2 פאליציאנטן דערשאסן אין וויליאמסבורג שבת חנוכה תשע"ה

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19985
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » זונטאג דעצמבער 21, 2014 2:03 pm

געלעגער האט געשריבן:חילי זאגסט גוט אבער איך האלט נישט אז דאס איז געווען א פלאן אלס פלאן אויס אדער פשוט אן איינזאמע שריט פון א צופידעלטע פארשוין וואס אויב דאס איז די קעיס האט דאס גארנישט מיט די א"א געמיינדע.

העצע איז די שליסעל.

היטלער ימ"ש האט גענומען א גאנץ פאלק - אפיציעל די פארגעשריטענסטע און מערסט מאדערענעם אין די וועלט - און זיי פארוואנדעלט אין די גרעסטע פארברעכער אין די היסטאריע פון די וועלט.

די פראבלעם איז נישט דאס שיסן, דאס קען טאקע זיין אז דאס איז א יחיד, די פראבלעם איז די אפריקאנער-אמעריקאנער פירערשאפט, די על שארפטאנ'ס אין זיינע שותפים וואס העצן די געמיינדע, און די רעזאלטאטען זענען די שיסעריי.

סא מיין מעסעדזש איז טאקע בעיקר צו די פירערשאפט זייערע.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

סראלי
שר ששת אלפים
תגובות: 6104
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 02, 2014 11:22 am
לאקאציע: אין די טריי סטעיט עריע

תגובהדורך סראלי » זונטאג דעצמבער 21, 2014 2:04 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:
געלעגער האט געשריבן:חילי זאגסט גוט אבער איך האלט נישט אז דאס איז געווען א פלאן אלס פלאן אויס אדער פשוט אן איינזאמע שריט פון א צופידעלטע פארשוין וואס אויב דאס איז די קעיס האט דאס גארנישט מיט די א"א געמיינדע.

העצע איז די שליסעל.

היטלער ימ"ש האט גענומען א גאנץ פאלק - אפיציעל די פארגעשריטענסטע און מערסט מאדערענעם אין די וועלט - און זיי פארוואנדעלט אין די גרעסטע פארברעכער אין די היסטאריע פון די וועלט.

די פראבלעם איז נישט דאס שיסן, דאס קען טאקע זיין אז דאס איז א יחיד, די פראבלעם איז די אפריקאנער-אמעריקאנער פירערשאפט, די על שארפטאנ'ס אין זיינע שותפים וואס העצן די געמיינדע, און די רעזאלטאטען זענען די שיסעריי.

סא מיין מעסעדזש איז טאקע בעיקר צו די פירערשאפט זייערע.


לאמיר האפן אז דיין מעסעדזש זאל גוט דערהערט ווערן אין צייט...
ישראל אשר בך אתפאר

אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3789
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 27, 2011 1:05 pm

תגובהדורך סביב העולם » זונטאג דעצמבער 21, 2014 2:05 pm

סראלי האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:
געלעגער האט געשריבן:חילי זאגסט גוט אבער איך האלט נישט אז דאס איז געווען א פלאן אלס פלאן אויס אדער פשוט אן איינזאמע שריט פון א צופידעלטע פארשוין וואס אויב דאס איז די קעיס האט דאס גארנישט מיט די א"א געמיינדע.

העצע איז די שליסעל.

היטלער ימ"ש האט גענומען א גאנץ פאלק - אפיציעל די פארגעשריטענסטע און מערסט מאדערענעם אין די וועלט - און זיי פארוואנדעלט אין די גרעסטע פארברעכער אין די היסטאריע פון די וועלט.

די פראבלעם איז נישט דאס שיסן, דאס קען טאקע זיין אז דאס איז א יחיד, די פראבלעם איז די אפריקאנער-אמעריקאנער פירערשאפט, די על שארפטאנ'ס אין זיינע שותפים וואס העצן די געמיינדע, און די רעזאלטאטען זענען די שיסעריי.

סא מיין מעסעדזש איז טאקע בעיקר צו די פירערשאפט זייערע.


לאמיר האפן אז דיין מעסעדזש זאל גוט דערהערט ווערן אין צייט...
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער

אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2827
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע: רעסט עריע

תגובהדורך צום זאך » זונטאג דעצמבער 21, 2014 2:08 pm

פון וועלכע פאלק שטאמען די צוויי געשאסענע פאליציי?

אוועטאר
יידישע קהילות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3937
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

לינטש פאר מעיאר

תגובהדורך יידישע קהילות » זונטאג דעצמבער 21, 2014 2:11 pm

בין איך דער ערשטער?
איך טוה דא נאמינירן פעט לינטש אלס דער צוקמטיגער מעיאר פון ניו יארק סיטי.
ווער שטימט מיט?
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4267
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

תגובהדורך גערעכטער » זונטאג דעצמבער 21, 2014 2:12 pm

גערעכטער האט געשריבן:אהא. סא איי פלי דזע 'פיפט'...

