שטעכעריי (ר"ל) אין 770

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8741
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

אויסערן מיניסטער האט געשריבן:בקיצור זייער זייער ריכטיג געהאנדלט, אויב קענעך פרעגן אביסל א בייסיגע שאלה, פארוואס אויף דעם אראבער אין הר נוף האט קיינער נישט רחמנות געהאט?

איך האב אויך א קליינע בייסיגע שאלה, די פאליס דארט ביים אראבער האבן זיך אויך אנגעטון הענטשוך?
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
אויסערן מיניסטער
שר האלף
תגובות: 1219
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 03, 2014 9:19 pm
לאקאציע: מיר האבן רעזיגנירט אונטער ביידן!...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסערן מיניסטער »

יואב בן צרויה האט געשריבן:קיינער האט נישט רחמנות אויף דעם פגר מת דא אויך. גוט אז ער איז טויט. די פאליס דארף בעסערע טרעינונג ווי ניצן הייס געווער אלץ א פירסט אפשין. דיס איז עי ריקארדינג.

כאמעך נישט גוט ארויסגעברענגט, פארוואס האט קיינער נישט געטאנעט דארטן אז די פאליציי האט אזוי שנעל גענוצט הייס געווער צו הרגענען אן אומשולדיגן מערדער...?
די ווינדער פון די נאטור מה רבו מעשיך ה'
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18244
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

@פארשלאפן
פיין און וואיל,
למעשה האט איר נישט פארענטפערט וואס מחותן טענהט אז אונז מעגן מיר דעבאטירן וואס אונז זעהן'מיר מיט די פליישיגע אויגן, למעשה איז דאך דער פאליס נאר א בשר ודם און ס'מוז נישט זיין אז ער האט פונקטליך געפאלאוט זיינע רולס,
דארף מען נאר דערגיין וואס טאקע די פארשריפטן זענען אין אזא פאל;
צו א פאליציאנט מעג (אפשר מוז?) נעמען א ברעיק- ווען דער מערדער איז נאך לויז און קען יעדע רגע זיך ווייטער נעמען אטאקירן- און זיך דאן אנטוען הענטשיך.
לעצט פארראכטן דורך כאפצעם אום דינסטאג דעצעמבער 09, 2014 1:04 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8741
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

אויסערן מיניסטער האט געשריבן:
יואב בן צרויה האט געשריבן:קיינער האט נישט רחמנות אויף דעם פגר מת דא אויך. גוט אז ער איז טויט. די פאליס דארף בעסערע טרעינונג ווי ניצן הייס געווער אלץ א פירסט אפשין. דיס איז עי ריקארדינג.

כאמעך נישט גוט ארויסגעברענגט, פארוואס האט קיינער נישט געטאנעט דארטן אז די פאליציי האט אזוי שנעל גענוצט הייס געווער צו הרגענען אן אומשולדיגן מערדער...?

דא איז נישט אזוי ווייט די שאלה פון שנעל נוצן הייס געווער (עכ"פ מיין שאלה #דעת פון איין מענטש) ווי די גאנצע וועג פון אומגיין
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
אויסערן מיניסטער
שר האלף
תגובות: 1219
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 03, 2014 9:19 pm
לאקאציע: מיר האבן רעזיגנירט אונטער ביידן!...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסערן מיניסטער »

מי יודע האט געשריבן:
אויסערן מיניסטער האט געשריבן:בקיצור זייער זייער ריכטיג געהאנדלט, אויב קענעך פרעגן אביסל א בייסיגע שאלה, פארוואס אויף דעם אראבער אין הר נוף האט קיינער נישט רחמנות געהאט?

איך האב אויך א קליינע בייסיגע שאלה, די פאליס דארט ביים אראבער האבן זיך אויך אנגעטון הענטשוך?

