ברוך דיין האמת #1 (כ"א תמוז תשס"ו - ר"ח ניסן תש"פ)

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
שפיגליצקי
שר האלף
תגובות: 1298
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

תגובה דורך שפיגליצקי »

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:הערעך יעצט אז להבחל״ח זיין טאטע ר׳ ליפא זז״ג איז - נעכטן שבת אינדערפרי אויפן וועג צום ברית פון אן אייניקל - געפאלן און זיך שווער צובראכן די היפּ, ה״י. ער איז היינט פרי פארטאגס אדורך א אפאראציע, כ׳ווייס נישט אויב ער קומט למעשה צום לוי׳.

ברא כרעיה דאבוה.

נישט זיין פאטער, זיין שוואגער, ווייס איך נישט אויב ער זוכט די גאנצע שטאט זאל וויסן זיין נאמען.
אויב דו זוכסט שלימות ביי מענטשן, וועסטו עס טרעפן נאר אין שפיגל (קרעדיט: מעלות).
אין א שיינעם העלן טאג...
מחאה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 291
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 08, 2018 10:23 am
לאקאציע: תל אביב ד'אמעריקא

תגובה דורך מחאה »

זעמיר געגאנגען אפגעבן דעם כבוד האחרון פאר ר' אברהם שמחה ניסן ז"ל, אוי! דאס הארץ רייסט ווען די שווער הגה"צ שליט"א איז מספיד אזא איידים! ווען ער רעדט פון זיין טאכטער האלמנה תחי'! ווען ער רעדט פון זיין זון וואס האט נארוואס חתונה געהאט! ווען ער איז מזכיר זיין מחותן הר"ר ליפא שליט"א וואס האט נישט געקענט מיטהאלטן דעם בן יקיר'ס לוי'!
אוי רבש"ע העלף שוין אלע אידן! אוי רבש"ע זאל שוין זיין די צייט!זאל שוין זיין די גאולה משיח זאל שוין קומען!!!
צדיקים האבן געזאגט אז הוכח תוכיח דרש'נט מען אזויווי המול ימול, פונקט ווי א מוהל קען נאר זיין אזא איינער וואס איז אליינס גע'מל'ט אזוי אויך קען א מוכיח זיין נאר אזא איינער וואס איז אליינס גע'מוסר'ט. (און דאס איז נוגע אויך פאר דער וואס מוסר'ט די מוכיח...)
מחאה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 291
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 08, 2018 10:23 am
לאקאציע: תל אביב ד'אמעריקא

תגובה דורך מחאה »

שפיגליצקי האט געשריבן:
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:הערעך יעצט אז להבחל״ח זיין טאטע ר׳ ליפא זז״ג איז - נעכטן שבת אינדערפרי אויפן וועג צום ברית פון אן אייניקל - געפאלן און זיך שווער צובראכן די היפּ, ה״י. ער איז היינט פרי פארטאגס אדורך א אפאראציע, כ׳ווייס נישט אויב ער קומט למעשה צום לוי׳.

ברא כרעיה דאבוה.

נישט זיין פאטער, זיין שוואגער, ווייס איך נישט אויב ער זוכט די גאנצע שטאט זאל וויסן זיין נאמען.

איך האב יעצט געשריבן אז הגה"צ מ'בוענאס איירס שליט"א האט מזכיר געווען מחותנו וואס האט נישט משתתף געוען...
צדיקים האבן געזאגט אז הוכח תוכיח דרש'נט מען אזויווי המול ימול, פונקט ווי א מוהל קען נאר זיין אזא איינער וואס איז אליינס גע'מל'ט אזוי אויך קען א מוכיח זיין נאר אזא איינער וואס איז אליינס גע'מוסר'ט. (און דאס איז נוגע אויך פאר דער וואס מוסר'ט די מוכיח...)
דברים אלו
שר האלף
תגובות: 1961
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 16, 2015 2:30 pm

תגובה דורך דברים אלו »

נעכן בי ר מלךס לויה האט איינער פון די מספידים געזאגט אז זייענדיג און שפיטאל האט ער געזעהן אזויפל היימישע פרויען וואס מיטשען זיך מיט די ביטערע מחלה אז מקען ליידער אנפילן א גרויסן ווייבער שיל ל"ע
כבוד
שר מאה
תגובות: 181
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 07, 2016 2:05 pm

תגובה דורך כבוד »

שפיגליצקי האט געשריבן:
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:הערעך יעצט אז להבחל״ח זיין טאטע ר׳ ליפא זז״ג איז - נעכטן שבת אינדערפרי אויפן וועג צום ברית פון אן אייניקל - געפאלן און זיך שווער צובראכן די היפּ, ה״י. ער איז היינט פרי פארטאגס אדורך א אפאראציע, כ׳ווייס נישט אויב ער קומט למעשה צום לוי׳.

