מענטשאלע האט געשריבן:אין ירושלים אין היינט אוועק הרב החסיד רבי אברהם הלוי הורביץ ז"ל באקאנט פון די ברית'ן וואו ער פלעגט זיך שטענדיג משתתף זיין, שווער פון פינסקער רבי שליט"א, און להבלחט"א פון הרב החסיד העסקן המפו' רבי יחיאל רבינוביץ ז"ל
דערמאנט מיר ווי די קינדער אין ירושלים פלעגן איהם צו רופן "אליהו הנביא" ער פלעגט זין ביי יעדן ברית מילה אין ירושלים זימער, ווינטער, קעלטן און היצן, שבת, יו"ט, אלס איז ער אנגעקומען

'אליהו מלאך הברית' פלעג איך הערן
מ'פלעגט זאגן אז ער איז אליהו מלאך הברית ר"ת אמ"ה, אזוי ווי זיין נאמען א'ברהם מ'רדכי ה'ורוויץ חבל על דאבדין, א טייערע חשובע איד געווען.
להנציח זכרונם של צדיקים פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com
יסוד ארי האט געשריבן:ברוך דיין האמת אשת מו״ה יעקב ריכטער שליט״א
בת מי ?
איך מיין אז זי איז געקומען פון בודאפעסט, איך בין דארט געווען איינמאל אויף שבת האב איך אים געטראפן דארט האט ער געזאגט אז ער איז געקומען צו זיין שוויגער (איך ווייס נישט צו זי לעבט נאך) ער איז געגאנגען שבת מיט א הוט און א בעקיטשע האט ער געזאגט אז דער רבי ז"ל בעל דברי יואל האט אים געזאגט אז דארט זאל ער נישט גיין מיטן שטריימעל
זיין שוויגער לעבט שוין נישט, אבער זי איז למעשה קיינמאל נישט ארויסגעקומען וואינען קיין אמעריקע נאר געבליבן דארט אין בודאפעסט עד פטירתה.
אינטערעסאנט וואס דו דערציילסט וועגן דעם שטריימל, האב איך געהערט אביסל מער דיטעילס דערוועגן פון ר' יאנקל אליינס ביים ניחום אבילים.
דערציילט ער אז ער האט חתונה געהאט אין בודאפעסט, און פאר ער איז געפארן פון ניו יארק צו זיין חתונה, האט אים דער רבי מ'סאטמאר זצ"ל אנגעזאגט אז ער זאל זיך מיטנעמען דעם נייעם שטריימל און ער זאל עס טאקע אנטוהן אינדערהיים צו קידוש און אזוי ווייטער, אבער ער זאל ח"ו נישט גיין אויף די גאס דערמיט בפומבי.
האט אים דער רבי גלייך צוגעלייגט, איי וועסטו פרעגן פארוואס טאקע נישט? וועל איך דיר זאגן. ווייל דו וועסט זיך אנקומען דארט ווי א שיינע איד פון אמעריקע און זיך ארומדרייען מיטן שטריימל אין די גאסן, אבער די אידן וואס בלייבן דארט וואוינען קענען דערנאך ליידן דערפון צרות צרורות פאר א לאנגע צייט נאכדעם פון די קאמוניסטישע רעגירונג, וואס קען קוקן דערויף מיט א קרום אויג. און דערפאר זאג איך דיר אן נישט צו גיין דערמיט בשו"א.
איך בין זייער איבער גענומען געווארן פון די שמועס וואס איך האב געהאט מיר איר מאן להבח״ט רבי יענקל נ״י. ביי ניחום אבלים, וועל איך מיטיילן מיט אייך אנ״ש אייוועלט.
מרת ריכטער איז געבוירן אין אונגערן, צו די חשובע משפחת פריעד, פון בעסערמין. איר טאטע איז נפטר געווארן, ווען זי איז געווען בלויז 11 יאר אלט. איר טייערע מוטער ז״ל האט אויפגעצויגן איר מיט איר ברודער נפתלי נ״י, מיט מסירות נפש ממש.
