2 מערדער אנטלאפן פון נ.י. טורמע / געכאפט נאך 3 וואכן

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

קאווע באנדל
שר חמש מאות
תגובות: 509
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 29, 2015 2:43 pm

תגובהדורך קאווע באנדל » זונטאג יוני 14, 2015 11:33 am

נא_שכל האט געשריבן:
צווייפעל האט געשריבן:אויב איינער קען בעטן דער גאווענער, זאל בעטן פון אלע זיינע חברה וואס זוכן, אז אויב ווילן זיי עפעס אויפטון זאכליך, זאל זיי איינוועגס שוין אויך זוכן מיין מעיל וואס כהאב פאר א יאר פארלוירן, כקען עס נישט טרעפן, זאלן זיי כאטש עפעס אויפטון מיטן זוכן.

צווייפל וואס האסטו געזוכט אין יענע געגענט מיט א מעיל? הא?

ער האט ווארשיינלעך סעקשן 8 אין די געגענט דארף ער דאך זיכער מאכן אז ס'קומט אן מעיל פון צייט צו צייט מע זאל זעהן אז איימעצער וואוינט דארט
I'm sorry for writing in English. I don't have a Yiddish keyboard right now

עבודת_הבורא
שר חמש מאות
תגובות: 574
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 06, 2011 4:37 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך עבודת_הבורא » זונטאג יוני 14, 2015 11:47 am

עפעס אויסטערליש גייט פאר אינעם געביט פון ארויס גיין פון געפעגעניש, זאכן וואס איך מיין מען האט נאך נישט געהערט אין די היינטיגע פארגעשריטענע וועלט ווי מען כאפט פשוטע איינפאכע גנבים דורך פשוטע איינפאכע קעמרא'ס קומען דא צוויי אויסטערלישע רוצחים אין אזא באוואכטע פלאץ און כאפן זיך ארויס, יעצט ווייטער אזא מאדנע מעשה מיט חיות איז אויך א זעלטנהייט אדער גאר א אומדערהערטע מעשה, אולי ווייזט מען אינז פון אויבן אז אין יואש בעולם כלל, עס זעהט אויס אזוי אוממעגליך, פון אזא מצב ווי מיר זענען ארויס פון גלות, די טומאה שיינט מיט איר פולע פראכט, ווי וועט זיך דאס אלעס קענען איבערדרייען, ווי וועלן מיר פליצלינג ווערן פריי פון עול הגוים ועול גליות, האט אינז דער אייבערשטער געשיקט א סעמפעל, אויף פיצי פארנעם, אה אויב דאס קען געשעהן קען נאך אסאך זאכן וואס איך פארשטיי נישט אויך געשען.

Yoely
שר חמש מאות
תגובות: 594
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 27, 2011 11:07 am

תגובהדורך Yoely » זונטאג יוני 14, 2015 11:49 am

עבודת_הבורא האט געשריבן:עפעס אויסטערליש גייט פאר אינעם געביט פון ארויס גיין פון געפעגעניש, זאכן וואס איך מיין מען האט נאך נישט געהערט אין די היינטיגע פארגעשריטענע וועלט ווי מען כאפט פשוטע איינפאכע גנבים דורך פשוטע איינפאכע קעמרא'ס קומען דא צוויי אויסטערלישע רוצחים אין אזא באוואכטע פלאץ און כאפן זיך ארויס, יעצט ווייטער אזא מאדנע מעשה מיט חיות איז אויך א זעלטנהייט אדער גאר א אומדערהערטע מעשה, אולי ווייזט מען אינז פון אויבן אז אין יואש בעולם כלל, עס זעהט אויס אזוי אוממעגליך, פון אזא מצב ווי מיר זענען ארויס פון גלות, די טומאה שיינט מיט איר פולע פראכט, ווי וועט זיך דאס אלעס קענען איבערדרייען, ווי וועלן מיר פליצלינג ווערן פריי פון עול הגוים ועול גליות, האט אינז דער אייבערשטער געשיקט א סעמפעל, אויף פיצי פארנעם, אה אויב דאס קען געשעהן קען נאך אסאך זאכן וואס איך פארשטיי נישט אויך געשען.

