ריק פערי וועט נישט לויפן פאר נאך א טוירם אין טעקסעס

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
הערליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3426
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 13, 2011 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערליך »

בוש השני האט דען פאראורזאכט אזא פלאפ ווי ער?
פריי זיך
שר חמש מאות
תגובות: 866
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2013 12:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריי זיך »

פאר די וואס געדענקען נאך בוש פון בעפאר קלינטאן רעדט מען דא פון א בוש השלישי ..
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

הערליך האט געשריבן:בוש השני האט דען פאראורזאכט אזא פלאפ ווי ער?

כ'רעד פון די "נער" לעיבל.

אגב דן מאכסט עס ווי א ערגערע פלאפ ווי ס'איז געווען. נישט אז עס איז געווען גארנישט, אבער נישט דארט הייבט זיך און און ענדיגט זיך, א קאנדידאטור פון א מענטש.

איין סיין, "43% פון די גאנצע ארבייט'ס קראפט וואוקס אין לאנד פאר 5-6 יאר (דערווייל), איז געווען אונטער פערי אין טעקסעס", ווישט אפ דריי "אופסעס" אויך.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

די "רייט סקופ" האט אויפגעפיקט יוסי'ס ארטיקל.

הערליך געט א קוק א העדליין, אוטן זאגט מיר צו "אופס" איז בכלל א פאקטאר.

Rick Perry, Texas responsible for almost 50% of Obama’s net job growth since 2009
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
מידער
שר האלפיים
תגובות: 2409
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 06, 2011 11:55 am
לאקאציע: אונטער פרעשור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מידער »

הייסט ס'איז געווען יאסי'ס אייגענע ארבייט גאר?
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

מידער האט געשריבן:הייסט ס'איז געווען יאסי'ס אייגענע ארבייט גאר?

יאפס.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13895
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

מען דארף מערדזשען די אשכול מיט די מעין אשכול
אז נישט וועט מען אין 2020 נישט קענען טרעפן א ענטפער פאר אזא שאלה אוואו מיין קומענדיגע שאלה...
מען רעדט דא שוין מער פון בוש ווי פון פערי

וויכי
וואס איז געווען די מעשה מיט די הארצלאז קאממענט פון פערי?
אוועטאר
מייקראסאפט
שר האלף
תגובות: 1064
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 07, 2012 10:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מייקראסאפט »

פאטאקי08 האט געשריבן:וואס איז געווען די מעשה מיט די הארצלאז קאממענט פון פערי?
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

לעצט פארראכטן דורך שנאפס אום פרייטאג יולי 12, 2013 10:52 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32541
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

איך קעניש גלייבן אז מ'געדענקט נישט... אבער אז מ'פרעגט העלעך איבערזאגן...

ביי די דריטע דיבעיט האט מען אראפגעריסן ריק פערי פארן צושטעלן אין-סטעיט-טואישן פאר קינדער פון אומלעגאלע אימיגראנטן, (אדער קינדער וואס זענען געווען קליין ביים אריינשווערצן אין לאנד) האט פערי פראבירט זיך צו דיפענדן אז למעשה זענען זיי דא אין לאנד, ס'איז נישט זייער שולד, און ווי איידער זיי זאלן אויפוואקסן ווי זייערע עלטערן, פארלאנגט ער פון זיי געוויסע תנאים, און לכבוד דעם באקומען זיי א נארמאלע עדזשיוקעישן און זיי האבן א נארמאלע פיוטשער...


ער האט אויך געטענהט אז ער טוט וואס ס'איז גוט פאר זיין סטעיט, און ער האט געהאט 2/3 פון די סטעיט לעדזשיסלעיטארס וואס האבן געהאלטן מיט אים...

ווען מ'האטעם נאכאמאל אראפגעריסן דערפאר האטער געשאסן אן ענטפער, וואס לדעתי האטעם דאס געקאסט די קאמפיין!

זיין ענטפער איז געווען אז אויב האלסטו אז א קינד וואס איז אריינגעקומען אין לאנד נישט פון זיין שולד, און קומט נאך די אנדערע פארלאנגען טאר מען נישט נישט עדזשיוקעיטן, האסטו נישט קיין הארץ!
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13895
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

איך געדענק די אישו
אבער איך געדענק נישט אז דאס זאל זיין זיין דורכפאל
און עס קוקט נישט אויס פון דיינע קאמענטס דארט אז יא

פארקערט פון דיינע קאמענטס קוקט אויס ווי דער דאזיגער דעבאטע האט אים געמאכט פאר פרעזידענט אין 2012 (דזאסט קידינג...)
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

מאך א זוך אויף די ווארט "הארצלאז" און "הארצלאזע" אין נייעס פארום, וויכי קייט איבער ווי א מעלה גרה יעדעס מאל אז דאס איז געווען זיין דורכפאל

(סארי וויכי איך מיין נישט דיך, איך בין פלעין מסביר)
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
alte zida
שר האלף
תגובות: 1030
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 09, 2011 11:50 pm

2016 און א בליק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך alte zida »

וויכי טייערער זיסער צדיק׳ל לעכטיגער נשמה׳לע.