ברא כרעיה דאבוה.

נישט זיין פאטער, זיין שוואגער, ווייס איך נישט אויב ער זוכט די גאנצע שטאט זאל וויסן זיין נאמען.



זיין פאטער, נישט זיין שוואגער.
אוועטאר
שפיגליצקי
שר האלף
תגובות: 1298
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

א פערזענליכער טרער

תגובה דורך שפיגליצקי »

ויהי נועם נשבת במוצאי שבת!!

נעכטן ארויס קומענדיג פון של"ס, האב איך צווישן א געזעמל אידן געליינט דאס אומגלויבליכע, אז הרה"ח ר' אלימלך גליק ע"ה איז שוין נישטא, ספקו עליך כפים כל עוברי דרך, צווישן דעם געזעמל האב איך אויך פארפעלט א הארץ קלאפ, אנשטאט דעם צוזאם געקלאפט די הענט מיט ווייטאג.

אונטער דעם שטילער איד'ל וואס טומלט נישט, רודערט נישט, רעדט קוים ארויס א הויך ווארט אין ביהמ"ד, האט זיך פארשלייערט א דמות פון א קלוגער פארשטאנדיגער איד, א גאלדענער איד, א הארץ פון פוטער, טיכטיגער עסקן לשם שמים, וואו מ'קען נאר ארויס העלפן א איד און אויף וואס פאר אן אופן ס'זאל נאר נישט זיין, ענינים שאפשר ושאי אפשר להעלותם על הכתב, וואס קיינער וויל נישט טוהן דערין, און די וואס יא לאזן זיך באצאלן תבין וטקילין, האט ר' אלימלך מיט זיין ווארעם הארץ, טיפער פארשטאנד, ארויסגעהאלפן יעדן לויט זיין געברויך.

אבל יחיד עשי לך, ווען שפיגליצקי איז אדורך א געוויסער פראבלעם, וויפיל שעות ר' אלימלך האט זיך אפגעגעבן מיט אים, געקומען צו פארן מער עטליכע מאל וכו', פארברענגט אפאר שעה, אויסער די אלעמאל אויפן טעלעפאן, ארויס געהאלפן בחכמה ובתבונה, אנגעוויזן וואס יא און וואס נישט צו טוהן, און ווי אזוי צו טוהן.

זייענדיג געענגט אין געלט, און זיך שפירנדיג זייער שלעכט פאר אים, האב איך זיך כסדר פארענטפערט און צוגעזאגט אז ווי נאר ס'וועט עפעס זיין וועט מען געבן, אבער ער האט ממש נישט געוויסט וואס איך וויל פון אים, אזוי גערן, אומזיסט! אן צו מאכן שפירן אז ער טוט מיר אפילו א טובה!

און דאס איז נישט נאר געווען מיט שפיגליצקי, נאר ווער ס'האט געדארפט צוקומען צו אים, האט מען יא געהאט געלט האט ער גענומען, נישט געווען קיין פרייז, וויפיל דער געבער האט פארשטאנען צו געבן, האט מען נישט געהאט געלט האט ער געארבעט אומזיסט, אלעס צו מחי' זיין און אויפרעכטן אידישע שטיבער.

כל המוריד דמעות על אדם כשר הקב"ה סופרן ומניחן בבית גנזיו, רין טרערעלע רין, שעם זיך נישט צו גליטשן אויף די באקן, אוי ווי דאס הארץ ציפט, אוי ווי דאס הארץ טוט וויי פאר דעם איד! ווי להאי שופרא דבלי בארעא.

ווייסט איין באשעפער וויפיל קעיסעס ער האט איבער געלאזט אין דערמיט, נאר אין הימל ווייסט מען וויפיל אידישע שטיבער דער איד האט פאקטיש שוין יא גענצליך אויפגעראכטן, נאר אין הימל ווייסט מען צו אפשאצן די ווערד דערפון, ונאמן בעל מלאכתינו לשלם שכר פעולתך במיטב, אסאך בעסער ווי סיי וועלכער מענטש קען נאר באצאלן.

