה אחת בתשובה ומע"ט בעוה"ז מכל חיי עוה"ב, ד מ אז איין שעה עבודת השם בעוה"ז איז מער וויא "כל חיי עוה"ב", עס איז דאך נורא נוראות, חיי עוה"ב איז דאך נצחיות בלי שיעור וגבול, טריליאנען יארען און נאך מער, איז איין שעה דינען דעם אייבירשטען בעולם הזה מער ווערט – מער חשובער, איז אז א איד אן עובד השם גייט פון דער וועלט איז עס א שרעקלכער פארלוסט פאר'ן רבוש"ע, זאגט דער הייליגער מהרי"ל אז פאר דעם זאגט מען קדיש "יתגדל ויתקדש שמי' רבא", דער חלל זאל נתמלא ווערען.

קומט אויס אז ערליכע אידען וועלכע זענען מקדש שם שמים מיט זייער אנוועזעהייט, איז א שרעקליכער פארלוסט פאר'ן רבוש"ע און פאר די לעבעדיגע – און פאר זיי אליינס אויך, ווייל למתים חפשי און זיי קענען מער נישט מהנה זיין דעם בורא עולם.

זאגען אבער די הייליגע חז"ל "מה זרעו בחיים אף הוא בחיים" און דא וועלען די טייערע קינדער בע"ה ממשיך זיין די עבודת הקודש – די מצות ומע"ט, איז עס כאילו ער איז בחיים, אבער פאר אונז איז עס בכל אופן א מעכטיגער קלאפ, די דמות דיוקנו של אביו איז נישטא, ועל דא קא בכינא.

עס איז נאך דא אזויפיל צו שרייבען יכלה הזמן והם לא יכלו, ועוד חזון למועד, העיקר הוא "והחי יתן אל לבו", בשעת פטירתו של אדם אין מלוין לו לא כסף וזהב וכו', נאר מצות ומע"ט, נישט קיין בילדונגס, נישט קיין אורח הכבוד, וכו' אפילו נישט די ריזיגע בתי מדרשים און ישיבות וואס זיי האבען אויפגעבויט אויב זיי האבען עס אפגענומען בעוה"ז מיט כבוד און קלאטשערייען, נאר די מצות ומע"ט וואס מען טוט אגאנץ לעבען מיט באשיידנהייט און צניעות, דאס באגלייט ארויף, וויא אויך, עס איז די "אייכות נישט די כמות" והבן כי קצרתי, אדרבה קוקט אייך אום וויא דער צבור באוויינט די דריי אידען, יעדער וואס האט זיי געקענט שפירט פערזענליך דעם ווייטאג, און קלאגט אויף זיי, מען זעהט אז עס איז אן אינערליכע צער היוצא מן הלב, טוב שם טוב משמן טוב.

וועלען מיר מסיים זיין מיט א ווארט מענינא דיומא, עס איז ימי שמחה, וויא קען מען דאס באווייזען אז מען איז צוריסען פון ווייטאג, נאר אז דאס איז דער רצון השם טוט מען עס, מען לייגט אוועק אלע געפילען פאר'ן רבוש"ע, אמת עס איז זייער שווער, אבער דאס איז א איד, דאס האט דער נפטר אונז אויסגעלערנט און דאס וועלען מיר טאן, עס מיינט נישט אז מיר זענען מסיח דעת פון'ם צער, נאר אז מיר לייגען עס אין דער זייט אויף דערווייל, און בקרוב וועלען מיר זוכה זיין צו תחיית המתים, ובלע המות לנצח ומחה ד' דמעה מעל כל פנים אמן,

טובי' מאיר ניימאנן
ביטע לאזט אייך הערן, רופט 1718-682-2052 #4 לאזט איבער אייער פידבעק בנוגע דעם האט-ליין
אידישע מוח
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 26, 2017 11:58 pm

תגובה דורך אידישע מוח »

ר טובי מאיר הערליך יישר כח
ישראל לוי הכהן
שר העשר
תגובות: 22
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 10:59 am

בד''ה

תגובה דורך ישראל לוי הכהן »

און אנטווערפן איז דעם ערב שב''ק ביים הדלקת הנרות נפטר געווארען האשה מרת ווייסבוים אשת הר''ר שלום ווייסבוים ע''ה און עלטער פון 74 יאר אלט.
זי האט ליידער אסאך מיט געמאכט , 2 קינדער מיט א מאן אוועק בחייו ד' ישמרינו.
אוועטאר
moishy56
שר עשרת אלפים
תגובות: 19747
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

תגובה דורך moishy56 »

ישראל לוי הכהן האט געשריבן:און אנטווערפן איז דעם ערב שב''ק ביים הדלקת הנרות נפטר געווארען האשה מרת ווייסבוים אשת הר''ר שלום ווייסבוים ע''ה און עלטער פון 74 יאר אלט.
זי האט ליידער אסאך מיט געמאכט , 2 קינדער מיט א מאן אוועק בחייו ד' ישמרינו.

ברוך דיין האמת: באנטורפן שבבלגיה נפטרה בין השמשות של כניסת השבת בגיל 75, האישה הצדקנית מרת שושנה ווייסבוים ע"ה, אלמנת הרה"ח רבי יחזקאל שלום ווייסבוים ז"ל, מנכבדי וחשובי חסידי גור באנטוורפן, שבבלגיה שנפטר בחודש אלול תש"ע.

