די דזשייענט סקוויד – Giant Squid

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2893
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

די דזשייענט סקוויד – Giant Squid

תגובהדורך אלד וויליאמסבורג » מיטוואך ינואר 09, 2013 9:42 am

אין אלע נייעס זייטלעך זענען אויף מיט די געוואלדיגע דארכברוך אז מען האט באוויזן צי פאטאגראפירן א לעבעדיגע דזשייענט סקוויד, אין זיין נאטורליכער וואינונג.

דער דשייענט סקוויד איז א ריזיגער מאנסטערישע פיש, פון די אקטאפוס-סעפעלאפאד משפחה, ער קען וואקסען ביז אזוי גרויס ווי 60 פיס לאנג, ער איז זייער שטארק, ממש איין שטיק מאססעל muscle, ער געפינט זיך טיף אין ים און מען זעהט אים כמעט קיינמאל נישט, יארן האבן זיך געדרייט לעגענדעס איבער א ריזיגער מאנסטערישע אקטאפוס וואס האט אראפגעשלעפט א שיף אין ים אריין, טייל האבן געגלייבט אז עס איז דא אזא באשעפעניש, און אנדערע האבן געהאלטן אז דאס איז סתם חלומות פון די מיטל אלטער יארן, פארשער האבן אין די לעצטערע יארן יא געגלייבט אז אזא ריזיגע סקוויד איז דא, די סיבה וואס האט זיי געמאכט גלייבן איז וויבאלד זיי האבן געזעהן אויף די ספערם וועיל וואס ווערן געפאנגען צייכענעס פון די שטארקע הענט פון די דשייענט סקוויד, וויבאלד די דשייענט סקוויד איז א בליט שונא פון דעם ספערם וועיל שלאגן זיי זיך שטענדיג ארים אין ים.

אין די לעצטערע יארן האט פאסירט אז אזא דשייענט סקוויד איז פארשלעפט געווארן אויך די יבשה אין און אפגעשטארבן, און דאס האט געגעבן פאר די פארשער די ערשטע שאנס צי זעהן אן עכטע דשייענט סקוויד, פאר אפאר יאר דערנאך האבן פארשער באוויזן צי פאנגען איינס, און מען האט דאס אוועקגעלייגט אין לאבראטאריעס צי פארשן, א צווייטע האט זיך אויסגעריסן אבער אייסנ פון זיינע הענט איז געבליבן פארכאפט ביי זיינע פאנגערס, גאר לעצטענס האבן פארשער געבויעט א ספעציעלע סובמארין צי קענען אויפזיכן די דשייענט סקוויד און אים אפכאפן און פאטאגראפירן זיין לעבן אינטער די וואסער, און אט יעצט איז געלונגן דאס צי פאטאגראפירן.

(פאריאר אין קובץ גינת ורדים איז געווען א לאנגער ארטיקל איבער די נושא פון די חלזון, דארט איז געווען שטארק ארויסגעהויבן דעם דשייענט סקוויד אלץ א שטארק מעגליכער קאנדידאט צי זיין די חלזון, די סיבות זענען צוליב דעם וואס ער איז ממש עולה א' לשבעים שנה, און בנוסף צי דעם וואס ער האט אן ענליכע בליט זעקל צי דעם קאטלפיש וואס די ראדזינער רבי האט געהאלטן אז עס איז די חלזון, און וויבאלד דאס איז אזא גרויסער פיש האט עס געניג בליט צי קענען פארבן תכלת פאר גאנצע זיבעציג יאר ביז די חלזון וועט נאכאמאל ארויף שווימען)
הא! האסט נישט קיין רעכט צו ליינען די תגובה.

אוועטאר
motorola
שר מאה
תגובות: 171
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 16, 2012 3:30 pm

תגובהדורך motorola » מיטוואך ינואר 09, 2013 9:56 am

wow מה רבו מעשיך ה'!
שוין געהאט געזען א בילד פון די פיש אבער קיינמאל נישט געוויסט וואס דאס איז

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מיטוואך ינואר 09, 2013 11:01 am

אינטערסאנט!

יישר כח פאר די נייעס.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
משזר
שר האלפיים
תגובות: 2379
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 10:39 am
לאקאציע: בין השמשות

תגובהדורך משזר » מיטוואך ינואר 09, 2013 11:28 am

צייטליך האט געשריבן:אינטערסאנט!

יישר כח פאר די נייעס.
נישט, איז נישט קיין אפציע...

