נייעס, נאטיצען און אינפארמאציע אין לעיקוואד און ארום

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8569
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

עפל סיידער האט געשריבן:Big protest today in Lakewood Reb Malkiel Kotler & the Satmar Dayan came down to the Lake Shabbos afternoon with some ppl & made a Macha against the ppl that hang out by the Lake every shabbos and smoke there.

א שטיק צייט צוריק איז געווען א קליפ ווי ער שרייט ביי א דרשה אין ביהמ"ד דערוועגן.
לעצט פארראכטן דורך מיסטעריעז אום זונטאג מאי 10, 2015 12:20 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
עפל סיידער
שר העשר
תגובות: 38
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 08, 2015 12:12 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפל סיידער »

ווער זענען דיע אינגען? פאלנע גוים, אדער זיי גייען נאך אנגעטוהן מיטן אידישן לבוש?
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6775
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

ראשי ישיבת לייקוואוד במכתב מיוחד: "לשמור על קדושת עירנו בהפרדה של גברים ונשים, היינו שיהי' וילון מפריד במחיצה בין הגברים לנשים" • למכתב הצטרפו גם הגראי"ל שטיינמן והגר"ח קנייבסקי
article_D8C6664536C0499EB79C456103AE1466.JPG
אוועטאר
maybeeynot
שר חמשת אלפים
תגובות: 5441
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

פרה אדומה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך maybeeynot »

געהערט לעצטנס אויף קאלמי וועגן א פרה אדומה וואס איז געבוירן געווארן אין א יוד'ס פארם לעבן לעקוואד. איינער ווייסט מער פרטים צו מקען עס זען? ווען ווי? לוינט זיך א טריפ פון ברוקלין?
אוועטאר
מר. גרין
שר האלף
תגובות: 1515
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 22, 2014 1:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מר. גרין »

איך וויל אראפפארן קיין לעיקוואד צום ערטן מאל און איך זיך דירעקשענס
קען מיר איינער אנצייכענען א לינק וואו כקען זעהן STEP BY STEP דירעקשענס פון בארא פארק?
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

BQE to Verrazano Bridge, To outerbridge crossing (440 south) to Garden State Parkway south.

Very simple.

Lakewood exits are exits 91-90-89 area
אוועטאר
מר. גרין
שר האלף
תגובות: 1515
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 22, 2014 1:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מר. גרין »

יישר כח פאר די שנעלע הילף
צו ווייסט איינער פון א נארמאלע קאר סערוויס אין לעיקוואד? (אז דא אזא זאך בכלל?!)
feketa
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 04, 2015 2:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך feketa »

7325887777
חאצאצקע רבי
שר מאה
תגובות: 223
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 21, 2015 9:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חאצאצקע רבי »

וואס טוט זיך מיט די בעלזער ישוב דארט סעקזעסטירט שוין ?
פארבינדן
שר האלפיים
תגובות: 2433
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 18, 2015 6:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארבינדן »

א אומבע׳טעמ׳טע געשיכטע האט זיך אפגעשפילט נעכטן אין לעיקוואד און וואלט זיך חלילה געקענט ענדיגן טראגיש.

א מאמע איז געפארן שאפינג מיט די פיצל קינד אין קאר סיעט, און ביים ארויסגיין פון קאר האט זי פארגעסן דאס קינד, בהשגחה פרטית איז פונקט דארטן דורכגעגאנגען א שעריף וואס האט געזען דאס קינד שוין מיט א רויטע פנים וויינענדיג אין די קאר, ער האט שנעל אויסגעבראכן די פענסטער און ארויסגעראטעוועט דאס קינד. די מוטער איז אבער געקייטעלט געווארן און די שטאטישע אגענטורן האבן זיך אריינגעמישט.
פאר קריטיק דריקט דא
אוועטאר
פומפדותא
שר האלפיים
תגובות: 2672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 13, 2015 1:16 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פומפדותא »

איך זיך א דירה אויף דעם שבת אין לעיקוואד.
ווער עס קען זיין בייהילפיג ביטע פאוסטען אדער שיקן אין אישי
עס איז געוועהן א האטעל אין לעיקוואד Solomon Suites איינער ווייסט אפשר אויב עס עקזיסטירט נאך? איך זיך אין דעם געגענט
יישר כח
בילד
באגלייבט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 349
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 03, 2015 12:10 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באגלייבט »

פרוביר אים. א באקאנטער מיינער האט אים לעצטענס גענוצט און זייער הנאה געהאט.
אוועטאר
בדרך אפשר
שר ששת אלפים
תגובות: 6299
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2015 8:20 pm
לאקאציע: על חוט מתוח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בדרך אפשר »

