מדנ"י אין מלחמה צושטאנד - אפעראציע 'צוק איתן'

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
private
שר האלפיים
תגובות: 2948
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 16, 2011 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך private »

וואס עפעס? האט געשריבן:בעוד חברי משלחת חמאס אינם מוכנים לסגת מדרישותיהם המחמירות בעניין הלחימה בעזה, ברפא"ל מאמינים שבקרוב יגיעו לפתרון טכנולוגי לאיום המנהרות

ק/פ

יודיש פין גאגעל

בשעת כאַמאַס דעלאַגיישאַן מיטגלידער זענען נישט גרייט צו צוריקציען זייער פאדערונגען שטרענג וועגן פייטינג אין עזה, ראַפאַעל גלויבן וועט באַלד זיין אַ טעקנאַלאַדזשיקאַל לייזונג צו די סאַקאָנע פון ​​טאַנאַל
אוועטאר
יודל מענדלזאהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3111
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 09, 2008 4:19 pm
לאקאציע: ואנה מפניך אברח?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודל מענדלזאהן »

private האט געשריבן:אַ טעקנאַלאַדזשיקאַל לייזונג צו די סאַקאָנע פון ​​טאַנאַל

:lol:
אין די סאוויעטן פארבאנד האט מען דאכצעך געשריבן סכנה מיט אזא אויסלייג.
אוועטאר
קהת
שר האלפיים
תגובות: 2995
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2009 1:18 pm
לאקאציע: דארט ווי איך בין!!!

תגובה דורך קהת »

12 ביינאכט הייבט זיך אן א 72 שעה סיס-פייער
Normal is just a setting on the washing machine
אוועטאר
private
שר האלפיים
תגובות: 2948
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 16, 2011 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך private »

יודל מענדלזאהן האט געשריבן:
private האט געשריבן:אַ טעקנאַלאַדזשיקאַל לייזונג צו די סאַקאָנע פון ​​טאַנאַל

:lol:
אין די סאוויעטן פארבאנד האט מען דאכצעך געשריבן סכנה מיט אזא אויסלייג.

1800Google
אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער תהילים איד »

צום ערשטן מאל זינט די אנהייב פון די מבצע צוק איתן, האט מדינת ישראל היינט געווינען אין די פסיכילאגישע טייל פון די קריג, נעמליך, צו צייגן אז חאמאס איז דער וואס זוכט קריטיש א פייער אפשטעל.

ביי אלע פריערדיגע פעלךער איז חאמאס געווען דער וואס האט געשריגן שטארקייט, און מדינת ישראל איז געווען דער טשיקעלע וואס האט זיך געבעטן פאר א פייער אפשטעל, אריינגערעכנט די פארלענגערונג פון די לעצטע פייער אפשטעל וואס מדנ"י האט געבעטן ממש מיט טרערן אבער חאמאס האט געוויזן אז ידו על העליונה.

פארן היינטיגן טאג האט זיך דאס געטוישט! נאך עטליכע טעג וואס די יו.ען. און אמעריקא פארדאמען די חאמאס ראקעטן און ארבעטן אויף ביידע צדדים אנצוהאלטן די פארהאנדלונגען, זענען די פאלעסטינע גרופעס - אריינגערעכנט חאמאס - געווען אנוועזנד אין קאהיר גרייט צו גיין ווייטער מיט די פארהאנדלונגען, אבער מדינת ישראל איז געווען דער וואס האט געשריבן ניין, און געזאגט אז זי זעצט זיך נישט צום טיש ווילאנג עס פליען ראקעטן, "מיר פארהאנדלען נישט אונטער פייער".

היינט אינדערפרי האבן פאלעסטינע גרופעס אנגעהויבן דערציילן אז זיי גרייטן זיך איינצוגיין אויף א פרישע 72-שעה פייער אפשטעל, כדי צו קענען אנקומען צו א פייער אשפטעל מיט מדינת ישראל, און טראץ וואס חאמאס האט נישט געוואלט באשטעטיגן די באריכט זאגנדיג אז ס'איז בלויז א פארשלאג, האט זיך אבער געשפורט אין די לופט אז חאמאס גייט אויס דערפאר, און עס איז גאנץ מעגליך אז די סיבה דערפאר איז ווייל זייער ראקעטן-סטארעדש איז שוין נישט צו פיל, זיי האבן אין די לעצטע 2 טעג געשאסן פיל פיל ווייניגער ווי א וואך צוריק, 30-50 א טאג אנשטאט 100-150 פער טאג.

