מדינת ישראל נייעס און פאליטישע קאך לעפל

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8782
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובה דורך יידישע קהילות »

יידישע קהילות האט געשריבן:ער איז אין א קאומא. ווארשיינלעך פון א פאר'סמ'ונג.
איך ווייס נישט ווער עס האט עס געטוהן.
איך ווייס אבער וועם מ'גייט באשולדיגן.
איך ווייס נישט ווי שטארק חאמאס אדער אנדערע גרופעס האבן אים ליב געהאט ביים לעבן.
איך ווייס אבער יא ווי שטארק זיי גייען פראטעסטירן נאך זיין פגירה.


די פאלעסטינע טעראריסט גרופע איסלאמיק דזשיהאד זאגט אז ער איז אין שפיטאל פאר א הארץ אפעראציע. זאל ער האבן א מיאוסן סוף בקרוב.
החודש אשר ישועות בו מקיפות... ניס"ן בגימטריא ניסי"ם

שלא אחד בלבד עמד עלינו לכלותינו - והקדוש ברוך הוא מצילנו מידם
אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4116
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

תגובה דורך וואס עפעס? »

ער איז געראדע אויפן FBI מערסט געזיכטע ליסטע מיט א באלוינינג פון 5 מעלאנעס פאר זיין קאפ
אוועטאר
לחם לשובע
שר האלפיים
תגובות: 2368
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 4:20 am

תגובה דורך לחם לשובע »

וואס עפעס? האט געשריבן:ער איז געראדע אויפן FBI מערסט געזיכטע ליסטע מיט א באלוינינג פון 5 מעלאנעס פאר זיין קאפ

נו, ווער גייט באקומען די מעלוינעס?
מעלוינעס אין די תקופה איז א שהחיינו
אוועטאר
זזה
שר האלף
תגובות: 1769
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 18, 2017 12:04 pm

תגובה דורך זזה »

יידישע קהילות » מאנטאג אפריל 16, 2018 7:13 pm

אין די מינוטן איז פארגעקומען אן אטאטקע אויף דעם "שאיאראט" עירפארט אין סיריע.
סירישע און העזבאללא האבן געזאגט אז זיי האבן אראפגעשאסן מיסילס וועלכע זענען געקומען אויף די ריכטונג פון דעם עירפארט.
אין אנדערע קוועלער ווערן באריכטעט אז נישט מיסילס זענען געפלויגן, נאר עראפלאנען.
אמעריקא זאגט אז זי האט נישט אצינד קיין עראפלאנען אין די סירישע לופטן. בלייבט איבער נאר...
אנדערע קוועלער שרייבן אפן אז עס איז געזען געווארן מד"י'דיגע עראפלאנען.

???
קליקט דא צו זען Today's Deals

https://amzn.to/3RBAKiD

For the deals go to check out
אוועטאר
אלט מאנרא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3634
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

תגובה דורך אלט מאנרא »

זזה האט געשריבן:יידישע קהילות » מאנטאג אפריל 16, 2018 7:13 pm

אין די מינוטן איז פארגעקומען אן אטאטקע אויף דעם "שאיאראט" עירפארט אין סיריע.
סירישע און העזבאללא האבן געזאגט אז זיי האבן אראפגעשאסן מיסילס וועלכע זענען געקומען אויף די ריכטונג פון דעם עירפארט.
אין אנדערע קוועלער ווערן באריכטעט אז נישט מיסילס זענען געפלויגן, נאר עראפלאנען.
אמעריקא זאגט אז זי האט נישט אצינד קיין עראפלאנען אין די סירישע לופטן. בלייבט איבער נאר...
אנדערע קוועלער שרייבן אפן אז עס איז געזען געווארן מד"י'דיגע עראפלאנען.

???


מיסילס אדער סייבער אטאקע אויף די ראדארן?

