בלאט 1 פון 65

שוידער: האברך ר' מנחם משולם ב"ר ישראל שטארק הי"ד -ב’ שבט תשע”ד

געשריבן: פרייטאג יאנואר 03, 2014 4:54 am
דורך דער תהילים איד
זייער אינטערסאנט, אלע זרעלי סייטס באריכטן עס, אבער דא ווייסט מען נישט דערפון.

לויט בחדרי חרדים האבן גויים אפגעווארט ר' מנחם שטארק ביי זיין אפיס און אים פארכאפט רח"ל, די קעמרעס האבן אפגעכאפט די סצענע און די פאליציי האבן געוויסע טיפס און גייען אן מיט א זוכעניש.

וואס גייט דא פאר? ירחם השם!

געשריבן: פרייטאג יאנואר 03, 2014 4:55 am
דורך שוועמל
Sean Penn on the scene

געשריבן: פרייטאג יאנואר 03, 2014 4:59 am
דורך דער תהילים איד
.

געשריבן: פרייטאג יאנואר 03, 2014 5:38 am
דורך למעלה משבעים
און? עני אפדעיט'ס?

געשריבן: פרייטאג יאנואר 03, 2014 5:51 am
דורך דער תהילים איד
גיי ווייס וואס דא גייט פאר, נישטא קיין איין נייעס אגענטור וואס ווייסט פון אזא מעשה בכלל.

געשריבן: פרייטאג יאנואר 03, 2014 5:58 am
דורך בילדער
@WmsbgNews: R' Mencham Stark got kidnapped 11:25pm @ his office Rutledge x Broadway in a light douge minivan, Call 7182370202/911 http://t.co/m9or77s2Bf

געשריבן: פרייטאג יאנואר 03, 2014 6:23 am
דורך דער תהילים איד
טוויטער אפדעיט:

Shomrim asking EVERYBODY available to HELP search the area, & everybody who have cameras Broadway x Rutledge till Atlantic to go check asap.

געשריבן: פרייטאג יאנואר 03, 2014 6:28 am
דורך פ' לך לך
Williamsburg News ‏@WmsbgNews

Rabunei HuEer asking all Gabuem to announce in every Shol to be Mispalel for Menachem Meshilem Ben Shenya Etya to be be find healthy asa"p

מנחם משלם בין שינא עטיא.

השם ירחם וואס דא גייט פאר

געשריבן: פרייטאג יאנואר 03, 2014 6:34 am
דורך private
@KolHaolam: WILLIAMSBURG: BREAKING - A Yungerman has been abducted from Rutledge Street. PD and Shomrim are looking at cameras for info or leads.

געשריבן: פרייטאג יאנואר 03, 2014 6:37 am
דורך דער תהילים איד
יויש, איך ציטער. עס גייט מיר א טרער.

געשריבן: פרייטאג יאנואר 03, 2014 6:41 am
דורך private
לאמיר איינרייסן מיט דו קינדערליך אינדערהיים להצלחת מנחם משלם בין שינא עטיא. רייסט איין

געשריבן: פרייטאג יאנואר 03, 2014 6:51 am
דורך private
@KolHaolam: WILLIAMSBURG: U/D - Police continue search for yungerman, security cameras show 2 people throwing him into a minivan while being tied up.

געשריבן: פרייטאג יאנואר 03, 2014 7:12 am
דורך בילדער
השתדלו והרבו תחינה ובקשה: רבנים און עסקנים רופן כלל ישראל איינצורייסן פאר דער חסידי'שער אינגערמאן ר' מנחם משולם בן שאניא עטי-ה - וועלכע איז בייזוויליג פארכאפט געווארן נעכטן דאנערשטאג אויפדערנאכט אין הארץ פון וויליאמסבורג דורך צוויי אומאידענטיפיצירטע פארברעכער - אז ער זאל וואס שנעלער אפגעפונען ווערן אין א גוטע צושטאנד, און זיך קענען צוריק פאראייניגען מיט זיין פאמיליע.

דאנערשטאג נאכט, אום 11:30 האט דער אינגערמאן פארלאזט זיין אפיס וועלכע איז סטאנציאנירט אויף ראטלידזש, ווען פלוצלינג איז ער איבערגעפאלן געווארן דורך צוויי פארמאסקירטע פארשוינען. ווי די זיכערהייט קאמערעס צייגען, איז אנטשטאנען א 5-מינוטיגע העפטיגע געראנגל צווישן דעם אינגערמאן אין זיינע פארכאפער, ביז ער איז ענדגילטיג אריינגעצויגען געווארן אין דער ווייסער-דייטש ווען, וועלכע האט נישט פארמאגט קיים פלעטס אויף זיך.

שומרים און פאליציי זענען אלארמירט געווארן עטליכע שטונדן שפעטער, דורך זיין פרוי וועלכע האט זיך באקלאגט אז זי קען נישט צוקומען צו איר מאן, און איר טעלעפאן רופן ווערן געענטפערט דורך זיין וואויסמעיל. שומרים אין פאליציי האבן אין איילעניש אינטערגענומען א אינטענסיווע זוך-אקציע און אויספארשונג צו קומען אויף די שפורן פון דעם אינגערמאן אין זיינע פארכאפער.