אבער לגבי דינקינס... כ'מיין דבלאזיא איז קלאר אז זיין סטעיטמענט צו קלאפן די שווארצע אין די ריקן ווי צו זאגן (אומדערעקט..) 'קיפ אפ יאר גוד ווארק,' אפגעזען צו ס'האט געהאט א נעגאטיוו אוטקאם צו נישט, איז א עוולה וואס דארף פארשריגן ווערן, און יא די פאליציי מעג זיין בייז, טינק אבאוט ווען 'חברה שומרים' וואלט געווען אויפן פלאץ פון דער פאליציי, און דער מעיאר וואלט דאס געזאגט... דוב הייקינד: 'איטס אן אקסעפטעבל'. גרינפעלד: דע מעיאר שאד עפאלעדשייז, ועוד..

חלאבי
שר מאה
תגובות: 196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 12:56 am

תגובהדורך חלאבי » זונטאג דעצמבער 21, 2014 2:14 pm

צום זאך האט געשריבן:פון וועלכע פאלק שטאמען די צוויי געשאסענע פאליציי?

Asian and Hispanic
לעצט פאראכטן דורך חלאבי אום זונטאג דעצמבער 21, 2014 2:26 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2596
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

תגובהדורך מילכיגער » זונטאג דעצמבער 21, 2014 2:15 pm

אבערוואס. ווי ביזטו מדמה. דינקינס האט אפיציעל געלאזט די חברה פאגראמירן קעגן אידן בשעת ער האט סה"כ באשטעטיגט א פאקט אז שווארצע פילן זיך באקריוודעט.
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.

יעקב צוקערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 703
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 05, 2014 1:27 pm

תגובהדורך יעקב צוקערמאן » זונטאג דעצמבער 21, 2014 2:25 pm

מילכיגער האט געשריבן:די היציגע תגובות דא זענען נאר מער פרוף אז איך בין גערעכט.

יעדער איינציגער איד וואס וואוינט אין ברוקלין האט שוין אויף זיין אייגענע (אדער נאנטע באקאנטע) בייגעוואוינט די פראפעסיאנליטעט פון די פאליציי. יעדער ווייסט אז ליגנט איז ניט קיין פראבלעם ביי זיי און וויפל רעספעקט זיי האבן צו פעללא היומענס. טאמער זענען די געפילן אזוי אידעטיפיצירט מיט די פאליציי אזש מ'נוצט דא די אלע שיינע פראזן און לשונות קעגן בלאזיא פאר די "חוצפה" פון זאגן דעם אמת (שוין נישט רעדנדיג וויזוי איך בין דא אטאקירט געווארן מיט א ראסיסטישן אויסדרוק...) איז דאס א פרוף אויף ווי ווייט די ויתערבו בגויים רעכטע געפילן זענען אריין אין קאפ!

און נאכאמאל. איך האב פריער מודה געווען אז פאליטיש גייט בלאזיע אויף א צוקער שטריק. ער מעג זיין גערעכט ביז מארגן אבער טאמער די מהלך זיינע וועט זיך נישט אויסארבייטן וועט ער זיין א דורכפאל. ונזכה ונראה. ממילא א שמועס ווי מ'שמועסט אויס די פאליטישע אספעקטן פון וואס ס'גייט פאר פון ביידע זייטן איז זייער אינטערעסאנט. מיין קאנפלעין (ווי אייביג לעצטנס אין די פעלער) איז אך ורק אויף די אינסטינקט און די קלארע געפילישע אידענטיפיקאציע מיט איין צד אזש מ'זאגט נאך יענעמ'ס צוהיצטע רעטאריק אן באמערקן ווי נאריש ס'איז און מ'פארשרייט גאר דעם וואס ברענגט ארויס א אנדערע זייט.


איך האלט 100 פראצענט מיט מילכיגער, קודאס פאר דעבלאזיא פאר'ן אביסל אריינפראקן אין די פאליסלייט, צי עס איז פאליטיש אויסגעהאלטן? אוודאי נישט, אבער דאס התהלבות וואס פארמעקט, ליינטזשע מוחל איבער סעיף ו' פונעם תקנת המקום אויפ'ן סייט ווייזן ארויס פאר די פאליסלייט איז אינטערסאנט, מילד גערעדט. וואס זאל מען טאן, אסאך מענטשן האבן אנשטאט פארמעקט כנ"ל

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19985
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » זונטאג דעצמבער 21, 2014 2:26 pm

מיליכיגער, לאמיר בעסער פארשטיין.

דו זאגסט עטליכע זאכען, איינס בנוגע דער וואס איז דערשטיקט געווארן, צוויי בנוגע די ריס צווישען די פאליציי און די מעיאר, און דריטענס וויאזוי מיר - היימישע אידן - נעמען א צד.

דו האלסט אז דער איז דערשטיקט געווארן אימזינסט. און דו האלטס אז ראסע האט געשפילט א ראלע אפשר. פארשטיי איך נישט פארוואס דו האלסט אזוי. די מעטאדע פון "טשאוק-האלד" איז א געהעריגע אנגענומענע מהלך פון די פאליציי צו באקומען א אויבערהאנט אויף א פארברעכער. עס איז נישט געמאכט צו דערשטיקן. דאס אז די פאליציי איז ערלויבט עס צו טאן, מוז זיין אז עס איז נישט כדאי להמית אין געווענדליכע פעלער. דא איז דאך געווען א אויסנאם, אז יענער איז געווען קראנק, מיט עטליכע סארט מחלות, און ממילא איז ער געשטארבן, פארוואס רופסטו עס א רציחה? קאלטבליטיג? וכו'. דא קומט נישט אריין צו די פאליציי זענען יא אדער נישט קיין ראסיסטן, ווייל אפי' זיי זענען יא, איז דאך דא נישט געטאן געווארן עפעס וואס האט געקענט קומען פון ראסיזעם, נאר א געהעריגע פראוצעדור.

