נייעס און קרישקעלעך פון בארא פארק והגלילות

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

בעקעלע.הפוכה
שר מאה
תגובות: 144
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 11, 2020 10:21 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון בארא פארק והגלילות

תגובהדורך בעקעלע.הפוכה » דאנארשטאג אוקטובער 22, 2020 8:56 am

המצב בדרך שנראה לעין גשמי בבארא פארק לא טוב
- תוך תוך הכל הוא טוב -

מחנך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 442
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 03, 2016 10:49 am

Re: SHOTS FIRED!

תגובהדורך מחנך » דאנארשטאג אוקטובער 22, 2020 9:40 am

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
מחנך האט געשריבן:ביהמ"ד לב אברהם ביי 18 און איסט 9 איז באשאסען געווארען מיט בולעטס נעכטען נאכט דורעך אומבאוויסטע פערשוינען, די נעקסטע פאר עה איז די גטס געוועהן באלאגערט מיט שומרים און פאליס וואס פארשען עס און קוקען עס אהן ווי א העיט קריים.

א נעקסט לעוועל טעראר, א פחד און שרעק!

דעטאלן ביטע?
אין די נייעס ווערט נישט דערמאנט קיין ווארט דערפון

אין שוהל היינט האט מען גערעט פון עס, כ'אב עס יעצט געגאגעלט, דא האבסטו:

Theyeshivaworld.com
Kensington: Shots Fired At Shul On 18th Avenue & East 9th ...

אוועטאר
מקווה איד
שר האלפיים
תגובות: 2657
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 4:53 pm
לאקאציע: Next door

Re: נייעס און קרישקעלעך פון בארא פארק והגלילות

תגובהדורך מקווה איד » דאנארשטאג אוקטובער 22, 2020 9:53 am

Belz123 האט געשריבן:
שמערלער האט געשריבן:
Belz123 האט געשריבן:
לפנות בוקר האט געשריבן:
אורח הכבוד האט געשריבן:נישט קיין ספק!
און די דרך הטבע שתדלנות איז די 2 שעה'יגע מיטינג נעכטן פון רמ''ד ביים אים און אפיס.
כן יעזור ה' להלאה

נישט מסתבר אז די טעלעפאן ריף פאר קאומא טוט אויף אויף די בלאזיא

As of now it’s only talk no action at all...

I know from inside info

שנעל געב ארויס אלע דיינע אינסייד אינפאוי אויב נישט וועט מען מיזען איינזעצען אז איר האט נישט.

So do I need to give out the rest of info I know???????

יא!!!!! איר מוזט.
אז איר ווילט קען איך אייך עפענען און צאלט שפעטער, אבער זיך מיט כאפן קען מען נישט!

אוועטאר
לייטער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3510
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am
לאקאציע: אויפן לייטער

Re: נייעס און קרישקעלעך פון בארא פארק והגלילות

תגובהדורך לייטער » דאנארשטאג אוקטובער 22, 2020 10:21 am

די אשכול איז וועגן נייעס און קרישקעלעך פון בארא פארק ביטע יעצט לאזן נאר פאר נייעס און אפדעיט'ס

מקען אין א באזינדערע אשכול אויסשמיסן אויף א רואיגע טאן וואספארא מהלך מדארף נוצן צו שתדלנות נוסח ר' מ''ד אדער נוסח הייקינד אדער פראטעסטן אדער ראיאטן אדער עפעס אנדערש , דא איז נייעס און אפדעיט'ס פון בארא פארק

אוועטאר
חלה לכבוד שבת
שר האלף
תגובות: 1635
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 10:22 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון בארא פארק והגלילות

תגובהדורך חלה לכבוד שבת » דאנארשטאג אוקטובער 22, 2020 10:42 am

107f360cbb6240f1aa381ffa981685ba.jpg
107f360cbb6240f1aa381ffa981685ba.jpg (105.23 KiB) געזעהן 927 מאל

EMERGENCY ALERT
Inspectors are going around to every single schools
My Nickname email address
chaleshabbes@gmail.com

אוועטאר
חלה לכבוד שבת
שר האלף
תגובות: 1635
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 10:22 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון בארא פארק והגלילות

