מאסיווער קרית יואל וואסער פייפליין

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

אוטש, דאס איז א שטארקע פרישע פראסק.

קיין אנטסעמיט שרייערייען וועט נישט בעסער מאכן. השי"ת זאל זיך דערבארעמען.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
רויט
שר חמש מאות
תגובות: 638
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 28, 2016 11:28 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רויט »

און בעפארברייטונג צו זיין ווידערוויילינג קאמפיין האט סטיוו ניהאוז דער ארענדזש קואנטי לעגליסלאטער ארומגעשיקט צו אלע ארענדזש קואנטי איינואוינער א לעטעריטור ווי ער הייבט ארויס זיינע אויפטוהן לטובת די קואנטי, סיעפטי, דזשאבס, רואד'ס אא"וו, ווי אויך אפעלירט ער דארט אז ווער עס האט אן הערה זאל זיך מעלדן צו אים און צו זיין סטעף.

איך מיין ס'וואלט כדאי געווען אז דער אידישער ציבור תושבי הקואנטי זאל אים איינמעלדן פערזענליך זייערע ווייטאגן עס פעלט זיי דירות + וואסער, און אים בעטן אז ער זאל זעהן וואס ער קען טוהן ארויסצוהעלפן, און דער ציבור וועט אים שטארק דאנקבאר זיין.

עס דארף צוגיין בדרכי נועם ע"פ תורה

בייגעלייגט איז זיין אפיס קאנטאקט אינפא.
Steven M. Neuhaus
County Executive
Phone: (845) 291-2700
E-mail: [email protected]
רויט
שר חמש מאות
תגובות: 638
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 28, 2016 11:28 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רויט »

האט איינער די סטעי דאקומענט, די סיבה פארוואס זיי האבן ארויסגעגעבן א סטעי?
אוועטאר
אלט מאנרא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3613
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלט מאנרא »

ענדע צדיק! האט געשריבן:אוטש, דאס איז א שטארקע פרישע פראסק.

. השי"ת זאל זיך דערבארעמען.
המול לכם כל זכר, און הימל געדענקט מען אלעס.
אוועטאר
לאנגעפאות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 279
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 07, 2016 5:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאנגעפאות »

קארלסבורג פאזע 2 וועט יא קענען קלאזן??
אוועטאר
סעטינגס
שר חמש מאות
תגובות: 833
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 2:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סעטינגס »

ענדע צדיק! האט געשריבן:
קיין אנטסעמיט שרייערייען וועט נישט בעסער מאכן. השי"ת זאל זיך דערבארעמען.

פארוואס וועט עס נישט העלפן? נאכדערצו ווען דאס איז סיבה פין זייער שטערן קרית יואל, נאר אזוי האט קרית יואל געקענט גרינדען די וויליזש, קוק אביסל די ארטיקלען פין ר' שמואל שלמה טעללער אין אנדערע וויאזוי ס'איז צוגעגאנגען די מערכה קעגן די וויליזש בימים ההם
רויט
שר חמש מאות
תגובות: 638
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 28, 2016 11:28 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רויט »

לאנגעפאות האט געשריבן:קארלסבורג פאזע 2 וועט יא קענען קלאזן??

מסתמא יא, חוץ אויב דער ווילידזש שפירט עס פאר א פראבלעם,
ווייל מצד די ווילידזש איז ווייניארד אויך נישט קיין פראבלעם, ווייל אין נויטפאל ח"ו קענען זיי ברענגען טראקס מיט וואסער, נאר וויבאלד ווייניארד איז א נייע פראדזשעקט וואס דארף באקומען א באשטעטוגונג פון די קואנטי, מיזטו פאר זיי האבן א געהעריגע פלאן וויאזוי צו האבן וואסער, יעצט אויב האסטו נישט קיין געהריגע פלאן דאן באקומסטו נישט קיין פערמיט צו וואונען דארט.
אוועטאר
אלט מאנרא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3613
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלט מאנרא »

רויט האט געשריבן:

ביזדערוויל איז ביי וויניארד נישט די נושא די וואסער

אפשר אויב סוועט זיין פארטיג אין ווייניגער ווי א יאר וועט מען דעמאלס זעהן אויס עס איז בכלל דא דארט א אישו מיט די וואסער.
המול לכם כל זכר, און הימל געדענקט מען אלעס.
קיין נפקמ
שר חמש מאות
תגובות: 723
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 06, 2016 10:51 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיין נפקמ »

אלט מאנרא האט געשריבן:

די לעצטע פאר וואכן ארבייט מען דארט פלייסיג, און אלע אויפן זשאב האבן געזאגט אז ביי סוכות אדער גלייך נאכדעם וועט עס זיין רעדי צי קלאוזען אויב סאיז דא וואסער.

איינער ווייסט ווי לאנג לכהפ אזא געריכט קען זיך פארשלעפן ?
סארקאזי
שר האלף
תגובות: 1657
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 08, 2016 8:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סארקאזי »

ווייניארד טאר נישט געפענט ווערען אויף קיין שום פאל,
ווייל זינט דער ווארשעווער געטא איז נאך אזא פראיעקט נישט באשטעטיגט געווארען,
און אז יא איז עס אויף בלוט פון אלע אידען אויף ''ישראל זופניק און געציל בערגער '' די אידען זענען אויך אנטעסעמיטען ניין???
איר קענט מיר זאגען וויאזוי געציל בערגער און מירון גייען פארטראגען אזא טרעפיק, מקען שוין יעצט נישט אריבערפארען דארט,
די נעקסטע דעוועלעפמענט וועט זיין הינער שטייגען ח''ו
א פרוי, א קינד, און א נאר, פארשטייען נישט קיין סארקאזעם, וועלכע זענט איר?
בבל
שר האלף
תגובות: 1817
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבל »

קוקט אויס אז די האסט נישט געגעבן קיין דאון פעימענט אין ווייניארד
וואס גייט וואדבארי אין וואנט אריין אקעגן די פייפליין אז די פייפליין איז אפגעשטעלט וועלן 300 משפחות אריינרינען יערליך אין וואדבארי פון וואדבארי טרעין סטאנציע /סטעיט פאליציי ראוט /ריטש ראוד /פארעסט /ביז נאך קאנטרי האלא/105 ביז32 /ימה וקדמה צפונה ונגבה ופרצה
לעצט פארראכטן דורך בבל אום דינסטאג מאי 23, 2017 5:15 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
אלט מאנרא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3613
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלט מאנרא »

סארקאזי האט געשריבן:ווייניארד טאר נישט געפענט ווערען אויף קיין שום פאל,
ווייל זינט דער ווארשעווער געטא איז נאך אזא פראיעקט נישט באשטעטיגט געווארען,
און אז יא איז עס אויף בלוט פון אלע אידען אויף ''ישראל זופניק און געציל בערגער '' די אידען זענען אויך אנטעסעמיטען ניין???
איר קענט מיר זאגען וויאזוי געציל בערגער און מירון גייען פארטראגען אזא טרעפיק, מקען שוין יעצט נישט אריבערפארען דארט,
די נעקסטע דעוועלעפמענט וועט זיין הינער שטייגען ח''ו

עס קימט טאקע א פרישע דעוועלעפמענט פאר רענטלס הארט לעבן די הינער.
המול לכם כל זכר, און הימל געדענקט מען אלעס.
בבל
שר האלף
תגובות: 1817
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבל »

סארדינס קען
ביי דע וועי נאך ווארשע איז געווען /נאך אלץ לעמבערגער געטא עס פעלט נאר א וואנט אינטען
בבל
שר האלף
תגובות: 1817
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבל »

וואדבארי איז 36 מאל גרעסער פון ק''י ביז אפאר יאר אן א פייפליין נעמט מען איבער די 5000 עקטיוו וואטערס
זענען זיי אינגאנצן משוגע צו פייטן די פייפליין וואדבארי ווילעס 800 וואטס אחדות קאנטרי סעווען ספרינג קאנטערי האלא מילווע לעין סערפי והגלילות נאך 800 הערמען טרעין סטאנציע 1800 וואטערס ווילן זיי נאך? אן א פייפליין האבן יודן ביז אפאר יאר גאנץ וואדבארי
לעצט פארראכטן דורך בבל אום דינסטאג מאי 23, 2017 5:52 pm, פארראכטן געווארן 3 מאל.
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3540
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