;l;p- ;l;p- ;l;p-

קאווע באנדל
שר חמש מאות
תגובות: 509
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 29, 2015 2:43 pm

תגובהדורך קאווע באנדל » זונטאג יוני 14, 2015 12:00 pm

Yoely האט געשריבן:

געהערט פון ר' מענדל ווייס שליט"א אויף זיין וועכענטלעכן פרייטאג שמיעס בעניני אמונה
I'm sorry for writing in English. I don't have a Yiddish keyboard right now

זיי געזונט
שר מאה
תגובות: 195
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 03, 2014 10:23 pm

תגובהדורך זיי געזונט » זונטאג יוני 14, 2015 12:05 pm

עבודת_הבורא האט געשריבן:עפעס אויסטערליש גייט פאר אינעם געביט פון ארויס גיין פון געפעגעניש, זאכן וואס איך מיין מען האט נאך נישט געהערט אין די היינטיגע פארגעשריטענע וועלט ווי מען כאפט פשוטע איינפאכע גנבים דורך פשוטע איינפאכע קעמרא'ס קומען דא צוויי אויסטערלישע רוצחים אין אזא באוואכטע פלאץ און כאפן זיך ארויס, יעצט ווייטער אזא מאדנע מעשה מיט חיות איז אויך א זעלטנהייט אדער גאר א אומדערהערטע מעשה, אולי ווייזט מען אינז פון אויבן אז אין יואש בעולם כלל, עס זעהט אויס אזוי אוממעגליך, פון אזא מצב ווי מיר זענען ארויס פון גלות, די טומאה שיינט מיט איר פולע פראכט, ווי וועט זיך דאס אלעס קענען איבערדרייען, ווי וועלן מיר פליצלינג ווערן פריי פון עול הגוים ועול גליות, האט אינז דער אייבערשטער געשיקט א סעמפעל, אויף פיצי פארנעם, אה אויב דאס קען געשעהן קען נאך אסאך זאכן וואס איך פארשטיי נישט אויך געשען.

זייער א שטארקע נקודה!
א דאנק פאר די חיזוק.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14181
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » זונטאג יוני 14, 2015 1:36 pm

מיין השערה. זיי זענען אנטלאפן קיין ווערמאנט און פון דארט שווערצן זיי אריבער דעם גרעניץ קיין קאנאדע צוזאמען מיט זשעימס אוקאנאר..
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4716
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » זונטאג יוני 14, 2015 2:10 pm

ווען איינער אנטלויפט פון טורמע באקומט ער נאך זיבן יאהר טורמע דאס איזדי סיבה זי וועט באקומען ביז צו אזא מאקסימום דיו לבא מן הדין להיות כנידון
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

ברוקלינער יונגערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 943
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 08, 2015 1:04 am

תגובהדורך ברוקלינער יונגערמאן » זונטאג יוני 14, 2015 2:11 pm

דאס איז ווען ער האט א צייט ווען ער דארף ארויסקומען, אבער ווען איינער זיצט פאר 'לייף' געט מען אים נאכאמאל 'לייף'? ...

אוועטאר
ניגון עתיק
שר האלף
תגובות: 1433
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 01, 2013 2:51 pm
לאקאציע: אינעם ניגון

תגובהדורך ניגון עתיק » זונטאג יוני 14, 2015 3:06 pm

NEW YORK: PRISON BREAK - Joyce Mitchell says she got cold feet before picking convicts up, because they were planning to kill her husband.
אית היכלא דלא מפתח אלא בנגינה, ובגין דא דוד המלך ע"ה מתקרב לההיא היכלא בנגינה (תיקוני זוהר)

אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2635
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

תגובהדורך עקבי הצאן » זונטאג יוני 14, 2015 3:08 pm

סי ען ען געט איבער א באריכט, אז די ארעסטאנטן זענען שוין וואכן בעפאר אריינגעקאכן יעדע נאכט אין די לעכער און גע'חזר'ט דעם אנטלויף ראוט, און אויסגעפיגערט וויאזוי זיך ארויסצודערזעהן.

אויך געט די פרוי וואס האט זיי געהאלפן איבער, אז זיי האבן אפגעשמועסט צו רייזן א רייזע פון זיבן שעה נאכן ארויסקומען פון לאך, און זיי שאצן אז זיי האבן געהאט א ספעציפישע דעסטינעישאן, ווייל די זיבן שעה האט געדארפט נעמען לענדער ווי וואס די זוהן שיינט אויף, זיי האבן אבער איר נישט מיטגעטיילט דעם ריכטונג און וואו זיי ווילן אנקומען.
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).