איך האב אזוי געהאפט אז פערי גייט נישט לויפן פאר איין סימפל ריזען, ״איך וויל זיין מיט וויכי אויף איין זייט״, אבער ליבי אומר לי אז זיין יעצטיגע שריט פון ריזיינען אלס גאווערנער איז זיכער א מיטל זיך צוצוגרייטן פאר א נאציאנאלן קאמפיין און מיר וועלן ווייטער זיין צושפליטערט, וויכי רימעמבער איך זאג דיר שוין יעצט, ווי סטעי פרענדס, אפי׳ מיר גייען דא דיסעגריען און גרויסן (לכאורה).

די מעגליכע קאנדידאטן און מיין מיינונג איז בערך אזוי.
1) ריק פערי -טעקסעס-
2) קריס קריסטי -ניו זשערסי- (נאר מעגליך אלס א דעמעקראט קעגן קלינטאן לאל)
3) זשעב בוש -פלארידא-
4) מארקוי ראביו -פלארידא-
5) ראנד פאול -קענטאקי-
6) טעד קרוז -טעקסעס-

די צווייטע טיער קאנדידאטן זענען די וואס זענען אדער שוואכערע קאנדידאטן, אדער איז דא א קלענערע טשענס אז זיי גייען לויפן.
1) ריק סענטורום -פענסעלוועניע-
2) פאול רייען -וויסקאנסאן-
3) ניוט גינגריטש -זשארזשיע-
4) סערא פעילין -אלאסקא-
5) קאנדעליזא רייס

עס זענען דא נאך ווי קעילי איאטא פון ניו העמפשיר אדער סאזאנא מארטינעז פון ניו מעקסיקא באב מעקדאנעל, באבי זשינדאל, אבער און מיין מיינונג האבן די נישט קיין טשענס ממילה גיי איך מיך נישט באציען צו זיי (אלעס קען געשען און פאליטיק אבער איך רעדט ווי מען שטייט כהיום).

יעצט לאמיר זיך באציען צו יעדען קאנדידאט עקסטער מיט זיינע מעלות חסרונות און שאנסען.

1) ריק פערי: מעלות, וויכי איז פאר אים אלל דעי וועי און ווען וויכי איז IN איז שוין א שטארקע זאך, ער וועט האבן די רעכטע עלעמענט פון די ריפאבליקאנער אויף זיין זייט, אלע עווענגאליסטן וואס זענען געזיצען אינדערהיים און די פארגאנגענע וואלן און געהאט א גרויס חלק און ראמני׳ס פארלוסט און ווען און 2004 זענען זיי געווען די וואס האבן געשטיפט בוש אווער די טאפ קעגן קערי, מיט פערי וועלן זיי ארויסקומען שטימען און די מאסן, ער האט אביסל פון דעם אלטן חן (די בוש חן) וואס דער עלטערער עלעמעט פון די וויילער בענקען זיך צו די צייטן מיט נאסטעלאגיע און און פערי קענען זיי דאס אביסל געפינען, די טאלק שאוי האסטס (ראש לימבוי, מארק לעווין, שאן הענעטי און אזוי ווייטער) גייען אויף אים נישט האקן און די פריימעריס)

חסרונות: ער איז שוין א היבש ביסל אויסגעדראשן און די ריפאבליקאנער דארפן יונג בלוט יעצט, ער איז נישט קיין סופער רעדנער, ״אופס״ גייט אים באגלייטן, אביסל צו תמימות׳דיג (וויכי איים סארי איטס זשאסט מיי אפיניען), ער ברענגט נישט קיין סטעיט צום טיש, טעקסעס איז ממילה א רויטע סטעיט.

2) קריס קריסטי: מעלות. ער האט זיך געבענד ממילה גייען אלע געבענדע שטיצן א געבענדע ברודער, ער האט א שארף צינגל, ער סאונד ווי ער איז Above politics (יא שאר...), ער האט א פיינע רעקארד און זיין האום סטעיט אלס גאווערנער.

