מדינת ישראל נייעס און פאליטישע קאך לעפל

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3084
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

תגובה דורך להודיע »

ווען לפיד איז געווען אין די קאאליציע איז דאס יהדות החרדית געווען סאך שטארקער און פאראייניגט קעגן די גזירות על הדת. ס'איז פשוט אז די פה רך פון נתני' איז סאך ארגער ווי די אפענע מלחמה פון לפיד.
אוועטאר
אלט מאנרא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3635
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

תגובה דורך אלט מאנרא »

מאכט סענס? האט געשריבן:
יואל שווארטץ האט געשריבן:
לחם לשובע האט געשריבן:הרב אלט מאנרא
וואס וועט דיר זיין אזוי גוט מיט לפיד? אז ער וועט אויפהעצן די פרייע גאס קעגן חרדים? אדער אז ער וועט געבן לעגיטמאציע פאר די רעפארמער, און זיין אוועק געבן א חלק פונעם כותל? אדער אז ער וועט פארשפארן ישיבות? אדער אפשר מיטן מכיר זיין אין רעפארמע גיור? צי וואס דארף מען רעדן שטותים? מאקסימום איז ער א מלך קשה כהמן.

און וועלכע פון די דערמאנטע זענען נאכנישט אין קראפט עז ווי ספיק?

אונטער לפיד וועט דאס דען נישט ווערן ערגער?
און וואס פונקטליך וועט זיין אזויפיל בעסער פאר די אידן פון די וועלט אויב ער געוואונט?

אונטערן איצטיגן רעגירונג ווערט יעדע גזירה פארדעקט און באהאלטן,

אפשר מיט א לפיד וועלן 'אלע' קרייזן אפשלאגן די גזירות וואס מען קען געווינען מיט רבוי עם און מלחמה.
המול לכם כל זכר, און הימל געדענקט מען אלעס.
אוועטאר
פטיש
שר חמש מאות
תגובות: 680
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 11, 2016 5:15 am

תגובה דורך פטיש »

אלט מאנרא האט געשריבן:

ווען לפיד איז געווען אין קאאליציע זענען די גזירות געווען אסאך הארבער און ס'האט געמערט טאג טעגליך, כרגע האבן זיי צוריק געצויגן ווי ווייט מעגליך די גזירות, און זענען עוסק און צושטעלן הילף פאר אחב"י אין ארה"ק וואס האבן נישט קיין דירות און וואס ווילן זייערע קינדער זאלן לערנען אין געהעריגע צוגעשטעלטע מוסדות אא"ו

איך ווייס נישט וועלכע גזירות ווערט ארויפגעלייגט און מדעקט זיי נאר צו
אבער אדערווייל שלאגן זיי אפ די גזירות די זעלבע וועג ווי אחב"י אין אמעריקע שלאגן אפ גזירות - מיט שתדלנות.
רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2288
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובה דורך רצון טוב »

יעצט פארדעקט מען די סכנה וואס לויערט אויף אידישע בחורים

ווען האסטי געהערט איין רוחניות'דיגע פירער רעדן פון די ליבאוויטשע בחורים און ספרדישע בחורים וואס פאלען ווי די פליגן?
ביי די לפיד רעגירונג האבן די חברי כנסת פון די חרדים נישט אזוי מורא געהאט צו זאגן אז די גזירה איז דא
טאנץ 2
שר חמישים ומאתים
תגובות: 442
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 11, 2016 2:39 pm

תגובה דורך טאנץ 2 »

# באזונדערע אשכול אלערט
אוועטאר
פטיש
שר חמש מאות
תגובות: 680
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 11, 2016 5:15 am

תגובה דורך פטיש »

רצון טוב האט געשריבן:יעצט פארדעקט מען די סכנה וואס לויערט אויף אידישע בחורים

ווען האסטי געהערט איין רוחניות'דיגע פירער רעדן פון די ליבאוויטשע בחורים און ספרדישע בחורים וואס פאלען ווי די פליגן?
ביי די לפיד רעגירונג האבן די חברי כנסת פון די חרדים נישט אזוי מורא געהאט צו זאגן אז די גזירה איז דא

ווייל די געזעץ וואס איז געווען בימי לפיד האט מען שוין געטוישט.

