Think and Thank האט געשריבן:נאך פונדערהיים האט געשריבן:למעלה משבעים האט געשריבן:SPUSMN האט געשריבן:ויתן לך האט געשריבן:די דיל איז נישט אינגאצן חרוב, ווייל נאר אמעריקא צוט זיך ארויס פון דעם, אלע אנדערע לענדער בלייבן מיט די דיל
עני וועיס איז דאס א שטארקייט פון טראמפ, אויב צוט ער זיך טאקע ארויס
ווערט צו געדענקען.
מיין ערשטע מחשבה איז געווען אז דער איז אינגאנצן צורידערט דאס צו טון יעצט, וואס פעלט אים אויס צו איינקויפן נאך פראנצויזישע שונאים.
אבער נאכן זיך איבערטראכטן, ווייס איך נישט צו עפעס טוישט זיך, וויבאלד איראן גייט נישט ווילן זיך ארויסצוען פון זייער זייט, ווייל דאן האבן זיי די 'גאנצע' וועלט קעגן זיך, איז וואס יא? פלעין א סימבאלישע אקט? אויב גייט צוריק סאנקציעס אויף זיי, וואס מאכט עס זיי אויס, זיי האבן די גאנצע וועלט חוץ אמעריקא.
און לענ"ד איז דאס געווען זיין החלטה, און לענ"ד האט ער דאס געענטפערט פארן פראנצויזישע פרעזידענט, אז ס'איז אין א געוויסע זין פלעין א סימבאלישע אקט...
פיר אויס:
צו ציפרידן שטעלן זיינע וויילער...
אידעלעך טייערע, אמעריקאנער סאנקציעס טוען זייער זייער וויי. אמעריקע קאנטראלירט די גלאבאלע באנקינג אינדוסטריע און נאך צענדליגער חלקים פון די גחאבאלע עקאנאמיע, פלאס וואס א פירמע וואס דארף טשוזן צווישן האנדלען מיט איראן אדער אמעריקע איז די טשויס זייער אבוויעס.
איין דוגמא: די אמעריקאנער ארויסציאונג האט געחייגט אויף האלד די איראנער פליגער באשטעלונגען נישט נאר פון די אמעריקאנער באאינג נאר אויך פון די אייראפעאישע עירבאס, וויבאלד עס נעמט אריין אסאך חלקים פראדוצירט אין אמעריקע.
און ועל כולם, די אלע וואס האבען אינוועסטירט אזוי פיל געלט אין איראן על אף וואס דארט שרייט מען "טויט צו אמעריקע", קענען זעהן זייער גאנצע געלט גיין לטמיון; ווייל איראן וועט זיי קיינמאל נישט באצאלען. איז ממילא ווער וויל אינוועסטירען ווען כמעט ווי זיכער וועלען זיי עס אין גאנצען פארלירען.
וואסארע סארט allies זענען די אייראפעיאר צו אמעריקע, אז אין דער זעלבע צייט וואס איראן טשעפעט אמעריקע און שרייט טויט צו אמעריקע, סעבאטאדזד אמעריקאנער מלחמה שיפען, טעראראזירט איר אויף די היי סיעס, גייט אייראפא און מאכט צענדליגע ביליאנען דאלערען געשעפטען מיט אמעריקע'ס שונא!?
די אייראפעאר זענען ענעיבעלערס פון אירא'ן טעראר, און פירען זיך אויף מער ווי allies פון איראן ווי allies פון אמעריקע.
אין אנדערע ווערטער, ווען אמעריקע האט א פרעזידענט ווי אבאמא וואס איז אנטי אמעריקע, דענמאלט זענען זיי allies מיט אמעריקע (ליין אבאמא) און פארשטייט זיך אויך מיט איראן.
אבער ווען אמעריקע האט א פרעזידענט ווי טראמפ וואס איז פרא אמעריקע, דעמאלט זענען זיי "נאר" allies פון איראן!
מעיק אפ יור מיינט אייראפא; וועמען'ס אליאירטע (allies) זענט עטץ?
איז תלוי ענקער פרענדשיפ מיט אמעריקע אין ווער איז פרעזידענט פון אמעריקע?! אויב יא, איז ענקער קרעדעביליטי גארנישט ווערט, און ענקערע גאראנטיס קיין גאראנטי נישט.
די פארדארבענער כאראקטער פון די אויסערן פאליטיק אין אייראפא קומט דא ארויס אין אלע אירע מיאוסע פארבען. זיי מאכען חרוב אייראפא צוליב זייער קרומע איידילאגיע, פינקט ווי דא אין אמעריקע מאכען די לינקע חרוב אמעריקע מיט די וועלט צוליב איר אידיעלאגיע; נאר דער חילוק איז אז דארטען אין אייראפא מאכען עס די רעכטע אויך חרוב.