חסרונות: א גרויס חלק ריפאבליקאנער (ואני הקטן בתוכם) גייען אים שווער מוחל זיין פאר דעם בערישן חביבות מיט וואס ער האט ארומגענימען אבאמא א פאר טאג פאר די וואלען, און דערמיט געגעבן א גרויסן שטיפ פאראויס פאר די אבאמא קאמפיין, ער איז נישט אינגאנצען רעכט צום געשמאק פון די טיי פארטיי עלעמענט, איך האלט אז ער קען נישט דעליווערן די סטעיט אוו ניו זשערסי און א זשענעראל עלעקשאן (דערצו אויב קארי בוקער לויפט אויף די דעמעקראטישע זייט)

3) זשעב בוש: מעלות. ער קען דעליווערן די סטעיט אוו פלארידא, ער איז א גוטער רעדנער, ער האט א גוטן רעקארד ביי די פלארידא היספאנישע וואויטערס.

חסרונות. אויסגעדראשן, ברענגט מיט די בוש באגאזש, ברענגט נישט קיין עקסייטמענט צום קאמפיין.

4) מארקוי ראביו: מעלות: יונג, ערגיניש, בטעמט׳ע אויסזעהן (ביי די אמעריקאנער פערדן איז Looks א חלק פון די קוואלעפיקאציעס) היספאנישער, און די זשענעראל עלעקשאן גייען די דעמעקראטן נישט קענען מאכן אימעגרעישן א קאמפיין אישו קעגן אים (און די פריימעריס קען אימעגרעישו אים שאטן) ברענגט פלארידא צון טיש, א גוטער רעדנער, דיבעיטער, גייט אפעלירן צום טיי פארטיי עלעמענט (אויסער אויב זיי וועלן אים נישט מוחל זיין אויף אימעגרעישן ווי אויבן דערמאנט)

חסרונות: קען ווערן געפעינט ווי צו יונג, אימעגרעישן ביי די רעכטע וויילער קען אים אוועק נעמען שטימעס, האט עפעס א סתירה און זיין היסטאריע וואס ער האט פארקויפט ווען זיינע עלטערן זענען געקומען פון קובא און די דעמעקראטן וועלן דאס פראבירן צו מאכן א גרויסע קאמפיין אישו.

מיינוג: אויב גייען די דעמעקראטן האבן א עלטערע קאנדידאט ווי למשל קלינטאן אדער גאר ביידען (אויב מיינע רצונות ווען מקיים ווערן אבער איך געב אים א קליינע טשאנס און א פריימערי קעגן קלינטאן) דאן גייט ער זיין דער וואס גייט זיין די יוגנט׳ס הייפ קאנדידאט און ער גייט זיין די פנים חדשות און די וואלן ממילה האט ער זייער א גוטן שאנס צו געווינען (די דעמעקראטן גייען דאן האבן סיי א פראבלעם מיט היספאנישע וואויטערס ווייל ראביו וועט פון זיי אוועקשלעפן א חלק, און סיי מיטן יוגענט וואס וועלן ענדערש וויילן א יונגער קאנדידאט מיט וואס זיי קענען זיך מער מיט אים אינדענציפירען, אבער די שווארצע וויילער וועלן דאן שטימען און די מאסן פאר די אנדערע קאנדידאט ווייל זיי האבן פיינט די ספאנישע, אבער אן פעסטע שטיצע פון די צוויי וואויטינג גרופעס די יונגע וויילער און די היספאנישע קענען די דעמעקראן די ווייסן הויז נישט געווינען.

אבער אויב גייען די דעמעקראטן האבן אזא קאנדידאט ווי קארי בוקער (אויך שוואכע שאנסן אז ער גייט שוין לויפן) דאן וועט ראביו נישט זיין קיין גרויסע מעלה לגבי די יונגע וויילער.

4) ראנד פאול: מעלות: וועט שלעפן אלע ליברעטעריען קאנדידאטן, מיר ווען האבן די כבוד צו האבן טהור עניים לייוו און אקטיוו, ער וועט ציען אלע טיי פארטיי וויילער.

חסרונות: ער קען נישט רעדן, ער ברענגט נישט קיין סטעיט צום טיש קענטאקי איז ממילה א רויטע סטעיט, די צענטערישער חלק פון די חלק פון די פארטיי (אדער ווי מאנכע רופן עס די ״עסטעבלישמענט״ וועט נישט זיין עקסיידעט פאר זיין קאנדאטור ווייל ער איז פאר זיי צו אויסגעשפראכן.