קודם, דו ווייסט אז נישט?
שנית וואס פרעגסטו בכלל? דער דא אידאך געווען פולשטענדיג קא'אפרעטיוו אין יענע מינוטן?
איך פרעג נאר אזויפיל, דארטן האט מען אים גראד דערשאסן און קיינער האט נישט דעבאטירט צי מען האט ריכטיג געהאנדלט, דא פלוצלינג ווייל דו וואוינסט צווישן די כאלערעס און מיט דיין גראדע שכל הישר האלטסטו אז דער דשורי האט געדארפט אינדייטן דער פאליציי אפיציר פונעם גארנער סומטאכע, באקומסטו פלוצלינג געפיל צום רוצח וואס הרגעט דיין ברידער.......
די ווינדער פון די נאטור מה רבו מעשיך ה'
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8114
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

מי יודע האט געשריבן:דא איז נישט אזוי ווייט די שאלה פון שנעל נוצן הייס געווער (עכ"פ מיין שאלה #דעת פון איין מענטש) ווי די גאנצע וועג פון אומגיין

זיי מסביר?
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2652
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילכיגער »

מחותן: יעדער האט לייסענס צו רעדן וואס ער וויל. איך רעד דאך אבער צו קלוגע מענטשן וואס ווייסן אז מ'רעדט נישט אין די וועלט אריין.

נייעס באריכטער ווייסן אז זיי זענען נישט קיין עקספערטן וועלן זיי אין יעדע אזא פאל ברענגען איינעם מסביר צו זיין. פארשטייט זיך אז ס'דא צווישן מומחים אויך פארשידנהייטן און פאליטיקס, אבער נאכדעם ווי די מומחים זאגן זייערס קענען מיר פרובירן צו זעהן ווער ס'איז מער פארשטענדליך.

איך האב טאקע ביי די איבאלע מערכה אויך געטענה'ט דא מיט די אלע חברה וואס ווייסן זיכער אנדערש ווי די מעדיקל מומחים ואכמ"ל. איך בין דורל טרעינינג אלס ערשטע הילף און פון דארט ווייס איך וויזוי יעדע ריר אין אזא פראטאקאל איז געטראכט און מוסבר אפילו ווען ס'זעהט נישט אויס קאמאן סענס. נאך מער, נאך יעדע טראגעדיע איז דא מענשטן וואס ארבייטן אויס וואס מ'קען זיך פון דעם לערנען.

ווען א עמך מענשט זעהט אזא קליפ (אויב ער האט שכל פארשטייטזיך) און ער ווייסט זיין הגבלה (און איז גענוג קאנפידענט זיך נישט צו שעמען #להשיג) קען ער פרעגן שאלות און תירוצים. אבער אלעס מיט א דיסקלעימער אין קאפ. דאס זשאמפן צו מסקנות "די חברה מוזן איבער גיין טרעינינג" "א טאטאלע דורכפאל" וכולי וכולי איז נישט פאסיג.
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.
אוועטאר
יואב בן צרויה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3290
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואב בן צרויה »

@אויסערן מיניסטער, האסטעך ווייטער נישט גוט ארויסגעברענגט, און ס׳קומט ווייל די [ווילסט נישט] הערסט נישט וואס איך זאג. דער שגץ איז שולדיגער פון שולדיג. א רוצח. ס׳קומט אים דער קויל. אבער דער פאליסמאן ניצט זיין ביקס פארן ניצן זיין הענט, פיס, נאגייקע, און מעיס. דער האט שוין אראפגעלייגט די מעסער און פארנט פון א פאליסמאן קען ער זיך צוריק באוואפענען?!

און איך פארשטיי בכלל נישט די צושטעל צו הר נוף. די פאליס דארט זענען געווארן פארכאפט אין פייער אויסטויש מיט די רוצחים. דא רעדט מען פון א פארשוין וואס האלט מער נישט די מעסער און דער פאליסמאן איז א קנאפע צוויי פיס פונעים!

און קיינער פון מיינע מתנגדים (...) פילן נישט פאר וויכטיג צו מפרסם זיין וואס זיי האלטן בנוגע דעם טראגישען אומקום פון גדעון באש.
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8114
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

יעדע פאליסמאן מוז האבן מעיז אין טאש?
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
אויסערן מיניסטער
שר האלף
תגובות: 1219
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 03, 2014 9:19 pm
לאקאציע: מיר האבן רעזיגנירט אונטער ביידן!...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסערן מיניסטער »

@יואב קוק מילכיגערס תגובה און ס'וועט דיר פארענטפערט ווערן וואס איך מיין צו פרעגן..... איך קען נאר נישט שרייבן אזוי שארף, סארי...
לעצט פארראכטן דורך אויסערן מיניסטער אום דינסטאג דעצעמבער 09, 2014 1:19 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
די ווינדער פון די נאטור מה רבו מעשיך ה'
אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3898
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צווייפעל »

מחותן מיין פוינט איז אז ביי ביידע פעלער פארשטייט איר אנדערשט ווי די דעת הקהל דא.....