מדינת ישראל האט אנגענומען די פייער אפשטעל, ווען פאקטיש שטיען זיי אונטער גרויס דרוק פום די דרום איינוואוינער וועלכע קענען נישט אנגיין מיט זייער לעבן, און פון די אראבישע פראטעסטן אין די מערב ברעג געגנטער און אין מזרח ירושלים וועלכע גייען ארויס פון קאנטראל איינמאל און נאכאמאל און קאסטן גרויסע כוחות פאר די פאליציי.

לויטן אפמאך גייט דער אפשטעל אריין אין קראפט היינט נאכט כחצות הלילה, און עס שפורט זיך אצינד אין די לופט אויף דרום זייט, וואו ראקעטן פליען יעצט שטערקער ווי סיי-ווען אין די לעצטע טעג, כנוסח "חאמאס ערב פייער אפשטעל", און עס בלייבט איבער צו זעהן מיט וואס די 3 טעג וועלן זיך ענדיגן, נאכדעם וואס חאמאס האט למעשה געוויזן אז זי האלט נישט אן קיין פייער אפשטעל אויב קומט מען נישט נאך זייערע פאדערונגען.

שנשמע ונתבשר בשורות טובות, דאס זענען אונזערע געפיהלן איבערגעגעבן פאר די צוהערער אין די מינוטן פון וגו'
רבינו שאג בקול גדול וגו'
אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער תהילים איד »

לכתחילה אריבער האט געשריבן:
דער תהילים איד האט געשריבן:דא האסטו א באריכט פון 19/07/2014, ממש ביים אנהייב פון די ערד-אינוואזיע:

עד למטח הזה, עיקר הרקטות נורו לעבר יישובי עוטף עזה. תושבים רבים אמנם עזבו את בתיהם ואינם נמצאים באזור, אך אלו שנשארו כמעט ולא יכלו לצאת מהמרחבים המוגנים במהלך היום

וויפיל איך קוק ארום זעה איך אז עוטף עזה איינוואוינער האבן אנגעגעבן 3 סיבות פארן פארלאזן די היימען: ראקעטן, מערערע זארג-אויסרופן איבער איינדרינגונגען (טונעלן), און די טאנקען-גערודער.

אויב האט ביבי אויסגערופן מיט א פשטות בלשון סתימה אז "די פלאץ איז שוין פארזיכערט" ווען ער האט באמת נאר געמיינט די טונעלן, פארשטיי איך זייער גוט די אויפברויז פון די איינוואוינער.

איך האב פארשטאנען אז איז געווען געצילט ארויסצוברענגען די "ערענסטקייט" פון מד"י זיך נישט צו שלאגען ווייטער אויב כאמאס ריעט איין".

נאופ, ס'איז געווען א קלארע סטעיטמענט סיי פון ביבי און סיי פון יעלון צו די איינוואוינער פון די געגנט, אז זיי קענען אהיימגיין רואיגערהייט, און עטליכע מעיארן פון יענע געגנטער האבן אין די לעצטע טעג גאר שווער באזידלט די ממשלה, איינער האט באזינגען יעלון אז ער איז א "שר בלי בטחון".

נתניהו האט זיך שוין היינט פארענטפערט אז ער האט קיינמאל נישט געזאגט אז די מבצע איז פארטיג, אבער אין אמת'ן האט ער אפילו דאס אויך מרמז געווען אין זיינע ווערטער, וועלנדיג בארואיגן די איינוואוינער כדי זיי זאלן אהיימגיין, ער האט געזאגט "די זיכערהייט אין די געגנט יעצט, איז נישט קיין פארגלייך צו בעפאר די מבצע", ווערטער וואס האבן געמאכט שפורן ווי כאילו די דשאב איז פאריבער, וועל-דאן.
רבינו שאג בקול גדול וגו'
אוועטאר
יודל מענדלזאהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3111
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 09, 2008 4:19 pm
לאקאציע: ואנה מפניך אברח?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודל מענדלזאהן »

דער תהילים איד האט געשריבן:ווערטער וואס האבן געמאכט שפורן ווי כאילו די דשאב איז פאריבער, וועל-דאן.