פומפדותא האט געשריבן:איך זיך א דירה אויף דעם שבת אין לעיקוואד.
ווער עס קען זיין בייהילפיג ביטע פאוסטען אדער שיקן אין אישי
עס איז געוועהן א האטעל אין לעיקוואד Solomon Suites איינער ווייסט אפשר אויב עס עקזיסטירט נאך? איך זיך אין דעם געגענט
יישר כח

שוין לאנג נישט דא. ס׳איז א dormitory פאר די ישיבה
נישט געדאווענט נישט געלערנט נאר דעם בורא עולם נישט דערצערענט,
יא געשלאפען יא געגעסן אבי פון בורא עולם נישט פארגעסן.
לא לנו
שר האלפיים
תגובות: 2005
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לא לנו »

ס'איז געווען נעכטן העפטיגע פריימערי וואלן אין ניו דזשורזי, וואס איז מער נוגע דעם חרדי'שן לעיקוואוד איז געווען א פארמעסט פאר צוויי אפענע טאונשיפ קאנסול זיצן. דער "'ועד" וואס באדייט די צענטראלע ישיבה און איגוד המוסדות האבן אינדראסירט קאנדידאטן, ווידעראום איז געווען אינדראסירט פון א קלענערע אפאזיציע גרופע באזונדערע קאנדידאטן, וועלכע האבן אראפגעריסן די ועד (עסטאבלישמענט בלע"ז) אין לויף פונעם קאמפיין, מיט א פארשפרעכונג צו באגיסן לעיקוואד מיט גאלדענע רענדלעך.

ווייסט עמיצער די רעזולטאטן?
לא לנו
שר האלפיים
תגובות: 2005
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לא לנו »

לא לנו האט געשריבן:ס'איז געווען נעכטן העפטיגע פריימערי וואלן אין ניו דזשורזי, וואס איז מער נוגע דעם חרדי'שן לעיקוואוד איז געווען א פארמעסט פאר צוויי אפענע טאונשיפ קאנסול זיצן. דער "'ועד" וואס באדייט די צענטראלע ישיבה און איגוד המוסדות האבן אינדראסירט קאנדידאטן, ווידעראום איז געווען אינדראסירט פון א קלענערע אפאזיציע גרופע באזונדערע קאנדידאטן, וועלכע האבן אראפגעריסן די ועד (עסטאבלישמענט בלע"ז) אין לויף פונעם קאמפיין, מיט א פארשפרעכונג צו באגיסן לעיקוואד מיט גאלדענע רענדלעך.

ווייסט עמיצער די רעזולטאטן?

דאס איז א קעפל פון ישיבה ווארלד ניוס היינט. די שאלה איז ווער ס'האט געשטיצט די אמטירנדע קאנדידיאטן.
Lakewood Incumbents & their running mates win Primary Elections with landslide
וימאןX3
שר מאה
תגובות: 187
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 5:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וימאןX3 »

ק/פ

A Lakewood yeshiva boy has been stuck in a Russian jail since before pesach.

They purposely kept it quiet.

He had a stopover flight from israel to America stopping in russia.

He was friend's with a israeli soldier and had gotten bullets as a souvenir and put them in his suitcase.

On the stopover in russia they opened his suitcase found the bullets and charged him w bringing in terrorists materials.

Many lakewood askanim have been working day and night to have him released and today he's finally coming home.
אוועטאר
א גולם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4232
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 10:32 pm
לאקאציע: אין מיין שיך!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גולם »

unnamed.jpg
unnamed.jpg (40.41 KiB) געזען 4860 מאל

ניו דזשערסי – נעכטן איז א בחור, א תלמיד פון א ישיבה אין לעיקוואוד, באפרייט געווארן פון ארעסט אין רוסלאנד. דער בחור איז ארעסטירט געווארן הארט בעפאר דעם פארלאפענעם ערב פסח בשעת ער איז געווען אויפן וועג אהיים פון ארץ ישראל. דער פליגער אויף וועלכן דער בחור איז געפלויגן, האט געמאכט א סטאפ אין רוסלאנד, ווען די אויטאריטעטן האבן געפונען אינעם בחור'ס רענצל עטליכע רעוואלווער קוילן, וואס דער בחור האט באקומען אלס א געשאנק פון זיינס א פריינט, ליידער א חרד"ק, א חרדי'שער בחור וועלכער דינט אינעם טמא'נעם מדינת ישראל מיליטער. דער בחור איז אנגעקלאגט געווארן פאר'ן אריינברענגען "טעראר מאטעריאל" אין רוסלאנד, און די פאמיליע האט געארבעט מיט עסקנים און די אמעריקאנער סטעיט דעפארטמענט צו באפרייען דעם בחור, ווען אין דער זעלבער צייט האט מען געהאלטן די נייעס איבער זיין ארעסט אין גרויס געהיים, מורא האבנדיג אז א פראוואקאציע אין דער מידיא וועט נאר שטייפער מאכן די רוסן. בחסדי ה' איז ער נעכטן באפרייט געווארן, און האט געלאנדעט אין א ניו יארקער לופטפעלד, פון וואו ער איז געפירט געווארן מיט א העליקאפטער צום לעיקוואודער לופטפעלד אין ניו דזשערסי, וואו עס האבן אים אפגעווארט גוטע פריינט און פאמיליע מיטגלידער, וועלכע האבן ספאנטאן אויסגעבראכן אין פרייליכע געזאנגען.

