ק.נ.א. פאליטישע קאך לעפל

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

לאן אתה הולך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 313
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 06, 2015 5:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאן אתה הולך »

כאפצעם האט געשריבן:
לאן אתה הולך האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:...און רעפובליקאנער זענען אין שטיצע פון עס אנולירן זאגענדיג אז ס'איז מער נישט פארהאן דער ארגינעלע סיבה פארן עס איינפירן, נעמליך, די אקאנאמיע איז שוין גוט און די אנאימפלוימענט איז היסטאריש נידעריג..

אפשר קענט איר זיין אזוי גוט אין ברענגען ווער ס'האט דאס געזאגט?

Supporters of the rule, generally falling into the Republican camp, say that requiring a job or some form of volunteer work is overdue, considering the unemployment rate has dropped from 10 percent in 2009 to under five percent as of February 2016.

ווי זעט איר אז ס'שטייט אז איינער האט געזאגט אז אנאימפלוימענט איז ''היסטאריש נידריג'' אדער אז די עקענאמיע איז ''גוט''?
אוועטאר
יואב בן צרויה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3290
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואב בן צרויה »

יונה בעינער האט ערב די צווייטע טעג געלאזט פאלן א ווילדע סטעיטמענט קעגן טעד קרוז, אים אנרופנדיג דעם טייוול. פארשטייצעך אז עס האט אנגעמאכט א שטורעם און דער גראבער, אטענציע-הונגעריגער זיידע-קאנגרעסמאן פון סטעטן איילענד פיטער קינג, איז געלאפן צו די פרעסע אראפרייסן יונה׳לן פארן פארשעמען דעם טייוול!

מייק לי, סענאטאר פון יוטא, האט אבער אויפגעריסן אויף בעינאר. ער האט זיך באצויגן צו דאס וואס דער לעצטער האט געזאגט אז קרוז איז געווען די שווערסטע צו ארבעטן מיט זאגנדיג אז קרוז האט מיט אים אפשר אויסגעטוישט פינף ווערטער און ס׳נישטא קיין שום תירוץ פאר אזאנע ווילדע סטעיטמענטס. ער האט געזאגט אז ער איז אין שאק אז עס איז געקומען צו אזא שטיפע אבער ער האלט אז ס׳געקומען די צייט צו ׳עקספאוזען׳ (וועא״מ) די מינע מענטשן און ער האט פארלאנגט בעינאר זאל זיך אנטשולדיגן. עס איז געווען העכסט אינטערעסאנט אים צו הערן אזוי קאכן ווייל ער איז פון נאטור אויס א רואיגע, קילע מענטש.
אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4555
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 20, 2015 6:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן נון »

איך פארשטיי אינגאנצן נישט.

ווען קרוז האט איינמאל אנגערופן בעינער א ליגענער, האט ער צו הערן דערפון זיין גאנץ לעבן.

ווען בעינער הערט נישט אויף צו אנרופן קרוז מיט די ערגסטע, נידריגסטע נעמען, הערט מען נישט פון קיינעם אז ער דארף זיך אנטשולדיגן, און אז ער קומט זיך נישט דורך מיט מענטשן.


אההה... ער קומט זיך אדורך מיט אבאמא. יעצט פארשטיי איך.
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18244
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

קרוז האט ריספאנדעט אין א פרעסע קאנפערענץ אז ער האט נאך קיינמאל נישט גערעדט מיט בעינאר... בלויז ארום 5 מאל אריינגעבאמבט אין אים, און געגריסט א גוטן/גוד טו סי יו...

אזוי אויך זאגט ער אז ביים שאט דאון האט ער מיט מייק לי געשיקט אן אינוויטאציע צו בעינאר זיך אראפצוזעצן מיט זיי פארהאנדלען, בעינאר האט זיך אנטזאגט..
אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2652
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילכיגער »

לוסיפער אין פלעש מיינט נישט טייוול נאר פארקערט. הילל בן שחר טייטשן זיי לוסיפער. די כוונה איז ״די וועלט ליכטיגקייט פארקערפערט״ א סארקאסטיש וועג פון אים רופן אז ער האלט זיך ווי די ריינסטער
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.
אוועטאר
יואב בן צרויה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3290
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואב בן צרויה »

שוין א שטיק צייט נישט אפדעיטעד דא.