דער אויספארשונג זעצט ווייטער פאר מיטן גאנצן קראפט, עס האלטן און איין אריינגעברענגט ווערן פרישע אגענטורן וועלכע זענען ספעציעל טרענירט צו האנדלן מיט אזוינע סענסעטיווע פעלער, און נאך פאליצייאישע עקספערטן וועלכע האבן זיך אין לויף פון די נאכט זיך אנגעשלאסן אין די מאסיווע אויספארשונג.

דערווייל האלט מען שוין 7 שטונדן פון ווען דער אינגערמאן איז פארכאפט געווארן, און דערווייל האט מען נאכנישט געהערט קיין פאזעטיווע ענדערונגען אינעם קעיס.

נעמט ארויס א תהלימ'ל און רייסט איין אז אונזער ברודער זאל אפגעפונען ווערן אין א גוטע געזונט-צושטאנד, גאנץ אן קיין שום שאדן.

געשריבן: פרייטאג יאנואר 03, 2014 7:29 am
דורך פלעכטער
וועלכע שטארק? בן ר'?

איינער קען לייגען א בילד.

מיר זאגן תהילים און מיר זענען מתפלל פאר זיין באלדיגע בייפרייאונג געזונטערהייט.

געשריבן: פרייטאג יאנואר 03, 2014 7:43 am
דורך טראכט נאר גוט
שוועמל האט געשריבן:Sean Penn on the scene

די ווייסט וואס די זאגסט?אדער די מאכסט סתם ליצנות אין אזא ערנסטע צייט ?

געשריבן: פרייטאג יאנואר 03, 2014 7:57 am
דורך private
פלעכטער האט געשריבן:וועלכע שטארק? בן ר'?

איינער קען לייגען א בילד.

מיר זאגן תהילים און מיר זענען מתפלל פאר זיין באלדיגע בייפרייאונג געזונטערהייט.

בן ר׳ ישראל שטארק. יארן לאנג געווען א כתה א מלמד אין סאטמאר וויליאמסבורג

געשריבן: פרייטאג יאנואר 03, 2014 8:06 am
דורך פעפערקארן
ער איז א ברידער מיטן חזן שטארק

אפשר דאס?

געשריבן: פרייטאג יאנואר 03, 2014 8:11 am
דורך knowledge
אויב ארבעט ער אין ריעל עסטעיט,קוקט די גערעגטע קאמענטטס, אפשר םארבינדן
http://www.yelp.com/biz/southside-assoc ... oklyn?nb=1

געשריבן: פרייטאג יאנואר 03, 2014 8:17 am
דורך טראכט נאר גוט
פעפערקארן האט געשריבן:ער איז א ברידער מיטן חזן שטארק

געשריבן: פרייטאג יאנואר 03, 2014 8:21 am
דורך knowledge
קוקט די לינק, אפיס איז ראטלידזש קאר. בראדוועי, די קאמענטטס רעגן זיך אויף שטארק א חסיד

געשריבן: פרייטאג יאנואר 03, 2014 8:28 am
דורך פאטאקי08
וויאזוי ביסטו צו געקומען צום לינק?
אפשר שיקט איינער די לינק צו שומרים

געשריבן: פרייטאג יאנואר 03, 2014 8:29 am
דורך knowledge
פאטאקי08 האט געשריבן:וויאזוי ביסטו צו געקומען צום לינק?
אפשר שיקט איינער די לינק צו שומרים

געזוכט זיין נאמען, אדרבא זאל עס איינער איבערגעבן פאר שומרים

געשריבן: פרייטאג יאנואר 03, 2014 8:31 am
דורך למעלה משבעים
ס'איז ווייט פון א דזשאוק זע איך, ס'איז נישט די איינציגסטע לינק, לענ"ד דארפן זיי פשוט צאמנעמען אלע אינפארמעישן ווער ס'איז אלץ א טענענט ביי אים, און זען ווער פון די אלע האבן די סארט ווען.

געשריבן: פרייטאג יאנואר 03, 2014 8:31 am
דורך קנאפער ידען
פאטאקי08 האט געשריבן:וויאזוי ביסטו צו געקומען צום לינק?
אפשר שיקט איינער די לינק צו שומרים

כ'גלייב אז דער לינק דרייט זיך אויף וואטסעפפ און טוויטער.
און שומרים האבן עס לכאורה פונקט ווי דו.

געשריבן: פרייטאג יאנואר 03, 2014 8:33 am
דורך knowledge
קנאפער ידען האט געשריבן:
פאטאקי08 האט געשריבן:וויאזוי ביסטו צו געקומען צום לינק?
אפשר שיקט איינער די לינק צו שומרים

כ'גלייב אז דער לינק דרייט זיך אויף וואטסעפפ און טוויטער.
און שומרים האבן עס לכאורה פונקט ווי דו.

אני הקטן האט געפונען די לינק, אין לי וואטס עפ גרופע, איך טוויט אויך נישט, דעריבער ביטע עס שיקן צו שומרים, קען זיין א הילף