לא דובים ולא יער
די ליבאוויטשע בחורים זענען אלע מאהל געגאנגען אין מיליטער (אגב: זיי וועלן נישט בכלל פאר די חרדישע פארטייען ביי די בחירות) און די ספרדישע וואס לערנען אין געהעריגע ישיבות זענען מסודר פונקט ווי די חסידישע און ליטווישע וואס שטעלן זיך איינמאל און חתמנען אז זיי לערנען אין ישיבה און מלאזט זיי מנוחה ווי לאנג זיי ווילען
און פאנג נישט אהן שרייבן אז בשעת'ן נעמען די 'דיחוי' רעדט מען זיי איבער, ווייל ווער עס וויל האט אייגענע שעות אזוי ווי וויזניץ סלונים און נאך וואס די גאנצע ישיבה קומט צוזאמען חתמעט און גייט ארויס און א שורה
אוועטאר
לחם לשובע
שר האלפיים
תגובות: 2368
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 4:20 am

תגובה דורך לחם לשובע »

עס זענען זיכער דא פראבלעמען אין מיליטער מיטען מסדר זיין א מעמד בני ישיבה, פראבלעמען זענען אלא מאל געווען, און קען זיין אז ס'זענען דא מער יעצט, ווי למשל די וואס טוישען א ישיבה האבן שווערע פראבלעמען, אדער די נייע סמכיות וואס איווט ליבערמאן נעמט אויף זיך, (עי' משפחה שבוע שעבר) וכיוצא בו, אבער די אויסדרוק וואס "רצון טוב" האט גענוצט אז די ספרד'ישע בחורים פאלן ווי פליגען דאס איז א גוטע גוזמה, לכאורה די וואס פאלן ליידער ל"ע דורך די אייפון און סמרטפון אדער דורך'ן שטיפען די טאג אין גאס און זיך באגעגנען מיט שלעכטע חברים, איז פילפאכיג מער.

מען דארף וויסן, אז ס'זענען דא פראבלעמען דאס איז אמת, און מען דארף טאקע איינרייסן וועלטן אויף דעם פונקט ווי אויף אלע פראבלעמען וואס פלאגן ליידער כלל ישראל, אבער אלע אנדערע זאכן ווי למשל אז ס'זענען דא ראשי ישיבות וואס שיקען בחורים אין מיליטער, אדער אז זענען דא וואס האלטן אז די וואס לערנען נישט זאלן גיין דינען אין מיליטער, אדער אז איבער 6000 בחורים דינען שוין אין מיליטער, ועוד, דאס זענען גראבע ליגענטס, אין א בחינה פון הרוצה לשקר ירחיק עדותו.
לאלתר לחיים
שר האלף
תגובות: 1462
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 18, 2012 11:50 pm

תגובה דורך לאלתר לחיים »

איך האב געזעהן א רעפארט פון די טריפה'נע מיליטער אז אפאר טויזנט בחורים האבן זיך געשטעלט.
ס'איז קלאר אז יעצט ווען מיר רעדן איז פארהאן א געזעץ וואס איז א ביטערע גזירה פאר כל ישראל,
ס'איז קלאר אז די פרימע נציגים האבן זיך נישט קעגן געשטעלט,
ס'איז קלאר אז די פרימע פארטייען פאפירן זיך און לאזן זיך גיין כצאן לטבח (ס'מוז נישט זיין די רבנים זענען שולדיג אפשר די נציגים רעדן זיי איין),
ס'איז קלאר אז ווען נישט די פאר טריפה'נע שקלים וואס די מדינה טיילט אויס וואלט זיי אלע מרעיש עולמות געווען,
ועל זה אנו דנין
דאס אז ס'איז אלעס מסודר פארענטפערט גארנישט ווען בשעת מעשה איז דא אזא ביטערע גזירה און יעדן טאג קענען די רשעים מחליט זיין צו שלעפן אפאר טויזנט בחורים וויפיל די געזעץ פאדערט.
לאלתר לחיים
שר האלף
תגובות: 1462
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 18, 2012 11:50 pm

תגובה דורך לאלתר לחיים »

לחם לשובע האט געשריבן:עס זענען זיכער דא פראבלעמען אין מיליטער מיטען מסדר זיין א מעמד בני ישיבה, פראבלעמען זענען אלא מאל געווען, און קען זיין אז ס'זענען דא מער יעצט, ווי למשל די וואס טוישען א ישיבה האבן שווערע פראבלעמען, אדער די נייע סמכיות וואס איווט ליבערמאן נעמט אויף זיך, (עי' משפחה שבוע שעבר) וכיוצא בו, אבער די אויסדרוק וואס "רצון טוב" האט גענוצט אז די ספרד'ישע בחורים פאלן ווי פליגען דאס איז א גוטע גוזמה, לכאורה די וואס פאלן ליידער ל"ע דורך די אייפון און סמרטפון אדער דורך'ן שטיפען די טאג אין גאס און זיך באגעגנען מיט שלעכטע חברים, איז פילפאכיג מער.