די נעקסטע נקודה. ווען די ריס וואלט יעצט געשען, קען זיין האסט א פוינט. אבער - ווי דו שרייבסט - איז דיבלאזיא געלאפן מיט א אנטיי-פאליציי פלאטפארמע. אויפהערן סטאפ ענד פריסק וכדו'. און ביי די פרשה פונעם דערשטיקען, האט ער זיך נישט בלויז "נישט אנגענומען" פאר די פאליציי, נאר פארקערט זיך אנגענומען פאר די געהארגעטן.

יעצט איז אזוי, די מעיאר איז ערוועלט געווארן נישט אויף צו "האלטען די פילינגס" פון די איינוואוינער, זיין ארבייט איז פירן די שטאט. און איינע פון די וויכטיגסטע טולס וואס ער האט אין די געביט, איז די פאליציי. זיי זענען זיינע ארבייטער, און ער ברויך זיין אויף זייער זייט.

וואס הייסט זיין אויף זייער זייט? אז אויב איז דא א ספק ווער עס איז גערעכט, ברויך ער אלס זיין אויף די זייט פון די פאליציי, ער מוז זיי דעקן וויפיל ער קען. ווייל זיי ארבייטען פאר אים, און ער איז אנגעוויזען אויף זיי. אפי' עס קוקט אויס א ביסעלע "איינזייטיג" צו די פאליציי'ס זייט, אבער אזוי גייט עס. אבאמא וועט "דעקן" זיינע קאבינעט מיניסטארן, די ריפאבליקענס וועלן דעקן זייער פירערשאפט אא"וו. ווייל אויב די "אייגענע" וועלן נישט דעקן, ווער וועט זיי דעקן?

סא נאכן לויפן אויף די פלאטפורם - איינציצוימען די פאליציי - און נאכדעם טאן אזוי למעשה, איז זייער פארשטענדליך די פאליציי'שע אויפברויז. און אויב האבן זיי געשריגן אז וויבאלד ער האט זיך נישט אנגענומען פאר זיי געהעריג, וועט עס גורם זיין אז די אפריקאנער- אמעריקאנער באפעלקערונג וועט באקומען מוט און חיזוק צו ווילדעווען ווייטער, און דיבלאזיא האט נישט געשפירט פאר וויכטיג צו "באלאנצירן" זיין מעסעדזש, איז זייער פארשטענדליך די אויפברויז.

די דריטע נקודה - דיין עיקר נקודה - האט דאך קיכל גוט ארויסגעברענגט. פארשטייט זיך אז ווען עס איז די פאליציי קעגן איינעם וואס האט סימפאטיע ביים פאלק וועט מען זיך אננעמען פארן באקרידיוועטן. אבער אויב איז עס קעגן אזעלעכע וואס זיי אליין ארבייטן מיט אלע כוחות אופצורעגן די מענטשען, וועט מען זיך אנעמען פאר די פאליציי. למעשה פון די פאליציי - כאטש זיי האבן א נעגעטיווע זייט, ווי דו האסט ארויסגעברענגט - אבער, האבן זיי א פאזעטיווע זייט אויך, זיי קען מען רופן ווען עס געשענט א פארברעך, זיי פארן ארום אין די שטאט, און מאכען אן אטמאספער פון "זיכערקייט" וכו' וכו'. אבער די פארברעכער, וואס מען האט נאר צרות פון זיי, פארוואס זאל זיך איינער אננעמען פאר זיי? נאך דערצו קעגן די פאליציי?
לעצט פאראכטן דורך לכתחילה אריבער אום זונטאג דעצמבער 21, 2014 2:31 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
AHA
שר האלפיים
תגובות: 2008
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 30, 2011 6:14 pm
לאקאציע: בין פטיש לסדין

תגובהדורך AHA » זונטאג דעצמבער 21, 2014 2:27 pm

1 און 2 האבען א נטויה לאמת.
נאמבער 3 איז נישט אמת.
נאמבער פיהר איז די עכטע אמת, די פיפטע איז נאר גיט צו דעבאטירען אבער 4 וועגט דאס איבער און אזוי האלטען רוב איהרע דא.

און ווייל דו האלטסט פונעף אדער א זעקסטע וואס דו שרייבסט נישט באשולדיגסטו דא יעדן מיט דריי וואס איז זייער נישט ריכטיג.
איך גלייב אז אלעס וואס דער באשעפער טוהט איז נאר גוט. בעטן בעט איך אז הראינו השם את חסדיך אפו' מיין באגרעניצטע מוח אין פליישיגע זאל דאס אויך זעהן.

אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3789
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 27, 2011 1:05 pm

תגובהדורך סביב העולם » זונטאג דעצמבער 21, 2014 2:29 pm

ואחר חילי אין כלום
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער

יעקב צוקערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 703
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 05, 2014 1:27 pm

תגובהדורך יעקב צוקערמאן » זונטאג דעצמבער 21, 2014 2:29 pm

מילכיגער האט געשריבן:אייער קיכל איך פארשטיי וואס דו זאגסט אבער ווי ענדיגט זיך די לאגיק?

זאגסט אזוי. די פאליציי האט דערשטיקט איינעם על לא חמס בכפו און געווארן פרייגעשפראכן בשעת ציווילע בירגער (און ווער רעדט נאך טאמער איז ער פון די "געמיינדעס") וואלטן פאר דעם געפוילט אין רייקערס. דער מעיאר האט נישט געזאגט אז די פאליציי איז גערעכט (אויך נישט פארקערט גראדע, אבער גענוג חוצפה אז ער האט נישט געזאגט אז זיי זענען גערעכט) און ער האט נאך דערצו אנערקענט דעם פשוט'ן אמת'ן פאקט אז שווארצע פילן זיך מיט רעכט געצילט דורך די פאליציי (א פאקט וואס קאנסערוואטיוון זענען אויך מודה ווענגלייך זיי בלעמען אין דעם אויך די שווארצע...) און ממילא דארפן ביידע זייטן זיך פארשטיין בלא בלא. די פאליציי יוניאן ווערט שרעקליך אויפגעברויזט און ווארפט א טענטראם מיט שרעקליכע העצערישע לשונות אז די פאליציי בלוט איז אויפן מעיאר האנט און סטראשעט מיטן נישט טון זייערע פליכטן. ע"כ המעשה דערווייל.

איך קען זען א מהלך וויזוי א נארמאלע מענטש בינינו האלט אז די פאליציי איז גערעכט.

1)אדער ווייל ער האלט אז זיי זענען בעצם גערעכט און זיי דארפן האבן אומגעצוימטע פאוער צו שיסן און שטיקן וועם זיי ווילן אן גיבן קיין דין וחשבון (און אסאך האלטן אזוי!) ווייל דאס גייט אריין אין אזוי גערופענעם מוראה של פארברעכערס, אופס סארי... מלכות,

2) אדער ווייל ער האלט טאקע אז בעצם איז טאקע יעדער פון די "געמיינדעס" בחזקת פארברעכער און פארפאלן, זיי צו צוימען מוז מען צוקומען צו די מיני מעטאדן, אפילו נישט אזוי כשר.

3) ווייל ער איז א רעכטער, אפגעזען וויפל ער האט אליינס צוגעזען פאליציאנטן משקר זיין און שעדיגן אומשולדיגע מענטשן מוז ער אבער זיין פרא-פאליציי און אנטע שווארץ (כעי' די בחינה פון זיין פאליטיש רעכט בשעת'ן נעמען אלע פראגראמען ויש לחלק בדוחק וצ"ע למעשה)

4) אפילו זיי זענען נישט גערעכט זענען זיי נאך אלס גערעכט. וויבאלד למעשה זענען זיי אונזערע באשיצער (בעז"ה) מוז מען זיך בלית ברירה רעכענען נאר מיט זייערע געפילן.

איך בין מציע א פיפטע מהלך. נישט צו האבן קיין סימפאטיע צו קיינעם. האלטן די פאליציי ווי אונזערע איינגעשטעלטע וואס באשיצן אונז פון פארברעכן און צו די זעלבע צייט פול מיט פארפוילטע עפל וואס דארפן אויסגעראטן ווערן צוזאמען מיט די פארברעכער פון אלע ראסן אין שיכטן. יעדע פארברעכן וואס קומט פאר, פון שיסן א פאליציאנט ביז דערשטיקן א בחור וואס פארקויפט ציגרעטעלעך אין ישיבה (סארי, אין פארק) דארף ארויסברענגען אייניגע אפשיי. די פארזוכן פון יעדע זייט צו פאליטיזירן טראגעדיעס דארפן אייניג פארדאמט ווערן, אפגעזען צו מ'רעדט פון שווארצע פארפירער וואס רייצן אן די געמיטער פון די שווארצע קעגן די פאליציי צו יוניאן פירער וואס רייצן אן די פאליציי קעגן דעם מעיאר. טאמער דאס מאכט מיר פאר א ליבעראל סא בי איט!


מילכיגער A1, איך בין דא אביסל ניי, וויאזוי גיבט מען א לייק. לאמיר טרייען, אפשר אזוי... ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-

יעקב צוקערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 703
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 05, 2014 1:27 pm

תגובהדורך יעקב צוקערמאן » זונטאג דעצמבער 21, 2014 2:32 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:
געלעגער האט געשריבן:חילי זאגסט גוט אבער איך האלט נישט אז דאס איז געווען א פלאן אלס פלאן אויס אדער פשוט אן איינזאמע שריט פון א צופידעלטע פארשוין וואס אויב דאס איז די קעיס האט דאס גארנישט מיט די א"א געמיינדע.

העצע איז די שליסעל.

היטלער ימ"ש האט גענומען א גאנץ פאלק - אפיציעל די פארגעשריטענסטע און מערסט מאדערענעם אין די וועלט - און זיי פארוואנדעלט אין די גרעסטע פארברעכער אין די היסטאריע פון די וועלט.