די סירישע טעלעוויזיע האבן היינט באריכטעט אז פארטאגס האבן אירע שוץ סיסטעמס אראפגעשאסן מיסילס, וועלכע האבן געצילט סירישע מיליטערישע לופט-באזעס אין דער שטאט חומס, און דער באריכט האט ציטירט סירישע רעגירונג באאמטע וואס האבן באשולדיגט מדינת ישראל אין דורכפירן די אטאקע.
אבער עטליכע שטונדן שפעטער האט דער אסאד רעזשים געזאגט אז ווי עס שטעלט זיך ארויס איז נישט געווען קיין מיסילס, און די שוץ סיסטעמס זענען ווארשיינליך אקטיוויזירט געווארן דורך א 'סייבער אטאקע' אויף די ראדארן און שוץ סיסטעמס, וועלכע האבן געשיקט פאלשע סיגנאלן אז עס קומען צו פליען מיסילס.
די סיריער רעזשים האט באשולדיגט אז אמעריקע און מדינת ישראל שטייען אונטער דער אטאקע, און באהויפטעט אז דער פראבלעם איז פארראכטן געווארן.
המול לכם כל זכר, און הימל געדענקט מען אלעס.
אוועטאר
אלט מאנרא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3634
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

רוב חרדישע אידן אנערקענען נישט יום העצמאות

תגובה דורך אלט מאנרא »

רוב חרדישע אידן אנערקענען נישט יום העצמאות

אין צוזאמהאנג מיט'ן זיבעציגסטן יארטאג זינט דער גרינדונג פון מדינת ישראל, האט די 'גוטמאן אינסטיטוט' דורכגעפירט אן אויספרעג צווישן דעם חרדי'שן ציבור פון ארץ ישראל איבער דעם אופן וויאזוי 'יום העצמאות' און 'יום השואה' ווערן אנגעקוקט.
די רעזולטאטן האבן געוויזן, אז דער איבערוויגנדער רוב פונעם חרדי'שן סעקטאר אין לאנד טיילן נישט דעם אלגעמיינעם סענטימענט אין לאנד איבער די צוויי טעג, און זעען נישט יום העצמאות ווי א פייערליכער טאג ווי אויך באטראכטן זיי נישט יום השואה ווי א צייט פון טרויער.
בלויז זיבעצן פראצענט פון די אויסגעפרעגטע האבן געענטפערט אז זיי זענען מסכים מיט דער באהויפטונג, אז יום העצמאות איז א "פייערליכער טאג", קעגן זעכצן פראצענט וואס האט "נישט אזוי שטארק מסכים" געווען און 47 פראצענט וואס האבן "שטארק נישט מסכים" געווען.
לגבי יום השואה האט 36 פראצענט פון חרדי'שע אידן אויסגעדריקט א הסכמה אז ס'איז א טאג פון טרויער.

פיינע נייעס
המול לכם כל זכר, און הימל געדענקט מען אלעס.
אוועטאר
לחם לשובע
שר האלפיים
תגובות: 2368
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 4:20 am

תגובה דורך לחם לשובע »

א ערנסטער קאנפליקט איז אנשטאנען אין די לעצטע מאנאט, ווען נתניהו האט שטארק געוואלט אויפטרעטן ביי די 70'סטע איזרעאל אינדעפענדענס פייערונג (שיתבטל ברחמים ובחסדים גדולים בב"א ), און דער פארלאמענט ספיקער יואל עדעלשטיין האט זיך שטארק קעגן געשטעלט, ערנסטע מחלוקת איז אנשטנען איבער די טעמע, צום סוף האט מען געמאכט א פשרה ער זאל רעדן בלויז 5 מינוט, נישט מער.

ווען עס איז געקומען למעשה האט ער גענומען די מייק, און גערעדט פאר א פערטל שעה! צי'גנב'ענדיג די גאנצע פיייערונג פאר זיך, דער עדעלשטיין שימפט פאר כעס...