תגובהדורך חלה לכבוד שבת » דאנארשטאג אוקטובער 22, 2020 10:43 am

23b7391cf8984409938bd182f38623f3.jpg
23b7391cf8984409938bd182f38623f3.jpg (145.71 KiB) געזעהן 906 מאל
My Nickname email address
chaleshabbes@gmail.com

אוועטאר
גיב א שמייכל
שר חמש מאות
תגובות: 565
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 12, 2019 2:27 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון בארא פארק והגלילות

תגובהדורך גיב א שמייכל » דאנארשטאג אוקטובער 22, 2020 11:30 am

כהאב געזעהן פריער ווי איינער גייט נאך די אינספעקטערס און געט זיי אריין אין באבענס באבע אריין. ער שפאצירט אינטער זיי וואו זיי גייען.

לאמיר האפן סוועט עפעס אויפטוהן אז זיי וועלן נימס ווערן און אפטראגן פון דא
איך שמייכל נישט ווייל איך בין פרייליך...
איך בין פרייליך ווייל איך שמייכל!

lazy
שר חמישים ומאתים
תגובות: 437
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 27, 2018 10:28 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון בארא פארק והגלילות

תגובהדורך lazy » דאנארשטאג אוקטובער 22, 2020 11:37 am

גיב א שמייכל האט געשריבן:כהאב געזעהן פריער ווי איינער גייט נאך די אינספעקטערס און געט זיי אריין אין באבענס באבע אריין. ער שפאצירט אינטער זיי וואו זיי גייען.

לאמיר האפן סוועט עפעס אויפטוהן אז זיי וועלן נימס ווערן און אפטראגן פון דא

זיכער אזוי!
די אינספעקטארס ווייסן דאך אז ביי אידן איז די הלכה, אז מחאה -אויף אפענע געשעפטן- איז נאר עד כדי... סאו יעצט זענען זיי שוין פטור... אויך ווייסען זיי אז ס שטייט לא תקום/תטור, סאו וועט ער ״זיכער״ מאכן אז ער שרייבט נישט אבי א ״גרייזיגע״ טיקעט על לא דבר...

חזקו ואמצו!!! לאמיר זיך נישט ״לאזן״ טרעטן, מיר האבן רעכטן, און מיר וועלן קעמפן ביזן ט*** (ר״ל)... ווי גייט די .... רק בדם...
לעצט פאראכטן דורך lazy אום דאנארשטאג אוקטובער 22, 2020 11:38 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
לייטער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3510
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am
לאקאציע: אויפן לייטער

Re: נייעס און קרישקעלעך פון בארא פארק והגלילות

תגובהדורך לייטער » דאנארשטאג אוקטובער 22, 2020 11:38 am

גיב א שמייכל האט געשריבן:כהאב געזעהן פריער ווי איינער גייט נאך די אינספעקטערס און געט זיי אריין אין באבענס באבע אריין. ער שפאצירט אינטער זיי וואו זיי גייען.

לאמיר האפן סוועט עפעס אויפטוהן אז זיי וועלן נימס ווערן און אפטראגן פון דא

דעיס גייט שוין אן א גאנצע לעצטע וואך, ממאכט די בולדונג דעפארטמענט חברה פיין אומבאקוועם גרופעס אינגעלייט מאכן לצנות און באגלייטן זיי

אוועטאר
גיב א שמייכל
שר חמש מאות
תגובות: 565
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 12, 2019 2:27 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון בארא פארק והגלילות

תגובהדורך גיב א שמייכל » דאנארשטאג אוקטובער 22, 2020 11:40 am

lazy האט געשריבן:
גיב א שמייכל האט געשריבן:כהאב געזעהן פריער ווי איינער גייט נאך די אינספעקטערס און געט זיי אריין אין באבענס באבע אריין. ער שפאצירט אינטער זיי וואו זיי גייען.

לאמיר האפן סוועט עפעס אויפטוהן אז זיי וועלן נימס ווערן און אפטראגן פון דא

זיכער אזוי!
די אינספעקטארס ווייסן דאך אז ביי אידן איז די הלכה, אז מחאה -אויף אפענע געשעפטן- איז נאר עד כדי... סאו יעצט זענען זיי שוין פטור... אויך ווייסען זיי אז ס שטייט לא תקום/תטור, סאו וועט ער ״זיכער״ מאכן אז ער שרייבט נישט אבי א ״גרייזיגע״ טיקעט על לא דבר...