וואדבארי איז א מידיום סייז טאון אין פאפולעישאן. ס'עט נאך נעמען עטליכע יאר. אין סאוט בלומינג גראוו געשעהט עס שוין יעצט.
בבל
שר האלף
תגובות: 1817
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבל »

ר' יום טוב האט געשריבן:וואדבארי איז א מידיום סייז טאון אין פאפולעישאן. ס'עט נאך נעמען עטליכע יאר. אין סאוט בלומינג גראוו געשעהט עס שוין יעצט.

גראוו קען אויפלעיזין די וויליטש
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3540
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

בבל האט געשריבן:
ר' יום טוב האט געשריבן:וואדבארי איז א מידיום סייז טאון אין פאפולעישאן. ס'עט נאך נעמען עטליכע יאר. אין סאוט בלומינג גראוו געשעהט עס שוין יעצט.

גראוו קען אויפלעיזין די וויליטש

זאגט זיך גרינג...ס'איז א קאנסערן, אבער ס'גייט ווארשיינליך נישט פאסירן.
אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2760
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עקבי הצאן »

צו וואס דארף מען איבערנעמען, מ'קען נישט וואוינען אין וואדבארי אן איבערנעמען?
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

פנחס בן חיים האט געשריבן:אמאל איז דא וואס מען קען אויסניצען א קאטסטראפע צום גיטען.

באמת איז דאך די סיטי וואסער פייפליין עפעס וואס וואלט אויך געהאלפן אדי שכנים, ווייל די שכנים האבן געטענה'ט אז די ווילעדיש טרינקט אויס זייער וואסער, האט די ווילעדיש געזאגט מסכים, איך גיי ברענגן וואסער פון די סיטי, האבן די שכנים דאס געשטערט פאר נאו גוד ריזען..

אויב קען די ווילעדיש מאכען א קעיס אז די אלע זינלאזע קלאגעס און צעגערייען שלעפענישען פון די ארומיגע באאמטע פאר די נויטיגע וואסער פייפליין פון די סיטי איז נישט מער ווי שנאה און א אטאקע קעגן די ווילעדיזש צילוב באהאלטענע אומבקאנטע מאטיווען {לייען אנטיסעמעטיזעם}... קען זיי געלונגען צו מאכען א קעיס אז קאנטי איז שולדיג אין די יעצטיגע מצב, ווען נישט די יארען צעגערייען וואלט מען שוין געהאלטען נאך פאזע 2, און מען קען אפשר אויסניצען די קאטאסטראפע צו בענעפעטירען דערפון.

איך האף אז די ווילעדיזש וועט ארויסנעמען די ריכטיגע קארד קעגן די קאנטי און די שכנים, פאר'ן שטערן די פייפליין פאזע 2.

א ריעל וואסער קריזיס האט געהאלפן די אפריקען אמעריקן'ס אין פלינט, עס האט געהאלפן די אפריקען אמעריקען'ס אין ניבורג,
און אויב עס וועט דא ווערן א פולע קריזיס וועט מען עס קענענן אויסניצען צו העלפן די חסידים אין מאנראו... never let a crisis go to waste

אסאך מאכן דעם טעות, עס איז דא א גרויסע חילוק צווישן א 'קוואליטי קריזיס' אדער א 'קוואנטיטי קריזיס'.

ווען מענטשן ליידן פון שוואכע קוואליטעט וואסער, מ'ווערט קראנק וכדו' איז עס א רחמנות און יעדער פארשטייט אז די באהערדע דארף עפעס זעהן צוטאן, און דאס האט פאסירט אין פלינן, מישיגען.
דא רעדט מען פון א סופליי פראבלעם, דער גוי'אישער בליק זאגט, האסט נישט קיין וואסער, בוי נישט, לייג א מאראטאריום, ווער הייסט דיך בויען נייע דירות?