לאכן אדער וויינען?....
אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4116
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

תגובה דורך וואס עפעס? »

לחם לשובע האט געשריבן:א ערנסטער קאנפליקט איז אנשטאנען אין די לעצטע מאנאט, ווען נתניהו האט שטארק געוואלט אויפטרעטן ביי די 70'סטע איזרעאל אינדעפענדענס פייערונג (שיתבטל ברחמים ובחסדים גדולים בב"א ), און דער פארלאמענט ספיקער יואל עדעלשטיין האט זיך שטארק קעגן געשטעלט, ערנסטע מחלוקת איז אנשטנען איבער די טעמע, צום סוף האט מען געמאכט א פשרה ער זאל רעדן בלויז 5 מינוט, נישט מער.

ווען עס איז געקומען למעשה האט ער גענומען די מייק, און גערעדט פאר א פערטל שעה! צי'גנב'ענדיג די גאנצע פיייערונג פאר זיך, דער עדעלשטיין שימפט פאר כעס...

לאכן אדער וויינען?....


צייט דער עדעלשטיין זאל פליען
ער האט נישט קיין שום ד״א פאר ביבי
דא ווארפט ער ארויס ח״כ חזון פון ליכוד

ער איז פונקט וואו john McCain

די בראך איז אז ער האט חלומות פון ווערן נשיא נאך רובלין ענדיגט זיין טערמין
אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4116
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

תגובה דורך וואס עפעס? »

אין מאליזיע איז גיהארגט געווארן פאדי אל-בטש וועלכע איז געווען פון די גרעסטע מיליטער אינדשינירען אינערהאלב חאמאס

2 מאטאר ביציקלעך האבן געשאסן 10 קוילן פון וועלכע ער האט גע׳ פגרט אויפן פלאץ

אלע פינגערס טייטלען אויפן שב״כ וועלכע זיכט שוין לאנג אים אפציווישן

השר בנט פלאנט צו בעטן ביבי אז מען זאל נישט אריינלאזן זיין גוף און מד״י ווילאנג חאמאס באפרייט נישט די 2 גופות פון הדר גולדין און ארון שאול הי״ד וועלכע ליגן ביי חאמאס
אטעטשמענטס
די חאמאס אינדשיניר
די חאמאס אינדשיניר
IMG_1012.JPG (73.18 KiB) געזען 3565 מאל
אוועטאר
לחם לשובע
שר האלפיים
תגובות: 2368
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 4:20 am

תגובה דורך לחם לשובע »

וואס עפעס? האט געשריבן:
לחם לשובע האט געשריבן:א ערנסטער קאנפליקט איז אנשטאנען אין די לעצטע מאנאט, ווען נתניהו האט שטארק געוואלט אויפטרעטן ביי די 70'סטע איזרעאל אינדעפענדענס פייערונג (שיתבטל ברחמים ובחסדים גדולים בב"א ), און דער פארלאמענט ספיקער יואל עדעלשטיין האט זיך שטארק קעגן געשטעלט, ערנסטע מחלוקת איז אנשטנען איבער די טעמע, צום סוף האט מען געמאכט א פשרה ער זאל רעדן בלויז 5 מינוט, נישט מער.

ווען עס איז געקומען למעשה האט ער גענומען די מייק, און גערעדט פאר א פערטל שעה! צי'גנב'ענדיג די גאנצע פיייערונג פאר זיך, דער עדעלשטיין שימפט פאר כעס...

לאכן אדער וויינען?....


צייט דער עדעלשטיין זאל פליען
ער האט נישט קיין שום ד״א פאר ביבי
דא ווארפט ער ארויס ח״כ חזון פון ליכוד

ער איז פונקט וואו john McCain

די בראך איז אז ער האט חלומות פון ווערן נשיא נאך רובלין ענדיגט זיין טערמין

אויב ריבלין האט געקענט ווערן קען ער אויך ווערן, דאס טענה'ט דאך חזן, אז ער קריצט צי די לינקע
אוועטאר
וויי-פיי
שר חמש מאות
תגובות: 966
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 19, 2016 11:11 am
לאקאציע: אין די ליפטן . . .
פארבינד זיך:

תגובה דורך וויי-פיי »