נעם איך זיך פאר בל"נ זיך צו משתדל זיין צו לערנען א משנה יעדן טאג אין ערשטן יאר לע"נ אלימלך בן עזריאל, זאל דאס זיין מיין באצאלט פאר אייער ארבעט.

תהא נשמתו צרורה בצרור החיים.
לעצט פארראכטן דורך שפיגליצקי אום זונטאג מארטש 03, 2019 3:43 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אויב דו זוכסט שלימות ביי מענטשן, וועסטו עס טרעפן נאר אין שפיגל (קרעדיט: מעלות).
אין א שיינעם העלן טאג...
שמערלער
שר האלפיים
תגובות: 2260
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 05, 2017 7:03 am

תגובה דורך שמערלער »

דברים אלו האט געשריבן:נעכן בי ר מלךס לויה האט איינער פון די מספידים געזאגט אז זייענדיג און שפיטאל האט ער געזעהן אזויפל היימישע פרויען וואס מיטשען זיך מיט די ביטערע מחלה אז מקען ליידער אנפילן א גרויסן ווייבער שיל ל"ע

:oops: :oops:
אוועטאר
ספיקער
שר מאה
תגובות: 200
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 28, 2015 2:52 pm
לאקאציע: און חתונה זאל

תגובה דורך ספיקער »

וויפעל אזייגער גייט זיין די לוויה און ק"י ?
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7079
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובה דורך צו געזונט »

5:15
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
קליינקעפיק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 441
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 07, 2009 1:11 am

תגובה דורך קליינקעפיק »

שואלכענין האט געשריבן:ר' מיילעך גליק האט נאך קינדער אין שטוב?

חתונה געמאכט דעם יונגסטן זון אפאר וואכן צירוק
אוועטאר
לאנדאנער
שר חמש מאות
תגובות: 738
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 18, 2017 6:32 pm

תגובה דורך לאנדאנער »

שרעקעדיג וויפיל יונגער מענטשן זענען אוועק די לעצטע פאר עמודים
הורוויץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 415
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 16, 2011 1:07 pm

תגובה דורך הורוויץ »

אזאמעשה האט געשריבן:
Builder האט געשריבן:
שרייב-פעדער האט געשריבן:
מצב כללי האט געשריבן:א גוטע וואך

האמיר גוט געקענט ר׳ שמואל מרדכי א טייער איד געווען

ווי אנדערע האבן ערווענט האט ער געדאווענט מיט השתפכות הנפש און בכיות
אייביג געווען פרייליך און געמאכט פרייליך אנדערע

כיון ששבת ווי אבדה נפש

עס טוט וויי פאר די צוויי נפשות יקרות וואס זענען פריצייטיג נפטר געווארן

יהי רצון מען זאל הערן נאר בשורות טובות


איי, ר שמואל מרדכי איז נישטא?
האמיר געהאט די זכי' צו לערנען ביי אים, א טייערער מלמד געווען, האמיר געלערנט ביי אים מסכת מלקות, מיט אזא געשמאק מיט א חיות, געווען געטריי און איבערגעגעבן פאר די תלמידים. זאל אים די זכותים באגלייטן בעולם העליון.


ווי איז ער געווען א מלמד?

קראסנא


בעפאר קראסנא איז ער דאכצעך געווען א מלמד אין סאטמאר ב.פ.
אוועטאר
ספיקער
שר מאה
תגובות: 200
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 28, 2015 2:52 pm
לאקאציע: און חתונה זאל

תגובה דורך ספיקער »

נישט געווען קיין טריקענע אויג ביי די לויה פון האברך החשוב הר"ר אברהם שמחה ניסן ע"ה און ק"י עס האט מספד געווען צום ערשט זיין איידעם ר' מענדל פריעדמאן ווי ער האט ארויסגעברענגט אז זיין שווער האט אויף יעדע שווערע זאך געהאט א גוט ווארט און נאכדעם האט גערעד זיין צווייטע איידעם ר' יצחק מיטעלמאן און נאכדעם האט גערעד זיין שוואגער הר"ר שלמה צבי ער האט ארויסגעברענגט זיין התמדה און זיינע שווערסטע צייטען און נאכדעם האט גערעד זיין מלמד הר"ר מאיר צוויבעל און נאכדעם זיין ברודער הר"ר שמואל משה ווי ער האט זיך געזעגענט בשם כל המשפחה .
מחבר ספרים
שר חמש מאות
תגובות: 871
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 7:54 pm

