איך זעה נישט תכלית פון נעמען די שמועס ווייטער פון ווי ס'האלט יעצט
יעדע מוסד האט איינגעשטעלטע אין איינע פון זיי איז א באס מענידזשער וואס פרובירט צו טוהן זיין ארבעט אין פארזיכערן די זיכערהייט פון די קינדער, א עקסידענט אין אזא טאג איז א זאך וואס קען פאסירן ביי יעדע דרייווער.
איך זעה נישט תכלית פון נעמען די שמועס ווייטער פון ווי ס'האלט יעצט
יעדע מוסד האט איינגעשטעלטע אין איינע פון זיי איז א באס מענידזשער וואס פרובירט צו טוהן זיין ארבעט אין פארזיכערן די זיכערהייט פון די קינדער, א עקסידענט אין אזא טאג איז א זאך וואס קען פאסירן ביי יעדע דרייווער.
מיין קשיא איז נישט אויפן באס מענעזשער, ער טוהט וואס מען הייסט איהם, מיין קשיא איז אויף די הנהלה פון די מוסד.
דאס איז א שאלה פון דיני נפשות, אויב ווילן זיי האלטן די קינדער לענגער ביי א שניי דארפן זיי פרעגן א דעת תורה אויב עס איז אויסגעהאלטן.
מאנסי איז מער נישט קיין קליין שטעטעלע וואס אלעס וואוינט אין די האלבע מייל פון די מוסד, מאנסי איז א גרויסע שטאט מיט שווערע בערג און געדרייטע ראודס, און ווען עס שנייט איז עס זייער סכנה'דיג, געב א קוק וויפיל עקסידענטס האבן נעכטן פאסירט.
צו געזונט האט געשריבן:די מוסד האט אהיימגעשיקט די פריעסטע וואס מעגליך אונטער די אומשטענדן
אלע מוסד'ס האבן שוין געהאט אהיים געשוקט פריער די מוסד איז געווען די איינציקסטע מוסד וואס האט אהיים געשוקט אזווי שפעט עס האט נישט קיין תורץ בעולם די דרייווער איז זייער א גיטע דרייווער ער דרייוועט זייער ראיג אין פיין ער איז נעבעך גארנישט שילדיג אז די מוסד האט געוואלט מקדש שם שמים זיין
די ......... זאל געזונט זיין
תושבי מאנסי זאלן פלאצן
צו געזונט האט געשריבן:די מוסד האט אהיימגעשיקט די פריעסטע וואס מעגליך אונטער די אומשטענדן
אלע מוסד'ס האבן שוין געהאט אהיים געשוקט פריער די מוסד איז געווען די איינציקסטע מוסד וואס האט אהיים געשוקט אזווי שפעט עס האט נישט קיין תורץ בעולם.
די דרייווער איז זייער א גיטע דרייווער ער דרייוועט זייער ראיג אין פיין ער איז נעבעך גארנישט שילדיג אז די מוסד האט געוואלט מקדש שם שמים זיין
א דרייווער איז ריספאנסעבעיל אז די קינדער פון זיין באס זאלן אנקומען אהיים סעיף, אויב האט די מוסד האט צו שפעט אפגעשפארט ביי א שניי - אפילו אויב גענוג פרי נאר די ראוד איז שוין נישט געאייניגט פאר באסעס - דארף די דרייווער זיך אפזאגען פון דרייווען, עס איז נישט זיין ריספאנסעבילעטי צו זען אז די קינדער זאלן אנקומען אינדערהיים, עס איז די מוסד'ס אחריות, און זאלן זיי טרעפן א צווייטע וועג עס צו טיען.
