בלויע לבנה

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

כתב ולשון
שר חמש מאות
תגובות: 532
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 01, 2015 10:01 pm

בלויע לבנה

תגובהדורך כתב ולשון » פרייטאג יולי 31, 2015 1:49 pm

איינער האט געזעהן א בלויע לבנה נעכטן נאכט?

די נייעס איז עפעס ביזי מיט א Blue moon.

אוועטאר
ניגון עתיק
שר האלף
תגובות: 1433
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 01, 2013 2:51 pm
לאקאציע: אינעם ניגון

תגובהדורך ניגון עתיק » פרייטאג יולי 31, 2015 1:51 pm

כתב ולשון האט געשריבן:איינער האט געזעהן א בלויע לבנה נעכטן נאכט?

די נייעס איז עפעס ביזי מיט א Blue moon.

כ'האב נישט געזען קיין בלויע, אבער כ'האב יא געזען א גאר שטארק-ווייסע לבנה אנדערש ווי געווענליך.
אית היכלא דלא מפתח אלא בנגינה, ובגין דא דוד המלך ע"ה מתקרב לההיא היכלא בנגינה (תיקוני זוהר)

כתב ולשון
שר חמש מאות
תגובות: 532
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 01, 2015 10:01 pm

תגובהדורך כתב ולשון » פרייטאג יולי 31, 2015 1:54 pm

http://www.timeanddate.com/astronomy/mo ... -moon.html

לויט ווי זיי שרייבן גייט מען עס נעקסטע מאל זעהן אום 31 January יארע 2018 למספרם, און נאכאמאל 31 March יארע 2018 למספרם, און נאכדעם 31 October יארע 2020 למספרם.

פארבינדן
שר האלפיים
תגובות: 2425
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 18, 2015 6:44 pm

תגובהדורך פארבינדן » פרייטאג יולי 31, 2015 1:57 pm

די גארדיען באריכט וועגן די בלויע לבנה


The moon rises over Glastonbury Tor, Somerset, England on July 30, 2015. Tonight it will happen again and be called a Blue Moon. The last time this happened was in 2012 and there isn’t due
.another until 2018
צוגעלייגטע
111.jpeg
פאר קריטיק דריקט דא

אפטימיסט
שר האלף
תגובות: 1220
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 15, 2012 10:51 pm

תגובהדורך אפטימיסט » פרייטאג יולי 31, 2015 2:20 pm

איך האב באמערקט אז די לבנה איז ווייסער ווי אייביג און נאך אפאר מענטשן ארום מיר האבן עס אנגעמערקט

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19989
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » פרייטאג יולי 31, 2015 2:43 pm

א "בלויע לבנה" מיינט די צווייטע מאל אין איין חודש וואס די לבנה איז גאנץ.

לויט ווי אונז אידן רעכענען די חודש מיט די לבנה קומט די לבנה נאר אויס "גאנץ" אינמיטן חודש. אבער להבדיל די גוים רעכענען דאך לויט די זון. און זייערע טעג פון חודש האט נישט מיט די לבנה. טא קען די "גאנצע לבנה" אויסקומען יעדן טאג אין חודש.

אויב געפאלט א גאנצע לבנה אין די ערשטע אדער צווייטע טאג פון א מאנט, און יענע מאנאט האט 31 טעג, וועט אויסקומען אז די צווייטע גאנצע לבנה וועט זיין די לעצטע טאג פונעם מאנאט נאכאמאל, ווייל עס זענען שוין אריבער 30 טעג.

אויב דאס געשענט ווערט עס גערופן א "בלויע לבנה". עס האט גארנישט מיטן קאליר.

ביי די גוים איז דא א אויסדרוק "וואנס אין עי בלו מון" (once in a blue moon). דאס האט א ארגינעלער מיין ווי להבדיל די אידישע "ווען עס איז דריי טאג ראש חודש". אין אנדעער ווערטער, א זאך וואס געשענט נישט.

מיט די צייט איז עס געווארן א זאך וואס געשענט נאר אמאל אמאל. און פון דארט, וויבאלד די "צוויי גאנצע לבנות אין איין מאנאט" געשענט נישט אפט, האט דאס באקומען די מיין "בלויע לבנה".
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

כתב ולשון
שר חמש מאות
תגובות: 532
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 01, 2015 10:01 pm

תגובהדורך כתב ולשון » פרייטאג יולי 31, 2015 2:48 pm

יישר כח פארן אזוי שיין הערליך מסביר זיין

בוידעם
שר ששת אלפים
תגובות: 6230
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

תגובהדורך בוידעם » פרייטאג יולי 31, 2015 2:48 pm

בלוי טוט, בלוי מאנן.
קידוש לבנה איז טאקע מסוגל קעגן ציין ווייטאג.
רצונינו לעשות רצוניך.