ממילא איז עס א שווערערע קאמף, מיט ווייניג רחמנות געפילן, ולה' הישועה.

(איך בין נישט קיין חסיד פון די 'וויניארד פראיעקט', אבער אז א היימישער מענטש זאל קענען ברבים 'וואונטשען' אז א איד זאל פארלירן מיליאנען, און נאך הונדערטער משפחות זאלן פארלירן זייערע דאון פעימענטס, דארף מען האבן מדות מגונות עד מאוד, און עס איז ליידער נישט קיין חידוש בתוכינו, השם ירחם)
בעלבאטיש
שר חמש מאות
תגובות: 604
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 10, 2016 8:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעלבאטיש »

עקבי הצאן האט געשריבן:צו וואס דארף מען איבערנעמען, מ'קען נישט וואוינען אין וואדבארי אן איבערנעמען?

עיקר סיבה וועגן טעקס

די איין פראצענט נגידים קענען זיך ערלויבן בערך פינעף אלפים פאר זייער הויז עקספענסעס א חודש אינקלודעד מארטגעזש,טעקס ,און אנדערע עקספענסעס

סאיז נישט קיין סעלושען פאר א דורעכשניטלעכער יונגערמאן צו גיין כעת קיין וואדבערי
אוועטאר
אלט מאנרא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3613
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלט מאנרא »

:lol:
אטעטשמענטס
Capture.JPG
Capture.JPG (81.61 KiB) געזען 2370 מאל
המול לכם כל זכר, און הימל געדענקט מען אלעס.
קיין נפקמ
שר חמש מאות
תגובות: 723
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 06, 2016 10:51 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיין נפקמ »

אלט מאנרא האט געשריבן::lol:

געהערט פין איינעם אז וויין יארד גייט באקימען א C of O ווען ער איז רעדי אפילו די פייפ ליין איז נאכנישט אפראווד

עס זעהט זיך אויס אמת ווייל וויין יארד האט נעכטן פריש געשיקט דעם צעטל אויף אימעיל שוין נאך די סטעי אויפן פייפ ליין.

אגב ווייסט איינער מער דעטאלן ווילאנג אזא קעיס קען זיך שלעפן ?
אוועטאר
אלט מאנרא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3613
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלט מאנרא »

קיין נפקמ האט געשריבן:
אלט מאנרא האט געשריבן::lol:

געהערט פין איינעם אז וויין יארד גייט באקימען א C of O ווען ער איז רעדי אפילו די פייפ ליין איז נאכנישט אפראווד

עס זעהט זיך אויס אמת ווייל וויין יארד האט נעכטן פריש געשיקט דעם צעטל אויף אימעיל שוין נאך די סטעי אויפן פייפ ליין.

אגב ווייסט איינער מער דעטאלן ווילאנג אזא קעיס קען זיך שלעפן ?

איז פארוואס שרייבן זיי אז עס האט מיט די וואסער אינדערצייט וואס עס האט נישט מעט דעם אינטרעסאנט.
לעצט פארראכטן דורך אלט מאנרא אום דאנערשטאג מאי 25, 2017 4:19 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
המול לכם כל זכר, און הימל געדענקט מען אלעס.
בבל
שר האלף
תגובות: 1817
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבל »

די שכנים ווי די פייפ לויפט אריבער וועלן קענען נעמען וואסער פאר געלט אדער אומזיסט ?
אוועטאר
עמקות שלמה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 418
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 26, 2011 12:46 pm
לאקאציע: מאנסי נ.י.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עמקות שלמה »

בבל האט געשריבן:די שכנים ווי די פייפ לויפט אריבער וועלן קענען נעמען וואסער פאר געלט אדער אומזיסט ?

מן הסתם וועלן זיי צאלן אזוי ווי O&R שכינים באצאלן ביים נוצן די עלעקטריק, אויסער אויב מען האט געמוזט אריינגיין 'אין' איינעמס פראפערטי וואס אויף דעם מאכט מען געווענליך דיעלס.
זיי נישט קלוג, זיי נאר אויפגעלייגט.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע נייעס”