די פראבלעם איז נישט דאס שיסן, דאס קען טאקע זיין אז דאס איז א יחיד, די פראבלעם איז די אפריקאנער-אמעריקאנער פירערשאפט, די על שארפטאנ'ס אין זיינע שותפים וואס העצן די געמיינדע, און די רעזאלטאטען זענען די שיסעריי.

סא מיין מעסעדזש איז טאקע בעיקר צו די פירערשאפט זייערע.

לכתחלה אריבער, כ'פארשטיי באמת נישט וואס דו מיינסט, דו מיינסט צו פארגלייכן די שווארצע צו היטלער ימש"ו, אדער די מאכט הונגעריגע מטורפ'דיגע פאליס רוצחים וועלכע האלטן לכתחלה אז זיי מעגן שיסן און שטיקן מענטשן פאר'ן קלענסטן פראוואקאציע, דוכט זיך אז יעדער מיט אן אונס שכל אין קאפ קען גרינגער ציען א פאראלעל פון היטלער'ס עס. עס. ברוינע העמעדלעך און געסטאפאו און דעם אויפפירונג פון מאנכע פאליסלייט, ווי איידער צו די שווארצע.

אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2596
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

תגובהדורך מילכיגער » זונטאג דעצמבער 21, 2014 2:42 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:מיליכיגער, לאמיר בעסער פארשטיין.

דו זאגסט עטליכע זאכען, איינס בנוגע דער וואס איז דערשטיקט געווארן, צוויי בנוגע די ריס צווישען די פאליציי און די מעיאר, און דריטענס וויאזוי מיר - היימישע אידן - נעמען א צד.

דו האלסט אז דער איז דערשטיקט געווארן אימזינסט. און דו האלטס אז ראסע האט געשפילט א ראלע אפשר. פארשטיי איך נישט פארוואס דו האלסט אזוי. די מעטאדע פון "טשאוק-האלד" איז א געהעריגע אנגענומענע מהלך פון די פאליציי צו באקומען א אויבערהאנט אויף א פארברעכער. עס איז נישט געמאכט צו דערשטיקן. דאס אז די פאליציי איז ערלויבט עס צו טאן, מוז זיין אז עס איז נישט כדאי להמית אין געווענדליכע פעלער. דא איז דאך געווען א אויסנאם, אז יענער איז געווען קראנק, מיט עטליכע סארט מחלות, און ממילא איז ער געשטארבן, פארוואס רופסטו עס א רציחה? קאלטבליטיג? וכו'. דא קומט נישט אריין צו די פאליציי זענען יא אדער נישט קיין ראסיסטן, ווייל אפי' זיי זענען יא, איז דאך דא נישט געטאן געווארן עפעס וואס האט געקענט קומען פון ראסיזעם, נאר א געהעריגע פראוצעדור.

טשאק האלד איז נישט קיין באשטעטיגטע מהלך און דער אפיסער גייט נאך דורכגיין דיסציפלין פארן עס נוצן (וויזוי די דיסציפלין גייט זיך ענדיגן איז יעדעמס געס...). די עקזעמינער האט דאס גערולט אלס מערדעריי און בלי שום ספק אז ווען א ציווילער בירגער טוט עס וואלט ער געהייסן א מערדער. ווער ס'קוקט דעם ווידיא קען אליינס באשליסן פון וואס ער איז געשטארבן און מ'דארף אפילו נישט קיין מעדיקל עקזעמינער עס צו באשטעטיגן. דאס אז ער איז נישט אנגעקלאגט געווארן האט אויפגעברויזט אפילו רעכטע ווי דו געדענקסט.

ראסע קומט נישט אריין ספעציפיש דארט חוץ אז ער איז געמארדעט געווארן דורך א ווייסן בשעת א ארעסט פאר דעם בחור'ישן חטא פון פארקויפן ציגרעטלעך, און די אמבולאנס האט אים נישט געהעריג באהאנדלט. קומענדיג נאך פארגוסאן און נאך איז די ראסע בע"כ אריינגעקומען אין בילד.
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.

אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2596
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

תגובהדורך מילכיגער » זונטאג דעצמבער 21, 2014 2:47 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:מיליכיגער, לאמיר בעסער פארשטיין.

די נעקסטע נקודה. ווען די ריס וואלט יעצט געשען, קען זיין האסט א פוינט. אבער - ווי דו שרייבסט - איז דיבלאזיא געלאפן מיט א אנטיי-פאליציי פלאטפארמע. אויפהערן סטאפ ענד פריסק וכדו'. און ביי די פרשה פונעם דערשטיקען, האט ער זיך נישט בלויז "נישט אנגענומען" פאר די פאליציי, נאר פארקערט זיך אנגענומען פאר די געהארגעטן.

איך געדענק נישט אזוי. לפי זכרוני האט ער באקלאגט די טראגעדיע פון א מענטש וואס איז בטעות געשטארבן און נישט געוואלט זיך אויסדרוקן איבער זיין מיינונג אויך די (חוכא ואטלולא) גרענד זשורי באשלוס. ער האט נישט פארדאמט דעם פאליציאנט. קען זיין מיין זכרון נארט מיר אבער אזוי געדענק איך.