וואס עפעס? האט געשריבן:אין מאליזיע איז גיהארגט געווארן פאדי אל-בטש וועלכע איז געווען פון די גרעסטע מיליטער אינדשינירען אינערהאלב חאמאס

2 מאטאר ביציקלעך האבן געשאסן 10 קוילן פון וועלכע ער האט גע׳ פגרט אויפן פלאץ

אלע פינגערס טייטלען אויפן שב״כ וועלכע זיכט שוין לאנג אים אפציווישן

השר בנט פלאנט צו בעטן ביבי אז מען זאל נישט אריינלאזן זיין גוף און מד״י ווילאנג חאמאס באפרייט נישט די 2 גופות פון הדר גולדין און ארון שאול הי״ד וועלכע ליגן ביי חאמאס


ווי קומט חאמאס אין מאליזיע?
ברוינע באנאנע
שר האלף
תגובות: 1928
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 10:14 am

תגובה דורך ברוינע באנאנע »

וויי-פיי האט געשריבן:
וואס עפעס? האט געשריבן:אין מאליזיע איז גיהארגט געווארן פאדי אל-בטש וועלכע איז געווען פון די גרעסטע מיליטער אינדשינירען אינערהאלב חאמאס

2 מאטאר ביציקלעך האבן געשאסן 10 קוילן פון וועלכע ער האט גע׳ פגרט אויפן פלאץ

אלע פינגערס טייטלען אויפן שב״כ וועלכע זיכט שוין לאנג אים אפציווישן

השר בנט פלאנט צו בעטן ביבי אז מען זאל נישט אריינלאזן זיין גוף און מד״י ווילאנג חאמאס באפרייט נישט די 2 גופות פון הדר גולדין און ארון שאול הי״ד וועלכע ליגן ביי חאמאס


ווי קומט חאמאס אין מאליזיע?

די זעלבע וועג ווי קים דזאנג נעם
אוועטאר
לחם לשובע
שר האלפיים
תגובות: 2368
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 4:20 am

תגובה דורך לחם לשובע »

ק.מ. האט אפגעהאלטן א אינטערוויו מיט א יונגערמאן וואס מען האט ארעסטירט אריינקומענדיג קיין אר"י אויף פסח צוליב משתמט זיין פון מיליטער, איך האב אנגעהויבען אויסעהרן די אינטערוויו געווען גאנץ אינטערסאנט, ווען איך האב געוואלט צוריק קומען צי דעהם, האב איך באמערקט אז זיי האבן ארויסגעשניטען א גרויס שטיקל. וואס פשט?
חדשות
שר האלפיים
תגובות: 2139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 5:11 pm

תגובה דורך חדשות »

לחם לשובע האט געשריבן:ק.מ. האט אפגעהאלטן א אינטערוויו מיט א יונגערמאן וואס מען האט ארעסטירט אריינקומענדיג קיין אר"י אויף פסח צוליב משתמט זיין פון מיליטער, איך האב אנגעהויבען אויסעהרן די אינטערוויו געווען גאנץ אינטערסאנט, ווען איך האב געוואלט צוריק קומען צי דעהם, האב איך באמערקט אז זיי האבן ארויסגעשניטען א גרויס שטיקל. וואס פשט?

געהערט, העכסט אינטרעסאנט.

ווי איך שטעל זיך פאר איז ווייל ער האט פארציילט זאכן וואס באלאנגען נישט אויף אן עפענטליכען ליין, שוחד, זיך מאכן משוגע, פטור, קארופציע וכולי.

דרך אגב, דער דערציילער איז בוקסבוים א סקווירא חסיד, וואס גיט א שטיקל זעלבסשטענדיגער בליק פון א פערזענליכער איבערלעבער. עס לאזט נישט איבער קיין צווייפעל אז די רשעים לאקערן אויף יעדן איינציגען נפש, א זאך וואס איז קלאר אמאל נישט געווען.
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובה דורך יהיה כן »

'גיוס' מיט 'מעקן' גייען אינאיינעם
ווער ס'גלייבט נישט, זאל זיך אומקוקן דא אין אייוועלט...
אוועטאר
אלט מאנרא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3634
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

תגובה דורך אלט מאנרא »

יהיה כן האט געשריבן:'גיוס' מיט 'מעקן' גייען אינאיינעם
ווער ס'גלייבט נישט, זאל זיך אומקוקן דא אין אייוועלט...