חזקו ואמצו!!! לאמיר זיך נישט ״לאזן״ טרעטן, מיר האבן רעכטן, און מיר וועלן קעמפן ביזן ט*** (ר״ל)... ווי גייט די .... רק בדם...

זאג נאר דו וואוינסט אין בארא פארק......?!
איך שמייכל נישט ווייל איך בין פרייליך...
איך בין פרייליך ווייל איך שמייכל!

lazy
שר חמישים ומאתים
תגובות: 437
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 27, 2018 10:28 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון בארא פארק והגלילות

תגובהדורך lazy » דאנארשטאג אוקטובער 22, 2020 11:43 am

גיב א שמייכל האט געשריבן:
lazy האט געשריבן:
גיב א שמייכל האט געשריבן:כהאב געזעהן פריער ווי איינער גייט נאך די אינספעקטערס און געט זיי אריין אין באבענס באבע אריין. ער שפאצירט אינטער זיי וואו זיי גייען.

לאמיר האפן סוועט עפעס אויפטוהן אז זיי וועלן נימס ווערן און אפטראגן פון דא

זיכער אזוי!
די אינספעקטארס ווייסן דאך אז ביי אידן איז די הלכה, אז מחאה -אויף אפענע געשעפטן- איז נאר עד כדי... סאו יעצט זענען זיי שוין פטור... אויך ווייסען זיי אז ס שטייט לא תקום/תטור, סאו וועט ער ״זיכער״ מאכן אז ער שרייבט נישט אבי א ״גרייזיגע״ טיקעט על לא דבר...

חזקו ואמצו!!! לאמיר זיך נישט ״לאזן״ טרעטן, מיר האבן רעכטן, און מיר וועלן קעמפן ביזן ט*** (ר״ל)... ווי גייט די .... רק בדם...

זאג נאר דו וואוינסט אין בארא פארק......?!

זאג נאר דו וואוינסט אין גלות....?!

כגלייב אז דו האסט נישט קיין פערזענליכע געלט שאדן פון די לאקדאון אין ב.פ., איך יא! ממילא ״טראכט״ איך...
לעצט פאראכטן דורך lazy אום דאנארשטאג אוקטובער 22, 2020 11:46 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
חלה לכבוד שבת
שר האלף
תגובות: 1635
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 10:22 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון בארא פארק והגלילות

תגובהדורך חלה לכבוד שבת » דאנארשטאג אוקטובער 22, 2020 11:46 am

My Nickname email address
chaleshabbes@gmail.com

דממה דקה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3324
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון בארא פארק והגלילות

תגובהדורך דממה דקה » דאנארשטאג אוקטובער 22, 2020 11:46 am

lazy האט געשריבן:
גיב א שמייכל האט געשריבן:כהאב געזעהן פריער ווי איינער גייט נאך די אינספעקטערס און געט זיי אריין אין באבענס באבע אריין. ער שפאצירט אינטער זיי וואו זיי גייען.

לאמיר האפן סוועט עפעס אויפטוהן אז זיי וועלן נימס ווערן און אפטראגן פון דא

זיכער אזוי!
די אינספעקטארס ווייסן דאך אז ביי אידן איז די הלכה, אז מחאה -אויף אפענע געשעפטן- איז נאר עד כדי... סאו יעצט זענען זיי שוין פטור... אויך ווייסען זיי אז ס שטייט לא תקום/תטור, סאו וועט ער ״זיכער״ מאכן אז ער שרייבט נישט אבי א ״גרייזיגע״ טיקעט על לא דבר...

חזקו ואמצו!!! לאמיר זיך נישט ״לאזן״ טרעטן, מיר האבן רעכטן, און מיר וועלן קעמפן ביזן ט*** (ר״ל)... ווי גייט די .... רק בדם...

