די געיעג נאך "עדווארד סנאודען"

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19991
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

די געיעג נאך "עדווארד סנאודען"

תגובהדורך לכתחילה אריבער » זונטאג יוני 23, 2013 12:46 am

סנואדאן איז שוין עמטליך געווארן אנגעקלאגט אונטער די "עספיאנאזש" געזעץ.

די געזעץ נעמט אריין אסאך סארט זאכן, ווי שפיאנאזש, ליקען סענסעטיווע אינפארמאציע ועוד.

אבער אנשטאט אים קלאגען מיט "טריזען" (treason), - אויף וואס מען קען באקומען טויט שטראף אדער לעבנסלענגליכע טורמע - האט מען אין געקלאגט אויף אזעלעכע זאכן ווי גנב'ן סודות פון די רעגירונג, און איבערגעבן סודות פאר מענטשען וואס זענען נישט אטערעזירט, און רעדען צו מענטשען וואס זענען נישט אטערעזירט, זאכן וואס זענען קלאסיפייד.

עס ווארט אים 10 יאר אויף יעדע פון די קלאגעס.

אזוי אויך האט אמעריקע געבעטען האנג קאנג אים ארויסצוגעבן, שוין, און נישט ארום שלעפען די פראוצעדור, און אז אויב זיי וועלן ארום שלעפען, וועט עס שעדיגען די באציאונגען צווישען אמעריקע און האנג קאנג.

סנואדאן האט געהאט געזאגט אין א אינטערווי, אז ער וואלט געוואלט גיין צו א לאנד ווי "אייסלאנד", און א ביזנעס מאן פון אייסלאנד, זאגט אז ער הארט גרייט א עראפלאן, אויב ווי סנודאן אריבערקומען, וועט ער אים נעמען.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
הערליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3415
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 13, 2011 3:44 pm

תגובהדורך הערליך » זונטאג יוני 23, 2013 12:56 am

איך זעה אז האנג קאנג אנטזאגט זיך דערווייל פון אים אויסליפערן?

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19991
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » זונטאג יוני 23, 2013 1:00 am

הערליך האט געשריבן:איך זעה אז האנג קאנג אנטזאגט זיך דערווייל פון אים אויסליפערן?

זיי האבן דערווייל נישט ראגירט.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
מאקאווער
שר חמש מאות
תגובות: 952
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 05, 2009 8:25 pm

תגובהדורך מאקאווער » זונטאג יוני 23, 2013 5:10 am

US whistleblower Edward Snowden 'may be en route to Iceland or Ecuador'. ITV

www.itv.com/news/story/2013-06-21/gchq- ... ta-cables/
אמר החכם: מי שזורע את השנאה יקצור את החרטה. אחרית קטטה חרטה. המתן מעט ולא תתחרט ! (ס' חסידים פ"ח)

אוועטאר
מאקאווער
שר חמש מאות
תגובות: 952
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 05, 2009 8:25 pm

תגובהדורך מאקאווער » זונטאג יוני 23, 2013 5:13 am

Whistleblower Snowden has left Hong Kong on flight to Moscow, which is not his final destination. Sky News

www.bit.ly/14gD4wG
לעצט פאראכטן דורך מאקאווער אום זונטאג יוני 23, 2013 5:22 am, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
אמר החכם: מי שזורע את השנאה יקצור את החרטה. אחרית קטטה חרטה. המתן מעט ולא תתחרט ! (ס' חסידים פ"ח)

אוועטאר
מאקאווער
שר חמש מאות
תגובות: 952
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 05, 2009 8:25 pm

תגובהדורך מאקאווער » זונטאג יוני 23, 2013 5:21 am

WikiLeaks says it helped Edward Snowden leave Hong Kong for "political asylum in a democratic country. CNN

on.cnn.com/12apEnh
אמר החכם: מי שזורע את השנאה יקצור את החרטה. אחרית קטטה חרטה. המתן מעט ולא תתחרט ! (ס' חסידים פ"ח)

אוועטאר
הערליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3415
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 13, 2011 3:44 pm

תגובהדורך הערליך » זונטאג יוני 23, 2013 9:34 am

איך אז די רוסן געדענקען נאך וויאזוי מען נוצט א שירעם

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19991
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » זונטאג יוני 23, 2013 2:32 pm

לויט די שפןקעלאציעס, פארט ער פון מאסקעווע קיין ווענוזוועיליע, אדער עקוואדור (ביידע מדינות אין זיד אמעריקע).