;l;p-
המול לכם כל זכר, און הימל געדענקט מען אלעס.
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובה דורך lebediger berel »

אלט מאנרא האט געשריבן:
יהיה כן האט געשריבן:'גיוס' מיט 'מעקן' גייען אינאיינעם
ווער ס'גלייבט נישט, זאל זיך אומקוקן דא אין אייוועלט...


;l;p-

lebediger berel האט געשריבן:איך האף אז די זאפטיגע שטיקלעך וואס מ'האט זעלבסט פארשטענדליך געדארפט אראפנעמען וועט מען ארויף לייגן אויף די פורים אפטיילונג קומענדיגן יאר, דער עולם וועט זיך רייסן ביי די זייטן
אז מ'לעבט דערלעבט מען
חלהדעקל
שר האלף
תגובות: 1247
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 4:44 pm

תגובה דורך חלהדעקל »

הרב לחם לשובע, עפעס מער איבער די ספרדי'שע שלום צווישן הרב יוסף און הרב עמאר, מיט א ערענסטע מעגליכקייט אז ישי זאל צוריקומען צו ש"ס?
1 + 1 = חלה דעקל...
אוועטאר
לחם לשובע
שר האלפיים
תגובות: 2368
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 4:20 am

תגובה דורך לחם לשובע »

חלהדעקל האט געשריבן:הרב לחם לשובע, עפעס מער איבער די ספרדי'שע שלום צווישן הרב יוסף און הרב עמאר, מיט א ערענסטע מעגליכקייט אז ישי זאל צוריקומען צו ש"ס?

פארוואס פונקט מיר פרעגסטו?
חילול השבת און בחדרי חילונים ביי מיר איז פארשפארט, נאר דארט ווערט עס געמאלדן.
אוועטאר
אלט מאנרא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3634
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

תגובה דורך אלט מאנרא »

לחם לשובע האט געשריבן:
חלהדעקל האט געשריבן:הרב לחם לשובע, עפעס מער איבער די ספרדי'שע שלום צווישן הרב יוסף און הרב עמאר, מיט א ערענסטע מעגליכקייט אז ישי זאל צוריקומען צו ש"ס?

פארוואס פונקט מיר פרעגסטו?
חילול השבת און בחדרי חילונים ביי מיר איז פארשפארט, נאר דארט ווערט עס געמאלדן.


שמועות וועגן ש"ס-פירער פארלאזן פאליטישע וועלט

קוואלן אין דער מדינת-ישראל פרעסע ווייסן צו דערציילן, אז דער געוועזענער ספרדישער הויפט-רב, הרב שלמה עמאר, האט זיך געוואנדן צו אלי' ישי מיט א בקשה זיך אומצוקערן צו דער ש"ס-פארטיי -- אנדייטנדיג אז דער יעצטיגער פירער, ארי' דרעי, וועט ווארשיינליך פארלאזן די פאזיציע און בכלל דער פאליטישער וועלט.

ישי האט פריער געדינט אלס פארזיצער פון ש"ס, נאך דעם וואס דרעי איז פאראורטיילט געווארן צו תפיסה אויף קארופציע-קלאגעס. נאך זיין באפרייאונג אין 14', האט דרעי זיך אומגעקערט צו דער פארטיי וואו ער האט אנגעהויבן ענג מאכן פאר אלי' ישי.

ישי איז יעצט דער אנפירער פון אן אייגענער פארטיי, 'יחד', וועלכע איז אין די פאריגע וואלן געלאפן אינאיינעם מיט דער עקסטרעם-רעכטער 'עוצמה יהודית', אבער האבן אין די 15'-וואלן נישט אנגעצויגן גענוג שטימען אריינצוקומען אינעם פארלאמענט.