מען דארף וויסן, אז ס'זענען דא פראבלעמען דאס איז אמת, און מען דארף טאקע איינרייסן וועלטן אויף דעם פונקט ווי אויף אלע פראבלעמען וואס פלאגן ליידער כלל ישראל, אבער אלע אנדערע זאכן ווי למשל אז ס'זענען דא ראשי ישיבות וואס שיקען בחורים אין מיליטער, אדער אז זענען דא וואס האלטן אז די וואס לערנען נישט זאלן גיין דינען אין מיליטער, אדער אז איבער 6000 בחורים דינען שוין אין מיליטער, ועוד, דאס זענען גראבע ליגענטס, אין א בחינה פון הרוצה לשקר ירחיק עדותו.

די גאנצע תגובה איז שקר וכזב, פינטל... און די וועסט עס אליין...... חוץ אז ס'איז זיכער דא פראבלעמען אין מיליטער...
אוועטאר
לחם לשובע
שר האלפיים
תגובות: 2368
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 4:20 am

תגובה דורך לחם לשובע »

אז די מיליטער האט געשריבען א רעפארט אז ס'זענען דא א פאר טויזענט חרדי'שע בחורים, ווייסטו נאך נישט וואס ביי זיי הייסט חרדים, איך ווייס יא...
רוב פון די מתגייסים האבן דאס געטוהן מרצונם הטוב, אדער ווייל זיי זענען קאליע געווארן ליידער, אדער ווייל ביי זייערע קרייזען זעען זיי דאס נישט אלס אן פראבלעם, עס איז טאקע שוידערליך און געפערליך ה"י, אבער עכ"פ איז עס נישט קיין גזירה פון די מדינה.
לגבי די יעצטיגע געזעץ, מן הסתם מיינסטו די יעדי הגיוס (פארדעם איז דאך טאקע גוט אז די מיליטער טשעפעט זיך אן אין א סך אזויגערופענע חרדים אז זיי זענען חרדים...), איך ווייס נישט צי אלס וואס מען זאגט איז ריכטיג, און איך האב אויך נישט דורך געלערנט די חוק, מן הסתם דו אויך נישט, און סתם באריכטען קען מען נישט גלייבן, מען דארף פשוט האבן די גאנצע בילד צי פארשטיין.
אויב עס איז אבער אמת ווי מען זאגט, גלייב איך אז עס איז באמת טאקע שוידערליך און געפערליך אז עס ס'זענען דא יעדים, אבער מען קען פארשטיין זייער צד, און מען דארף דאס מסביר זיין, ווייל דאס איז דאך ליידער די מערסטע לייכטע חוק וואס זיי האבן געקענט דורך פירען אז עס זאל נישט גע'פסל'ט ווערן אין בג"ץ, אלעס פארדעם איז דאך גע'פסל'ט געווארן, און די ארגיניעלע חוק צי אפשפארן די ישיבות איז דאך געווען א סך ערגער, עכ"פ מיט געלט האט עס נישט קיין שום שייכות.
טייטל
שר האלף
תגובות: 1578
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 30, 2011 12:34 am

תגובה דורך טייטל »

עס איז א שאד זיך צו טענה'ען דא, עס קוקט אויס ווי ביידע גייען בלייבן ביי זייערס.
#מאלן וואסער עלערט.
אוועטאר
פטיש
שר חמש מאות
תגובות: 680
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 11, 2016 5:15 am

תגובה דורך פטיש »

קודם כל פאר די אלע וואס זארגן זיך אז קיינע ווערט נישט משוכנע - ס'פשוט נישט אמת ס'דא גענוג מענטשן אין די זייט וואס האבן נישט קיין אהנונג בחייכון וביומיכון וואס דא גייט פאר אין פאר זיי איז ראוי אז יודן תשובי ארה"ק זאלן זיך אויסטענהן אויף א כשרע אופן, והמבין יבין ווי ליגט די אמת