כתב ולשון
שר חמש מאות
תגובות: 532
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 01, 2015 10:01 pm

תגובהדורך כתב ולשון » זונטאג יוני 14, 2015 3:50 pm

purple knish האט געשריבן:סתם א קליינע הערה: מזעצט זיך אריין אין א קאר אין נ.י. און מ'פארט 20 שעה קומט מען אן סוף טעקסעס צו א ברידזש וואס פארט אריין גלייך קיין מעקסיקאו. נישטא קיין שום אפשטעל!

זעהט אויס אז גאווערנאר קאומאו ליינט דא...

NY Governor Cuomo: 2 murderers who escaped max security prison could be 'in Mexico by now

באזעסענער
שר מאה
תגובות: 140
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 24, 2009 10:00 am

תגובהדורך באזעסענער » זונטאג יוני 14, 2015 4:19 pm

Sunday, June 14, '15, 2:30pm

Please visit our website http://www.tzeitung.com for news update

גאנץ א פיינער איבערבליק אויף די לעצטע אנטוויקלונגען.

סראלי
שר ששת אלפים
תגובות: 6104
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 02, 2014 11:22 am
לאקאציע: אין די טריי סטעיט עריע

תגובהדורך סראלי » זונטאג יוני 14, 2015 4:25 pm

באזעסענער האט געשריבן:Sunday, June 14, '15, 2:30pm

Please visit our website http://www.tzeitung.com for news update

גאנץ א פיינער איבערבליק אויף די לעצטע אנטוויקלונגען.

אלעס ארויסגעשריבן ברחל בתך הקטנה...
צוגעלייגטע
image.jpg
ישראל אשר בך אתפאר

מעקל
שר מאה
תגובות: 137
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 30, 2014 2:09 pm

תגובהדורך מעקל » מאנטאג יוני 15, 2015 12:19 am

מעקל האט געשריבן:קאלט קאלט...... ווארעם ווארעמער..... הייס הייס הייס........

??!!!

צירוק קאלט קאלט......... פריזינג......

קאווע באנדל
שר חמש מאות
תגובות: 509
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 29, 2015 2:43 pm

תגובהדורך קאווע באנדל » מאנטאג יוני 15, 2015 10:45 am

שוועמל האט געשריבן:מיין השערה. זיי זענען אנטלאפן קיין ווערמאנט און פון דארט שווערצן זיי אריבער דעם גרעניץ קיין קאנאדע צוזאמען מיט זשעימס אוקאנאר..

:lol: :lol: :lol:
I'm sorry for writing in English. I don't have a Yiddish keyboard right now

יאנקעל פעדראטשיק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3628
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

תגובהדורך יאנקעל פעדראטשיק » מאנטאג יוני 15, 2015 10:47 am

קאווע באנדל האט געשריבן:
שוועמל האט געשריבן:מיין השערה. זיי זענען אנטלאפן קיין ווערמאנט און פון דארט שווערצן זיי אריבער דעם גרעניץ קיין קאנאדע צוזאמען מיט זשעימס אוקאנאר..

:lol: :lol: :lol:

גוט !! יעצט כאפ איך וואס ער האט געשריבן

אוועטאר
כשרע טעלעפאון
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:45 am

תגובהדורך כשרע טעלעפאון » מאנטאג יוני 15, 2015 11:27 am

גיטע השערה

אוועטאר
מאקאווער
שר חמש מאות
תגובות: 950
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 05, 2009 8:25 pm

תגובהדורך מאקאווער » מאנטאג יוני 15, 2015 11:39 am

איך כאפ נישט

אפשר קען עס איינער דא מסביר זיין פאר די צוריקגעשטאנענע וואס ווייסן נישט

ייש"כ
אמר החכם: מי שזורע את השנאה יקצור את החרטה. אחרית קטטה חרטה. המתן מעט ולא תתחרט ! (ס' חסידים פ"ח)

אוועטאר
אינוועסטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 291
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2014 1:34 pm

תגובהדורך אינוועסטער » מאנטאג יוני 15, 2015 11:44 am

מאקאווער האט געשריבן:איך כאפ נישט

אפשר קען עס איינער דא מסביר זיין פאר די צוריקגעשטאנענע וואס ווייסן נישט

ייש"כ

יאנקעל פעדראטשיק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3628
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