ש"ס, וועלכע האט אין אירע בעסטע צייטן אין די ניינציגער יארן פארמאגט 17 זיצן, האט אין דער זעלבער צייט פארמאגט 11 מאנדאטן, וואס איז אין 15' געשרינקען צו 7, און לעצטיגע אנקעטעס ווייזן אז די פארטיי וועט ווארשיינליך אינגאנצן פארשווינדן אין דעם קומענדיגן וואלן-סעזאן.

אין א פרואוו צו ראטעווען די פארטיי, וואס איז געגרינדעט געווארן דורכ'ן לעגענדארן פירער פון ספרדישן אידנטום, הרב עובדיה יוסף זצ"ל, פרובירן איינפלוסרייכע פערזענליכקייטן צוריקצוברענגען דעם כאריזמאטישן און פאפולערן ישי צו דער פארטיי פירערשאפט.
המול לכם כל זכר, און הימל געדענקט מען אלעס.
אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4116
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

תגובה דורך וואס עפעס? »

די גרעסטע ישעוה פאר ש״ס העט לכאורה זיין אויב אפאר פערזענליכקייטן וואס זענען נישט געווען פארמישט אין די מחלוקת זאלן צוריקומען

א שטייגער וואו אריאל אטיאס
ימים יגידו
אור
שר שלשת אלפים
תגובות: 3233
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 12:20 pm

תגובה דורך אור »

אלט מאנרא האט געשריבן:
לחם לשובע האט געשריבן:
חלהדעקל האט געשריבן:אין א פרואוו צו ראטעווען די פארטיי, וואס איז געגרינדעט געווארן דורכ'ן לעגענדארן פירער פון ספרדישן אידנטום, הרב עובדיה יוסף זצ"ל, פרובירן איינפלוסרייכע פערזענליכקייטן צוריקצוברענגען דעם כאריזמאטישן און פאפולערן ישי צו דער פארטיי פירערשאפט.
כאריזמאטישן און פאפולערן?? ??
טאנץ 2
שר חמישים ומאתים
תגובות: 442
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 11, 2016 2:39 pm

תגובה דורך טאנץ 2 »

עס פליען ווייטער באמבעס אין סיריע..



עס זעהט אויס ווי מען האלט פאר א מדנ''י - איראן מלחמה ה''י

אמעריקא אויף די זייט פון מדנ''י און רוסלאנד אויף די זייט פון איראן


השי''ת זאל האלטן די רעכטע האנט אויף אלע אידן בכל מקומות מושבותיהם.
אוועטאר
זזה
שר האלף
תגובות: 1769
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 18, 2017 12:04 pm

תגובה דורך זזה »

טאנץ 2 האט געשריבן:עס פליען ווייטער באמבעס אין סיריע..



עס זעהט אויס ווי מען האלט פאר א מדנ''י - איראן מלחמה ה''י

אמעריקא אויף די זייט פון מדנ''י און רוסלאנד אויף די זייט פון איראן


השי''ת זאל האלטן די רעכטע האנט אויף אלע אידן בכל מקומות מושבותיהם.

any updates??
קליקט דא צו זען Today's Deals

https://amzn.to/3RBAKiD

For the deals go to check out
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובה דורך שמואל בארג »

אור האט געשריבן:
אלט מאנרא האט געשריבן:
לחם לשובע האט געשריבן:
חלהדעקל האט געשריבן:אין א פרואוו צו ראטעווען די פארטיי, וואס איז געגרינדעט געווארן דורכ'ן לעגענדארן פירער פון ספרדישן אידנטום, הרב עובדיה יוסף זצ"ל, פרובירן איינפלוסרייכע פערזענליכקייטן צוריקצוברענגען דעם כאריזמאטישן און פאפולערן ישי צו דער פארטיי פירערשאפט.

כאריזמאטישן און פאפולערן?? ??


ווארשיינליך האט ער זיך טועה געווען מיט דרעי...
פארשפארט

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”