oh vei האט געשריבן:איך קום אריין דא ווי א גאסט איך האב אביסעל אדורכגעבלעטערט די אשכול,
איך וויל צולייגען איין נקודה וואס איך זעע נישט נישט מזאל רעדן דא דערוועגען.
מיין יונגעלע פלעגט לערנען און איינער פון די גאר חשובע חסידישע מוסדות און בארא פארק,די ענגליש דארט איז געווען זייער נאכגעלאזט ,גאר א שוואכע קירוקולום ,די טיטשערס זענען געווען די אויסגעמוטשעטע מלמדים פון די אנדערע קלאסען,וואס האבען געלעכצעט צו כאפען נאך א דאללער צווישען די ווענט פון די מוסדות,
מיין צדיק׳ל א לעבעדיג געריבען יונגעל ב״ד פיין געלערענט און ביהעווד און די חדר שעהן ,ביז סאיז געקומען צו די לימודי חול ,דארט איז ער יעדן טאג אהיים געקומען מיט א פרישע קנס וכ״ו וכ״ו
פארשטייט זיך איינמאל ספאנגט זיך אהן די קייט פון האבען צוטאהן מיט די מלמדים,און אזוי גערופענע פרינציבעל ,כאפט זיך אריבער דעם פראבלעם אויף די לימודי קודש אוכט.
צו קומען צום פוינט די מצב כמות שהוא איז א חורבן !!
האלטען קינדער איינגעשפארט אנדערהאלבען שעה און טוהן בעיסיקלי גארנישט,ברענגט אריין פוסטקייט און מיסביהעיווער און אונזער קינדער,אונזערע קינדער דארשטען צו לערנען ,הערן ,און אנפילען זייער קעיפ,דיע שעה אנדערהאלב בטילה איז א דיזעיסטער מילד גערעדט.
איך האב געהאט פארשידענע ארגומענטען מיט די מנהל המוסדות וועלכע ווערט פארעכענט פון די גאר חשובע מנהלים ,און טרעיטען אויף ביי פארשידענע חינוך עווענטס.
איך האב עם געפרעיגט פארוואס האט מען בכלל ענגליש ,קיינער קען נישט גארנישט ,מטוט נישט גארנישט און דיע צייט ,(און ארויסנעמען מיין יונגעל פאר ענגליש האט ער אוכט נישט געלאזט)
איז וואס האלט מען נאך בכלל אויף דעים פראגרעם ,
קיין קלארען ענטפער האב איך קיינמאל נישט באקומען
סהאט מיר אויסגעזען ווי דער מנהל ווייסט אוכט נישט פונקטליך פארוואס מהאלט נאך אויף דעם פראגראם.
צווישען די פילע ארגומענטען מיט די מנהל ,האט ער זיך ארויסגעכאפט ,אז די רבי פון די חסידות האט עם אוכט אמאל פארגעהאלטען פארוואס מנעמט נישט מער ערענסט די לימודי חול.
וואס איך וויל ארויסברענגען בעיסיקלי איז ,דיע אלע וואס האלטען אז ספעילט נישט אויס ,אויב דאס איז די הנחה זאל מען קלאוזען שאפ קאמפליטלי,אדער רעדאוסון צו האלבע שעה א טאג ,כמות שהוא איז א חורבן .
לגופו של ענין אני הצעיר בין געווען און א ביזנעס וואס און ארדער צו גיין צו די נעקסטע לעיוועל האט זיך אויסגעפעילט גאר אסאך פראפעסנעיל כוחות,סאיז געווען א גאווערמענט ביזנעס און אין ארדער צוטוהן זאכען ריכטיג האט זיך אויסגעפעלט אסאך בעיסיק וויסענשאפט,און האבענדיג א משפחה האב איך געזעען אז איך האב נישט צייט דערצו,האב איך געטוהן וואס אחב״י טוהן מהאט זיך אריינגעלאזט קויפען הייזער.
איך האב און יענע ביזנעס געמאכט מער און סאיז געווען מער יוניק ווייניגער קאמפעטישען,מער גלייכער.
סאו בעיסיקלי פאר מיר שפיר איך אז ווען איך האב וועין א גוטע ענגליש,און א בעיסיק עדזשוקעישין ,וואלט איך געהאט מער אפפורטונוטי.
אוודאי איז טווערסקי גערעכט אז די כלים וואס לערנען גמרא געט פאר די מענטש איז אסאך שטערקער וואו סעקולער עדזשויקעשין ספרעגט אבער נישט אפ די טענה אז מיטען נישט האבען א בעיסיק עדזשוקעישין איז די אפפורטוניטיס לימיטעד פאר אסאך מענטשען.
ועל דא וודאי קא בכינא פארוואס עקסטרימוזום באהערשט אונזער קהילות,און זאכען רוקען זיך נישט ביז מענטשען פון אינדרויסען פליקען שטיקער פון אונז.
וואו איז פערלס געווען ביז יעצט???
וואו איז UJO געווען ביז יעצט ??
יישר כח פאר דיינע הארציגע ווערטער וואס ממש די זעלבע איז געווען מיט מיינע קינדער, און ממש די זעלבע זע איך אין מיין ליין אוו ביזנעס וואס איז אויך געבויט אויף וויסענשאפט.
איך בין מסכים מיט דיר אז עס איז געקומען די צייט צו האבן א קלארע מהלך פאר אונזערע מוסדות וועגן לימודי חול;
זענען מיר דערפאר אדער דערקעגן?
אויב דערפאר, לאמיר מאכן סדר; אויב דערקעגן, לאמיר דאס קלארשטעלן (אין חב''ד איז נישטא קיין לימודי חול , אין ת''ת תשב''ר אין מאנסי איז נישטא קיין לימודי חול ).
און הגם עס איז א ווייטאג אז עס קומט באופן וואס אן אינדערויסנדיגער מחריב צווינגט אונז, איז דאס נישט מגרע די נחיצות הענין.
די שאלה איז נאר, ווער גייט דאס טון? מיר דארפן גדולי ישראל וואס זאלן נעמען די זאך אין די האנט און אונז ווייזן א וועג דא. אין א שטיקל בחינה איז עס א נייע זאך.