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11635
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מיטוואך ינואר 09, 2013 11:35 am

זייער אינטערסאנט, א דאנק.
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
אליעזר גרינפעלד
שר חמש מאות
תגובות: 689
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 09, 2012 8:11 pm

תגובהדורך אליעזר גרינפעלד » מיטוואך ינואר 09, 2013 4:36 pm

לכאורה האט געשריבן:זייער אינטערסאנט, א דאנק.

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9774
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » מיטוואך ינואר 09, 2013 4:37 pm

טאקע אינטרעסאנט, א ריזן דאנק.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22310
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך ינואר 09, 2013 4:43 pm

לכאורה האט געשריבן:זייער אינטערסאנט, א דאנק.

שם רמש ואין מספר חיות קטנות עם גדולות!

כולם אליך וכו'
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
היפאקריט
שר האלף
תגובות: 1005
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 05, 2012 1:28 pm
לאקאציע: נישט צום געפינען

תגובהדורך היפאקריט » מיטוואך ינואר 09, 2013 5:10 pm

לכאורה האט געשריבן:זייער אינטערסאנט, א דאנק.
1+
אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:(פאריאר אין קובץ גינת ורדים איז געווען א לאנגער ארטיקל איבער די נושא פון די חלזון, דארט איז געווען שטארק ארויסגעהויבן דעם דשייענט סקוויד אלץ א שטארק מעגליכער קאנדידאט צי זיין די חלזון, די סיבות זענען צוליב דעם וואס ער איז ממש עולה א' לשבעים שנה, און בנוסף צי דעם וואס ער האט אן ענליכע בליט זעקל צי דעם קאטלפיש וואס די ראדזינער רבי האט געהאלטן אז עס איז די חלזון, און וויבאלד דאס איז אזא גרויסער פיש האט עס געניג בליט צי קענען פארבן תכלת פאר גאנצע זיבעציג יאר ביז די חלזון וועט נאכאמאל ארויף שווימען)

עקסטער אינטערסאנט! שטימט דער ריז-סקוויד מיט נאך סימני החלזון? יעצט אז מעהאט געלייגט א יד דערויף וועט מען וויסן מער?
טרייבט צו מיר יעדעס ביסל צייט וואס איר קענט נאר, איך וועל אייך שטארק דאנקבאר זיין
חתם סופר
viewtopic.php?p=750174#p750174

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » מיטוואך ינואר 09, 2013 6:15 pm

איז דאך דער חלזון שוין גארנישט אזא 'תולעת'ל? ער איז דאך ממש פון די גרעסטע ברואים

אוועטאר
קל_וחומר
שר מאה
תגובות: 154
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 28, 2008 6:25 pm
לאקאציע: אינעם נעץ

תגובהדורך קל_וחומר » מיטוואך ינואר 09, 2013 6:33 pm

אז עס גייט נישט וויאזוי מ'וויל, דארף מען ווילן וויאזוי עס גייט.

אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2893
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

תגובהדורך אלד וויליאמסבורג » מיטוואך ינואר 09, 2013 8:35 pm

יהיה כן האט געשריבן:איז דאך דער חלזון שוין גארנישט אזא 'תולעת'ל? ער איז דאך ממש פון די גרעסטע ברואים

איך האב דאך אנגעהויבן אז דאס איז א סעפעלא-פאד, האסט דאך דאס אליינס געדארפט ציזאמשטעלן מיט די ווערים אין די וואסער די קאפא-פאד...

קל_וחומר האט געשריבן:חידוש מצוות התכלת - וויקיפדיה


דא האב מיר די נושא שוין לאנג אויסגעקנעטן
הא! האסט נישט קיין רעכט צו ליינען די תגובה.

אוועטאר
וואסערפאל
שר חמש מאות
תגובות: 540
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 10, 2012 9:27 pm

תגובהדורך וואסערפאל » מיטוואך ינואר 09, 2013 8:47 pm

אינטערסאנט און באלערנד, דאנקע.
על מי מנוחות ינהלנו

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מיטוואך ינואר 09, 2013 9:00 pm

יישר כח אלד ווילי פאר דיין נייעס.

אינטערעסאנט ווי מען מאכט עס פאר אזא סענזאציע, בעת ווען מען האט שוין פאטאגראפירט די סארט סקווידס אין 2006 דורך מאנסטער-סקוואד.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2893
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

תגובהדורך אלד וויליאמסבורג » מיטוואך ינואר 09, 2013 9:55 pm

שוועמל האט געשריבן:יישר כח אלד ווילי פאר דיין נייעס.