לגבי גארנער, יעדער נארמאלער מענטש פארשטייט אז א פערציג יעריגע 400 פונטיגער מענטש איז נישט קיין אינג בחור׳ל, ער קען סתם אזוי כאפן א הארץ אטאקע יעדע ליאדע מינוט... און איז נארמאלווייז אויסגעשטעלט צו זיין נישט אזוי געזונט.... אזא מענטש אטעמט אייביג שווער, ווען אזא מענטש פאלט אראפ קען ער סתם אזוי כאפן א הארץ אטאקע... איידער די שפירנגסט ארויף אויף אים און האלסט אראפ זיין אטעם, גיב אים א ווארן, סטראשע אים, זאג אים אז ער גייט קעגן געזעץ, און די האסט רעכט אפילו אים צו שיסן.... וואס איז די געיעג, כמיין מרעדט דאך נישט פון עפעס א שווערע קריים... דאס ארויף שפרינגען און אראפ האלטן דעם אטעם איז אין מיינע אויגן א פאלנע מעשה רציחה...

ווייטער דא רעדט מען פון א קלארע רוצח, מיט א מעסער אין די הענט, כמיין געהאנדלט אזוי צו אזוי, ער איז א קלארע מערדער, לייגט נישט אראפ די וואפן, שיס מיין פאליס שיס !!!

וויי געוואלד, די גאנצע שטאט האקט דא
אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2652
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילכיגער »

אויסערן מיניסטער האט געשריבן:@יואב קוק מילכיגערס תגובה און ס'וועט דיר פארענטפערט ווערן וואס איך מיין צו פרעגן..... איך קען נאר נישט שרייבן אזוי שארף, סארי...

שארף? אוטש... איך האב געמיינט איך בין אזוי מעסיג...
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.
אוועטאר
יואב בן צרויה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3290
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואב בן צרויה »

ענדע צדיק! האט געשריבן:יעדע פאליסמאן מוז האבן מעיז אין טאש?

זיי האבן אלע. צו די פראטאקאל פארלאנגט עס ווייס איך נישט.
יצחק דע באנקיר
שר חמש מאות
תגובות: 854
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 4:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק דע באנקיר »

מילכיגער האט געשריבן:בין איך דער איינציגער וואס וואונדערט זיך ווי נאריש ס'איז פון מענטשן וואס זענען קיינמאל נישט דורך קיין פאליציי טרעינינג צו שרייען מיט אבסאלוטע זיכערהייט אז די פאליציאנטן האבן געפעילט און דארפן איבערגיין טרעינינג?

אויב די ליבאוויטשע אומטרענירטע קענען זיך האלטן רואיג און בעטן רחמנות פאר איינער וואס האט צושטאכען זייער'ס א מענטש,
פארוואס זאל א טרענירטע פאליסמאן נישט קענען האבן די מאס רואיגקייט, און לייכטערהייט מאכען יענעם אומשעדליך.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35437
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

יצחק דע באנקיר האט געשריבן:

רחמנים בני רחמנים, בני אברהם יצחק ויעקב, פיל מער ווי ורענירט, ס'איז אין די בלוט פון דורי דורות.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28203
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

איך וואלט זיי גערופן ענדערש "מטורפים המאבדים עצמם לדעת" פארן זיין אין א שוהל מיט א רוצח וואס האט נארוואס דערשטאכן א בחור און א פאליציי וואס צילט אויף אים הייס געווער.
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18244
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

farshlufen האט געשריבן:
יצחק דע באנקיר האט געשריבן:
מילכיגער האט געשריבן:בין איך דער איינציגער וואס וואונדערט זיך ווי נאריש ס'איז פון מענטשן וואס זענען קיינמאל נישט דורך קיין פאליציי טרעינינג צו שרייען מיט אבסאלוטע זיכערהייט אז די פאליציאנטן האבן געפעילט און דארפן איבערגיין טרעינינג?

אויב די ליבאוויטשע אומטרענירטע קענען זיך האלטן רואיג און בעטן רחמנות פאר איינער וואס האט צושטאכען זייער'ס א מענטש,
פארוואס זאל א טרענירטע פאליסמאן נישט קענען האבן די מאס רואיגקייט, און לייכטערהייט מאכען יענעם אומשעדליך.

