היסטארישע בליזארד מאנטאג און דינסטאג בשלח תשע"ה

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 15904
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 06, 2011 9:23 am

היסטארישע בליזארד מאנטאג און דינסטאג בשלח תשע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ק.נ.א. וועטער »

נוי יארק סיטי איינוואוינער וועלכע האבן דערווייל נאכנישט באקומען מער ווי עטליכע אינטשעס שניי דעם ווינטער, קענען באקומען במשך די צוויי טעג פון מאנטאג און דינסטאג מער שניי וויפיל ס'פאלט אין א דורכשניטליכע גאנצע ווינטער סיזאן.

ס'קוקט אויס מער און מער אז א היסטארישע מאסיווע שניי קען באגראבן ריזיגע חלקים פון די מיד-אטאלאנטיק און נארט-איסט ראיאן אונטער עטליכע פיס שניי, אנגעפאנגען פון מארגן מאנטאג אלס א לייכטע שניי וואס וועט זיך זייער שטארק פארשטערקערן מארגן ביינאכט און אנהאלטן ביז דינסטאג ביינאכט, און מעגליך אפילו אז ס'קען נאך אנהאלטן ביז מיטוואך פארטאגס, היות די שטורעם וועט ארויפקומען די איסט קאוסט מיט זייער א שטייטע ספיד.

די נאציאנאלע וועטער סערוויס האט ארויסגעלייגט "ווינטער שטורעם וואטשעס" פאר גאנץ נוי דזשערזי, מזרח פענסעלוועניע, ארויף ביז מעין, אינקלודעד נוי יארק סיטי, וועסטשעסטער, ראקלענד, אראנדזש, אלסטער און סאליווען קאונטיס, פון מארגן 1:00 נאכמיטאג ביז דינסטאג ביינאכט חצות הלילה, ווי לויט די יעצטיגע שאצונגען פון די נאציאנאלע וועטער סערוויס קען פאלן 10 ביז 14 אינטשעס שניי, באגלייט מיט ווינטן פון 35 מייל א שעה.

מזרח און סענטראל לאנג איילענד איז אונטער א "בליזארד וואטש" ווי ס'קען פאלן 12 ביז 18 אינטשעס שניי מיט ווינטן פון איבער 50 מייל א שעה.

*

די סיבה פארוואס נוי יארק סיטי איז אונטער א "ווינטער שטורעם וואטש" און נישט אונטער א "בליזארד וואטש" איז צוליב וואס דערווייל האט די נאציאנאלע וועטער סערוויס נישט גענועג קאנפידענס אז די ווינטן וועלן זיין גענוג שטארק אין די סיטי אז ס'זאל קענען באצייכענט ווערן אלס בליזארד (ס'דארף זיין אנהאלטענדע ווינטן פון מינומים 35 מייל א שעה פאר מינומים 3 שעה אין א ציה), אבער ס'איז מעגליך אז היינט נאכמיטאג וועט די ווינטער שטורעם וואטש אין נוי יארק סיטי געאפגרעיט ווערן צו א בליזארד ווארענונג.

אזוי אויך האלט זיך די נאציאנאלע וועטער סערוויס דערווייל צוריק פון אריינשפרינגען גראד מיט די גאר הויכע נומערן פון 18 אינטשעס און ארויף, כאטשיג וואס אלע מעידזשער מאדלס ווייזן עס און זענען אייניג איינשטימיג דערמיט, היות ס'איז נאך אלס דא א מעגליכקייט אז די מאדלס וועלן אביסל נאכלאזן פון די עקסטרימע אמאונטס ווי 18 ביז 36 אינטשעס, אבער אויב במשך היינט וועלן די מאדלס אנהאלטן צו ווייזן די עקסטרימע נומערן, וועלן זיי גאנץ זיכער העכערן די אמאונטס היינט נאכמיטאג.
אוועטאר
גלגלשלג
שר חמש מאות
תגובות: 989
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 27, 2010 5:52 pm
לאקאציע: טיף באגראבען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלגלשלג »

שכוח קנא פאר די כסדר'דיגע אפדעיטס
"אדם יסודו מעפר וסופו לעפר" בינו לבינו איז גוט א טרינק בראנפן
אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 15904
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 06, 2011 9:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ק.נ.א. וועטער »

די יעצטיגע שאצונגען פון די נאציאנאלע וועטער סערוויס (וואס וועט ווארשיינליך געהעכערט ווערן היינט נאכמיטאג)

StormTotalSnowFcst (4).png




די יעצטיגע שאצונגען פון עקיו וועטער

650x366_01251230_hd20.jpg

650x366_01251248_hd26 (2) 8.jpg
אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 15904
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 06, 2011 9:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ק.נ.א. וועטער »

די יעצטיגע שאצונגען פון "די וועטער טשענעל (TWC)"
אטעטשמענטס
B8M4Y5aCUAE6cSX.png
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8617
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

א גרויסן דאנק ק.נ.א.