פרעזידענט אבאמא׳ס טאכטער איז פאטאגראפירט געווארן רייכערן דראגס מיט א גרופע חברטעס. די נייעז האט געמאכט א שטיקל שטורעם, אבער די לינקע פרעסע ארמיי האט זיך גראד געשטעלט באשיצן דאס קינד און אראפגעריסן סיי ווער עס האט געהאט א שלעכט ווארט צו זאגן מיט די אויסרייד אז זי איז בלויז א קינד. פארשטייצעך אז בוש׳ס קינדער האבן נישט באקומען אזאנע סערוויס. ימ״ש די מידיע.

---

טעד קרוז שטייט גאר שוואך קעגן א מעגליכע דעמאקראטישע סענאט קעגענער אין א פרישע אנקעטע. ער שטייט ביי א קארגע 30.6 צו זיין קעגענער׳ס 30.4 . 53 פראצענט טעקסעס רעפובליקאנער קוקן אים אן אומגינסטיג זינט ער האט זיך אנטזאגט צו אינדארסירן טראמפ. אויך זענען דא שמועסן פון מעגליכע פריימערי׳ס קעגן אים דורך עטליכע וועטעראן רעפובליקאנע עסטעבלישמענט קאנגרעסלייט. קרוז׳ס חורבן איז אז היינט גלייכט אים נישט סיי די עסטעבלישמענט און סיי די טראמפיסטישע-נאציאנאליסטישע פליגל פון די פארטיי, וואס מיינט אז ער האט נאר די הייפעלע ערנסטע קאנסערוואטיוון וועלכע זענען א מיעוט שאינו מצוי.
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9199
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

א עכטע שאד, אז אזא יונגע געלונגענע מענטש איז געווארען אזוי צוקלאפט אזוי יונג.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

ייש"כ יואב, כאף אז דו נעמסט זיך פאר יא ווייטער אפצודעיטן אפטער..
אוועטאר
יואב בן צרויה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3290
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואב בן צרויה »

נעבראסקע סענאטאר בען סעס דרייווט פאר אאבער. א סטודענט אין א יוניוועסיטי אין נעבראסקע האט זונטאג ארויסגעשיקט א סקרין-שאט פון זיין אאבער עפ ווי מען זעהט אז דער דרייווער רופט זיך ׳בענדזשאמין׳ באגלייט מיט א בילד פונעם סענאטאר.

רעפארטער און דזשורנאליסטן האבן צוערשט געמיינט אז דער סטודענט טרייבט ליצנות, אבער דער סענאטאר האט עס באשטעטיגט, זאגענדיג אז ער האט געדרייווט אסאך איינוואוינער דורכאויס דעם וויקענד.

סעס האט זיך באקאנט געמאכט די וואלן מיטן זיין פון די ערשטע רעפובליקאנער זיך ארויסצושטעלן קעגן טראמפ און זיך אנשליסן אין די נעווער טראמפ מאוומענט.

---

אין אן אינטערעסאנטע אויפדעקונג פארציילט מרת קעלי פון פאקס ניוז אז די לעצטע יאר האט איר פאמיליע זיך געדארפט ארומנעמען מיט סעקיוריטי צוליב די ווילדע העצע קעגן איר פונעם פרעזידענט עלעקט אין זיינע שטיצער. עס איז געגאנגען אזוי ווייט אז איינער פון די טראמפ קאמפיין לויערס האבן מרמז געווען אויף טוויטער אז דער עולם זאל איר הארגענען און א פארס באאמטער האט אים אנגערופן זאגן אז טאמער ווערט זי טאקע דערמארדערט וועט זיך עס גארנישט גוט אפרופן אויף זיין קאנדידאט. לויט ווי זי פארציילט האט דער לויער זיך נישט צו טון געמאכט.