5) טעד קרוז: מעלות: ער איז א אייזערנער רעדנער, ער האט באוויזן אייצונעמען די סענאט פלאר אפי׳ ער איז נאר א Frashman סענעטאר, ער האט גאטס צו פייטן פאר זיינע מיינונגען און ווירדן, זיין פאבלעצירטער גאן דיבאטע מיט דיאנא פיינסטיין (D קאלעפארניע) די אזוי פארהאסטער סענעטער ביי די ריפאבליקאנער גייט אים מאכן פאר א אייביגער העלד ביי די רעכטע וויילער, ער איז א אייזערנע דיבעיטער (און מיין מיינוג נאך בעסער וויי ניוט גינגריטש לגבי סובסטונס און א דעבאטע), ער איז יונג און ערגיניש, ער גייט אויפלעבן די רעכטע באזע ווי און רעיגנ׳ס צייט, ער גייט ברענגען א חלק היספאנישע וויילער צום ריפאבליקאנער זייט (כאטש לכאורה נישט אויף אזא פארנעם ווי ראביוי)

חסרונות: ער גייט נישט ברענגען קיין סטעיט צום טיש (טעקסעס איז ממילה רויט), ער גייט האבן א שטיקל פראבלעם מיט אינדעפענדענס און מעין סטריעם וויילער וואס קוקן אים אן מיט א שטיקל חשד אז ער איז א אידיעלאגישער ווייט רעכטער סענעטאר (אבער וויסאלד ער איז גאנץ ניי אויפן פעלד קען ער דאס לכאורה פארווישן מה שאין כן ראנד פאול וואס אפי׳ ער איז ניי טראגט ער די נאמען פאול און זיין טאטע׳ס מיינונגען און שיטות וועט אים באגלייטן און זיין א ליברעטעריען סטעמפל אויף אים), די אנטי גאן עלעמענט וועט ארויסקומען קעגן אים בדורן (א שטייגער ווי בלומבערג וואס גייט ווארפן מיליאנען און אנקאמפיין קעגן אים) ובמלחמה, (איך ווייס אבער נישט צו איך זאל דאס לייגען און די מעלה אדער חסרון קאלום ווייל די ען אר עי און די גאן שטימער גייען פונקט אזוי ווארפן געלט און זיין שטימע און ארויסקומען שטימען פאר אים און די מאסן.

מיין מיינונג: איך וויל אים האבן אלס קאנדידאט און אויב גייט ער לויפן קעגן קלינטאן גייט דאס זיין די גרענד מלחמה מווישן די רעכטע אמעריקא און די לינקע אמעריקא און איך האלט אז ער איז די אייצוגסטער וואס קען אוועקבלאזן קלינטאן, איך בין נאר נישט זיכער אז ער גייט לויפן.

מיינע פרעפרענסעס פאר די נאמענאציע און א רייע פון די שטערקסטע צו די שוואכסטע.

1. טעד קרוז
2. מארקוי ראביו
3. קריס קריסטי
4. פאול רייען
5. זשעב בוש
6. ריק פערי
7. ניוט גינגריטש
8. ריק סענטורם
9. באב מעקדאנעל
10. באבי זשינדאל
11. קלינטאן ווייל פון פעילין אלס פרעזידענט האב איך מורא.

א אפשאצונג אויף די דעמעקראטישע וועט נאכפאלגען און אזוי אויך ווען די מצב אויף די ריפאבליקאנער זייט וועט זיך מער קליסטעראזירן.
דערווייל האט מיר א גוט שבת.
Proud to be part of the Hasidic Freaks.
אן אלטער פוקס איז בעסער ווי א יונגער פערד.
שרייט נישט ווייל איך הער נישט.
אוועטאר
מחותן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10102
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 09, 2010 11:39 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחותן »

איך קען עס נישט ליינען בפאר די ביסט מיר מסביר ווי סקאט וואלקער איז נעלם געווארען, האסט פלעין פארגעסן פון אים?
alte zida
שר האלף
תגובות: 1030
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 09, 2011 11:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך alte zida »

מחותן ביסט גערעכט.
פלעין פארגעסן (כ׳האף אז דאס איז נישט אלדסהיימערס ח״ו) ועוד נחזיר לעינינו און מיר וועלן אים איקלאדען אי״ה.
Proud to be part of the Hasidic Freaks.
אן אלטער פוקס איז בעסער ווי א יונגער פערד.
שרייט נישט ווייל איך הער נישט.
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

1. טעד קרוז
קען נישט געווינען אין די אלגעמיינע.

2. מארקוי ראביו
האט "פעיר" טשענסעס, סיי אין די פריימערי, און סיי אין די אלגעמיינע.

3. קריס קריסטי
קען נישט געווינען די פריימערי

4. פאול רייען
האט "פעיר" טשענסעס, סיי אין די פריימערי, און סיי אין די אלגעמיינע.