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 21921
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » פרייטאג יולי 31, 2015 2:50 pm

יישר כוח לכתחילה.

בוידעם דאס איז שוין א טיף חידוש.

אוועטאר
פליגל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4699
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » פרייטאג יולי 31, 2015 2:55 pm

יישר כח
נאט אייך א גרינע...


אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 15867
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » פרייטאג יולי 31, 2015 2:58 pm

פשיהא, שוין לאנג געהערט דעם 'איינמאל אין א בלויע לבנה' אויסדרוק, אבער קיינמאל נישט געזען דעם באדייט, עד שבא לכתחילה אריבער והסבירו בטוב טעם ודעת. יישר כח!
עס איז מארגן אין אמעריקע, אז מען לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » פרייטאג יולי 31, 2015 3:05 pm

רט, אלץ געוואוסט דעם באדייט אלס אמאל א יובל..

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19989
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » פרייטאג יולי 31, 2015 3:08 pm

בוידעם האט געשריבן:בלוי טוט, בלוי מאנן.
קידוש לבנה איז טאקע מסוגל קעגן ציין ווייטאג.

;l;p-
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11671
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » פרייטאג יולי 31, 2015 4:35 pm

דאס מיינט אז עס האט גארנישט מיט זעהן מיטן אויג

אוועטאר
zibala
שר חמש מאות
תגובות: 797
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 15, 2010 5:19 pm

תגובהדורך zibala » פרייטאג יולי 31, 2015 4:48 pm

אז מ'רעדט שוין פון די לבנה, ס'ערגבערגט מחר שוין א לאנגע צייט, די גאנצע סומעטאכע וועגן קו התאריך ווי טאג הייבט זיך אן אדער ענדיגט זיך, פארוואס קעמעניש זעהן לויט די מולד הלבנה צו ס'יז א טאג פריערד אדער שפעטער??
שבעה מי יודע!?

אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2179
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

תגובהדורך אַבּערוואַס » פרייטאג יולי 31, 2015 5:58 pm

אמת די זון גייט קיינמאל אוועק אינגאנצן ס'גייט נאר אויף אנאנדער פלאץ ממילא זעט מען איר נישט, משא"כ די לבנה, וואס אויסער איר ארומדרייען די וועלט ווערט זי אויך יעדן חודש פארשטעלט פין די זון דוכט זיך יא אז זי גייט אוועק, אבער באמת גייט די לבנה אויך נישט אינגאצן אוועק קיינמאל. און אפי' ווען יא, איז דען די מולד הלבנה עפעס אלעמאל אויף א צפעציפישע פלאץ? און נאך דווקא אנהייב טאג?

קומט ביטע אריין קלארער.
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » פרייטאג יולי 31, 2015 6:08 pm

די מולד הלבנה ווערט גערעכנט לויט ארץ ישראל. אין אנדערע פלעצער איז עס פריער אדער שפעטער.

אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2179
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

תגובהדורך אַבּערוואַס » פרייטאג יולי 31, 2015 6:17 pm

אמת אז אונז רעכענען דעם מולד לויט שעות א"י, זיבעלע זאגט אבער און מיט רעכט, אז פאקטיש איז יעדן חודש נאר דא איין פלאץ אויף דער וועלט וואס דארט איז די מולד הלבנה, דהיינו די לבנה הייבט אן קריגן נאכאמאל איר ליכטיגקייט.

איך זע נאר נישט וואס דאס האט מיט'ן אנהייב אדער סוף פין א טאג, קודם כל, ווייל די לבנה טעג זענען נישט די זעלבע ווי די זון, און צווייטנס ווייל מאן יימר אז דארט ווי די מולד געשעט איז תחילת העולם, דריטנס ס'געשעט לכאו' אלעמאל ערגעץ אנדערש, פערטנס, דאס איז דאך נאר די "שיין" פין די זון וואס שפיגלט ווייטער אויפן לבנה, אבער די לבנה אליינס איז קאי וקיים א גאנצע צייט.
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...