סאיז קלאר אז:
סנישט דא קיין שום גזירה, והא ראי' ס'זיצען צענדליגער טויזענטער בחורים אין ישיבות על התורה והעבודה, וואס פרייע ר"ל און זייערע יאהרן זענען אין מיליטער.
די פרומע נציגים האבו געטוישט די גזירה וואס איז געווארן דורכגעפירט בימי לפיד שר"י, וואס וואלט יא געמאכט ערנסטע פראבלעמען פאר די עולם הישיבות בארה"ק.
חרדים, ווערן אנגערופן בלשונם א ריזיגע ציבור, כדי שטיל צו מאכן די פרייע עולם, היתכן ס'איז דא אזעלכע וואס באקומען געלט פאר זייערע מוסדות אהן זיך צושטעלן אין מיליטער.
אלע תושבי הגולה וואס גיסן געלטער פאר אלע 'שלוחי' עולם התורה בארה"ק ארויסצוראטעווען הונדערטע בחורים וואס די רשעים האבן איינגעזעצט (אוודאי מ'ווייזט אויכט רשימות מיט נעמען פין ישיבות פון ווי מ'האט זיי ארויסגעריסן) געבן 'נישט' קיין צדקה, ווייל משך די פארגאנגענע צוויי יאהר האט מען נישט איינגעזעצט קיין בחורים וואס זיצן און לערנען, נאר אזעלכע וואס מהאט געכאפט בשעתן זיצן אין פאבס אדער דרייווען קארס אין טשעקענדיג זייערע לייסענעס וכדומה האט מען געכאפט אז זיי דארפן זיין אין מיליטער, און די איינצעלע וואס מסיבות שונות האט מען יא געכאפט זענען געווארן ארויסגעלאזט ביז געציילטע שעה'ן
אוועטאר
אלט מאנרא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3635
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

תגובה דורך אלט מאנרא »

איך האב מורא אז ענדליך עס קימט שוין נייע בחירות און א"י און די חרידים גייען פליען, וועט די אשכול שוין נישט דא זיין
המול לכם כל זכר, און הימל געדענקט מען אלעס.
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובה דורך יש ברירה »

איך קען נישט די נושא, לאמיך אייך פרעגן

די וואס זיצן נישט אין ישיבה דארף מען נישט ראטעווען? ווייל ער דרייווט א קאר הייסט עס מער נישט קיין צדקה?

ווערן זיי נישט ארגער אין מיליטער?
טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6360
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

תגובה דורך טריסקער »

יש ברירה האט געשריבן:איך קען נישט די נושא, לאמיך אייך פרעגן

די וואס זיצן נישט אין ישיבה דארף מען נישט ראטעווען? ווייל ער דרייווט א קאר הייסט עס מער נישט קיין צדקה?

ווערן זיי נישט ארגער אין מיליטער?

א - אין אסאך פעלער דארף מען זיי טאקע ראטעווען (ליידער צומאל איז נישטא וועם ה"י).

ב - ס'הייסט מסתמא יא צדקה (הגם מסתמא נישט די זעלבע דרגה ווי פאר א יושב ישיבה, אבער דאך צדקה).

ג - די וואס גייען מרצונם הטוב פאלן זיכער מער (פון וואס זיי זענען שוין), די וואס נישט איז פארהאן אזעלכע וואס קענען זיך האלטן און זענען דא וואס נישט ה"י
טייטל
שר האלף
תגובות: 1578
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 30, 2011 12:34 am

תגובה דורך טייטל »

אלט מאנרא האט געשריבן:איך האב מורא אז ענדליך עס קימט שוין נייע בחירות און א"י און די חרידים גייען פליען, וועט די אשכול שוין נישט דא זיין

הרב מאנארא ווען עס גייט קומען א פרייליכע זאך פאסט נישט אזוי שטארק די לשון איך האב מורא.....
לאלתר לחיים
שר האלף
תגובות: 1462
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 18, 2012 11:50 pm

תגובה דורך לאלתר לחיים »

טייטל האט געשריבן:

גארנישט פריילעך אז טויזנטער אידן נעמען אנטייל אין אזא'ן דבר חמור.
אוועטאר
לחם לשובע
שר האלפיים
תגובות: 2368
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 4:20 am

תגובה דורך לחם לשובע »

פטיש האט געשריבן:ק ווייל משך די פארגאנגענע צוויי יאהר האט מען נישט איינגעזעצט קיין בחורים וואס זיצן און לערנען, נאר אזעלכע וואס מהאט געכאפט בשעתן זיצן אין פאבס אדער דרייווען קארס אין טשעקענדיג זייערע לייסענעס וכדומה האט מען געכאפט אז זיי דארפן זיין אין מיליטער, און די איינצעלע וואס מסיבות שונות האט מען יא געכאפט זענען געווארן ארויסגעלאזט ביז געציילטע שעה'ן