אנשטאט זאלסט זיך אנטשולדיגן פאר די אלע תגובות וואס דו האסט געשריבן אנפאנג וואך ווי אלעס איז מסודר נאך די געלעקאכטס קאומאו טעלעפאן קאל, און די נעתרות נשיקות דיבלאזיאו מיטינג, ווי האסט טראמפירט אז אלעס איז מסודר, נאר דורך די אמאליגע אלטגעזעצנע וכו', און דערווייל כאפט מען ווייטער שטויסעס און פליקעס, גראבסט זיך אריין טיפער אין דיין פאזיציע, עס איז צייט פאר טשעינדש, מען דארף איבערמאכן אונזער עסקנות מהלך פון אויבן ביז אינטן.
יענעם טראפט בלוט און דו מאכסט קיוט דשאוקס.
I won the Election

אוועטאר
מקווה איד
שר האלפיים
תגובות: 2657
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 4:53 pm
לאקאציע: Next door

Re: נייעס און קרישקעלעך פון בארא פארק והגלילות

תגובהדורך מקווה איד » דאנארשטאג אוקטובער 22, 2020 11:47 am

דממה דקה האט געשריבן:

צום פינטל
אז איר ווילט קען איך אייך עפענען און צאלט שפעטער, אבער זיך מיט כאפן קען מען נישט!

abeg
שר שלשת אלפים
תגובות: 3607
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון בארא פארק והגלילות

תגובהדורך abeg » דאנארשטאג אוקטובער 22, 2020 11:49 am

lazy האט געשריבן:
גיב א שמייכל האט געשריבן:
lazy האט געשריבן:
גיב א שמייכל האט געשריבן:כהאב געזעהן פריער ווי איינער גייט נאך די אינספעקטערס און געט זיי אריין אין באבענס באבע אריין. ער שפאצירט אינטער זיי וואו זיי גייען.

לאמיר האפן סוועט עפעס אויפטוהן אז זיי וועלן נימס ווערן און אפטראגן פון דא

זיכער אזוי!
די אינספעקטארס ווייסן דאך אז ביי אידן איז די הלכה, אז מחאה -אויף אפענע געשעפטן- איז נאר עד כדי... סאו יעצט זענען זיי שוין פטור... אויך ווייסען זיי אז ס שטייט לא תקום/תטור, סאו וועט ער ״זיכער״ מאכן אז ער שרייבט נישט אבי א ״גרייזיגע״ טיקעט על לא דבר...

חזקו ואמצו!!! לאמיר זיך נישט ״לאזן״ טרעטן, מיר האבן רעכטן, און מיר וועלן קעמפן ביזן ט*** (ר״ל)... ווי גייט די .... רק בדם...

זאג נאר דו וואוינסט אין בארא פארק......?!

זאג נאר דו וואוינסט אין גלות....?!

כגלייב אז דו האסט נישט קיין פערזענליכע געלט שאדן פון די לאקדאון אין ב.פ., איך יא! ממילא ״טראכט״ איך...

איר דערמאנט מיר פון א מעשה װאס הרה״ג ר׳ מנשה רײזמאן האט לעצטענס פארצײלט אז מיט יארן צוריק האט ער געװאױנט אין אנטװערפען אין דאן איז עס געװן גאר אנטעסמיטש אין מ׳האט ממש נישט געקענט װאקן אױפען גאס מיטן שטרײמל בעקיטשע מיטן טלית וכו׳ איין שבת גײט ער אזױ אױפען גאס מיטן שטרײמל בעקיטשע מיטן טלית אין א קאר שטעלט זיך אפ אין שרײט צי אים מיט א פליסיגן חסודישען יודיש "ר׳ יוד פ״װ גײט איר אזױ מיטן שטרײמל בעקיטשע מיטן טלית איר מאכט א חולל השם".
לעצט פאראכטן דורך abeg אום דאנארשטאג אוקטובער 22, 2020 11:52 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
חלה לכבוד שבת
שר האלף
תגובות: 1635
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 10:22 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון בארא פארק והגלילות

תגובהדורך חלה לכבוד שבת » דאנארשטאג אוקטובער 22, 2020 11:49 am

גיב א שמייכל האט געשריבן:כהאב געזעהן פריער ווי איינער גייט נאך די אינספעקטערס און געט זיי אריין אין באבענס באבע אריין. ער שפאצירט אינטער זיי וואו זיי גייען.