די חידוש איז פארוואס עמיצער זאל וועלן בלייבן אין אמט ביי א פירמע וואס קען נאר ארויסברענגען די פאליטישע קאנסעקווענצן ווען איינער סטראשעט זייערס אן הויעכראנקיגער איינגעשטעלטער מיטן טויט. פאקס איז שוין אין אנהייב פעברואר אריין ׳אל-אין׳ פאר טראמפ, און ווי חידוש עס איז געווען דאן איז עס אין די ליכט פיל מער אומפארשטענדליך.

---

די פיליבאסטער פראגע איז צוריק. צו זאלן געווינער רעפובליקאנער געבן דעם ארויסגייענדן הערי ריעד צו קאסטן זיין אייגענע מעדעצין און אינגאנצן אפשאפן די געדאנק אדער זאלן זיי זיין איינגעהאלטן אין לאזן די פראצעדור ווי עס איז עס יעצט?

דער אלטער סענאטאר ארין העטש איז שארף דערקעגן. ער שרייט אז די פארטיי וועט זיך נאך אמאל צוריק טרעפן אין די מינאריטעט אין די פיליבאסטער איז די איינציגע באשיצונג דאן. ראנד פאול וויל זאגאר שוין ניצן די פיליבאסטער קעגן די פרעזידענט פון זיין אייגענע פארטיי!

טעד קרוז דערקעגן האלזט נישט אזוי די פראצעדור און זאגט היינט אז די פארטיי דארף טון אלעס, אריינגערעכענט אינגאנצן אפשאפן דעם פיליבאסטער סיסטעם, צו באשטעטיגן פרעזידענט עלעקט טראמפ׳ס אגענדע. סענאטאר ריטשורד בור האט דורכאויס די קאמפיין געזאגט ענליך.

לויט די פירערשאפט פון מעקאנעל ודעימיה (מעקעין, גרעהעם, קארקער) איז אבער שווער צו זעהן אז ער זאל אפי׳ פראבירן אראפצונעמען די פראצעדור. אפשר אז שומער מיט די דעמאקראטן וועלן שטארק שטערן א סופרים קאורט נאמיני וועט ער עס אוועקנעמען ביי נאמינאציעס, אבער ביי לעגיסלאטיווע קאנפליקטן איז שווער אים צו זעהן עס בכלל אויפברענגען פאר א וואוט.
אוועטאר
פאליק
שר ששת אלפים
תגובות: 6836
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אין אוועל אפיס ביי די גאלדענע טעפיך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליק »

#BREAKING: Ohio Rep. Tim Ryan announces he will challenge House Democratic leader Nancy Pelosi
https://t.co/6OZtrfIwim
אוועטאר
פרוביר אויך
שר האלפיים
תגובות: 2565
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרוביר אויך »

יואב thanks
אז יענער קען קענסטו אויך
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

פרוביר אויך האט געשריבן:יואב thanks
אוועטאר
פאליק
שר ששת אלפים
תגובות: 6836
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אין אוועל אפיס ביי די גאלדענע טעפיך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליק »

פאליק האט געשריבן:#BREAKING: Ohio Rep. Tim Ryan announces he will challenge House Democratic leader Nancy Pelosi
https://t.co/6OZtrfIwim
אטעטשמענטס
photo_2016-11-17_16-15-02.jpg
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18244
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

צום ערשטן מאל זייט דער שרעקליכער אטאקע 75 יאר צוריק אויפן מיליטערישע באזע אין פורל הארבער האט דער יאפאנעזער פרעמיער מיניסטער געמאלדן אז ער וועט קומען באזוכן אין צוויי וואכן דאס פלאץ צו צייגן איבערבעטונג און פרידן.

דער יאפאנעזער פירער זאגט אז ער האט באשלאסן אפצושטאטן דעם באזוך אלס אנערקענשאפט וואס דער אמעריקאנער פרעזידענט אבאמא האט אפגעשטאטעט זיין באזוך לעצטענס אין הארישימא.