אגב, וואס איז פשט אז אלץ וועט די חילוק פון די פון/ביז שאצונג זיין פונקט די דאפלט/העלפט?
למשל, אויף שבת האסטו געזאגט 3 ביז 6, אויף מאנטאג-מיטוואך 18 ביז 36
ס'איז אינטערעסאנט ווייל מילא 3 ביז 6 איז א קליינע חילוק אבער 18 ביז 36??? :shock:
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8741
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

למעשה וואס איז מיט חדר/סקול, וועט נאך מאנטאג (לויטן וועטער) זיין חדר/סקול? אדער גיי מיר חוה"מ האלטן דא צוויי טעג?
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
גלגלשלג
שר חמש מאות
תגובות: 989
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 27, 2010 5:52 pm
לאקאציע: טיף באגראבען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלגלשלג »

מי יודע האט געשריבן:למעשה וואס איז מיט חדר/סקול, וועט נאך מאנטאג (לויטן וועטער) זיין חדר/סקול? אדער גיי מיר חוה"מ האלטן דא צוויי טעג?

"מי יודע"
"אדם יסודו מעפר וסופו לעפר" בינו לבינו איז גוט א טרינק בראנפן
אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 15904
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 06, 2011 9:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ק.נ.א. וועטער »

דזשאסט אין: די נאציאנאלע וועטער סערוויס האט ממש יעצט געאפגרעיט די "ווינטער שטורעם וואטש" אין נוי יארק סיטי און אזוי אויך אין וועסטשעסטער און ראקלענד קאונטיס צו א "בליזארד וואטש", און אויך געהעכערט די אפיצעלע שאצונג צו 1 ביז 2 פיס מיט ווינט גאסטס פון איבער 50 מייל א שעה.
כרם
שר האלף
תגובות: 1146
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2014 10:46 am
לאקאציע: ביים טאטען אין וויינגארטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כרם »

קנא דיינע מעסעדשעס פליען שוין ארום אויף וואטס עפפ
אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 15904
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 06, 2011 9:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ק.נ.א. וועטער »

B8NHDxKIIAAHJn_.png
פער בריסטאו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 13, 2013 8:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פער בריסטאו »

ישר כח קנא פאר דיינע געשמאקע באריכטען!
טענק יו פאר טשוזינג מעריאַט האוטעל
אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 15904
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 06, 2011 9:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ק.נ.א. וועטער »

HAZARD TYPES...HEAVY SNOW AND BLOWING SNOW...WITH BLIZZARD
CONDITIONS LIKELY.

* ACCUMULATIONS...SNOW ACCUMULATION OF 1 TO 2 FEET...WITH LOCALLY
HIGHER AMOUNTS POSSIBLE.

* WINDS...NORTH 20 TO 30 MPH WITH GUSTS UP TO 50 MPH.

* VISIBILITIES...ONE QUARTER MILE OR LESS AT TIMES.

* TEMPERATURES...IN THE LOWER 20S.

* TIMING...HEAVIEST SNOW AND STRONGEST WINDS WILL OCCUR
OVERNIGHT MONDAY INTO TUESDAY.

* IMPACTS...EXTREMELY DANGEROUS TRAVEL DUE TO HEAVY SNOWFALL AND
STRONG WINDS...WITH WHITEOUT CONDITIONS LIKELY. SECONDARY AND
TERTIARY ROADS MAY BECOME IMPASSABLE
. STRONG WINDS MAY DOWN
POWER LINES
AND TREE LIMBS.
אוועטאר
maybeeynot
שר חמשת אלפים
תגובות: 5474
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך maybeeynot »

שכח ק נ א פאר דיינע שטענדיגע בלויע ריפארטס
אוועטאר
kyshtiper
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4295
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 4:31 pm
לאקאציע: קרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך kyshtiper »

רבותי עטס קענטס ענק שוין אנגרייטן די שמות חומשים מיט די פאסיק'ס די קינדער גייען זיצן 2 טעג אינדערהיים

שכח ק.נ.א. פאר דיינע שטענדיגע רעפארטס!
דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס
(מיכאל שניטצלער - א נקודה'לע)
אוועטאר
טאטלע
שר האלף
תגובות: 1124
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 30, 2014 10:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאטלע »

kyshtiper האט געשריבן:רבותי עטס קענטס ענק שוין אנגרייטן די שמות חומשים מיט די פאסיק'ס די קינדער גייען זיצן 2 טעג אינדערהיים

משפטים :lol: :lol: :lol: :lol:
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

א שיינע פרילינג וועטער היינט, אין ברוקלין איז שוין 41°

#שטולקייט פארן שטורעם
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
אוועטאר
גלגלשלג
שר חמש מאות
תגובות: 989
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 27, 2010 5:52 pm
לאקאציע: טיף באגראבען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלגלשלג »

זאכליך האט געשריבן:א שיינע פרילינג וועטער היינט, אין ברוקלין איז שוין 41°

#שטולקייט פארן שטורעם

ס'גייט ארויף
שוין 42
"אדם יסודו מעפר וסופו לעפר" בינו לבינו איז גוט א טרינק בראנפן
אוועטאר
אויסערן מיניסטער
שר האלף
תגובות: 1219
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 03, 2014 9:19 pm
לאקאציע: מיר האבן רעזיגנירט אונטער ביידן!...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסערן מיניסטער »