5. זשעב בוש
האט "פעיר" טשענסעס, אין די פריימערי, און אין די אלגעמיינע, אביסעל שוואכער.

6. ריק פערי
האט "פעיר" טשענסעס, אין די פריימערי, און אין די אלגעמיינע, אביסעל שוואכער.

7. ניוט גינגריטש
גייט נישט לויפן לכאורה, און אפי' יא, איז א שאד אפי' צו רעדן.

8. ריק סענטורם
בינעך נישט זיכער, כ'דענק שוין נישט פון לעצטע מאל

9. באב מעקדאנעל
בינעך נישט זיכער

10. באבי זשינדאל
פאר סאם ריזען איד ער עפעס נישט זאכליך.

11. קלינטאן ווייל פון פעילין אלס פרעזידענט האב איך מורא.
ביסט לא עלינו? איך האב געהאפט אז אבאמא גייט מאכן די דעמאקראטן ווען ער איז געלאפען, אזוי מאכט מיך קלינטאן "דיל".
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

אלטע זיידע, איך מיין דו מאכסט א טעות בנוגע רוביא'ס מעגליכקייטן צו ציען די היספאנישע שטימען, ווייל רוביא איז א קובא'נער, און זיי זענען געווענליך רעפובליקאנער, אבער רוב היספאנישע האסן די קובא'נער היספאנישע א שנאת מוות.
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
בליץ
שר מאה
תגובות: 245
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 17, 2013 5:08 pm
לאקאציע: אמאל דא און אמאל דארט, פלעקסעב״ל בלע״ז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בליץ »

איך כאפט נאך בכלל נישט ווי אזוי רוביו וועט צוריק ברענגן די היספאנישע.. אויף די אישוס זענען זיי היינט צוטאגס זייער דעמאקראטיש געשטימט

סך הכל ווייל ער קימט אויך פון דארט?? ווייל ער רעדט פון אימעגראציע?

עס איז די רעפובליקאנער חלום אבער איך וואלט נישט אויסגעקליבען קיין קאנדיטאט בעיסט אן דיס.
alte zida
שר האלף
תגובות: 1030
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 09, 2011 11:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך alte zida »

זייער אסאך פון די היספאנישע זענען אומבאקאנט מיט די פאקטן (אדער ווי ראש לימבוי רופט זיי Low information voter's( ממילה זיי הערן נאר אז עס איז דא א היספאנישער קאדידאט אויף די ריפאבליקאנער זייט,צו וויסן אז ער איז פון קובא און אן אנדערער מין היספאנישער דאס איז שוין צו סאך איפארמעישן פאר זיי...
Proud to be part of the Hasidic Freaks.
אן אלטער פוקס איז בעסער ווי א יונגער פערד.
שרייט נישט ווייל איך הער נישט.
אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער תהילים איד »

דער וואהל סעזאן איז אין פולסטן קראפט.

#מי מילל..
רבינו שאג בקול גדול וגו'
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13895
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

alte zida האט געשריבן:אבער די שווארצע וויילער וועלן דאן שטימען און די מאסן פאר די אנדערע קאנדידאט ווייל זיי האבן פיינט די ספאנישע,

פון וואנעט נעמסטו דאס? :lol:
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13895
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

לכתחילה אריבער האט געשריבן:1. טעד קרוז
קען נישט געווינען אין די אלגעמיינע.

מען רעדט דא נישט פון די אלגעמיינע מען רעדט פון די פריימעריס

אבער איך האלט אז ער קען נישט געוואונען די פריימעריס צוליב איין איינציג סיבה
און דאס איז ווייל די רעפובליקענס גייען נישט וועלן פארלירן די אלגעמיינע וואלן...
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

איך מיין אז מ'זאל אפשטעלן דעם שמועס דא און זיך האלטן נאר צו די צענטראלע אשכול.
אוועטאר
הערליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3426
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 13, 2011 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערליך »

קען עס ווערן צוזאם געשמאלצן?
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

פאטאקי08 האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:1. טעד קרוז
קען נישט געווינען אין די אלגעמיינע.

מען רעדט דא נישט פון די אלגעמיינע מען רעדט פון די פריימעריס

אבער איך האלט אז ער קען נישט געוואונען די פריימעריס צוליב איין איינציג סיבה
און דאס איז ווייל די רעפובליקענס גייען נישט וועלן פארלירן די אלגעמיינע וואלן...

דאס האבעך געמיינט.

אבער די רעכטע וועלען צוריק שיסען "און די לעצטע פאר מאל ווען מיר האבן געזיכט איינעם וואס קען יא האבן א ברייטע אפיל אין די אלגעמיינע, ווי זעמער אנגעקומען"?
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”