לאמיר האפן סוועט עפעס אויפטוהן אז זיי וועלן נימס ווערן און אפטראגן פון דא

https://drive.google.com/file/d/1G2Vqyi ... p=drivesdk
Here is clip from it
My Nickname email address
chaleshabbes@gmail.com

עכט היימיש
שר האלפיים
תגובות: 2986
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון בארא פארק והגלילות

תגובהדורך עכט היימיש » דאנארשטאג אוקטובער 22, 2020 11:51 am

חלה לכבוד שבת האט געשריבן:https://drive.google.com/file/d/1G1ze5rngLsU9Nju5fCLIHmTVrzJhQhxy/view?usp=drivesdk
Hershey is full in

אזוי! און נאר אזוי וועלן מיר מצליח זיין צו ארויסקריכן פון דעם שווערן מצב, כה לחי העשי!

לאמיר אלע שרייען אין אלע גאסן: מיר האבן פיינט דעבלאזיאו, מיר האבן אסאך מער פיינט קאמאו!

די וואס רעדן זיך איין אז עס איז דא א אנדערע וועג לעבן אין לא לא לענד, נאר מיט א פאריינגטע כוח, ווען מיר וועלן ווייזן אז מיר לאזן זיך נישט טרערטן, נאר אזוי וועלן מיר מצליח זיין. מיר ווילן נישט אויסקוקן ווי אונזערע אינטערדריקטע ברודער אין וויליאמסבורג, מיר ווילן מצליח זיין און געווינען.

העשי, העם אתך!

דאס איז די איינציגסטע וועג וואס מען קען דא שרייבן, אנדערש ווערט געמעקט
איך גיי נישט אהין, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!

lazy
שר חמישים ומאתים
תגובות: 437
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 27, 2018 10:28 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון בארא פארק והגלילות

תגובהדורך lazy » דאנארשטאג אוקטובער 22, 2020 11:52 am

דממה דקה האט געשריבן:
lazy האט געשריבן:
גיב א שמייכל האט געשריבן:כהאב געזעהן פריער ווי איינער גייט נאך די אינספעקטערס און געט זיי אריין אין באבענס באבע אריין. ער שפאצירט אינטער זיי וואו זיי גייען.

לאמיר האפן סוועט עפעס אויפטוהן אז זיי וועלן נימס ווערן און אפטראגן פון דא

זיכער אזוי!
די אינספעקטארס ווייסן דאך אז ביי אידן איז די הלכה, אז מחאה -אויף אפענע געשעפטן- איז נאר עד כדי... סאו יעצט זענען זיי שוין פטור... אויך ווייסען זיי אז ס שטייט לא תקום/תטור, סאו וועט ער ״זיכער״ מאכן אז ער שרייבט נישט אבי א ״גרייזיגע״ טיקעט על לא דבר...

חזקו ואמצו!!! לאמיר זיך נישט ״לאזן״ טרעטן, מיר האבן רעכטן, און מיר וועלן קעמפן ביזן ט*** (ר״ל)... ווי גייט די .... רק בדם...

אנשטאט זאלסט זיך אנטשולדיגן פאר די אלע תגובות וואס דו האסט געשריבן אנפאנג וואך ווי אלעס איז מסודר נאך די געלעקאכטס קאומאו טעלעפאן קאל, און די נעתרות נשיקות דיבלאזיאו מיטינג, ווי האסט טראמפירט אז אלעס איז מסודר, נאר דורך די אמאליגע אלטגעזעצנע וכו', און דערווייל כאפט מען ווייטער שטויסעס און פליקעס, גראבסט זיך אריין טיפער אין דיין פאזיציע, עס איז צייט פאר טשעינדש, מען דארף איבערמאכן אונזער עסקנות מהלך פון אויבן ביז אינטן.
יענעם טראפט בלוט און דו מאכסט קיוט דשאוקס.

דו האסט נישט געזעהן אין ערגעץ מיר שרייבן אז עס איז מסודר כלל, און פאר די פשוטע סיבה ווייל עס איז ווייט נישט!
נאר אויף די סיבה דיסעגרי איך רעספעקטפולי מיט פולע אנגעוויטאגטע, און לדעתי איז דאס ווייל:
א) ברגע קטן עזבתיך ״וברחמים״ גדולים... חרוב מאכן איז גרינג, פארעכטען איז ״זייער שווער״...
ב) בעת מען לעקט ״אביסל״ פון איין זייט, אבער צו די זעלבע צייט ״שטויסט״ מען און ״שרייעט״ מען הויעך פון די אנדערע זייט... איז שווער צו ״הערן״ חנופה רייד...