ביום ראשון האחרון, כאשר מצבה כבר היה קשה מאוד, ביקשה שיכינו לה את נרות השבת, בערב שבת הביאו לה את נרות השבת להדליק והיא איחלה 'גוט שאבעס' והשיבה את נשמתה ליוצרה במעמד מנין שהיה בביתה. רק ביום שישי שעבר נכנס אליה האדמו"ר מויז'ניץ שהגיע לביקור בבלגיה והשאיר לה את הספר 'רזיאל המלאך'.

המנוחה ע"ה, נולדה לאביה הרב דב בעריש קיין ז"ל מתל אביב. בחייה נפרד ממנה למנוחת עולמים - בעלה הרה"ח רבי יחזקאל שלום ויסבום ז"ל, מנכבדי וחשובי חסידי גור שבבלגיה ומהדמויות הבולטות בקהילה החרדית באנטוורפן.

לפני כעשרים שנה איבדה את בנה ר' אברהם מרדכי ז"ל ורעייתו ע"ה, שנהרגו באסון המסוק ב'גרנד קניון' באריזונה במהלך טיול. באסון אז נהרגו שני יהודים נוספים.

בחודש ניסן תשע"ז נחתה עליה צרה נוספת, כאשר בתה האישה הצעירה מרת טאבה מרים ריכטר ע"ה, נפטרה לאחר המחלה הקשה בגיל 47.

שכניה בבלגיה מספרים ל'בחדרי חרדים', כי למרות ייסוריה הרבים לא נתנה לעצמה להיחלש באמונה. ובגבורה שאין כדוגמתה המשיכה בחייה בתפילותיה הזכות ובאמירת התהילים שהיו לשם דבר באנטוורפן.

הותירה אחריה את בניה, רבי משה ויסבום מטורונטו שבקנדה, בתה הנשואה לרב צבי פלדמן, ואחיה הרב קיין מלוס אנג'לס ואחות נוספת בארה"ב.

הלוויתה תיערך מחר, יום ראשון, בקהילת 'מחזיקי הדת' באנטוורפן והיא תיקבר בבית החיים בפיטא שבהולנד.
.

טעקסט בלויז די ווארט INFO צו 718-480-0545 און מען ארלעדיגט דיר א פאלעסי #קהלייף
אוועטאר
בילדער
שר חמש מאות
תגובות: 643
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 3:05 pm

תגובה דורך בילדער »

ר' טובי' מאיר, איר האט מיר צונימען
Haklal
שר שלשת אלפים
תגובות: 3976
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

תגובה דורך Haklal »

בילדער האט געשריבן:ר' טובי' מאיר, איר האט מיר צונימען


גא"מ
שמערלער
שר האלפיים
תגובות: 2260
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 05, 2017 7:03 am

תגובה דורך שמערלער »

בד"ה
הרה"ח ר' שלמה קיקין ע"ה
אנטווערפן 71 יאר
אוועטאר
קאץ און מויז
שר שלשת אלפים
תגובות: 3584
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2016 1:18 pm

תגובה דורך קאץ און מויז »

שמערלער האט געשריבן:בד"ה
הרה"ח ר' שלמה קיקין ע"ה
אנטווערפן 71 יאר

א טייערע איד געווען ר' שלמה ע"ה א ריכטיקע ערליכע בעה"ב
פלעגט אייביג לערנען ווען נאר ער האט געהאט צייט, געווען א גרויסע תלמיד חכם
אטעטשמענטס
IMG-20190310-WA0009.jpg
IMG-20190310-WA0009.jpg (80.94 KiB) געזען 5586 מאל
צו באקומען די טעגליכע חתונות אויף אימעיל שיקט די ווארט SUBSCRIBE צו
[email protected]
מאך זיכער צו פאולען די סטעפס נאכדעם
אוועטאר
הבעש''ט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4108
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 6:17 pm
לאקאציע: אינעם חסידישן ווינקל פין היכל הבעש"ט

תגובה דורך הבעש''ט »

שמערלער האט געשריבן:בד"ה
הרה"ח ר' שלמה קיקין ע"ה
אנטווערפן 71 יאר

אוי בד"ה!
א זעלטענער איידעלער איד, א מורם מעם, שייף עייל שייף נפיק, וגריס באורייתא תדירא, נעבעך אדורך אסאך יסורים די לעצטע פאר יאר וואס ער האט מקבל געווען באהבה ובדומי', ס'איז א פארלוסט פאר אנטווערפען און פאר די סאטמארער קהילה בפרט וואס ער איז געווען מחשובי ופארי הקהילה, יהא זכרו ברוך.
AntThilimChmp'78-09.JPG
AntThilimChmp'78-09.JPG (100.94 KiB) געזען 5265 מאל

Beis Ruchel Antwerp Dinner1.JPG
Beis Ruchel Antwerp Dinner1.JPG (179.84 KiB) געזען 5265 מאל

Ant'75-Day1-P2-11.JPG
Ant'75-Day1-P2-11.JPG (175.51 KiB) געזען 5265 מאל
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

און זיין שמייכל, סבר פנים יפות.....
פארשפארט

צוריק צו “היימישע נייעס”