לויט וויקיליקס - וואס זאגט אז זיי האבן ארויסגעהאלפן סנודאן מיט די אנטלויף פלענער - איז עס אקוואדור.

לויט באריכטען, טראגט ער מיט זיך 4 לעפטאפ קןמפיוטער'ס פון מיט סודות פון די אמעריקאנער רעגירונג.

די פאטיציע צו אבאמא'ן האט שוין דערגרייכט 108,104, וואס איז איבער די 100,000 וואס פארלאנגט זיך, אז די רעגירונג זאל מוזן ענטפערן.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19991
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » זונטאג יוני 23, 2013 3:36 pm

האט אמעריקע שוין "צוריקגענומען" זיין פאספארט. פאר האנג קאנג איז עס שוין געווען צו שפעט, אבער מען וועט דארפן זעהן צו רוסלאנד וועט יאם ארויסלאזען אן קיין פאספארט, אדער וועט ער זיך דארפן ארויסשמוגלען.

בכלל האט האנג קאנג געזאגט - פאר ער איז ארויס געפארן - אז די אפיציעלע פארלאנג פון אמעריקע אים צו איבערגעבן איז נישט געווען גענוג קלאר, און האט נישט געשטימט מיט דעם געזעץ פון האנג קאנג, און זיי האבן פארלאנגט נאך אינפארמאציע...... וואס האבן זיי געקענט טאן, אז אינצווישען אין ער אנטלאפען! (חחחחחח)

היינט האט סענעטאר שומער געשימפט און געשאלטן סיי כינע און סיי רוסלאנד. ער זאדט אז ער איז זיכער אז טשיינע איז געווען פארמישט אינעם דיסיזשען ארויס צו לאזען סנאודאן, און האט געוואורענט רוסלאנד מיט ערענסטע קאנסעקווענצען, אויב זיי לאזען אים פארן ווייטער.

רוסלאנד האט נאך נישט געקענט ענפערען ווייל........ זיי קענען נישט קומען צום ווארט פון גרויס געלעכטער!!

די רעגירונג פון עקוואדאר האט שוין עמטליך געמאלדן אז סנאודאן האט פארלאנגט עסיילעם אין זייער לאנד. נישט פארגעסען, "אסאנדזש" - פון וויקיליק'ס - איז שוין איבער א יאר אינעם אמבעסאדאר פון עקוואדאר, פארהאלטן אז מען זאל אים נישט שיקען קיין שווייץ, ווי עס ווארט אים קלאגעס, איבער נישט עטישע אויפירונג. (דאס האט נישט צו טאן מיט די אלגעמיינע געשיכטע פון ארויסגעבן די סודות דורך וויקיליקס).
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11239
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » זונטאג יוני 23, 2013 6:21 pm

און איך קען נישט ענדיגן ליינען לכתחילה'ת תגובות'ער....

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11702
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » זונטאג יוני 23, 2013 6:24 pm

יישר כח ר' לכתחילה.

וואו האלט זיך אויף אסאנדזש? איך פארשטיי אז איר רעדט פון אן עקוואדארער אמבאסאדע, אבער אין וועלכן לאנד?
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

קארן
שר חמש מאות
תגובות: 751
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 01, 2012 5:11 pm
לאקאציע: ערגעץ אויפן ערד קוגל

תגובהדורך קארן » זונטאג יוני 23, 2013 6:27 pm

ענגלאַנד

קארן
שר חמש מאות
תגובות: 751
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 01, 2012 5:11 pm
לאקאציע: ערגעץ אויפן ערד קוגל

תגובהדורך קארן » זונטאג יוני 23, 2013 6:29 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:האט אמעריקע שוין "צוריקגענומען" זיין פאספארט. פאר האנג קאנג איז עס שוין געווען צו שפעט, אבער מען וועט דארפן זעהן צו רוסלאנד וועט יאם ארויסלאזען אן קיין פאספארט, אדער וועט ער זיך דארפן ארויסשמוגלען.

בכלל האט האנג קאנג געזאגט - פאר ער איז ארויס געפארן - אז די אפיציעלע פארלאנג פון אמעריקע אים צו איבערגעבן איז נישט געווען גענוג קלאר, און האט נישט געשטימט מיט דעם געזעץ פון האנג קאנג, און זיי האבן פארלאנגט נאך אינפארמאציע...... וואס האבן זיי געקענט טאן, אז אינצווישען אין ער אנטלאפען! (חחחחחח)

היינט האט סענעטאר שומער געשימפט און געשאלטן סיי כינע און סיי רוסלאנד. ער זאדט אז ער איז זיכער אז טשיינע איז געווען פארמישט אינעם דיסיזשען ארויס צו לאזען סנאודאן, און האט געוואורענט רוסלאנד מיט ערענסטע קאנסעקווענצען, אויב זיי לאזען אים פארן ווייטער.