איך מיין ס'איז זייער אומאחריות'דיג און אומשכלדיג צו באשולדיגן און טייטלן אויף א חשובע מוסד דא אין שטאט וואס האט א רעפוטאציע אלס א ארנטליכע פיינע חדר, ס'קען זיך ביי יעדעם מאכן, און טאמער זיי האבן געמאכט א טעות קענען זיי עס פארעכטן, ס'קומט זיי נישט די אלע טענות בארעדיכצער, בפרט ווען זיי טרייען אלס נאכצוגיין אין די סארט מצבים ווי א שניי וואס די אנדערע חדרים טוען און זיי פרעגן א דעת תורה וויאזוי זיך צו פירן, זיי האבן א מהלך וואס זיי גייען נאך, און מ'האט נישט קיין רעכט צו פסק'נען פון איין מעשה.
אז דו פילסט אז זייער מהלך און חינוך איז נישט צוגעפאסט פאר דיין קינד, האסטו אלע ברירות נישט צו שיקן דארט, אבער לאז יענעם האבן א מקום אין די בריאה שלינג איהם נישט איין און זיך נישט פונקט יעצט זיך אפצורעכענען מיט זיי.
אלס איינער וואס איז היבש באקאנט מיטן העכסט חשוב'ן מוסד וואס מאנכע, וואהרשיינדליך מיט פערזענליכע אינטערעסן, האבן גענומען פאר א ציל ברעט עס אראפצומאלן אלס אומאחריות'דיג און ח"ו ווי זיי וואלטן אריינגעלייגט זייערע קינדער אין א סכנה. וויל איך אויסקלארן די פאקטען למען האמת, דברים כהווייתן. די תלמוד תורה טרענספארטאציע אפטיילונג ווערט געפירט דורך אן פרעפסיאנאלע און פארזיכטיגע מענעזשער, און עס ווערט געפירט שוין יארן (נאך איידער פיהל אנדערע מוסדות האבן בכלל עקזעסטירט) מיט אחריות און איבערגעגבנקייט צו די צופרידנקייט פון די הנהלה און די עלטערן. די באס דרייווער וואס האט געדרייווד דעם באס, איז כולו עלמא מודי איז א טייערע חשוב'ע און פארזיכטיגע יונגערמאן, פארט נישט ווילד, טוט נישט קיין סכנות'דיגע זאכן ח"ו, און וואלט זיך נישט ארויסגעלאזט אויפן וועג אויב וואלט ער געזען אלץ מסוכן, איינער דא האט אפי' געברויזט אז ער דרייווט צו שטייט.. יעצט צו די פאקטן: די עקסידענט האט פאסירט ארום 3:15, אויף א שיעפע געדרייטע ראוד אויף קארלטאן. כמעט אלע גאסן פון מאנסי זענען דאן געפארן מער ווייניגער גלאטיג, שאר-טרעקליך זענען ארומגעפארן און באזאלצן די ראודס, און פילע באסעס און קארס זענען געפארן אויף די גאסן. דער תלמוד תורה האט אהיימגעשיקט די פריסטע וואס מעגליך, די ערשטע ראוט פון די קלענערע קינדער איז ארויסגעפארן 1:00, און די צווייטע ראוט פון די עלטערע קינדער - 2:30 (כאטש לויט די אנווייזונגן פון די טאון האט מען געמעגט ארויספארן באסעס ביז 4:00). די צוויי מוסדות מיט די גרעסטע טרענספארטאציע אפאראטן, מיט אויסגערופענע מענעזשערס מיט יארן-ערפארונג, זענען ארויסגעפארן שפעטער פון דעם! וויזניץ האט אנגעהויבן אהיימצושיקן 4:00, און זיי האבן נאך ארויסגעשיקט צוויי ראוטס אזוי שפעט ווי 6:00. סאטמאר (uta) האט ארויסגעשיקט ראוטס: 2:45, 3:15 און 3:45.
סך הכל, די מוסד האט געהאנדלט זייער אחריות'דיג, די אלע גערעדעכטס פון ביטול תורה, נעגל וואסער, און אויפגעטראכטע הנחות, קומט לכאורה פון פאלנע קנאה און אומפארגינערשקייט. און ווי איינער האט שוין געשריבן גייט די רעפוטאציע און גיטע נאמען פונעם מוסד פאר זיי בס"ד.