ווי אזוי זאגט מען אויף העברעאיש: מישען עקאמפלישט?! :wink:
אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער תהילים איד »

יודל, רייט!... ביבי האט עס גע'גנב'עט פון בוש... :lol:
רבינו שאג בקול גדול וגו'
אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער תהילים איד »

נפתלי בנעט (ווער דען) רייסט ארונטער (וואס דען) ביבי נתניהו (וועם דען) פארוואס ער פארהאנדעלט מיט חאמאס...

ער טענה'ט אז די פייער אפשטעל דיעל'ס גיבן נאר לעגיטימאציע פאר חאמאס צו שיסן ראקעטן ווען די אפמאך לויפט אויס, און מען טאר זיך נישט באציען צו זיי בכלל.
רבינו שאג בקול גדול וגו'
אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער תהילים איד »

א מארטער שעל האט אנגעטראפן א פובליק-בנין אין אשכול, קיינער איז נישט געשעדיגט געווארן ב"ה.
רבינו שאג בקול גדול וגו'
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

זאכליך האט געשריבן:וואס איז די חילוק צווישן 1. מארטאר שעלס 2. קאסאמען 3. ראקעטן 4. מיסעלס?

איינער ווייסט?
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער תהילים איד »

איך ווייס נישט גענוג קלאר צו קענען ענטפערן, אפשר קען מען בעטן ביי חילי א שיעור.

אבער פאר די בעיסיק: מארטער-שעלס זענען קלענער ווי ראקעטן, ס'קען בלויז פליען צו נאנטע געגנטער, אבער טאקע דערפאר גייט עס מער אין ציהל. ראקעטן קענען זיין פון עטליכע סארטן, איינס דערפון איז קסאם-ראקעטן.
רבינו שאג בקול גדול וגו'
אוועטאר
מחותן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10102
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 09, 2010 11:39 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחותן »

סאום האו בין איך ביי די מיינוג אז אפילו אז עס זעט אז מדנ"י שטייט גוט פאליטיש מיט די פאקט אז עגיפטן איז אויף איר זייט, און אז עגיפטן איז נישט גרייט נאכצוגבן פאר כאמאס..

דאך זאגט מיין הרגש אז מדנ"י פאליטישע מצב איז גאר שלעכט.. אסאך ערגער ווי בעפאר די מלחמה, עגיפטן איז נישט איינע אויף וועם מדנ"י קען זיך זיך פארלאזן אויפן לאנגן טערמין, די אראבער טוישן פריינד און פיינט שנעלער ווי מיר טוישן זאקען.. עגיפטן איז נישט גענוג רילייעבעיל אז מדנ"י זאל זיך פילן רואיג.

מיין הרגש זאגט מיר אז מדנ"י מוז ווי אומשנעלסטען צירוק געווינען טראסט פון אמעריקע דייטשלאנד, פריינקרייך און ענגלאנד, אז נישט וועט זי גאר גאר בקרוב אויסשטיין גאר ערענטסע פאליטישע קריזיס, און מעגליך נאך ערגער אז אמעריקע וועט איר אויפהערן געבן וואפן און זי וועט זיך ניטאמאל קענענן דיפענדען, די וועלט רידערט קעגען מדנ"י יוראפ בושוועט מיט פראטעסטען, עגיפטן איז צו א שוואכע פריינד אלעס צו פארגלעטן..
משנה מקום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3502
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
לאקאציע: משנה מקום יעדע שטיק צייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משנה מקום »

וואס קען מען טון מען איז אין גלות
אוועטאר
קהת
שר האלפיים
תגובות: 2995
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2009 1:18 pm
לאקאציע: דארט ווי איך בין!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהת »

ראקעטן פליען יעצט אינגרויסען, נאך 5 מינוט צו גיין
Normal is just a setting on the washing machine
את אחי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 255
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 08, 2009 5:44 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את אחי »

דער תהילים איד האט געשריבן:צום ערשטן מאל זינט די אנהייב פון די מבצע צוק איתן, האט מדינת ישראל היינט געווינען אין די פסיכילאגישע טייל פון די קריג, נעמליך, צו צייגן אז חאמאס איז דער וואס זוכט קריטיש א פייער אפשטעל.