דו רעדסט נאר פון די עריקים וואס זיי האבן זיך נישט געשטעלט בכלל כהוראת הרב אויערבאך, וואס אויף זיי פלאצט אויס הפגנות, אבער פון די וואס האבן זיך יא געשטעלט און זיי האבן פראבלעמען אדער ווייל זיי האבן געביטען ישיבות און זיי האבן נישט גענוג שנעל רעפארטעט פאר די מיליטער, אדער וואס זייער ישיבה איז נישט מוכר, אדער פון אזעלכע וואס ווערן געצווינגען צי חתמ'נען, פון זיי האבטו נישט גערערט.
אוועטאר
לחם לשובע
שר האלפיים
תגובות: 2368
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 4:20 am

תגובה דורך לחם לשובע »

אלט מאנרא האט געשריבן:איך האב מורא אז ענדליך עס קימט שוין נייע בחירות און א"י און די חרידים גייען פליען, וועט די אשכול שוין נישט דא זיין

איך וויל נישט קאלט מאכן דיין שמחה, אבער אפילו ס'גייט קומען בחירות איז רוב טשענסעס אז ביבי גייט זיין די איינציגסטע וואס גייט קענען צאמשטעלען א קאאליציע, וואס אין אזא פאל זענען די חרדים זיינע לייכסטע שותפים און וועלן זיין די ערשטע צי חתמ'נען מיט איהם א הסכם קואליציאני, און אפילו אויב לאפיד (וואס אין די לעצטע 2 יאר שטעלט ער זיך אן אלץ אן חוזר בתשובה און איז מקיים הפרשת חלות און ט"ו בשבט פארטי'ס... ער רעדט זיך נאר אפ אז ליצמאן האט נישט מקבל געווען זיין תשובה און איז די איינציגסטע וואס גריסט איהם נישט...) וועט צאמשטעלן די קאאליציע וועט ער לכאורה דארפן צי קומען צי די חרדים, ווייל די ליכוד וועט זיך לכאורה נישט אינטער בייגען אינטער איהם, און אזא פאל האבן שוין די חרד'ישע פאליטישאן'ס געזאגט אז עס איז נישט אפגעפרעגט.
אוועטאר
פטיש
שר חמש מאות
תגובות: 680
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 11, 2016 5:15 am

תגובה דורך פטיש »

לחם לשובע האט געשריבן:
פטיש האט געשריבן:ק ווייל משך די פארגאנגענע צוויי יאהר האט מען נישט איינגעזעצט קיין בחורים וואס זיצן און לערנען, נאר אזעלכע וואס מהאט געכאפט בשעתן זיצן אין פאבס אדער דרייווען קארס אין טשעקענדיג זייערע לייסענעס וכדומה האט מען געכאפט אז זיי דארפן זיין אין מיליטער, און די איינצעלע וואס מסיבות שונות האט מען יא געכאפט זענען געווארן ארויסגעלאזט ביז געציילטע שעה'ן

דו רעדסט נאר פון די עריקים וואס זיי האבן זיך נישט געשטעלט בכלל כהוראת הרב אויערבאך, וואס אויף זיי פלאצט אויס הפגנות, אבער פון די וואס האבן זיך יא געשטעלט און זיי האבן פראבלעמען אדער ווייל זיי האבן געביטען ישיבות און זיי האבן נישט גענוג שנעל רעפארטעט פאר די מיליטער, אדער וואס זייער ישיבה איז נישט מוכר, אדער פון אזעלכע וואס ווערן געצווינגען צי חתמ'נען, פון זיי האבטו נישט גערערט.

איך האב יא גערעדט קוק בסוף דבריי
פטיש האט געשריבן:... און די איינצעלע וואס מסיבות שונות האט מען יא געכאפט זענען געווארן ארויסגעלאזט ביז געציילטע שעה'ן
אוועטאר
לחם לשובע
שר האלפיים
תגובות: 2368
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 4:20 am

תגובה דורך לחם לשובע »

אבער ליידער איז דאס נישט אמת, און זיי האבן גאר שווערע פראבלעמען און ווערן בכלל נישט אזוי שנעל ארויס געלאזט.
אוועטאר
פטיש
שר חמש מאות
תגובות: 680
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 11, 2016 5:15 am

תגובה דורך פטיש »

אלט מאנרא האט געשריבן:איך האב מורא אז ענדליך עס קימט שוין נייע בחירות און א"י און די חרידים גייען פליען, וועט די אשכול שוין נישט דא זיין