קרעדיט דעלי איד
אוועטאר
ווישוואש
שר ששת אלפים
תגובות: 6972
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווישוואש »

וימאןX3 האט געשריבן:ק/פ

A Lakewood yeshiva boy has been stuck in a Russian jail since before pesach.

They purposely kept it quiet.

He had a stopover flight from israel to America stopping in russia.

He was friend's with a israeli soldier and had gotten bullets as a souvenir and put them in his suitcase.

On the stopover in russia they opened his suitcase found the bullets and charged him w bringing in terrorists materials.

Many lakewood askanim have been working day and night to have him released and today he's finally coming home.

אינטרעסאנט, כ'האב עס שוין געזען באריכטעט א שטיק צייט צוריק.
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.
אוועטאר
אלט מאנרא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3607
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלט מאנרא »

לעיקוואוד: כוואליע פון ארעסטן איבער אנגעבליכע שווינדלערייען מיט רעגירונג פראגראמען

פעדעראלע אגענטן האבן היינט אינדערפרי באפאלן 4 אידישע היימען אין לעקיוואוד, און ארעסטירט די פארפעלקער אין א ברייט פאבליצירטע ארעסט, עס האנדלט זיך אלעס אינאיינעם פון ארום אנדערטהאלבן מיליאן דאלער אין בענעפיטן ווי סעקשאן 8, פוד-סטעפמס און דאס גלייכן, אבער די אויטאריטעטן האבן באצייכנט די וועלפעיר פראוד אלס א ״שווינדל אויף א פארנעם וואס ניו דשערזי האט זעלטן געזען״ די ארעסטירטע וועלן זיך שטעלן היינט פארנט פון א ריכטער און עס ווארט זיי ליידער אפ פעדעראלע און קרימינאלע קלאגעס. דער פראקערור האט געזאגט ביים מעלדן איבער די ארעסט אז ״וועלפעיר שווינדל און שטייער פארהוילונג איז גאר שטארק פארשפרייט ביי די געמיינדע אין לעיקוואוד״ און צוגעלייט אז דאס איז נאר די אנהויב און נאך ארעסטן וועלן נאכפאלגן. די ארעסט קומט מיט עטליכע טעג נאכדעם וואס עסקנים האבן אלאמירט ביי מעמד ״דינא״ אין וויליאמסבורג איבער די געפאר פון זיך שפילן מיט רעגירונג פראגראמען. עס איז צום האפן אז די ארעסטירט וועלן ווערן ריינגעוואשן און עס וועט בלויז דינען אלס דערמאנונג צו זיין מער געווארנט אין דינא דמלכותא.

קרעדיט: (פיינע) נייעס.
המול לכם כל זכר, און הימל געדענקט מען אלעס.
אבן יקרה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4950
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבן יקרה »

אלט מאנרא האט געשריבן:לעיקוואוד: כוואליע פון ארעסטן איבער אנגעבליכע שווינדלערייען מיט רעגירונג פראגראמען