דרך אגב. געדענקסט ווען ס'געווען א דבר ברור ביי יעדעם דא אז די סטאפ ענ פריסק פאליסי גייט גורם זיין פארברעכן ארויפצוגיין? למעשה איז פארברעכן אראפ... אבער דאס איז שוין א עסקטערע שמועס.
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.

יעקב צוקערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 703
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 05, 2014 1:27 pm

פאליס דארף רעספעקטירן געמיינדע

תגובהדורך יעקב צוקערמאן » זונטאג דעצמבער 21, 2014 2:48 pm

אין די פרעסע איז היינט אראפגעברענגט געווארן אן אינטערסאנטן שמועס וואס דער געוועזענער פרעזידענט ביל קלינטאן האט געהאט מיט א הויכראנגיקן באאמטן פון די לאס אנדזשעלעס פאליס דעפארטמענט. עס איז אויפגעברענגט געווארן אן אינטערסאנטן פונקט, צוויי טעג נאך די מייקל בראון געשיכטע איז פארגעקומען ממש אן ענליכעס אין לאס אנדזשעלעס, א שווארצער גייסטיש אומסטאבילער פארשוין איז דערשאסן געווארן דורך ווייסע פאליסלייט אונטער פארדעכטיגטע אומשטענדן, פאליס זאגט זייערס און עדות זאגן זייערס. ממש א קאפיע פונעם געשיכטע אין פורגעסאן, מיזורי.
פרעגט זיך די פראגע, פארוואס האט אין לאס אנדזשעלעס נישט אויסגעבראכן ראיאטן, דארטן איז דא גענוג און נאך שווארצע, און דארטן איז דאך אין 92' פארגעקומען די מאסיווע ראדני קינג ראיאטן, באמת א שטארקע פראגע.
ענטפערט דער דארטיגער פאליס פירער, עס איז גאנץ פשוט, מען האט אויפגעבויט די באציאונגען מיט די באפעלקערונג, די באפעלקערונג שפירט אז מען רעספעקטירט זיי, עס איז גאר אן אנדערער אטמאספערע, ממילא האט מען צוטרוי אין די פאליס און מען גלויבט אז אויב זיי האבן דעם פארשוין דערשאסן איז דאס טאקע געווען באין ברירה.
איך שרייב גאר בקיצור, אבער דער פונקט פונעם געשיכטע איז א געוואלדיגע.
דעריבער, די וואס מיינען אז דער איינציגסטער וועג צו באהאנדלען אזא סיטואציע ווי דאהי אין ניו יארק איז דורך פאליסלייט בוליס וואס פירן זיך צו מענטשן (ווייסע, שווארצע, פארברעכער און אומשולדיגע) ווי צו חיות, און אז עס איז נישטא קיין אנדערער אויסוועג, זאלן מוחל זיין אביסל שטודירן לאס אנדזשעלעס.
גראדע, אז מען רעדט פון דעם ענין, איר ווייסט די ניו יארק פאליסלייט ווערן גערופן די פיינעסט, עס איז אבער דא נאך חשובערעס אין ניו יארק סיטי, דאס זענען די טורמע וועכטער, זיי רופן זיך די געוואגסטע און בראווסטע, פאריגע וואך האט דער פעדעראלער יוסטיץ דעפארטמענט געמאלדן אז מען דארף ארדענונג מאכן אין רייקערס איילענד ווארום די טורמע וועכטער פירן זיך אויף ווי רוצחים שפילים ונבזים.
אבער אוואדאי, די קאנסערוואטיווע אינגעלייט וועלכע טרונקען מיט דורשט די פערדן-אפפאל פון די קאנסערוואטיווע רעדנער, וועלן געוויס אלץ גערעכט געבן די בוליס, אפילו ביים זען גדעון באש'ס בלוט באבלען אויפ'ן סיידוואק.

אוועטאר
AHA
שר האלפיים
תגובות: 2008
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 30, 2011 6:14 pm
לאקאציע: בין פטיש לסדין

תגובהדורך AHA » זונטאג דעצמבער 21, 2014 2:51 pm

יענקל, דו פארגעסט צו רעדן פון די שווארצע.
איך גלייב אז אלעס וואס דער באשעפער טוהט איז נאר גוט. בעטן בעט איך אז הראינו השם את חסדיך אפו' מיין באגרעניצטע מוח אין פליישיגע זאל דאס אויך זעהן.

אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2596
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

תגובהדורך מילכיגער » זונטאג דעצמבער 21, 2014 2:59 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:מיליכיגער, לאמיר בעסער פארשטיין.

--

יעצט איז אזוי, די מעיאר איז ערוועלט געווארן נישט אויף צו "האלטען די פילינגס" פון די איינוואוינער, זיין ארבייט איז פירן די שטאט. און איינע פון די וויכטיגסטע טולס וואס ער האט אין די געביט, איז די פאליציי. זיי זענען זיינע ארבייטער, און ער ברויך זיין אויף זייער זייט.