אוועטאר
מקווה איד
שר האלפיים
תגובות: 2657
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 4:53 pm
לאקאציע: Next door

Re: נייעס און קרישקעלעך פון בארא פארק והגלילות

תגובהדורך מקווה איד » דאנארשטאג אוקטובער 22, 2020 11:55 am

lazy האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:
lazy האט געשריבן:
גיב א שמייכל האט געשריבן:כהאב געזעהן פריער ווי איינער גייט נאך די אינספעקטערס און געט זיי אריין אין באבענס באבע אריין. ער שפאצירט אינטער זיי וואו זיי גייען.

לאמיר האפן סוועט עפעס אויפטוהן אז זיי וועלן נימס ווערן און אפטראגן פון דא

זיכער אזוי!
די אינספעקטארס ווייסן דאך אז ביי אידן איז די הלכה, אז מחאה -אויף אפענע געשעפטן- איז נאר עד כדי... סאו יעצט זענען זיי שוין פטור... אויך ווייסען זיי אז ס שטייט לא תקום/תטור, סאו וועט ער ״זיכער״ מאכן אז ער שרייבט נישט אבי א ״גרייזיגע״ טיקעט על לא דבר...

חזקו ואמצו!!! לאמיר זיך נישט ״לאזן״ טרעטן, מיר האבן רעכטן, און מיר וועלן קעמפן ביזן ט*** (ר״ל)... ווי גייט די .... רק בדם...

אנשטאט זאלסט זיך אנטשולדיגן פאר די אלע תגובות וואס דו האסט געשריבן אנפאנג וואך ווי אלעס איז מסודר נאך די געלעקאכטס קאומאו טעלעפאן קאל, און די נעתרות נשיקות דיבלאזיאו מיטינג, ווי האסט טראמפירט אז אלעס איז מסודר, נאר דורך די אמאליגע אלטגעזעצנע וכו', און דערווייל כאפט מען ווייטער שטויסעס און פליקעס, גראבסט זיך אריין טיפער אין דיין פאזיציע, עס איז צייט פאר טשעינדש, מען דארף איבערמאכן אונזער עסקנות מהלך פון אויבן ביז אינטן.
יענעם טראפט בלוט און דו מאכסט קיוט דשאוקס.

דו האסט נישט געזעהן אין ערגעץ מיר שרייבן אז עס איז מסודר כלל, און פאר די פשוטע סיבה ווייל עס איז ווייט נישט!
נאר אויף די סיבה דיסעגרי איך רעספעקטפולי מיט פולע אנגעוויטאגטע, און לדעתי איז דאס ווייל:
א) ברגע קטן עזבתיך ״וברחמים״ גדולים... חרוב מאכן איז גרינג, פארעכטען איז ״זייער שווער״...
ב) בעת מען לעקט ״אביסל״ פון איין זייט, אבער צו די זעלבע צייט ״שטויסט״ מען און ״שרייעט״ מען הויעך פון די אנדערע זייט... איז שווער צו ״הערן״ חנופה רייד...

ווער זאגט דיר אז חנופה איז די וועג, שוין יארן וואס מ'חנפט און קוק ווי מ'שטייט!!!
די חנופה איז ממש א גרויל.
אז איר ווילט קען איך אייך עפענען און צאלט שפעטער, אבער זיך מיט כאפן קען מען נישט!

צדיק בן צדיק
שר חמש מאות
תגובות: 510
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 05, 2019 9:21 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון בארא פארק והגלילות

תגובהדורך צדיק בן צדיק » דאנארשטאג אוקטובער 22, 2020 11:57 am

חלה לכבוד שבת האט געשריבן:
גיב א שמייכל האט געשריבן:כהאב געזעהן פריער ווי איינער גייט נאך די אינספעקטערס און געט זיי אריין אין באבענס באבע אריין. ער שפאצירט אינטער זיי וואו זיי גייען.

לאמיר האפן סוועט עפעס אויפטוהן אז זיי וועלן נימס ווערן און אפטראגן פון דא

https://drive.google.com/file/d/1G2Vqyi ... p=drivesdk
Here is clip from it

זיילר גוט, אזוי ברויך מען טון פאר יעדע איינעם פון זיי!