זיי האבן זיך געצויגן קיין פעסט, ווייל דארט איז געווען א שטיקל אידישע קהלה. די מאמע האט אויסגעקליבן א גאר קליינע ארימע דירה, דווקה ווייל עס איז געווען קעגן איבער די ארטיגע שול. זיי האבן געלעבט, מיט שרעקליכע ארעמקייט און שרעק, אונטער די פארשאלטענע קאמיניסטישע הערשאפט.
זייער מאמע, האט נאר געוואלט איין זאך, אירע קינדער זאלן בלייבן אידיש, אין די אומפארשטענדליכע שווערע אומשטענדן. זיי האבן נישט פארמאג קיין שום אידישע חינוך, זי האט געלערענט אין פאבליק שולע, און נישט געקענט אפילו איין ווארט אידיש. אבער די מאמע האט אין זיי אריינגעבאקן א שטאלץ און שטארקייט צו בלייבן ערליכע אידן.
איר ברודער׳ס קלאס האט געוואונען דעם גורל, צו פארן אויף אויסלאנד. פאר א באול שפיל, אויפן וועג האט זיך די באן אפגעשטעלט אין וויען, זיי זענען געגאנגען עסן אין א רעסטאראנט, דער בחור האט געהויבן פיס, און אנטלאפן פון די קאמניסטישע הענט. למעשה, מיט הילף פון זיינע קרובים אין נוי יארק. האט ער געמאכט די וועג קיין אמעריקע.
אנקומענדיג דא, איז ער געגאנגען לערנען אין וויענע ישיבה זיין מאמע האט פאלוירן איר פענציע לכבוד איר אינגל׳ס אנטלויפן, זיי האבן איר געפייניגט דאס רעשט פון איר לעבן, ווי איר זוהן איז פארלוירן געגאנגען. אבער די הנאה וואס זי האט געהאט ווען ס׳איז אנגעקומען א בילד פון איר נפתלי מיט א טלית קטן, און בארד און פיאות. קען מען נישט מסביר זיין.
ארויסצוברענגן, ווי ווייט זיי האבן געהיטן די תורה, מיט אלע חומרות, אונטער די קאמניסטישע תפיסה. פארציילט רבי יענקל. אז דריי ארימע אידישע מיידלעך, האבן זיך צוזאם גענומען פסח, זיך מחזק זיין אז זיי עסן נישט קיין געבראקס.
ווען איר חתן יענקל, איז געקומען חתונה האבן קיין פעסט. האט די שוויגער פארלאנגט, אין די דריטע טאג פון שבע ברכות. אז זיי זאלן זאפארט אוועק פארן פון די לאנד, וואס פארבאט צו היטן די תורה.
זי איז ארויס געקומען, און זיך באזעצט אין ווילאמסבורג, ווי זי האט אויפגעשטעלט א אידישע שטוב פון ניין ערליכע קינדער. ווי לאנג די באבע האט געלעבט. איז ר׳ יעקב מיט די נפטרת געפארן איר באזוכן אין אונגארן ווען א נייע קינד איז געבוירן געווארן. די באבע האט נישט געהאט קיין וועג ארויס פון די פארשלאסענע טויערן. אבער האט ערלעבט איר פארדינטע אידיש נחת. פון פרומע אידישע אייניקלעך.
money האט געשריבן:הלוית המת של המנוח ר' אהרן יושע בן ר' שמואל ראזענבוים ע"ה תצא מביהמ'ד 40 Milval Ln, Highland Mills, NY 10930 ביום א 10:30 בבוקר תנצבה
ליגט מיר נאך אין די ביינער די העפלעכקייט און שמייכל פון ר' אהרן יושע ע"ה פאר יעדע קאסטומער האט ער געהאט א שמייכל נישט קיין חילוק ווי אלט ער זאל זיין
איגערקע האט געשריבן:איך בין זייער איבער גענומען געווארן פון די שמועס וואס איך האב געהאט מיר איר מאן להבח״ט רבי יענקל נ״י. ביי ניחום אבלים, וועל איך מיטיילן מיט אייך אנ״ש אייוועלט.