רחמנים בני רחמנים, בני אברהם יצחק ויעקב, פיל מער ווי ורענירט, ס'איז אין די בלוט פון דורי דורות.

בעסער ארויסצוברענגען;
אזוינע מענטשן וואלטן קיין פאליציי לייט בדרך הטבע נישט געקענט ווערן,
פאר דעם אמט פארלאנגט זיך אכזריות.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35437
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

לכאורה, ביסט שוין צו לאנג צוריק געוועזן א בחור..
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8823
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

רבותי, דער מצב האט זיך פארערגערט. הערט אויף רעדן נארישקייטן נעמט א תהלים און זאגט א פאר קאפיטלעך פאר
לוי יצחק בן רייזל
לרפוש
החודש אשר ישועות בו מקיפות... ניס"ן בגימטריא ניסי"ם

שלא אחד בלבד עמד עלינו לכלותינו - והקדוש ברוך הוא מצילנו מידם
אוועטאר
מחותן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10102
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 09, 2010 11:39 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחותן »

יואב בן צרויה האט געשריבן:@אויסערן מיניסטער, האסטעך ווייטער נישט גוט ארויסגעברענגט, און ס׳קומט ווייל די [ווילסט נישט] הערסט נישט וואס איך זאג. דער שגץ איז שולדיגער פון שולדיג. א רוצח. ס׳קומט אים דער קויל. אבער דער פאליסמאן ניצט זיין ביקס פארן ניצן זיין הענט, פיס, נאגייקע, און מעיס. דער האט שוין אראפגעלייגט די מעסער און פארנט פון א פאליסמאן קען ער זיך צוריק באוואפענען?!

און איך פארשטיי בכלל נישט די צושטעל צו הר נוף. די פאליס דארט זענען געווארן פארכאפט אין פייער אויסטויש מיט די רוצחים. דא רעדט מען פון א פארשוין וואס האלט מער נישט די מעסער און דער פאליסמאן איז א קנאפע צוויי פיס פונעים!

און קיינער פון מיינע מתנגדים (...) פילן נישט פאר וויכטיג צו מפרסם זיין וואס זיי האלטן בנוגע דעם טראגישען אומקום פון גדעון באש.
אויסערן מיניסטער האט געשריבן:@יואב קוק מילכיגערס תגובה און ס'וועט דיר פארענטפערט ווערן וואס איך מיין צו פרעגן..... איך קען נאר נישט שרייבן אזוי שארף, סארי...

@ יואב א שאד יעדעס ווארט.. גייט צו נעקסט סובשעקט.. מען רעדט שוין לאנג נישט דא פון די ווידיא

מיליכיגער האט סוקסעספול אויפגעשטעלט א שטרוימאן אין וועם אריינצונהאקען, פארדרייט די מכוון פון וואס מען האט געשריבען כאילו איינער וויל דא זאגען א פערפעשענול מיינוג.

מילכיגער האט געשריבן:מחותן: יעדער האט לייסענס צו רעדן וואס ער וויל. איך רעד דאך אבער צו קלוגע מענטשן וואס ווייסן אז מ'רעדט נישט אין די וועלט אריין.

ווען א עמך מענשט זעהט אזא קליפ (אויב ער האט שכל פארשטייטזיך) און ער ווייסט זיין הגבלה (און איז גענוג קאנפידענט זיך נישט צו שעמען #להשיג) קען ער פרעגן שאלות און תירוצים. אבער אלעס מיט א דיסקלעימער אין קאפ. דאס זשאמפן צו מסקנות "די חברה מוזן איבער גיין טרעינינג" "א טאטאלע דורכפאל" וכולי וכולי איז נישט פאסיג.

כאילו איינער האט דא געשריבען אן א דיסקלעמער, כאילו אז די האסט דא עפעס מחדש געווען, און עס איז איז נישט א דבר פשוט אז יעדער שרייבט דא מיט די אלע דיסקלעמערס..

#שטרוי מאן אטאקע
לעצט פארראכטן דורך מחותן אום דינסטאג דעצעמבער 09, 2014 1:57 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2652
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילכיגער »

זאל איך שרייען יעצט "אה נאו. דו מאכטסט יעצט א שטרוימאן"? נעה, דאס איז צו קינדיש... אלזא בלייב גערעכט. נעקסטיים האף איך וועסטו זיין אין א בעסערע גיסטע.