אוועטאר
מיסטעריעז
שר שבעת אלפים
תגובות: 7358
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » פרייטאג יולי 31, 2015 6:31 pm

איך מיין אז איר האט נישט פארשטאנען זיבעלע'ן, ער פרעגט אז זינט י"ד לחודש איז דאך די לבנה קלענער ווי ט"ו, פארוואס קען מען נישט גיין אום י"ד דמקום הודאי און קוקן במקום הספק צו עס איז דא א י"ד'דיגע לבנה צו א ט"ו'דיגע און אזוי פושט זיין דעם ספק וואו דער קו התאריך איז.
ולא היא, ווייל עס איז צו א קורצע שטרעקע אז עס זאל זיין זעהבאר א חילוק אין די לבנה פון דא ביז דא (ביי אונז, גייט דאך אדורך 24 שעה פון י"ד ביז ט"ו פארדעם זעהט מען א חילוק, אבער אין איין נאכט קענסטו נישט זעהן קיין חילוק ממקום הספק למקום הודאי), כנלע"ד.



שכח לכתחילה, דערציילט און נאך אזוי געשמאק...

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11671
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » פרייטאג יולי 31, 2015 6:41 pm

אבערוואס
גוט געזאגט

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » פרייטאג יולי 31, 2015 6:54 pm

zibala האט געשריבן:אז מ'רעדט שוין פון די לבנה, ס'ערגבערגט מחר שוין א לאנגע צייט, די גאנצע סומעטאכע וועגן קו התאריך ווי טאג הייבט זיך אן אדער ענדיגט זיך, פארוואס קעמעניש זעהן לויט די מולד הלבנה צו ס'יז א טאג פריערד אדער שפעטער??

לא זכיתי להבין הקשיא
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
zibala
שר חמש מאות
תגובות: 797
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 15, 2010 5:19 pm

תגובהדורך zibala » מוצ"ש אוגוסט 01, 2015 11:10 pm

מיסטעריעז האט געשריבן:איך מיין אז איר האט נישט פארשטאנען זיבעלע'ן, ער פרעגט אז זינט י"ד לחודש איז דאך די לבנה קלענער ווי ט"ו, פארוואס קען מען נישט גיין אום י"ד דמקום הודאי און קוקן במקום הספק צו עס איז דא א י"ד'דיגע לבנה צו א ט"ו'דיגע און אזוי פושט זיין דעם ספק וואו דער קו התאריך איז.
ולא היא, ווייל עס איז צו א קורצע שטרעקע אז עס זאל זיין זעהבאר א חילוק אין די לבנה פון דא ביז דא (ביי אונז, גייט דאך אדורך 24 שעה פון י"ד ביז ט"ו פארדעם זעהט מען א חילוק, אבער אין איין נאכט קענסטו נישט זעהן קיין חילוק ממקום הספק למקום הודאי), כנלע"ד.



שכח לכתחילה, דערציילט און נאך אזוי געשמאק...

האסט פארשטאנען די קשיא, כ'מיין די תירוץ איז נישט גינוג צופרידענשטעלנד כנלע"ד
שבעה מי יודע!?

אוועטאר
אויסערן מיניסטער
שר האלף
תגובות: 1202
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 03, 2014 9:19 pm
לאקאציע: אינעם ווייסן הויז

תגובהדורך אויסערן מיניסטער » זונטאג אוגוסט 02, 2015 12:05 am

כתב ולשון האט געשריבן:יישר כח פארן אזוי שיין הערליך מסביר זיין
די ווינדער פון די נאטור מה רבו מעשיך ה'

אוועטאר
?אפשרטאקע
שר חמש מאות
תגובות: 527
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 26, 2012 6:41 pm

תגובהדורך ?אפשרטאקע » זונטאג אוגוסט 02, 2015 12:59 am

לכאורה האט געשריבן:פשיהא, שוין לאנג געהערט דעם 'איינמאל אין א בלויע לבנה' אויסדרוק, אבער קיינמאל נישט געזען דעם באדייט, עד שבא לכתחילה אריבער והסבירו בטוב טעם ודעת. יישר כח!

אוועטאר
שמואל בארג
שר האלפיים
תגובות: 2857
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

Re: בלויע לבנה

תגובהדורך שמואל בארג » מאנטאג אוקטובער 05, 2020 12:29 pm

ערש"ק פר' לך לך דהאי שעתא - אקטאובער איין און דרייסיג למספרם - וועט זיין א בלויע לבנה.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”