אומרוען און אטאקעס אין א"י; קאנסטענט אפדעיטס
- כאפצעם
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 14571
- זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
- לאקאציע: לויפט

די מצב אין ארצינו הקדושה ווערט ליידער מער און מער אנגעצויגן פון טאג צו טאג און ס'ווערט ממש מקוים דער 'אין לך יום שאין קללתו מרובה מחברתו' ווען מ'הערט טאג טעגליך האר-אויפשטעלנדע געשיכטעס פון אטאקעס און פאניק וואס די איינוואינער דארט גייען אדוירך.
דער אשכול וועט זיין געווידמעט פאר דעם צוועק צו אפדעיטן ווען ס'קומט פאר סייוואספארא אטאקע צו אומרוען אין ארץ ישראל אזוי אז די חברים פון אונזער וועלטל זאלן אויך קענען מיטהאלטן און מיטפילן די שרעק וואס אונזערע ברודער דארטן גייען ליידער אריבער טאג טעגליך.
היינט זינטאג איז געווען א גאר שווערער טאג ווען עס זענען פארגעקומען עטליכע אטאקעס אויף אומשילדיגע איינוואינער און אזוי אויך שווערע אומרוען אין מזרח ירושלים.
די אומרוען אין מזרח ירושלים איז היינט ווייטער אנגעגאנגען אויף א שטארקן פארנעם אין די 'בית חנינה' געגנט ווי די ארטיגע פאלעסטינער באפעלקערונג ברויזט געפערליך אויף די פאליצייאישע שיסעריי וואס האט אומגעברענגט א 22 יעריגער פאלעסטינער אין די געגנט.
די פראטעסטן און ראיאטן האלטן שוין אן צום 2'טן טאג און היינט זענען ווייטער געמאכט געווארן פרישע ארעסטן.

לעצט פאראכטן דורך כאפצעם אום מאנטאג נובעמבער 10, 2014 2:47 am, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
- כאפצעם
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 14571
- זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
- לאקאציע: לויפט
א פרישע טעראר אינצידענט האט זיך היינט אפגעשפילט אויפן שאסיי נומער 444 ווי עטליכע פאלעסטינער זענען באפאלן א קאר-וואס האט זיך אפגעשטעלט אין דער זייט- און ארויסגעשלעפט דעם איזריעלער דרייווער און אים צעשלאגן מיט מערדערליכע קלעפ,
דער דרייווער האט באוויזן זיך אויסצורייסן און אנטלויפן.
די פאלעסטינער האבן דערנאך גענומען זיין קאר און אנגעצינדן אין פלאמען אינמיטן דעם שאסיי.
פאליציי איז אין א געיעג נאך די פארברעכער.
דער דרייווער האט באוויזן זיך אויסצורייסן און אנטלויפן.
די פאלעסטינער האבן דערנאך גענומען זיין קאר און אנגעצינדן אין פלאמען אינמיטן דעם שאסיי.
פאליציי איז אין א געיעג נאך די פארברעכער.
- כאפצעם
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 14571
- זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
- לאקאציע: לויפט
לויט ווי די פאליציי זאגט יעצט איז דער טעראריסט אנגעקומען מיט א קאר צום באס סטאנציע-ביי שאסיי נומ. 60 נעבן גוש עציון (דאס איז די זעלבע היטש פלאטץ ווי די דריי בחורים זענען פארכאפט געווארן ל"ע), ער איז ארויס פון קאר און זיך תיכף גענימען צו די אטאקע ווי ער האט געשטאכן 3 מענטשן ה"י, די פאליציי האט געשאסן און פארוואונדעט דעם טעראריסט און ער ווערט יעצט האספיטאליזירט.
בילדער; די שוידערליכע צענע פון די אטאקעס:

לעצט פאראכטן דורך כאפצעם אום מאנטאג נובעמבער 10, 2014 10:57 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
- green
- שר האלף
- תגובות: 1552
- זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 22, 2013 12:49 pm
- לאקאציע: בין השמים ובין הארץ
די בני ישמעל זענען ציווילדעוועט
רבותי!
שטייטס ווייט פון זיי, סנישט קיין קינדער שפיל

צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”
ווער איז אונליין
באנוצערס וואס דרייען זיך דא: mar0was, MauiBot, Max Refund, בארג, בלינצע, בן הצעיר, דיסענטיס, יש מבין, משה צימערינג, פעשליך, שכל טוב, שמייכל תמיד און 67 געסט