ביי אלע פריערדיגע פעלךער איז חאמאס געווען דער וואס האט געשריגן שטארקייט, און מדינת ישראל איז געווען דער טשיקעלע וואס האט זיך געבעטן פאר א פייער אפשטעל, אריינגערעכנט די פארלענגערונג פון די לעצטע פייער אפשטעל וואס מדנ"י האט געבעטן ממש מיט טרערן אבער חאמאס האט געוויזן אז ידו על העליונה.

פארן היינטיגן טאג האט זיך דאס געטוישט! נאך עטליכע טעג וואס די יו.ען. און אמעריקא פארדאמען די חאמאס ראקעטן און ארבעטן אויף ביידע צדדים אנצוהאלטן די פארהאנדלונגען, זענען די פאלעסטינע גרופעס - אריינגערעכנט חאמאס - געווען אנוועזנד אין קאהיר גרייט צו גיין ווייטער מיט די פארהאנדלונגען, אבער מדינת ישראל איז געווען דער וואס האט געשריבן ניין, און געזאגט אז זי זעצט זיך נישט צום טיש ווילאנג עס פליען ראקעטן, "מיר פארהאנדלען נישט אונטער פייער".

היינט אינדערפרי האבן פאלעסטינע גרופעס אנגעהויבן דערציילן אז זיי גרייטן זיך איינצוגיין אויף א פרישע 72-שעה פייער אפשטעל, כדי צו קענען אנקומען צו א פייער אשפטעל מיט מדינת ישראל, און טראץ וואס חאמאס האט נישט געוואלט באשטעטיגן די באריכט זאגנדיג אז ס'איז בלויז א פארשלאג, האט זיך אבער געשפורט אין די לופט אז חאמאס גייט אויס דערפאר, און עס איז גאנץ מעגליך אז די סיבה דערפאר איז ווייל זייער ראקעטן-סטארעדש איז שוין נישט צו פיל, זיי האבן אין די לעצטע 2 טעג געשאסן פיל פיל ווייניגער ווי א וואך צוריק, 30-50 א טאג אנשטאט 100-150 פער טאג.

מדינת ישראל האט אנגענומען די פייער אפשטעל, ווען פאקטיש שטיען זיי אונטער גרויס דרוק פום די דרום איינוואוינער וועלכע קענען נישט אנגיין מיט זייער לעבן, און פון די אראבישע פראטעסטן אין די מערב ברעג געגנטער און אין מזרח ירושלים וועלכע גייען ארויס פון קאנטראל איינמאל און נאכאמאל און קאסטן גרויסע כוחות פאר די פאליציי.

לויטן אפמאך גייט דער אפשטעל אריין אין קראפט היינט נאכט כחצות הלילה, און עס שפורט זיך אצינד אין די לופט אויף דרום זייט, וואו ראקעטן פליען יעצט שטערקער ווי סיי-ווען אין די לעצטע טעג, כנוסח "חאמאס ערב פייער אפשטעל", און עס בלייבט איבער צו זעהן מיט וואס די 3 טעג וועלן זיך ענדיגן, נאכדעם וואס חאמאס האט למעשה געוויזן אז זי האלט נישט אן קיין פייער אפשטעל אויב קומט מען נישט נאך זייערע פאדערונגען.

שנשמע ונתבשר בשורות טובות, דאס זענען אונזערע געפיהלן איבערגעגעבן פאר די צוהערער אין די מינוטן פון וגו'

אבי געהאקט. מדינת ישראל האט נישט געבעטן צו פארלענגערן דעם לעצטן פייער אפשטעל, עגיפטן האט.
מדינת ישראל דעלעגאציע האט באלד נאכן פארלייגן זייערע שטעלונגען, זיך מסלק געווען פון מצרים, און געלאזט די מצרים זיך ברעכן קאפ מיט חאמאס.
אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער תהילים איד »

את אחי האט געשריבן:אבי געהאקט. מדינת ישראל האט נישט געבעטן צו פארלענגערן דעם לעצטן פייער אפשטעל, עגיפטן האט

שכוח... מדינת ישראל האט עס אפראווד אין די ערשטע מינוט, און חאמאס איז געווען דער וואס האט געזאגט ניין.