רוסלאנד האט נאך נישט געקענט ענפערען ווייל........ זיי קענען נישט קומען צום ווארט פון גרויס געלעכטער!!

די רעגירונג פון עקוואדאר האט שוין עמטליך געמאלדן אז סנאודאן האט פארלאנגט עסיילעם אין זייער לאנד. נישט פארגעסען, "אסאנדזש" - פון וויקיליק'ס - איז שוין איבער א יאר אינעם אמבעסאדאר פון עקוואדאר, פארהאלטן אז מען זאל אים נישט שיקען קיין שווייץ, ווי עס ווארט אים קלאגעס, איבער נישט עטישע אויפירונג. (דאס האט נישט צו טאן מיט די אלגעמיינע געשיכטע פון ארויסגעבן די סודות דורך וויקיליקס).


די שוועדישע רעגירונג וויל אים, נישט שווייץ.

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » זונטאג יוני 23, 2013 6:48 pm

עס איז מבהיל וואס פארא בושות אמעריקע האט היינט אריינגעכאפט אנגעפירט מיט באראק אבאמא,
מארגן גייט ער זאגען אז די דורכפאל האט גארנישט מיט אים, ער האט אפילו נישט געוויסט אז מען בעט האנג קאנג זאל אים ארויסגעבן..

שומער סטראשעט מאמע רוסלאנד מיט כינע.... עס איז יענטץ געלעכטער, ווי אזוי האט לכתחלה געזאגט:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:רוסלאנד האט נאך נישט געקענט ענפערען ווייל........ זיי קענען נישט קומען צום ווארט פון גרויס געלעכטער!!
גוט געזאגט..!!

ווי איז סעקרעטערי אף סטעיט קערי ווען מען דארף אים..?
ווער געדענקט נאך...? אבאמא גייט זען אז אמעריקע זאל האבן גיטע באצואינגען מיט די וועלט...
לעצט פאראכטן דורך מחותן אום זונטאג יוני 23, 2013 6:55 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19991
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » זונטאג יוני 23, 2013 6:53 pm

און מיט רוסלאנד ספעציעל!

פרוי הילערי האט דאך געגעבן א "ריסעט באטען"!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19991
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » זונטאג יוני 23, 2013 6:56 pm

די באוויסטע בילד, פון הילערי מיט די רוסישע אויסערען מיניסטער "סערגעי לעוואראוו", מיט "ריסעט" קנעפל.
צוגעלייגטע
hillary-clinton-russia_preview.jpg
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » זונטאג יוני 23, 2013 7:03 pm

ייש"כ לכתחלה, בעצם איז יעצט נישט דא קיין פארטיי קעגן די דעמעקראטישע פארטיי, וואלט אבער געווען א רפובליקאנער פארטיי און אמעריקע און זיי ווואלטן געווען און מעסער שטעך מיט די דעמעקראטן, וואלטן זיי געקענט טיען מיט די בילד דאס וואס די דעמעקראטען האבן געטיען מיט די מישן אקמפלישט בילד...

אוועטאר
מידער
שר האלפיים
תגובות: 2235
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 06, 2011 11:55 am
לאקאציע: אונטער פרעשור

תגובהדורך מידער » זונטאג יוני 23, 2013 7:06 pm

קיינמאל געזעהן דאס בילד. אפשר א ריסעט צו פערציג יאר צוריק.

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19991
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » זונטאג יוני 23, 2013 7:10 pm

מידער האט געשריבן:קיינמאל געזעהן דאס בילד. אפשר א ריסעט צו פערציג יאר צוריק.

געווען פראמינענט געצייגט אין אלע צייטונגען, אלס א אויסרוף אויף נייע צייטען צווישען אמעריקע מיט רוסלאנד, אוועק פון די אנגעשטרענגטע צייטן אונטער בוש.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19991
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מאנטאג יוני 24, 2013 4:33 pm

אפדעיט!

היינט איז א פליגער וואס האט געהאט א סיט אוועק געלייגט פאר א "עד סנואדאן" ארויסגעפלויגען פון רוסלאנד ריין קובא. צענדליגער דזשורנאלסטען האבן שנען געקויפט טיקעטס אויף די פלייט, מיט דעם מיינונג אז זיי וועלן קענען כאפן א ווארט מיט סנואדאן אויפן וועג.