אינטערעסאנט ווי מען מאכט עס פאר אזא סענזאציע, בעת ווען מען האט שוין פאטאגראפירט די סארט סקווידס אין 2006 דורך מאנסטער-סקוואד.


די חילוק פון 2006 און יעצט איז אזוי, אין 2006 האבן זיי אויסגעשפרייט א נעץ צי פאנגען דעם דשייענט סקוויד, און זיי האבן פאטאגראפירט במשך די דריי מינוט וואס עס האט גענימן פארן סקוויד זיך אויסצירייסן פונעם נעץ, יעצט אבער זאגן זיי אז זיי האבן אויפגעכאפט און פאטאגראפירט דעם סקוויד אין זיין נאטורליכער וואינונג - natural habitat
הא! האסט נישט קיין רעכט צו ליינען די תגובה.

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » דאנארשטאג ינואר 24, 2013 4:19 pm

יישר כח!

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דאנארשטאג ינואר 24, 2013 5:28 pm

זייער אינטרעסאנט. א יישר כח פאר אונז אינפארמירען.

צוויי אינטרעסאנטע נקודות דא און דער וויקיפעדיע ארטיקעל.

איינס:
Like other squid, they contain dark ink used to deter predators
איז דער שאלה צו איז עס בלוי? און צו עס קען זיין א קאנדידאט פאר די תכלת?

און צוויי:
Although strandings continue to occur sporadically throughout the world, none have been as frequent as those at Newfoundland and New Zealand in the 19th century. It is not known why giant squid become stranded on shore, but it may be because the distribution of deep, cold water where squid live is temporarily altered. Many scientists who have studied squid mass strandings believe they are cyclical and predictable. The length of time between strandings is not known, but was proposed to be 90 years by Architeuthis specialist Frederick Aldrich

אויב "strandings" מיינט די אפטקייט וואס זיי ווערען ארויס געשפיגען פון ים, אדער זיי קומען צו דער אויבערפלאך דענמאלץ, וואלט עס געקענט שטימען מיט די "אחת לשבעים שנה". זיי זאגען דאך אליין אז זיי זענען נישט זיכער מיט דער נומער 90, נאר עס איז נאר א הנחה.

איך האלט מיר נאך ביי מיינעם אז דער חלזון איז דער Murex trunculus

http://en.wikipedia.org/wiki/Tekhelet
http://he.wikipedia.org/wiki/%D7%97%D7% ... 7%9C%D7%AA
http://en.wikipedia.org/wiki/Murex_trunculus
http://he.wikipedia.org/wiki/%D7%90%D7% ... 7%99%D7%9D
http://he.wikipedia.org/wiki/%D7%AA%D7%9B%D7%9C%D7%AA
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19991
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דאנארשטאג ינואר 24, 2013 6:39 pm

SPUSMN האט געשריבן:אויב "strandings" מיינט די אפטקייט וואס זיי ווערען ארויס געשפיגען פון ים, אדער זיי קומען צו דער אויבערפלאך דענמאלץ, וואלט עס געקענט שטימען מיט די "אחת לשבעים שנה". זיי זאגען דאך אליין אז זיי זענען נישט זיכער מיט דער נומער 90, נאר עס איז נאר א הנחה.

איך האלט מיר נאך ביי מיינעם אז דער חלזון איז דער Murex trunculus

דא האסטו א הסבר אויף Stranding קען נאך אלס שטימען, אז דאס מיינען די חז"ל #שיינער פשט.
Strandings occur when marine mammals or sea turtles swim or float into shore and become "beached" or stuck in shallow water.


בנוגע תכלת בין איך מיט דיר, מ'קען כמעט נישט זאגן אנדערשט לכאורה.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דאנארשטאג ינואר 24, 2013 6:50 pm

איך האב שטארק הנאה פון דיינע ווערטער, כ'האב געמיינט אז איך בין משוגע.

יעצט איז דער פראגע, אויב די מיט מיר זענען איבערצייגט אז דאס איז דער חלזון, זענען מיר מחויב עס צו גיין? אדער לכל הפחות עס אן טוהן איין מאל אין לעבען?

איך גיי נישט אריין אין די הוכחות צו עס איז יא אדער נישט; פאר דעם איז דא אן אנדערע אשכול. מיין פראגע איז דייקא געוואנדען צו די וואס האלטען ווי מיר, אדער פארשטייען אז איך האלט אזוי; בין איך עס מחויב צו גיין אדער נישט?
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19991
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דאנארשטאג ינואר 24, 2013 6:59 pm

SPUSMN האט געשריבן:איך האב שטארק הנאה פון דיינע ווערטער, כ'האב געמיינט אז איך בין משוגע.