וואס הייסט זיין אויף זייער זייט? אז אויב איז דא א ספק ווער עס איז גערעכט, ברויך ער אלס זיין אויף די זייט פון די פאליציי, ער מוז זיי דעקן וויפיל ער קען. ווייל זיי ארבייטען פאר אים, און ער איז אנגעוויזען אויף זיי. אפי' עס קוקט אויס א ביסעלע "איינזייטיג" צו די פאליציי'ס זייט, אבער אזוי גייט עס. אבאמא וועט "דעקן" זיינע קאבינעט מיניסטארן, די ריפאבליקענס וועלן דעקן זייער פירערשאפט אא"וו. ווייל אויב די "אייגענע" וועלן נישט דעקן, ווער וועט זיי דעקן?

סא נאכן לויפן אויף די פלאטפורם - איינציצוימען די פאליציי - און נאכדעם טאן אזוי למעשה, איז זייער פארשטענדליך די פאליציי'שע אויפברויז. און אויב האבן זיי געשריגן אז וויבאלד ער האט זיך נישט אנגענומען פאר זיי געהעריג, וועט עס גורם זיין אז די אפריקאנער- אמעריקאנער באפעלקערונג וועט באקומען מוט און חיזוק צו ווילדעווען ווייטער, און דיבלאזיא האט נישט געשפירט פאר וויכטיג צו "באלאנצירן" זיין מעסעדזש, איז זייער פארשטענדליך די אויפברויז.

די דריטע נקודה - דיין עיקר נקודה - האט דאך קיכל גוט ארויסגעברענגט. פארשטייט זיך אז ווען עס איז די פאליציי קעגן איינעם וואס האט סימפאטיע ביים פאלק וועט מען זיך אננעמען פארן באקרידיוועטן. אבער אויב איז עס קעגן אזעלעכע וואס זיי אליין ארבייטן מיט אלע כוחות אופצורעגן די מענטשען, וועט מען זיך אנעמען פאר די פאליציי. למעשה פון די פאליציי - כאטש זיי האבן א נעגעטיווע זייט, ווי דו האסט ארויסגעברענגט - אבער, האבן זיי א פאזעטיווע זייט אויך, זיי קען מען רופן ווען עס געשענט א פארברעך, זיי פארן ארום אין די שטאט, און מאכען אן אטמאספער פון "זיכערקייט" וכו' וכו'. אבער די פארברעכער, וואס מען האט נאר צרות פון זיי, פארוואס זאל זיך איינער אננעמען פאר זיי? נאך דערצו קעגן די פאליציי?


1) דער מעיאר האט יא א זשאב צו האלטן די שטאט רואיג און טאמער האלט ער אז מיט 'פארשטיין' די געפילן פון די מינאריטעטן וועט ווערן שלום אין שטאט איז עס פונקט אזוי זיין פליכט צו טון. אין פאקט איז עס זיין קרעדיט (ביז היינט... אויף מארגן נעם איך נישט קיין אחריות...) אז די שטאט האט נישט אויפגעפלאקערט ווי אין פערגוסאן.

2) די פאליצייאישע אויפברויז איז זיכער פארשטענדליך. פונקט ווי דעם שווארצנס. איך שרייב דאס א גאנצן צייט. מיין עיקר "ביף" איז מיט די וואס אידענטיפיצירן זיך מיט די פאליציי.

3) דיין טענה אויף דיבלאזיא איז זייער פארשטענדליך פון א ריין פראקטישן ווינקל. איך האב שוין געשריבן אז דאס איז זייער טריקי פאר אים צו באלאנסירן די ביידע זייטן און זייער זייער מעגליך אז ער וועט זיין א גרויסער דורכפאל. אבער דאס האט נישט צום שמועס פארוואס מ'פילט אינסטינקטיוו אז דער פאליציאנט איז אייביג גערעכט. מיילע בלאזיע זאגססטו מוז אזוי האלטן אבער דער עמך איד?

4) וואס דו שרייבט אויף דיין דריטע נקודה האב איך שוין אדרעסירט עיי"ש. ס'נישט קיין פארמעסט צווישן פאליציי און פארברעכערס דא. ס'א פארמעסט צווישן שווארצע היצקעפ וואס ווילן זיך אננעמען פאר אייגענע פארברעכער און פאליציי היצקעפ וואס ווילן זיך אננעמען פאר זייערע פארברעכער. יעדער נוצט די טראגעדע אויף זיין וועג און איל זעה נישט פארוואס מ'קען נישט האלטן ווי איך האב געשריבן אין נומער 5.
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.

יצחק דע באנקיר
שר חמש מאות
תגובות: 853
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 4:07 pm

תגובהדורך יצחק דע באנקיר » זונטאג דעצמבער 21, 2014 3:04 pm

די פאליציי האבן שוין א אלטע רעקארד פון פארלעצן און פארנאכלעסטיגען וויכטיגע סעקיוריטי אישוס, מה כל הרעש אז מען נעמט זיך אמאל צו זייערע ביינער, דער מעיאר איז נישט בארעכטיגט צו קעיר נעמען אז די פאליציי זאלן זיין מער אחריותדיג אויף זייער ארבעט.?