פעדעראלע אגענטן האבן היינט אינדערפרי באפאלן 4 אידישע היימען אין לעקיוואוד, און ארעסטירט די פארפעלקער אין א ברייט פאבליצירטע ארעסט, עס האנדלט זיך אלעס אינאיינעם פון ארום אנדערטהאלבן מיליאן דאלער אין בענעפיטן ווי סעקשאן 8, פוד-סטעפמס און דאס גלייכן, אבער די אויטאריטעטן האבן באצייכנט די וועלפעיר פראוד אלס א ״שווינדל אויף א פארנעם וואס ניו דשערזי האט זעלטן געזען״ די ארעסטירטע וועלן זיך שטעלן היינט פארנט פון א ריכטער און עס ווארט זיי ליידער אפ פעדעראלע און קרימינאלע קלאגעס. דער פראקערור האט געזאגט ביים מעלדן איבער די ארעסט אז ״וועלפעיר שווינדל און שטייער פארהוילונג איז גאר שטארק פארשפרייט ביי די געמיינדע אין לעיקוואוד״ און צוגעלייט אז דאס איז נאר די אנהויב און נאך ארעסטן וועלן נאכפאלגן. די ארעסט קומט מיט עטליכע טעג נאכדעם וואס עסקנים האבן אלאמירט ביי מעמד ״דינא״ אין וויליאמסבורג איבער די געפאר פון זיך שפילן מיט רעגירונג פראגראמען. עס איז צום האפן אז די ארעסטירט וועלן ווערן ריינגעוואשן און עס וועט בלויז דינען אלס דערמאנונג צו זיין מער געווארנט אין דינא דמלכותא.

(פיינע) נייעס.

איז דאס א מסירה?
בראשית ברא
שר האלף
תגובות: 1229
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 06, 2016 3:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בראשית ברא »

דער אייבערשטער זאל העלפן אלע אידן
אטעטשמענטס
1498730746869.jpeg
1498730746869.jpeg (137.9 KiB) געזען 4378 מאל
אוועטאר
בדרך אפשר
שר ששת אלפים
תגובות: 6299
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2015 8:20 pm
לאקאציע: על חוט מתוח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בדרך אפשר »

אבן יקרה האט געשריבן:
אלט מאנרא האט געשריבן:לעיקוואוד: כוואליע פון ארעסטן איבער אנגעבליכע שווינדלערייען מיט רעגירונג פראגראמען

פעדעראלע אגענטן האבן היינט אינדערפרי באפאלן 4 אידישע היימען אין לעקיוואוד, און ארעסטירט די פארפעלקער אין א ברייט פאבליצירטע ארעסט, עס האנדלט זיך אלעס אינאיינעם פון ארום אנדערטהאלבן מיליאן דאלער אין בענעפיטן ווי סעקשאן 8, פוד-סטעפמס און דאס גלייכן, אבער די אויטאריטעטן האבן באצייכנט די וועלפעיר פראוד אלס א ״שווינדל אויף א פארנעם וואס ניו דשערזי האט זעלטן געזען״ די ארעסטירטע וועלן זיך שטעלן היינט פארנט פון א ריכטער און עס ווארט זיי ליידער אפ פעדעראלע און קרימינאלע קלאגעס. דער פראקערור האט געזאגט ביים מעלדן איבער די ארעסט אז ״וועלפעיר שווינדל און שטייער פארהוילונג איז גאר שטארק פארשפרייט ביי די געמיינדע אין לעיקוואוד״ און צוגעלייט אז דאס איז נאר די אנהויב און נאך ארעסטן וועלן נאכפאלגן. די ארעסט קומט מיט עטליכע טעג נאכדעם וואס עסקנים האבן אלאמירט ביי מעמד ״דינא״ אין וויליאמסבורג איבער די געפאר פון זיך שפילן מיט רעגירונג פראגראמען. עס איז צום האפן אז די ארעסטירט וועלן ווערן ריינגעוואשן און עס וועט בלויז דינען אלס דערמאנונג צו זיין מער געווארנט אין דינא דמלכותא.

(פיינע) נייעס.

איז דאס א מסירה?

ניין

שוין געווען נאכאמאל ליידער.
נאך דריי קאפל׳ס

בדרך אפשר האט געשריבן:

און נאכאמאל ליידער!!! דאס מאל האבן 6 קאפלס באקומען א בריוו אז זיי דארפן זיך שטעלן (די שמועה איז אז די עסקנים האבן ארלעידיגט אז מזאל נישט קומען ארעסטירן נאר זיי זאלן זיך איינגעבען)
נישט געדאווענט נישט געלערנט נאר דעם בורא עולם נישט דערצערענט,
יא געשלאפען יא געגעסן אבי פון בורא עולם נישט פארגעסן.
הרב_שלום
שר עשרת אלפים
תגובות: 14499
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 12, 2014 9:44 am

נייעס און קרישקעלעך פון לעיקוואוד, ניו דזשערזי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב_שלום »

א שיסעריי איז נארוואס פארגעקומען אויף ברוק רד ווי 5 מענטשען זענען געשאסען געווארען דערווייל זוכט מען נאך די שיסער ‏
To apply for section 8 Click Here
Section 8 Secrets: Get housing assistance faster https://amzn.to/3TaIg5B
You can find jobs at www.macherusa.com/all www.jobsgemach.com
As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע נייעס”