דער פרעמיער מיניסטער 'שאנזי' האט ארויסגעלייגט א סטעיטמענט אין בעפארברייטונג צו זיין באזוך:

"President Obama's message for the world without nuclear upon his visit to Hiroshima was engraved in the heart of the Japanese people," he said.
"I will visit Pearl Harbor with President Obama. This will be a visit to soothe the souls of the victims. We should never repeat the ravages of the war."
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

ווי צו זאגן אז אמעריקע האט קודם געדארפט איבערבעטן... פאריקט!
אוועטאר
יואב בן צרויה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3290
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואב בן צרויה »

איך לייג אריין א זוך קווערי פאר ׳פוירל הארבאר׳ און איך טרעף דעיס: ויפתח את פי הגינגריטש!

זעהט אויס ווי דער איז שוין אינגאנצן צעקוטשקעט געווארן און היינט, גראדע שוין נעכטן, אינעם יארטאג פון די פוירל הארבאר אטאקעס, ״די טאג וואס [לעבט] אין שאנדע״, האט ער געטוויט צוויי טוויטס ארויסברענגענדיג די חכמה און געלונגענקייט פון די יאפאנעזער אז עס איז זיי געלונגען צו טון וואס זיי האבן געטון.

2,400 זעלנער זענען אומגעקומען יענעם שוידערליכן טאג.
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18244
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

יואב בן צרויה האט געשריבן:איך לייג אריין א זוך קווערי פאר ׳פוירל הארבאר׳ און איך טרעף דעיס: ויפתח את פי הגינגריטש!

זעהט אויס ווי דער איז שוין אינגאנצן צעקוטשקעט געווארן און היינט, גראדע שוין נעכטן, אינעם יארטאג פון די פוירל הארבאר אטאקעס, ״די טאג וואס [לעבט] אין שאנדע״, האט ער געטוויט צוויי טוויטס ארויסברענגענדיג די חכמה און געלונגענקייט פון די יאפאנעזער אז עס איז זיי געלונגען צו טון וואס זיי האבן געטון.

2,400 זעלנער זענען אומגעקומען יענעם שוידערליכן טאג.


75 years ago the Japanese displayed professional brilliance and technological power launching surprises from Hawaii to the Philippines

Japanese planning and trainng let them also carry out surprise attacks in Hong Kong and Malaysia.It was widest surprise attack in history
ha ha
שר חמישים ומאתים
תגובות: 492
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 18, 2016 9:12 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ha ha »

ווען גייט זיין די באזוך?
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18244
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

Dec. 26
ha ha
שר חמישים ומאתים
תגובות: 492
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 18, 2016 9:12 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ha ha »

שכוח.
אין וואס איז טאקע פשט אז אבאמא האט געדארפט גיין ערשט אין יאפאן???
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18244
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

טאקע נישט געדארפט
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10742
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

פארוואס גייט ער נישט זאגן חרטה ? דארט איז דאך יעדער מודא אז זיי זענען ניט גערעכט ???
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18244
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

'מעיגען קעלי' פאקס ניוז'ס האוסט פון די 'קעלי פייל' גייט אריבער צו נבס נייעס.
אוועטאר
געקלערט
שר חמש מאות
תגובות: 521
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2016 11:39 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געקלערט »

כאפצעם האט געשריבן:'מעיגען קעלי' פאקס ניוז'ס האוסט פון די 'קעלי פייל' גייט אריבער צו נבס נייעס.
נבס איז דאך ליבעראל זי איז דאך קאנסערוואטיוו?
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18244
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

געקלערט האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:'מעיגען קעלי' פאקס ניוז'ס האוסט פון די 'קעלי פייל' גייט אריבער צו נבס נייעס.
נבס איז דאך ליבעראל זי איז דאך קאנסערוואטיוו?

די השגה פון פארציילן נייעס לויט פארטייאישע ליניעס איז א פאקס ניוז פראטאקאל. קעלי איז טאקע אויסגעשטאנען אסאך קריטיק פון אירע פאקס ניוז קאלעגעס און קוקערס פארן זיין צו "אומפארטייאיש", יעצט האט זי באשלאסן גענוג געווען.
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”