תגובה דורך מחבר ספרים »

קען איינער אפשר מאכען סדר דא קודם האט מען געשריבען אז די לוי' פון הרב ר' אברהם שמחה פרידמאן ז''ל איז אין בארא פארק נאכדעם האט איינער געשריבען אז די לוי' איז געוועהן אין קרית יואל
לוי ווי איך געדענק האט ער טאקע געוואינט אין קרית יואל נישט אין בארא פארק
וויל איך ויסען ווי האט ער געוואינט און ווי קען מען מנחם אבל זיין ? יישר כח
אוועטאר
Builder
שר מאה
תגובות: 189
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 6:07 pm
לאקאציע: קאנסטראקשען סייט

תגובה דורך Builder »

מחבר ספרים האט געשריבן:קען איינער אפשר מאכען סדר דא קודם האט מען געשריבען אז די לוי' פון הרב ר' אברהם שמחה פרידמאן ז''ל איז אין בארא פארק נאכדעם האט איינער געשריבען אז די לוי' איז געוועהן אין קרית יואל
לוי ווי איך געדענק האט ער טאקע געוואינט אין קרית יואל נישט אין בארא פארק
וויל איך ויסען ווי האט ער געוואינט און ווי קען מען מנחם אבל זיין ? יישר כח


ער האט געוואינט אין וויליאמסבורג
געווען מלמד אין בארא פארק
געקומען לקבורה אים קרית יואל

קודם די לויה אין בארא פארק ביי די תלמוד תורה
דערנאך וויליאמסבורג
און דערנאך קרית יואל ביים בית החיים
אלרייט
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 03, 2019 2:27 pm

תגובה דורך אלרייט »

ר' שמואל מרדכי. אוי ווי נעמט מען נאך אזא אידל ווי רבי שמואל מרדכי?! דעם שמייכל און שמחה וואס ער האט געהאט ווען א מתפלל האט געמאכט א שמחה.

זיין דאווענען איז געווען מדמעות שליש. זיינע לאנגע שמונה עשרה און זיין זהירות פון נישט אויסרעדן אינמיטן דאווענען.

יעדע וואך נאכ'ן דאווענען אויסגערופן יעדע שמחה פון די מתפללים פון חתונות ביז אן איר אייניקל אפשערן... אלעס מיט'ן זעלבן ברייטן צהלת פניו און מיטגעפיל.

דאס זעלבע ווען ער האט געהערט פון א צרה ביי א צווייטן ווי ער האט זיך אזוי משתתף בצער געווען געהאט מיטלייד און מחזק געווען. זיין הארץ האט געשפירט א צווייטנס הארץ במלא מובן.

וויפל חסד ער האט געטוהן פריוואט מיט מענטשן וואס האבן עס געדארפט. פלעגט אלץ גיין באזוכן אידן אין תפיסה און זיך שרייבן מיט זיי בריוון.

זיינע שיעורים טעגליך חק ולא יעבור.

זיין זיך מבטל זיין פאר א תלמוד חכם און יעדן ערליכע איד.

רבש''ע ס'זאל שוין זיין ובלע מות לנצח.
ALS-Refuah
שר העשר
תגובות: 42
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 16, 2017 4:51 pm

פחד נורא!

תגובה דורך ALS-Refuah »

אזוי ווי איך בין א בארא פארקער סאטמארע תלמיד פון די מ' יאהרן, שפיר איך א עקסטערע ווייטאג צו זעהן וואס דא גייט פאר!

ליידער זענען שוין די לעצטע 2 יאהר שוין אוועק עטליכע יונגע מענטשן וואס זענען אמאל געווען מלמדים דארט!