ווען מען האט פארמאכט די טיר, הארט זיך ארויס געשטעלט אז סנואדען איז "נישט" אויף די פלייט!!!

עס קוקט אויס ווי ער איז דערווייל אין רוסלאנד.

רוסלאנד מיט אמעריקע האבן נישט קיין אפמאך איבער ארויסגעבן פארברעכר, סא טעכניש קען ער בלייבן אין רוסלאנד, אויס איז רוסלאנד מסכים. מיט וועניזוועיליע קובא, און עקוואדור, האט אמעריקע יא א אלטער אפמאך, אבער קיינער עקספעקט נישט אז עס וועט אויסמאכן אויב קומט ער אן אהין, די לענדער האבן א פאקט צו באקעמפען די "אימפאראליסטישע כוחות" וואס איז אמעריקע.

אמעריקע לייגט ריזיגע דרוק אויף רוסלאנד זיי זאלן ארעסטירן און איבערגעבן סנואדאן. דערווייל האט רוסלאנד אפגעזאגט דען פארלאנג, מיטן אויסרייד אז זיי האבן נישט קיין רעכט אים צו ארעסטירן, ווייל....... ער האלט זיך אויף אין א חלק פונעם עירפארט, פארן טעכניש "אריין קומען" און לאנד. דארט ווי עס איז דא אין אסאך עירפארט'ס "דוטי פרי". עס ווערט גערעכענט ווי אינטערנעשענעל טערעטאריע. און וויבאלד עס איז נישטא קיין "אינטערנעשענעל ווארענט" פאר זיי ארעסט, קענען זיי גארנישט טאן!!

(דוי לאכט מען!)

לויט די ניו יארק טיימ'ס איז די באפעל צו לאזען סנואדאן פארלאזען האנג קאנג, געקומען דירעקט פון טשיינע'ס הויפט שטאט בעדזשינג. און לויט די נ"י טיימ'ס, האט סנואדאן געלאזט פאר טשיינע קאפיען די אינהאלט פון זיינע קומפיוטער'ס - וואס ערהאלט אסאך סודות, ווי שוין דערמאנט - פארן פרייז פון לאזן גיין.

נאך איז היינט באריכטעט פון רויטערס, אז די דזשאב וואס סנואדאן האט גענומען אינערהלב די פירמע ווי ער האט גענאשט זיין אינפארמאציע, האט ער גענומען לכתחילה מיטן ציל צו שפיאנירן!

אויך האט אמעריקע שארף אבגעלייקענט די טענה פון האנג קאנג, אז די פעיפר ווארק איז נישט געווען ריכטיג אויף אפצוהאלטן סנודאן, ווי האנג קאנג באמטע האבן געזאגט.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15205
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » מאנטאג יוני 24, 2013 5:24 pm

עס קוקט אויס אז מאמע רוסלאנד וויל אויך אביסל אינפארמאציע
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם

אוועטאר
מידער
שר האלפיים
תגובות: 2235
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 06, 2011 11:55 am
לאקאציע: אונטער פרעשור

תגובהדורך מידער » מאנטאג יוני 24, 2013 5:43 pm

אויב רוסלאנד האט נישט קיין אפמאך מיט אמעריקע איבער פארברעכער, פארוואס זאלן זיי אים איבערגעבן?

כ'בין נייגעריג אויב דער סנאודען האט בכלל געכאפט אין וועלכע פראבלעמען ער לייגט זיך אריין, אויב יא איז ער גוט גוט פארריקט.

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » מאנטאג יוני 24, 2013 6:17 pm

זעהר אינטערסאנט. גלייבט זיך שווער...

אוועטאר
הערליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3415
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 13, 2011 3:44 pm

תגובהדורך הערליך » מאנטאג יוני 24, 2013 6:22 pm

מידער האט געשריבן:כ'בין נייגעריג אויב דער סנאודען האט בכלל געכאפט אין וועלכע פראבלעמען ער לייגט זיך אריין, אויב יא איז ער גוט גוט פארריקט.


ער האקט א לעבן, ווי זעהסטו זיינע פראבלעמען? ער פירט אמעריקע ביי דער נאז, אין מען קען ניטאמאל דאס כעס זיך אויסגעבן אויף אים, ווייל ער איז נישט צום האאאאבן

קארן
שר חמש מאות
תגובות: 751
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 01, 2012 5:11 pm
לאקאציע: ערגעץ אויפן ערד קוגל

תגובהדורך קארן » מאנטאג יוני 24, 2013 6:25 pm

אויך מיר געהאַקט א לעבן .


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”