אוועטאר
יואב בן צרויה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3269
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:11 pm

תגובהדורך יואב בן צרויה » זונטאג דעצמבער 21, 2014 3:07 pm

יצחק דע באנקיר האט געשריבן:די פאליציי האבן שוין א אלטע רעקארד פון פארלעצן און פארנאכלעסטיגען וויכטיגע סעקיוריטי אישוס, מה כל הרעש אז מען נעמט זיך אמאל צו זייערע ביינער, דער מעיאר איז נישט בארעכטיגט צו קעיר נעמען אז די פאליציי זאלן זיין מער אחריותדיג אויף זייער ארבעט.?

נישט ברבים און נישט ווען די מצב איז הייס אנגעצויגען קעגן זיי. דעמאלטס דארף דער מעיאר זיין זייער פארטרעטער.

אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2179
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

תגובהדורך אַבּערוואַס » זונטאג דעצמבער 21, 2014 3:09 pm

כ'ווייס אז דא רעדט מען ריין פאליטיק, אעפ"כ פיל איך אריינצוווארפן מיינע צוויי סענט וואס מיין געוויסן זאגט פשוט אלס א איד!

די משנה זאגט שוין אין אבות:"לעולם הוי מתפלל בשלומה של מלכות שאלמלא מוראה איש את רעהו חיים בלעו"! דאס אין דער זעלבער צייט וואס די משנה זאגט אויך "הוו זהירין בראשות שאין מקרבין לו לאדם אלא לצורך עצמן ואין עומדין לו לאדם בשעת דוחקו.

דאס הייסט אז נישט קיין נפק"מ ווי דורכגעפוילט די גאווערמענט איז, זענען זיי נאך אלס די וואס מאכן זיכער אז מיר קענען זיך דרייען אין די גאסן, גאנץ קלאר אז דאס באציט זיך צו די פאליציי, און דער וואס שוואכט אפ זייער כח, איז פארשרייענס ווערד פין אידישן שטאנדפונקט!

יא! אז זיי טוען עוולות, דארף מען זיי אפשר אויך פראבירן אפשטעלן, אבער נישט אויפן חשבון פין געבן פארברעכער גערעכט. דאס איז נאך אלס נישט קיין פארגלייך, פינטל!

פאר וועם ס'אינטערעסאנט, ב"ה כן אני נוהג, ווען איך קריג א טיקעט בין איך אויך זייער אנגעווייטאגט אויף דעם הארצלאזן "אנטיסעמיט"... און איך וועל פראבירן מיט אלע מעגליכקייטן דאס צו פייטן שפעטער, אעפ"כ, בשעת מעשה פיר איך זיך אלעמאל מיט דרך ארץ און פארגעס נישט צו זאגן פאר'ן אפיציר "טענק יו" ווען ער גיבט דעם טיקעט!! נאך אלעם ווען נישט זיי איז דא מער ווילדע דרייווער וכדו', וואס אפי' אויב דער אפיציר איז גראדע טאקע א שלעכטער און איר זענט גראדע גאר א איידעלער איד איז לתועלת המענטשהייט צו טיילן ווייאלעישענ'ס, דאס איז זיין דזשאב און איר וואלט נישט געוואלט זיך דרייען אין א פלאץ וואו ס'נישט דא ווער עס טוט עס..!

זיכער אזוי אין פרידענס צייטן ווען איך זע א פאליציי מאן פאטראלירן די גאסן און ער זעהט מיר אויס רואיג (און איך זאג קיינעם נישט דאס צו טון, ווייל אויב איז ער נישט אין די גוסטע קען ער נאך טרעפן עפעס א סבה אייך צו טיקעט'ן..) שטעל איך מיך אפ א רגע און כ'זאג "א דאנק! צוליב אייך האבן מיר א זיכערע גאס זיך צו דרייען"!

וואס אויסער וואס דאס איז פשוט א קדה"ש אז אידן זענען נישט דא אלעמאל נאר צו שימפפן, איז דאס דער פשוט'ער אפטייטש פין די משנה, אין הכרת הטוב איז גאר א דערהויבענע מדה!

אונטערשטע שורה, וועגן דעם בין איך שמועסן-ווייז קעגן דעם מהלך פינעם מעיאר, ודו"ק.

_____

אה יא, נאך איין זאך. איך בין נישט קיין סעלף העיטינג דזשו... פאר וועם ס'נוגע. און כ'האב אויך נישט אינזין געהאט מיט דעם תגובה מוחה צו זיין....
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...

אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3789
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 27, 2011 1:05 pm

תגובהדורך סביב העולם » זונטאג דעצמבער 21, 2014 3:13 pm

אה ענדליך א תורה'דיגן בליק
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער

יצחק דע באנקיר
שר חמש מאות
תגובות: 853
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 4:07 pm

תגובהדורך יצחק דע באנקיר » זונטאג דעצמבער 21, 2014 3:15 pm

און וואס איז מיט פארשרייען א מעיאר? עס איז פונקט אזוי א פליכט צו זיך אנעמען על כבוד ה'מעיאר ווי כבוד nypd

אוועטאר
יואב בן צרויה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3269
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:11 pm

תגובהדורך יואב בן צרויה » זונטאג דעצמבער 21, 2014 3:15 pm

לכתחילה און אבערוואס, לייק.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 9 געסט