יעצט איז דער פראגע, אויב די מיט מיר זענען איבערצייגט אז דאס איז דער חלזון, זענען מיר מחויב עס צו גיין? אדער לכל הפחות עס אן טוהן איין מאל אין לעבען?

איך גיי נישט אריין אין די הוכחות צו עס איז יא אדער נישט; פאר דעם איז דא אן אנדערע אשכול. מיין פראגע איז דייקא געוואנדען צו די וואס האלטען ווי מיר, אדער פארשטייען אז איך האלט אזוי; בין איך עס מחויב צו גיין אדער נישט?

דארף מען מאכן א עקסטערע אשכול.

ס'איז דא א מיימרא פון אריז"ל דאכטזוך אז עס וועט זיין באהאלטען ביז משיח, און א סיבה דעראויף ע"פ קבלה, סא לויט דעם איז א פראבלעם, פון די אנדערע זייט איז דא פילע מימרות פון צדיקים, פון ר' נחמן זצ"ל, און פון איינע פון די בעלזע רביים דאכטזוך (עפעס א מעשה אז ער האט געוויזען די הימל) אז עס וועט יא נתגלה ווערן.

איך לכשעצמי, שלאג זיך שוין יארן ארום מיטן געדאנק, און כ'קען נישט מחליט זיין. כ'האב א פראבלעם מיט קבלת אבות, אבער פון די אנדערע זייט, איז עס לכאורה א חיוב. איך האב די פראבלעם מיט א אתרוג אויך, אבער דארט געב איך זעך א עצה אז כ'קויף ביידע, דא איז נישט שייך, כ'מיין כ'קען דאך נישט אויסזעהן ווי הרב שיינבערג ז"ל.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דאנארשטאג ינואר 24, 2013 7:05 pm

אבער עס איינמאל גיין איז אויך א פראבלעם?
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19991
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דאנארשטאג ינואר 24, 2013 7:12 pm

SPUSMN האט געשריבן:אבער עס איינמאל גיין איז אויך א פראבלעם?

כ'קען דיר נישט ענפערען, אבער אזויפיל זעה איך אז כמעט קייער פון די גדולי ישראל זענען נישט געגאנגען, און טאקע הרב שטיינבערג ז"ל אויך נישט, און ער האט דאך פראבירט יוצא זיין אלע שיטות.

אויבנאויפיג איז עס אם לא יועיל לא יזיק, אבער כ'ווייס נישט.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דאנארשטאג ינואר 24, 2013 7:24 pm

איך ווייס פון איין חשובע רב וואס פלעגט עס גיין (מער בצנעה), און איך פארדעכטיג שטארק אז עס זענען דא מערערע רבנים און גדולי ישראל וואס טוהן די זעלבע, כאטש עס גיין פון צייט צו צייט.

מיין פרובלעם איז אז אויב איך פרעג א שאלה און מען פסק'נט מיר אז איך דארף עס גיין; וויל איך דאך נישט זיין א יוצא מן הכלל, א יוצא דופן.
לעצט פאראכטן דורך SPUSMN אום דאנארשטאג ינואר 24, 2013 7:53 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דאנארשטאג ינואר 24, 2013 7:28 pm

מנהלים טייערע, ביטע עס מאכען פאר א באזונדערע אשכול, פון מיין תגובה דא ביז דער ענדע. דער אשכול קען הייסען "וואס איז דער הלכה פאר איינער וואס איז איבערצייגט וועלכע די חלזון איז". א דאנק.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19991
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דאנארשטאג ינואר 24, 2013 7:47 pm

SPUSMN האט געשריבן:איך ווייס פון איין חשובע רב וואס פלעגט עס גיין (מער בצנעא), און איך פארדעכטיג שטארק אז עס זענען דא מערערע רבנים און גדולי ישראל וואס טוהן די זעלבע, כאטש עס גיין פון צייט צו צייט.

מיין פרובלעם איז אז אויב איך פרעג א שאלה און מען פסק'נט מיר אז איך דארף עס גיין; וויל איך דאך נישט זיין א יוצא מן הכלל, א יוצא דופן.

פון די פאר גדולי ישראל וואס איך בין אונטערזיי אינטערגעווארפן, גייט קיינער נישט דערמיט.

און עס איז שוין היינט נישט קיין יוצא דופן, אסאך אסאך גייען דרמיט.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Baidu [Spider], בלעקבארד, והוא פלאי, יוד אלף, כאפצעם, משה צימערינג און 55 געסט