אזא אלטע יוד ווי אייך דארף נישט מורא האבן פאר אזעלכע קלייניגקייטן
קודם כל, ס'קומט נישט קיין בחירות!
צווייטענס, די חרדים גייען נישט פליען ווייל לכאורה מיז מען צוקימען צו זיין כמעט און יעדע קאאליציע וואס סוועט זיך אוועקשטעלן
דריטענס, די אשכול וועט ווייטער בלייבן דא, ווייל מגייט עפענען דערפאר א ספעציעלע אשכול, וואס יענס גייט מען פארמאכן...
אוועטאר
פטיש
שר חמש מאות
תגובות: 680
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 11, 2016 5:15 am

תגובה דורך פטיש »

לחם לשובע האט געשריבן:אבער ליידער איז דאס נישט אמת, און זיי האבן גאר שווערע פראבלעמען און ווערן בכלל נישט אזוי שנעל ארויס געלאזט.

אויף מציאות קען איך זיך נישט מיט אייך ארומ'טענה'ן
אין לו לדיין אלא מה שעיניו רואות, און די מעשות וואס איך קען פערזענליך קענסטו דאך נישט, איז עס נישט א נושא הנתון לויכוח
גיי פרעג יעדע אר"י יוד וועט ער דיך פינקטליך פארציילען וואס טוט זיך
אוועטאר
לחם לשובע
שר האלפיים
תגובות: 2368
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 4:20 am

תגובה דורך לחם לשובע »

וואס איז די גדר פין א ארץ ישראל יוד? (כ'מיין צי זאגן אז איך וואוין אין ארץ ישראל)
לאלתר לחיים
שר האלף
תגובות: 1462
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 18, 2012 11:50 pm

תגובה דורך לאלתר לחיים »

פטיש האט געשריבן:סאיז קלאר אז:
סנישט דא קיין שום גזירה,
שקר. ס'איז יא דא א געחתמ'טע גזירה ליידער מיט שטיצע פון די חרדי'שע נציגים, מיט אן ענטפער פון בוחר הרע במיעטו
פטיש האט געשריבן:והא ראי' ס'זיצען צענדליגער טויזענטער בחורים אין ישיבות על התורה והעבודה, וואס פרייע ר"ל און זייערע יאהרן זענען אין מיליטער.
וואס דען האסטו געוואלט מ'זאל נעמען א גרויסע רבי'ס אן אייניקל און ס'זאל זיך איבער דרייען גאנץ ארץ ישראל? אוודאי גייט מען פריער צו די נעבעכדיגע וועלכע מ'קען גרינג און שטיל אריין כאפן.
פטיש האט געשריבן:די פרומע נציגים האבו געטוישט די גזירה וואס איז געווארן דורכגעפירט בימי לפיד שר"י,
די גרינגערע גזירה אפעקטירט נאר אז אז ס'איז נישטא קיין געלט סאנקציעס.
פטיש האט געשריבן:וואס וואלט יא געמאכט ערנסטע פראבלעמען פאר די עולם הישיבות בארה"ק.
ווייל מ'וואלט מער נישט באקומען קיין געלט פון זיי, אבער קיינער וואלט זיך נישט געשטעלט דאמאלטץ צום מיליטער מיט א שטארקע פאראיינגטע כח.
פטיש האט געשריבן:אלע תושבי הגולה וואס גיסן געלטער פאר אלע 'שלוחי' עולם התורה בארה"ק ארויסצוראטעווען הונדערטע בחורים וואס די רשעים האבן איינגעזעצט (אוודאי מ'ווייזט אויכט רשימות מיט נעמען פין ישיבות פון ווי מ'האט זיי ארויסגעריסן) געבן 'נישט' קיין צדקה, ווייל משך די פארגאנגענע צוויי יאהר האט מען נישט איינגעזעצט קיין בחורים וואס זיצן און לערנען,
מה ענין פרה אצל חמור..
פטיש האט געשריבן:נאר אזעלכע וואס מהאט געכאפט בשעתן זיצן אין פאבס אדער דרייווען קארס אין טשעקענדיג זייערע לייסענעס וכדומה האט מען געכאפט אז זיי דארפן זיין אין מיליטער,

איז דען זייער בלוט וואסער מפקיר צו זיין צום מיליטער??
ס'איז קלאר אז זינט די גזירה זענען מאסן פון די שוואכע אריינגעפאלן אין מיליטער וואס ווען נישט די גזירה וואלטן נאך היינט געווען אידן.
פארשפארט

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”