איינער האלט מיט וואס דא גייט פאר? לעצטע וואך האט קנא געשריבן א גאר שיינע באריכט, אז אפילו די ווינטער איז נישט געפאלן צופיל שניי קען עס נאך ארויסגיין מיט א גרעסערע אמאונט שניי ווי א געווענליכע יאר.
וואס ווי עס קוקט אויס גייט קנא זיין גאר שטארק גערעכט דערמיט.
נעכטן נאכט האט קנא גערעדט פון א 1-2 פיס שניי, די אפיציעלע אמאונטס פון די לאקאלע ווארנונג צענטערן איז געווען 12-14 און ארום, און יעצט האבן זיי "געאפגרעיד" צו 1-2 פיס.
אזויווי קנא האט געזאגט!!
דיס איז אנבעליוועבל, קנא די וועי טו גא
די ווינדער פון די נאטור מה רבו מעשיך ה'
אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 15904
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 06, 2011 9:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ק.נ.א. וועטער »

גלגלשלג האט געשריבן:
זאכליך האט געשריבן:א שיינע פרילינג וועטער היינט, אין ברוקלין איז שוין 41°

#שטולקייט פארן שטורעם

ס'גייט ארויף
שוין 42

ס'האט שוין ווארשיינליך דערגרייכט די קלימאקס, ס'גייט שוין אנהייבן אראפצוגיין די נעקסטע שעה בערך.

יעצט קומט אראפ א פרישע סופליי פון קאלטע לופט, איינע פון די הויפט אינגרידיענס פונעם רעסעפי פארן בליזארד.
אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 15904
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 06, 2011 9:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ק.נ.א. וועטער »

די "קינג" מאדל ECMWF (יורא) וועלכע האט די ערשטע אויפגעפיקט די בליזארד - און אלע אנדערע מאדלס זענען צוביסלעך נאכגעטאנצן, קומט יעצט אריין מיט א פרישע ראן, עמיר זעהן ביז אפאר מינוט וואס ס'ווייזט (די לעצטע ראן פון נעכטן נאכט האט געוויזן 2 ביז 3 פיס אין די נוי יארק סיטי מעטרא עריע).
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

יישר כוח קנא הערליכע באריכטן.

עפעס זאגט מיר אז ס'גייט זיך אויסלאזן א בוידעם. יעדעס מאל מ'גרייט זיך ווערט עס צובלאזן און ווען מ'גרייט זיך נישט קומט א גוטס.
אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 15904
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 06, 2011 9:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ק.נ.א. וועטער »

געלעגער האט געשריבן:יישר כוח קנא הערליכע באריכטן.

עפעס זאגט מיר אז ס'גייט זיך אויסלאזן א בוידעם. יעדעס מאל מ'גרייט זיך ווערט עס צובלאזן און ווען מ'גרייט זיך נישט קומט א גוטס.

קענסט די מעשה פונעם וואלף?

איינמאל ס'קומט שוין יא עפעס א גוטס גלייבט מען שוין נישט :wink:
אוועטאר
מצב כללי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4759
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצב כללי »

געלעגער האט געשריבן:יישר כוח קנא הערליכע באריכטן.

עפעס זאגט מיר אז ס'גייט זיך אויסלאזן א בוידעם. יעדעס מאל מ'גרייט זיך ווערט עס צובלאזן און ווען מ'גרייט זיך נישט קומט א גוטס.


די יעצטיגע שניי איז אומצוגעגרייט, מען איז נעכטן געוואויר געווארן אז עס קומט מארגן 2 פיס שניי.
אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 15904
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 06, 2011 9:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ק.נ.א. וועטער »

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:די "קינג" מאדל ECMWF (יורא) וועלכע האט די ערשטע אויפגעפיקט די בליזארד - און אלע אנדערע מאדלס זענען צוביסלעך נאכגעטאנצן, קומט יעצט אריין מיט א פרישע ראן, עמיר זעהן ביז אפאר מינוט וואס ס'ווייזט (די לעצטע ראן פון נעכטן נאכט האט געוויזן 2 ביז 3 פיס אין די נוי יארק סיטי מעטרא עריע).

יאפס! די יורא מאדל האלט ווייטער אן מיט די 2 ביז 3 פיס שניי איידיע!

מ'קען ערווארטן אז די בליזארד וואטשעס וועלן געאפגרעיד ווערן צו בליזארד ווארענונגען שפעטער היינט נאכמיטאג.
אוועטאר
חברותה
שר חמש מאות
תגובות: 972
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 29, 2010 1:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חברותה »

יישר כוח קנא פאר די הערליכע באריכטן.
איך שיק ארום דיינע באריכטן, פארשטייט זיך מיט א גרויסן שכוח פאר קנא פון אייוועלט.קאם.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע נייעס”