דניאל אויערבאך האט געשריבן:רעדענדיג פון די בוני עולם דינער מוז איך אויסדריקען מיינע מחשבות אביסעל
צילוב וואס בוני עולם איז געווען אינוואלוועד אין א משפחה מיטגלידער מיינס און געהאלפן בתשואות חן שפיר איך שטארק הכרת הטוב פאר זיי
דער דינער אין מאנסי איז לדעתי געווען פון די שענסטע וואס כהאב מיטגעהאלטן מיט שעות פון קורת רוח
בעיקר עס איז נישט געווען בארינג מיט נארישע דרשות נאר האט געהאט גאר אסאך תוכנפולע עינטערטעינמענט
דער יושב ראש איז געווען זיס און דער איידיע ארויפצורופן זיין פאטער דער יארמער רבי איז געווען געוואלדיג
די לעמער ברודער האבן געמאכט א אויסטערלישע דזשאב,
איך האב באזינדערס געקוואלן פון יאנקי לעממער מיט זיין אינגאלע, נאר א שאד אז די סקרינס האבן נישט געוויזן די זינגעריי, נאר די ווערטער אנשטאט
אויב איז געווען א פראבלעם מיט די סקרינס אז די אונטערשטע חלק איז די גאנצע צייט בלאקירט ביי אנדערע מענטשען, מען האט נאר געקענט זעהן די 80% פון אויבן
די דרשה פון דעם יונגערמאן די קאונסלער (כגדעדנק נישט זיין נאמען) האט באנומען דעם גאנצען עולם
ווי אויך די דרשה פון הרב שלמה באכנער האט אנטציקט יעדן
די לאנגזאם\פעלדמאן שפיל איז געווען זייער זיס, פאני און אמאושענעל ביינאזאם.
מען קען נאך מאריך זיין אבער די צייט הערלויבט נישט יעצט. זאלען זיי האבן אסאך הצלחה!!!!
איך האב אויך זייער הנאה געהאט. הגם, איך בין קוים דארט געוועהן. אבער... עס קומט א גרויס ישר כח פאר די באקאנטע חברים ארגאנזאציע. זיי האבן גאר אסאך געהאלפן מיטן פארקער וכו'.