דערמיט האט חאמאס בשעתו געוויזן אויסטערלישע שטארקייט (לכאורה מער שטארקייט ווי זיי פארמאגן באמת), עס האט געמאכט אז די מדינת ישראל בומבאדירונגען אויף חאמאס קענען נישט גענוצט ווערן אלס זיג-געצייג, ווארום זיי דערשרעקן זיך נישט דערפון.
רבינו שאג בקול גדול וגו'
כ'שעם מיך
שר מאה
תגובות: 211
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 15, 2011 4:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כ'שעם מיך »

דער תהילים איד האט געשריבן:נפתלי בנעט (ווער דען) רייסט ארונטער (וואס דען) ביבי נתניהו (וועם דען) פארוואס ער פארהאנדעלט מיט חאמאס...

;l;p-
את אחי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 255
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 08, 2009 5:44 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את אחי »

דא איז דער פולער סטעיטמענט פון נתניהו א פאר טעג צוריק, ווי מ'זעט אז ער האט זיך קלאר באצויגן צו די טונעלן.

"סביב יישובי עוטף עזה יישארו כוחות שלא היו שם לפני המבצע כדי לתת הגנה טובה יותר לתושבי האזור. מצבם של תושבי האזור בטוח יותר מלפני המבצע"
אוועטאר
מחותן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10102
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 09, 2010 11:39 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחותן »

דער תהילים איד האט געשריבן:
את אחי האט געשריבן:אבי געהאקט. מדינת ישראל האט נישט געבעטן צו פארלענגערן דעם לעצטן פייער אפשטעל, עגיפטן האט

שכוח... מדינת ישראל האט עס אפראווד אין די ערשטע מינוט, און חאמאס איז געווען דער וואס האט געזאגט ניין.
דערמיט האט חאמאס בשעתו געוויזן אויסטערלישע שטארקייט (לכאורה מער שטארקייט ווי זיי פארמאגן באמת), עס האט געמאכט אז די מדינת ישראל בומבאדירונגען אויף חאמאס קענען נישט גענוצט ווערן אלס זיג-געצייג, ווארום זיי דערשרעקן זיך נישט דערפון.

די הסבר דערויף איז פשוט..

חאמאס האט ביי די מלמה געהאט צוויי צילען 1} צו האבן אסאך טויטע 2} דערמיט געווינען וועלטליכע סימפאטיע..זי האט ביידע צילן געווינען 101%..

מדנ"י האט נישט געהאט קיין געהעריגע ציל ביים אריינגיין אין עזה.. און זיי זענענן ארויס פון עזה אן געווינען אויף זייער ציל..

דערפאר איז נישט קיין וואנדער אז פאר חאמאס גייט ניש אן צו גיין ווייטער מיט מלחמה, און מדנ"י זענענן די וואס ווילדן א ענדע ווי פריער..
את אחי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 255
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 08, 2009 5:44 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את אחי »

דער תהילים איד האט געשריבן:
את אחי האט געשריבן:אבי געהאקט. מדינת ישראל האט נישט געבעטן צו פארלענגערן דעם לעצטן פייער אפשטעל, עגיפטן האט

שכוח... מדינת ישראל האט עס אפראווד אין די ערשטע מינוט, און חאמאס איז געווען דער וואס האט געזאגט ניין.

דערמיט האט חאמאס בשעתו געוויזן אויסטערלישע שטארקייט (לכאורה מער שטארקייט ווי זיי פארמאגן באמת), עס האט געמאכט אז די מדינת ישראל בומבאדירונגען אויף חאמאס קענען נישט גענוצט ווערן אלס זיג-געצייג, ווארום זיי דערשרעקן זיך נישט דערפון.

