בלאט 317 פון 1211

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 14, 2020 10:53 am
דורך א דרויסענדיגע
גאם, קען איינער זאגן פאר וועם צו וואוטן, אדער כאטשיג פאר וועם נישט צו וואוטן?

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 14, 2020 10:55 am
דורך משהלע
סטעיט סענאט לאז ליידיג. ביידע האבן זייער ליב אידן.

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 14, 2020 11:00 am
דורך א דרויסענדיגע
משהלע האט געשריבן:סטעיט סענאט לאז ליידיג. ביידע האבן זייער ליב אידן.

שקויעך!

איינער מיט דיטעילס וועגן קאנגרעס, דזשאסטיס, עסעמבלי און קלערק?

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 14, 2020 11:02 am
דורך מחנך
היימישער הייקער האט געשריבן:פומפדיתא, איך האב באקומען מיין מעיל-אין בעלעט, אפשר שטעלסטו ארויף פאר וועם דו האלסט מען זאל וואטען לאוקעלי לויט דיין ריסירטש?

ער דארף ווארטען צו הערען וועמען די עסקני העיר גייען ענדארסען, אזוי גייט ער קענען זאגען פארקערט

Re:

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 14, 2020 11:09 am
דורך Shuli
פומפדותא האט געשריבן:פארוואס מאכט מען נישט נאך טעסטס צו אראפ ברענגען די פאזעטיוו רעיט?

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 14, 2020 11:15 am
דורך משהלע
זענען זיי משוגע צו וואס? די מוסרים קענען אידיש.

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 14, 2020 11:16 am
דורך Shuli
משהלע האט געשריבן:זענען זיי משוגע צו וואס? די מוסרים קענען אידיש.

איך זעה אז עס איז געמעקט געווארן...

פאראכטן...

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 14, 2020 11:17 am
דורך יעך'בין שוין גרויס
א דרויסענדיגע האט געשריבן:גאם, קען איינער זאגן פאר וועם צו וואוטן, אדער כאטשיג פאר וועם נישט צו וואוטן?

וואס איז זיכער איז זיכער: טראמפ
:lol:

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 14, 2020 11:17 am
דורך נקודהלע
משהלע האט געשריבן:זענען זיי משוגע צו וואס? די מוסרים קענען אידיש.

איך זע נישט עפעס שלעכט אין די צעטל, יעדער האלט אז דער עולם זאל זיך טעסטן, אפי' די סטעיט!

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 14, 2020 11:19 am
דורך געריבענער סוחר

בכלל נישט קיין פראבלעם, דאס טענה'ט מען אפען אז ביי אונז איז בעצם די זעלבע נאמבער ווי די אלגעמיינע גאס, נאר ביינאונז טעסטן נאר מענטשן וואס פילן זיך נישט גוט משא''כ אין אנדערע געגענטער.

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 14, 2020 11:19 am
דורך Shuli
נקודהלע האט געשריבן:
משהלע האט געשריבן:זענען זיי משוגע צו וואס? די מוסרים קענען אידיש.

איך זע נישט עפעס שלעכט אין די צעטל, יעדער האלט אז דער עולם זאל זיך טעסטן, אפי' די סטעיט!

און בית מדרש הענגט א צעטיל וואס שטייט מער זאכן

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 14, 2020 11:19 am
דורך נקודהלע
Shuli האט געשריבן:
נקודהלע האט געשריבן:
משהלע האט געשריבן:זענען זיי משוגע צו וואס? די מוסרים קענען אידיש.

איך זע נישט עפעס שלעכט אין די צעטל, יעדער האלט אז דער עולם זאל זיך טעסטן, אפי' די סטעיט!

און בית מדרש הענגט א צעטיל וואס שטייט מער זאכן

נו נו...

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 14, 2020 11:21 am
דורך נישטאמת
היימישער הייקער האט געשריבן:פומפדיתא, איך האב באקומען מיין מעיל-אין בעלעט, אפשר שטעלסטו ארויף פאר וועם דו האלסט מען זאל וואטען לאוקעלי לויט דיין ריסירטש?

מאך רייט-אין "פומפדיתא"
#פומפדיתא פאר מאנסי - מאנסי פאר פומפדיתא!

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 14, 2020 11:25 am
דורך ר' יום טוב
א דרויסענדיגע האט געשריבן:גאם, קען איינער זאגן פאר וועם צו וואוטן, אדער כאטשיג פאר וועם נישט צו וואוטן?