#דיסאפוינטעד.
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18244
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

מעיאר דעבלאזיא האט ארויסגעגעבן א סטעיטמענט איבער די היינטיגע שטעכעריי אטאקע:

“Our thoughts and prayers go out to the family of Levi Rosenblatt and the entire Chabad-Lubavitch community in the aftermath of this disturbing attack. New York City stands with the Crown Heights community, and under the leadership of the New York City Police Department, we are monitoring this case very closely and conducting a thorough investigation. Commissioner Bratton has also ordered the NYPD to increase security at Jewish religious institutions across the city as a precaution while the investigation is underway. I look forward to visiting the community in the coming days to hear concerns and reassure people of the City’s commitment to all of our safety and security.

“This incident also highlights the urgent need for increased services for emotionally disturbed or troubled people. Preliminary reports suggest the assailant in this case suffered from mental health issues. We as a society must do more for those who struggle with these challenges, and it is why the City has launched a new plan to improve access to mental health care and treatment for those in need.

“Finally, we commend the police officers who answered the call to this incident. They responded quickly to a tense and dangerous situation, and while any loss of life is tragic, we are fortunate that, thanks to the actions of our officers early this morning, more people were not injured or worse. The job our brave men and women perform on a daily basis to protect the people of New York City is often perilous and difficult, and we thank them for their service
אוועטאר
מחותן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10102
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 09, 2010 11:39 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחותן »

נא.. איך בין געווארען דסאפוינטעט ווען האסט געשריבען כאילו איינער מיינט דא צו שרייבען אז מען פארשטייט בעסער ווי די פאליס, און האסט נישט אליינס פארשטאנען אז דא רעדן נאר ציוועלע מענטשן וואס זיי דעבאטירען זאכען וואס זיי זעען מיט ציווילע אויגן.

-----

כאפצעם האקט.
אוועטאר
?אפשרטאקע
שר חמש מאות
תגובות: 753
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 6:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ?אפשרטאקע »

farshlufen האט געשריבן:
יצחק דע באנקיר האט געשריבן:
מילכיגער האט געשריבן:בין איך דער איינציגער וואס וואונדערט זיך ווי נאריש ס'איז פון מענטשן וואס זענען קיינמאל נישט דורך קיין פאליציי טרעינינג צו שרייען מיט אבסאלוטע זיכערהייט אז די פאליציאנטן האבן געפעילט און דארפן איבערגיין טרעינינג?

אויב די ליבאוויטשע אומטרענירטע קענען זיך האלטן רואיג און בעטן רחמנות פאר איינער וואס האט צושטאכען זייער'ס א מענטש,
פארוואס זאל א טרענירטע פאליסמאן נישט קענען האבן די מאס רואיגקייט, און לייכטערהייט מאכען יענעם אומשעדליך.

רחמנים בני רחמנים, בני אברהם יצחק ויעקב, פיל מער ווי ורענירט, ס'איז אין די בלוט פון דורי דורות.

כ'מיין אז ס'איז דא א מאמר, כל המרחם על האכזרים סופו וכו' (כ'געדענק נישט פונקטליך). לדעתי זענען די חברה וואס שרייען "שיס נישט" אין אזא פאל, ערנסט פאררוקט.
קרעפטיג
שר האלף
תגובות: 1077
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 07, 2008 9:32 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעפטיג »

מחותן האט געשריבן:נא.. איך בין געווארען דסאפוינטעט ווען האסט געשריבען כאילו איינער מיינט דא צו שרייבען אז מען פארשטייט בעסער ווי די פאליס, און האסט נישט אליינס פארשטאנען אז דא רעדן נאר ציוועלע מענטשן וואס זיי דעבאטירען זאכען וואס זיי זעען מיט ציווילע אויגן

אזוי ? פון וועלעכע ווערטער דיינע האט מען דאס געדארפט "אליין פארשטיין"
פון דא ?
מחותן האט געשריבן:פאר די קריטישע סקונדען אליינס דארף ער פליען פון פאליס דיפארטמענט, און די פאליציי דארף נייע טרעניג.

אינטערעסאנט אנדערע האבן אויך אזוי פארשטאנען ווי מילכיגער.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע נייעס”