הרה"ח ר' פנחס יוסף בערקאוויטש ע"ה - נפטר בערך 2 יאהר צוריק (מלמד בשנות התשמ'-ע)
הרה"ח ר' שניאור זלמן דערשאוויטץ ע"ה - נפטר בערך 2 חדשים צוריק (מלמד בשנות התשמ')
הרה"ח ר' שמואל מרדכי ליעבערמאן ע"ה - נפטר נעכטן/היינט (מלמד בשנות התשמ')
הרה"ח ר' אברהם שמחה ניסן פרידמאן ע"ה - נפטר נעכטן/היינט (מלמד בשנות התשע')
אוועטאר
maybeeynot
שר חמשת אלפים
תגובות: 5474
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

תגובה דורך maybeeynot »

ספיקער האט געשריבן:נישט געווען קיין טריקענע אויג ביי די לויה פון האברך החשוב הר"ר אברהם שמחה ניסן ע"ה און ק"י עס האט מספד געווען צום ערשט זיין איידעם ר' מענדל פריעדמאן בן?ווי ער האט ארויסגעברענגט אז זיין שווער האט אויף יעדע שווערע זאך געהאט א גוט ווארט און נאכדעם האט גערעד זיין צווייטע איידעם ר' יצחק מיטעלמאן בן הרב מענדל מאיר און נאכדעם האט גערעד זיין שוואגער הר"ר שלמה צבי [color=#FF0000]עקשטיין? ער האט ארויסגעברענגט זיין התמדה און זיינע שווערסטע צייטען און נאכדעם האט גערעד זיין מלמד הר"ר מאיר צוויבעל און נאכדעם זיין ברודער הר"ר שמואל משה ווי ער האט זיך געזעגענט בשם כל המשפחה .
אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4332
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובה דורך פאראינטערסירט »

maybeeynot האט געשריבן:
ספיקער האט געשריבן:נישט געווען קיין טריקענע אויג ביי די לויה פון האברך החשוב הר"ר אברהם שמחה ניסן ע"ה און ק"י עס האט מספד געווען צום ערשט זיין איידעם ר' מענדל פריעדמאן בן?ווי ער האט ארויסגעברענגט אז זיין שווער האט אויף יעדע שווערע זאך געהאט א גוט ווארט און נאכדעם האט גערעד זיין צווייטע איידעם ר' יצחק מיטעלמאן בן הרב מענדל מאיר און נאכדעם האט גערעד זיין שוואגער הר"ר שלמה צבי [color=#FF0000]עקשטיין? ער האט ארויסגעברענגט זיין התמדה און זיינע שווערסטע צייטען און נאכדעם האט גערעד זיין מלמד הר"ר מאיר צוויבעל און נאכדעם זיין ברודער הר"ר שמואל משה ווי ער האט זיך געזעגענט בשם כל המשפחה .

זיין איידעם איז פריעדמאן בן ר' ליפא פריעדמאן ני"ו בן ר' מאיר אליעזר פריעדמאן שליט"א מק"י וחתן ר' יענקל מיטלמאן ני"ו
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
בר חכים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 293
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 12:19 pm

רבי משה יוסף אנגל זצ"ל

תגובה דורך בר חכים »

ברוך דיין האמת:
מבני ברק מגיעה הידיעה המצערת על פטירתו של הרה"ח רבי משה יוסף אנגל זצ"ל, מחשובי חסידי סאטמר ותולדת אהרן ומתלמידיו של פוסק הדור הגר"ש וואזנר זצ"ל לאחר המחלה הקשה, והוא בן 72 בפטירתו.

המנוח ז"ל נולד בהונגריה בעשרה בטבת תש"ז לאביו - רבי אליעזר דב אנגל ז"ל, ולאמו מרת שיינדל ע"ה. בהמשך עבר להתגורר עם משפחתו באורוגוואי, ולאחר מכן עלו לישראל.

לפרנסתו עבד במשך כחצי יובל שנים כמשגיח כשרות אצל רב העיר הגאון רבי משה יהודה לייב לנדא, ולשם כך שהה רבות בדרום אמריקה. בתקופת חג הפסח שימש כמשגיח במפעל 'קוקה קולה', כאשר הגרמי"ל לנדא שסמך על יושרו, ביקשו לקחת על עצמו את התפקיד הרגיש.