טראמפ, דעמאקראטן אויפן סטעיט סופרים קארט, קאנגרעס פארן רעפאבליקען אדער קאנסערוואטיוו, סטעיט סענאט עפעס א רייט אין, אסעמבלי רעפאבליקען, קאונטי קלערק ווייסעך נישט, מסתם די דעמאקראט.

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 14, 2020 11:29 am
דורך נישטאמת
משהלע האט געשריבן:סטעיט סענאט לאז ליידיג. ביידע האבן זייער ליב אידן.

אויב ביידע האבן זייער ליב אידן וואלט איך געגאנגען מיטן ראפאבליקאנער. איך פאר מיר וואוט אייביג דעמאקראט אבער די סטעיט סענאט האט נאך א טשאנס (?) צו גיין צו די ראפאבליקאנער, און איך האלט אז סאיז נישט א גוטע זאך אז די ריגורונג איז קאנטראלט ביי נאר איין פארטיי

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 14, 2020 11:31 am
דורך בבקשה
נישטאמת האט געשריבן:
משהלע האט געשריבן:סטעיט סענאט לאז ליידיג. ביידע האבן זייער ליב אידן.

אויב ביידע האבן זייער ליב אידן וואלט איך געגאנגען מיטן ראפאבליקאנער. איך פאר מיר וואוט אייביג דעמאקראט אבער די סטעיט סענאט האט נאך א טשאנס (?) צו גיין צו די ראפאבליקאנער, און איך האלט אז סאיז נישט א גוטע זאך אז די ריגורונג איז קאנטראלט ביי נאר איין פארטיי

ס׳איז געווען סארקאסטיש, די רעפובליקאנער איז פון די פרעזערוו חברה. מיט די דעמעקראט רייכלין מעלניק האט מען זיך צוקריגט ביי די פריימערי (לפענ״ד על לא דבר)

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 14, 2020 12:53 pm
דורך א דרויסענדיגע
ר' יום טוב האט געשריבן:
א דרויסענדיגע האט געשריבן:גאם, קען איינער זאגן פאר וועם צו וואוטן, אדער כאטשיג פאר וועם נישט צו וואוטן?

טראמפ, דעמאקראטן אויפן סטעיט סופרים קארט, קאנגרעס פארן רעפאבליקען אדער קאנסערוואטיוו, סטעיט סענאט עפעס א רייט אין, אסעמבלי רעפאבליקען, קאונטי קלערק ווייסעך נישט, מסתם די דעמאקראט.

שקויעך!

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 14, 2020 1:14 pm
דורך בשבילי נברא
בבקשה האט געשריבן:
נישטאמת האט געשריבן:
משהלע האט געשריבן:סטעיט סענאט לאז ליידיג. ביידע האבן זייער ליב אידן.

אויב ביידע האבן זייער ליב אידן וואלט איך געגאנגען מיטן ראפאבליקאנער. איך פאר מיר וואוט אייביג דעמאקראט אבער די סטעיט סענאט האט נאך א טשאנס (?) צו גיין צו די ראפאבליקאנער, און איך האלט אז סאיז נישט א גוטע זאך אז די ריגורונג איז קאנטראלט ביי נאר איין פארטיי

ס׳איז געווען סארקאסטיש, די רעפובליקאנער איז פון די פרעזערוו חברה. מיט די דעמעקראט רייכלין מעלניק האט מען זיך צוקריגט ביי די פריימערי (לפענ״ד על לא דבר)

צו קלארשטעלן
לגבי די קאנדידאטן פאר סטעיט סענאט:

די רעפובליקאנער קאנדידאט "ביל וועבער" איז א אויסגעשפראכענער שונא ישראל שוין פאר יארן לאנג, ער איז פון די סאמע גרינדערס פון פרעזערוו ראמאפא, און ער איז נישט פארנומען מיט עפעס אנדערש ווי קעמפן קעגן יעדע אידישע זאך אין מאנסי, בקיצור א צר הצורר לנו פאר יארן.

די דעמאקראטישע קאנדידאט איז א פרישע פנים, וואס איה"נ מ'האט זיך אפשר צוקריגט מיט איר, און זי איז מסתמא נישט די מערסטע סימפאטיש צו אונזערע געברויכן, אבער איר פלאטפארמע איז נישט אונז אונטערצוברענגן אזוי ווי ביל וועבער וויל טוהן, און מ'וועט מסתמא קענען צוריקדרייען דעם דאשיק און אנקניפן מיט איר גוטע באציאונגען במשך השנים.