תגובהדורך יאנקעל פעדראטשיק » מאנטאג יוני 15, 2015 11:46 am

אינוועסטער האט געשריבן:
מאקאווער האט געשריבן:איך כאפ נישט

אפשר קען עס איינער דא מסביר זיין פאר די צוריקגעשטאנענע וואס ווייסן נישט

ייש"כ

ווער עס ליינט די וויליאמסבורג שאפפערס רוט ווייסט פון וואס מרעדט, דארט איז דא א פארזעצונג ווי איינער האט זיך אריבער געשווערצט קיין קאנאדא

יצחק דע באנקיר
שר חמש מאות
תגובות: 853
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 4:07 pm

תגובהדורך יצחק דע באנקיר » מאנטאג יוני 15, 2015 11:48 am

As prisoners remain on the run for 10th day, Gov Cuomo orders investigation to determine how they pulled off their brazen escape
לעצט פאראכטן דורך יצחק דע באנקיר אום מאנטאג יוני 15, 2015 11:49 am, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

אוועטאר
טראנספארט
שר האלף
תגובות: 1154
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 06, 2012 3:52 pm

תגובהדורך טראנספארט » מאנטאג יוני 15, 2015 11:48 am

מ'הייבט שוין אן צו בלעימען גאווערנאר קאומא און די נ.י. סטעיט פאליס.

באריכטן זאגן אז די סטעיט פאליס וויל נישט מיטטיילן קיין אינפארמאציע מיט די אנדערע אגענטורן וואס העלפן ארויס מיט די זוכעריי, וויבאלד זיי ווילן זיין אויסשליסליך די וואס וועלן זיי כאפן, און נאר זיי זאלן קענען נעמען קרעדיט דערויף.

ווי אויך ווען גאווערנאר קאומא האט די ערשטע טאג געגעבן די פרעסע קאנפרעץ איז ער נישט אריין אינעם צימער ביז אלע אנדערע -חוץ די סטעיט פאליס- זענען ארויס פון דארט. די ארויסגעשיקטע רעכנט אריין די יו.עס. מארשאל און די קלינטאן קאונטי שעריף.
רבי יעקב אומר העולם הזה דומה לפרוזדור בפני העולם הבא, התקן עצמך בפרוזדור כדי שתכנס לטרקלין (אבות ד' ט"ז)

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מאנטאג יוני 15, 2015 11:51 am

איך פארשטיי אז ער איז אנטלאפן פון א סטעיט טורמע, אבער איך מיין אז די פעדעראלע FBI דארפן ליבערשט פירן די זוכעניש, נישט בלויז זיין אינוואלווד. זיי טויגן זיכער מער ווי די ניו יארקער סטעיט פאליס.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
אויסערן מיניסטער
שר האלף
תגובות: 1198
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 03, 2014 9:19 pm
לאקאציע: אינעם ווייסן הויז

תגובהדורך אויסערן מיניסטער » מאנטאג יוני 15, 2015 11:58 am

צייטליך האט געשריבן:איך פארשטיי אז ער איז אנטלאפן פון א סטעיט טורמע, אבער איך מיין אז די פעדעראלע FBI דארפן ליבערשט פירן די זוכעניש, נישט בלויז זיין אינוואלווד. זיי טויגן זיכער מער ווי די ניו יארקער סטעיט פאליס.

קיין שום שאלה! אבער די כבוד לאזט דאך נישט צו.....
די ווינדער פון די נאטור מה רבו מעשיך ה'

אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3168
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

תגובהדורך שמאטע » מאנטאג יוני 15, 2015 12:00 pm

פון די טוויט איז זייער פארשטענדליך פארוואס מען האט זיי נאכנישט גגעכאפט...
@KolHaolam: NEW YORK: REPORT - Additional suspects expected to be arrested in helping with prison break. Hunt is costing an estimated $1 million per day

נעמליך, ווער וויל דער נישט מאכן אזויפיל געלט... יעדען טאג וואס מען זוכט אים איז א גאלד גרוב פאר די אפעצירן ווואס זענען אינוואלווד אינעם זוכעניש...

#א מיליאן דעם מפטיר יונה צום ערשטן מאל. צווייטן מאל, און צום צענטען טאג!...
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.

צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: היסטאריקער, מיש נישט, סאברע, פרעג נישט, קרייסלער און 39 געסט