לפני ארבעים שנה נועץ ברבו הרבי בעל ה'דברי אמונה' זצ"ל מתולדות אהרן, בשאלה מתי יגיע לשהות במחיצתו. הרבי השיבו שיגיע ל'קידוש לבנה' ומאז אותה הוראה, היה שם פעמיו אל חצרו של הרבי, עת התקיים מעמד קידוש לבנה והיה יוצא במיוחד מבני ברק במוצאי השבת בכדי להספיק ולהשתתף במעמד החודשי. החסידים מספרים' כי המנוח זצ"ל היה הסמן, לדעת מתי הרבי עורך קידוש לבנה.

רעייתו מרת ציפורה ע"ה, נפטרה בערב ראש השנה לפני כשש שנים, אף היא מהמחלה האיומה.

הותיר אחריו דור ישרים מבורך, בנים וחתנים וצאצאים הממשיכים את דרכו הרוחנית שהנחיל.
בר חכים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 293
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 12:19 pm

ר' משה בונים לורנצ'י ז"ל

תגובה דורך בר חכים »

ברוך דיין האמת:
ר' משה בונים לורנצ'י ז"ל, מעובדי המעדנייה המוכרת "מעדני זהבה" ברחוב ירושלים בבני ברק, שבק חיים והוא בן 88 בפטירתו.

באחרונה חלה ונחלש, היום הדרדר מצבו והוא השיב את נשמתו ליוצרה.

המנוח ז"ל היה ממשכימי הנץ בעיר התורה והחסידות. בכל בוקר היה מלומדי השיעור בבית הכנסת הגדול בבני ברק. במשך שנים רבות שימש כטבח בישיבת חכמי לובלין בבני ברק והיה מכין את האוכל עבור ראש הישיבה, פוסק הדור הגר"ש וואזנר זצ"ל.

במשך ארבעים שנה שירת בנאמנות את הלקוחות בחנות המוכרת 'מעדני זהבה', אצל ר' אביגדור כהן, ברחוב ירושלים בבני ברק, שם היה לעובד מסור ונאמן.

ר' משה בונים היה מקורב לחצר הקודש אשלג, והיה מסתופף בצלו של הרבי מאשלג בבית מדרשו ברחוב אבן עזרא, לשם היה מביא לכל טיש ממעשי ידיו, כך גם לסעודה שלישית ואירועים כמידי שבת בשבתו, תמיד רצה לעזור.

בנוסף היה בעל תפילה וקולו היה ערב ור' משה היה עובר לפני העמוד בתפילות השבת והחגים.

המנוח לא זכה להותיר אחריו זרע של קיימא והציבור נקרא ללמוד לעילוי נשמת ר' משה בונים בן ר' מנשה.

הלווייתו תצא הערב בשעה 21:00 מביתו רחוב רמב"ם 17 דרך בית הכנסת הגדול, לבית העלמין ירקון - שם ייטמן.

תהא נשמתו צרורה בצרור החיים
בר חכים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 293
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 12:19 pm

תגובה דורך בר חכים »

[quote="ALS-Refuah"]אזוי ווי איך בין א בארא פארקער סאטמארע תלמיד פון די מ' יאהרן, שפיר איך א עקסטערע ווייטאג צו זעהן וואס דא גייט פאר!

ליידער זענען שוין די לעצטע 2 יאהר שוין אוועק עטליכע יונגע מענטשן וואס זענען אמאל געווען מלמדים

וחי יתן על לבו
פראהביטש
שר האלף
תגובות: 1896
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 15, 2017 7:01 pm

תגובה דורך פראהביטש »

ווי זיצט מען ביי ליבערמאן?
נעגלוואסער
שר האלף
תגובות: 1387
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 02, 2017 4:28 pm
לאקאציע: צווישן די 2 קעניגליכע בעטן

תגובה דורך נעגלוואסער »

till Friday 90 Ross St
Shachris 730-815-9, Mincha 630, Mariv 7-715-730. Besires Tovas!..
די ערשטע מחלוקה פון יעדע אידישע פארפאלק איז ווער סזאל אנגרייטן די ........ יא איר געדענקט גוט די נעגלוואסער
הרב דפה
שר מאה
תגובות: 103
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 19, 2018 12:27 pm

ר' אברהם שמחה פריעדמאן ע"ה

תגובה דורך הרב דפה »

02 - Copy.JPG
02 - Copy.JPG (129.05 KiB) געזען 4116 מאל
01 - Copy.JPG
01 - Copy.JPG (115.11 KiB) געזען 4116 מאל
פארשפארט

צוריק צו “היימישע נייעס”