אין אנדערע ווערטער, מ'דארף מאכן זיכער אז די רעפובליקאנער קאנדידאט פאר סטעיט סענאט "ביל וועבער" זאל נישט געווינען, ווייל דער איז א אויסגעשפראכענער אידן פיינט, וואס האט נאר אן אגענדע אונז צו אפטוהן ווי מער.

(און זאל קיינער ביטע נישט קומען זאגן אז אפשר לוינט זיך יא דער זאל געווינען, ווייל אזוי גייט מען אפטוהן די עסקנים/בילדער'ס, ווייל אויב יא, ווייסטו נישט ווער דער פארשוין איז. ער האט דיך - שותו"מ איד - פיינט שנאת מוות, נישט נאר די בילדער'ס..)

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 14, 2020 4:27 pm
דורך לעכטל
די דרייוו וואס מען האט געמאכט חול המועד אין מאנסי זיך צו טעסטן, האט עפעס געהאלפן?!

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 14, 2020 4:33 pm
דורך ברוכאוויטש
בשבילי נברא האט געשריבן:די רעפובליקאנער קאנדידאט "ביל וועבער" איז א אויסגעשפראכענער שונא ישראל שוין פאר יארן לאנג, ער איז פון די סאמע גרינדערס פון פרעזערוו ראמאפא, און ער איז נישט פארנומען מיט עפעס אנדערש ווי קעמפן קעגן יעדע אידישע זאך אין מאנסי, בקיצור א צר הצורר לנו פאר יארן.

די דעמאקראטישע קאנדידאט איז א פרישע פנים, וואס איה"נ מ'האט זיך אפשר צוקריגט מיט איר, און זי איז מסתמא נישט די מערסטע סימפאטיש צו אונזערע געברויכן, אבער איר פלאטפארמע איז נישט אונז אונטערצוברענגן אזוי ווי ביל וועבער וויל טוהן, און מ'וועט מסתמא קענען צוריקדרייען דעם דאשיק און אנקניפן מיט איר גוטע באציאונגען במשך השנים.

אין אנדערע ווערטער, מ'דארף מאכן זיכער אז די רעפובליקאנער קאנדידאט פאר סטעיט סענאט "ביל וועבער" זאל נישט געווינען, ווייל דער איז א אויסגעשפראכענער אידן פיינט, וואס האט נאר אן אגענדע אונז צו אפטוהן ווי מער.

(און זאל קיינער ביטע נישט קומען זאגן אז אפשר לוינט זיך יא דער זאל געווינען, ווייל אזוי גייט מען אפטוהן די עסקנים/בילדער'ס, ווייל אויב יא, ווייסטו נישט ווער דער פארשוין איז. ער האט דיך - שותו"מ איד - פיינט שנאת מוות, נישט נאר די בילדער'ס..)

איים סארי, איך ווייס נישט אויב דו ביסט גערעכט אין דעם פאל אדער נישט, אבער דעי שפראך פארקויפט זיך שוין מער נישט, די בילדערס און דעוועלאפערס האבן עס שוין אביוזד.

קיינער גלייבט שוין נישט וועו מ'שרייט וואלף, אויב איז עס אמת אין דעם פאל דאן איז אן ערסטער פראבלעם וואס מ'האט זיך אליינס אן געברענגט

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 14, 2020 4:39 pm
דורך סטיטשינער
ברוכאוויטש האט געשריבן:

דו האסט בכלל א ספק וואס פריזערוו ראמאפא וויל?

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 14, 2020 6:47 pm
דורך משהלע
לעכטל האט געשריבן:די דרייוו וואס מען האט געמאכט חול המועד אין מאנסי זיך צו טעסטן, האט עפעס געהאלפן?!

ס'דארף זיין קאנסיסטענט

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 14, 2020 8:51 pm
דורך משהלע
מאסיווע טורנאוט אין ווילכאוויץ

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 14, 2020 8:52 pm
דורך לכאורה
יא, קום איך יעצט פון דארטן

(לאנגע שורות מיט געדולדיגע אידעלעך, דער וואס נעמט דעם טעסט איז גראדע נישט צו טיף אריין, כ'האב מורא געהאט דערפון נאכ'ן הערן פון אנדערע אז מען טוט אזוי)

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 14, 2020 11:24 pm
דורך געריבענער סוחר
משהלע האט געשריבן:מאסיווע טורנאוט אין ווילכאוויץ

יעצט דארט געווען, די טורנאוט איז נאכאלץ מאסיוו, לאנג געווארט