KMW
שר האלף
תגובות: 1359
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 23, 2017 11:05 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון בארא פארק והגלילות

תגובהדורך KMW » דאנארשטאג אוקטובער 22, 2020 12:02 pm

איך האב געהערט א גוט ווארט
יונה הנביא איז קודם געווען אין א גרויסע פיש וואס האט אים געוויזן די לויתן מיט נאך, ווען ער האט נישט מתפלל געווען האט די אייבישטער אים אריינגעלייגט אין א קליינע פיש פון ווי ער האט געבעטן, ווען ער האט געבעטן האט ער געבעטן צו ארויסגיין צוריק צום וועלט נישט צוריק צום גרויסן פיש.
די זעלבע לאמיר נישט מתפלל זיין עס זאל צוריקגיין צום אלטן נאר פאר א גאנצע אויסלייזונג במהרה בימינו.

בלומינגרויווער
שר העשר
תגובות: 41
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 17, 2019 12:36 pm

בארא פארק מוסדות דארפען רחמי שמים

תגובהדורך בלומינגרויווער » דאנארשטאג אוקטובער 22, 2020 12:04 pm

מחנות פון שעריף זענען יעצט אנגעקומען קיין בארא פארק,
לאמיר האפען אז לא ירעו ולא ישחיתו בכל הר קדשי

lazy
שר חמישים ומאתים
תגובות: 437
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 27, 2018 10:28 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון בארא פארק והגלילות

תגובהדורך lazy » דאנארשטאג אוקטובער 22, 2020 12:09 pm

מקווה איד האט געשריבן:
lazy האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:
lazy האט געשריבן:
גיב א שמייכל האט געשריבן:כהאב געזעהן פריער ווי איינער גייט נאך די אינספעקטערס און געט זיי אריין אין באבענס באבע אריין. ער שפאצירט אינטער זיי וואו זיי גייען.

לאמיר האפן סוועט עפעס אויפטוהן אז זיי וועלן נימס ווערן און אפטראגן פון דא

זיכער אזוי!
די אינספעקטארס ווייסן דאך אז ביי אידן איז די הלכה, אז מחאה -אויף אפענע געשעפטן- איז נאר עד כדי... סאו יעצט זענען זיי שוין פטור... אויך ווייסען זיי אז ס שטייט לא תקום/תטור, סאו וועט ער ״זיכער״ מאכן אז ער שרייבט נישט אבי א ״גרייזיגע״ טיקעט על לא דבר...

חזקו ואמצו!!! לאמיר זיך נישט ״לאזן״ טרעטן, מיר האבן רעכטן, און מיר וועלן קעמפן ביזן ט*** (ר״ל)... ווי גייט די .... רק בדם...

אנשטאט זאלסט זיך אנטשולדיגן פאר די אלע תגובות וואס דו האסט געשריבן אנפאנג וואך ווי אלעס איז מסודר נאך די געלעקאכטס קאומאו טעלעפאן קאל, און די נעתרות נשיקות דיבלאזיאו מיטינג, ווי האסט טראמפירט אז אלעס איז מסודר, נאר דורך די אמאליגע אלטגעזעצנע וכו', און דערווייל כאפט מען ווייטער שטויסעס און פליקעס, גראבסט זיך אריין טיפער אין דיין פאזיציע, עס איז צייט פאר טשעינדש, מען דארף איבערמאכן אונזער עסקנות מהלך פון אויבן ביז אינטן.
יענעם טראפט בלוט און דו מאכסט קיוט דשאוקס.

דו האסט נישט געזעהן אין ערגעץ מיר שרייבן אז עס איז מסודר כלל, און פאר די פשוטע סיבה ווייל עס איז ווייט נישט!
נאר אויף די סיבה דיסעגרי איך רעספעקטפולי מיט פולע אנגעוויטאגטע, און לדעתי איז דאס ווייל:
א) ברגע קטן עזבתיך ״וברחמים״ גדולים... חרוב מאכן איז גרינג, פארעכטען איז ״זייער שווער״...
ב) בעת מען לעקט ״אביסל״ פון איין זייט, אבער צו די זעלבע צייט ״שטויסט״ מען און ״שרייעט״ מען הויעך פון די אנדערע זייט... איז שווער צו ״הערן״ חנופה רייד...