מרת ריכטער איז געבוירן אין אונגערן, צו די חשובע משפחת פריעד, פון בעסערמין. איר טאטע איז נפטר געווארן, ווען זי איז געווען בלויז 11 יאר אלט. איר טייערע מוטער ז״ל האט אויפגעצויגן איר מיט איר ברודער נפתלי נ״י, מיט מסירות נפש ממש.
זיי האבן זיך געצויגן קיין פעסט, ווייל דארט איז געווען א שטיקל אידישע קהלה. די מאמע האט אויסגעקליבן א גאר קליינע ארימע דירה, דווקה ווייל עס איז געווען קעגן איבער די ארטיגע שול. זיי האבן געלעבט, מיט שרעקליכע ארעמקייט און שרעק, אונטער די פארשאלטענע קאמיניסטישע הערשאפט.
זייער מאמע, האט נאר געוואלט איין זאך, אירע קינדער זאלן בלייבן אידיש, אין די אומפארשטענדליכע שווערע אומשטענדן. זיי האבן נישט פארמאג קיין שום אידישע חינוך, זי האט געלערענט אין פאבליק שולע, און נישט געקענט אפילו איין ווארט אידיש. אבער די מאמע האט אין זיי אריינגעבאקן א שטאלץ און שטארקייט צו בלייבן ערליכע אידן.
איר ברודער׳ס קלאס האט געוואונען דעם גורל, צו פארן אויף אויסלאנד. פאר א באול שפיל, אויפן וועג האט זיך די באן אפגעשטעלט אין וויען, זיי זענען געגאנגען עסן אין א רעסטאראנט, דער בחור האט געהויבן פיס, און אנטלאפן פון די קאמניסטישע הענט. למעשה, מיט הילף פון זיינע קרובים אין נוי יארק. האט ער געמאכט די וועג קיין אמעריקע.
אנקומענדיג דא, איז ער געגאנגען לערנען אין וויענע ישיבה זיין מאמע האט פאלוירן איר פענציע לכבוד איר אינגל׳ס אנטלויפן, זיי האבן איר געפייניגט דאס רעשט פון איר לעבן, ווי איר זוהן איז פארלוירן געגאנגען. אבער די הנאה וואס זי האט געהאט ווען ס׳איז אנגעקומען א בילד פון איר נפתלי מיט א טלית קטן, און בארד און פיאות. קען מען נישט מסביר זיין.
ארויסצוברענגן, ווי ווייט זיי האבן געהיטן די תורה, מיט אלע חומרות, אונטער די קאמניסטישע תפיסה. פארציילט רבי יענקל. אז דריי ארימע אידישע מיידלעך, האבן זיך צוזאם גענומען פסח, זיך מחזק זיין אז זיי עסן נישט קיין געבראקס.
ווען איר חתן יענקל, איז געקומען חתונה האבן קיין פעסט. האט די שוויגער פארלאנגט, אין די דריטע טאג פון שבע ברכות. אז זיי זאלן זאפארט אוועק פארן פון די לאנד, וואס פארבאט צו היטן די תורה.
זי איז ארויס געקומען, און זיך באזעצט אין ווילאמסבורג, ווי זי האט אויפגעשטעלט א אידישע שטוב פון ניין ערליכע קינדער. ווי לאנג די באבע האט געלעבט. איז ר׳ יעקב מיט די נפטרת געפארן איר באזוכן אין אונגארן ווען א נייע קינד איז געבוירן געווארן. די באבע האט נישט געהאט קיין וועג ארויס פון די פארשלאסענע טויערן. אבער האט ערלעבט איר פארדינטע אידיש נחת. פון פרומע אידישע אייניקלעך.
יום זה מכובד האט געשריבן:הרה"ח ר' דוד יעקב גולינסקי ז"ל משב"ק אצל בעל ברכת אברהם מסלאנים זצ"ל ומשגיח רבות בשנים בישיבה גדולה "באר אברהם" סלאנים. 62 יאהר אלט.