דאס איז מדינת ישראל'ס סטראטעגיע דורכ'ן פארלויף פונעם גאנצן מבצע. מיט דעם ווילן זיי שאפן פרישע לעגיטימאציע אין די אויגן פון די וועלט.
חאמאס ווייזט נישט מיט דעם קיין שום שטארקייט, זיי האבן פשוט נישט וואס צו פארלירן. זיי קענען נישט זיך ערלויבן ארויסצוקומען פון די פארהאנדלונגען מיט ליידיגע הענט.
אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער תהילים איד »

1) סטראטעגיע? ס'איז נישט אמת אז זיי האבן באשטעטיגט צו פארלענגערן? און אז חאמאס האט עס אפגעווארפן?

2) דאס אז חאמאס האט נישט וואס צו פארלירן, דאס רופט זיך אויף אידיש "שטארקייט". דאס איז וואס האט געברענגט זייער שטארקייט, ביז היינט ווען זיי האבן זיך יא עטוואס געבויגן.

איך ווייס נישט אויף וואס איז פארהאן זיך צו קריגן.
רבינו שאג בקול גדול וגו'
את אחי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 255
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 08, 2009 5:44 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את אחי »

מחותן האט געשריבן:
דער תהילים איד האט געשריבן:
את אחי האט געשריבן:אבי געהאקט. מדינת ישראל האט נישט געבעטן צו פארלענגערן דעם לעצטן פייער אפשטעל, עגיפטן האט

שכוח... מדינת ישראל האט עס אפראווד אין די ערשטע מינוט, און חאמאס איז געווען דער וואס האט געזאגט ניין.
דערמיט האט חאמאס בשעתו געוויזן אויסטערלישע שטארקייט (לכאורה מער שטארקייט ווי זיי פארמאגן באמת), עס האט געמאכט אז די מדינת ישראל בומבאדירונגען אויף חאמאס קענען נישט גענוצט ווערן אלס זיג-געצייג, ווארום זיי דערשרעקן זיך נישט דערפון.

די הסבר דערויף איז פשוט..

חאמאס האט ביי די מלמה געהאט צוויי צילען 1} צו האבן אסאך טויטע 2} דערמיט געווינען וועלטליכע סימפאטיע..זי האט ביידע צילן געווינען 101%..

מדנ"י האט נישט געהאט קיין געהעריגע ציל ביים אריינגיין אין עזה.. און זיי זענענן ארויס פון עזה אן געווינען אויף זייער ציל..

דערפאר איז נישט קיין וואנדער אז פאר חאמאס גייט ניש אן צו גיין ווייטער מיט מלחמה, און מדנ"י זענענן די וואס ווילדן א ענדע ווי פריער..

ביים אריינגיין אין עזה האבן זיי יא געהאט א קלארן ציל, דאס איז די טונעלן. קענסט זאגן אז מיט די מבצע בכלליות האבן זיי נישט קיין קלארן ציל. עכ"פ נישט וואס זיי האבן ארויסגעשטעלט עמטליך.
אוועטאר
מחותן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10102
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 09, 2010 11:39 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחותן »

את אחי האט געשריבן:ביים אריינגיין אין עזה האבן זיי יא געהאט א קלארן ציל, דאס איז די טונעלן. קענסט זאגן אז מיט די מבצע בכלליות האבן זיי נישט קיין קלארן ציל. עכ"פ נישט וואס זיי האבן ארויסגעשטעלט עמטליך.

דאס זאגט גענוג.. אויב האט מען נישט קיין ציל.. קען מען נישט געווינען ווייל מען ווייסט נישט וואס צו געווינען..
אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער תהילים איד »

די מבצע בכלליות האט יא א אפיציעלע ציהל, עס פארמאגט א א סלאגאן "להשיב את השקט".

סאמהאוי האט דער כח הטומאה פון חאמאס עפעס נסים שלא כדרך הטבע, אז מדינת ישראל וואס פארמאגט א 'מיליטער' מיט 'ערעפלאנען' 'העלעקאפטער' און 'דראונס' מיט מעכטיגע 'באמבעס' און 'שפיאנאזש' איינהייטן, קען נישט מיט מיליטערישע כוחות פארשטאפן די ראקעטן שיסערייען פון פרימיטיווע אראבער אן קיין ברעקל טעכנאלאגיע, נאר בלויז מיט נעגוישיעישאנס.
רבינו שאג בקול גדול וגו'
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”