ווער זאגט דיר אז חנופה איז די וועג, שוין יארן וואס מ'חנפט און קוק ווי מ'שטייט!!!
די חנופה איז ממש א גרויל.

אזוי מען מיך געלערנט האט מען און אלע דורות ״סוקסעספול״ געטוען, (און ווי דער ספר ״עת לעשות״ שרייבט), און אויך דאן איז געווען וואס האבן געהאלטן אנדערש, און ווען מען האט ליידער פרובירט און אראפגעווארפן עול גלות האט דאס ליידער בעקפייערד ״העווי״ דוגמת באיקאט אויף דייטשלאנד, (ועוד ועוד), און כהיום דוגמת עפענען בפומבי די סטארס, דוגמת מאכן ״ריזיגע לויות״ ״מיט א פערמיט״ אן קיין רעאליסטישע פלאן, און ליידער דוגמת ציען די מידיע דורך פראטעסטן און פארן מיט באסעס וכו׳

דאס איז מיין קליינטשיגע דעת (האלטנדיג אז דאז איז דעת תורה ונותנה ב״ה), אבער איר זענט אינטייטעלד מחולק צו זיין...
אבער איין זאך בעט איך אייך, איך מיין אז מיר ביידע בלוטיגן פונקט אזוי, און ווי עס שיינט האלטן מיר ביידע פונקט אזוי ״שטארק״ אז זייער מהלך איז די ריכטיגע (דן לכך זכות אז דו האלטסט אז דיין מהלך איז אויסגעהאלטען עפ״י תורה), און ביידע וויטאגן באמת פארוואס דער אנדערער בא׳נער׳ישט זיך, ממילא לאמיר אנהאלטן צו פרובירן צו קלערן איינער פונם צווייטעןס צד רעספעקטפולי, און יא ווייטער אריינווארפען נאך א געדאנקענגאנג, זיך צו האלטן גראד...
האקט

אוועטאר
חלה לכבוד שבת
שר האלף
תגובות: 1635
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 10:22 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון בארא פארק והגלילות

תגובהדורך חלה לכבוד שבת » דאנארשטאג אוקטובער 22, 2020 12:13 pm

d7c212505e4c4071aecf51c4fdc86fe5.jpg
d7c212505e4c4071aecf51c4fdc86fe5.jpg (62.95 KiB) געזעהן 358 מאל

on 16 Avenue WHATCH OUT
My Nickname email address
chaleshabbes@gmail.com

אוועטאר
איינפאכער איד
שר האלף
תגובות: 1244
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 12:52 pm
לאקאציע: ווערמאנט

Re: נייעס און קרישקעלעך פון בארא פארק והגלילות

תגובהדורך איינפאכער איד » דאנארשטאג אוקטובער 22, 2020 12:14 pm

דער עולם אין בארא פארק איז ערנסט אנגעצויגן אז די מוסדות התורה וועלן ווערן ח"ו צוגעשפארט אויף שלאס און ריגל.

אוי טייערער ר' יחזקאל שמש הי"ד ווען איר וואלט געלעבט יעצט וואלט איר געקענט דערציילן וויפיל מאל איר האט געדארפט צוטרייבן מחנות צוהיצטע בחורים און אינגעלייט פון פראוואקאציעס מיט די 90 פאליציי אין וויליאמסבורג, ביי פארשידענע פעלער ווען די פאליציי האט שווער ב'עוולה'ט די וויליאמסבורגער אידן.

גלייכצייטיג טוהן "אלע" מנהיגי הקהלות וראשי המוסדות און בארא פארק פארדאמען די ווילדע און אומ'אחריות'דיגע פראטעסטן דעם פארלאפענעם חוה"מ אויף 13'טע עוו. ווען צוהיצטע בחור'לעך [וועלכע ווייסן ליידער נישט דעם חילוק צווישן אפענען שוהלן און פארמאכטע ווייל זיי טרעטן דארט קוים אריין, וד"ל] האבן אונטערגצינדן גארבידזש קענס.
ווי טראגי-קאמיש איז אז די נארישע פראטעסטן ווערן ברייט צושמירט בלויז דורך 2 פראקציעס: די אלגעמיינע מידיע, און - להבדיל - אונזערע געטרייע פארזארגער פון וויליאמסבורג

צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”