מדינת ישראל נייעס און פאליטישע קאך לעפל

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

א טענצל!
שר האלף
תגובות: 1412
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 04, 2009 11:07 pm

תגובה דורך א טענצל! »

ירדן פארפירט עקסטער.
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובה דורך כאפצעם »

בן דוד האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:דער סודיער קעניג אבדולא האט אנגערופן אבאמא'ן שתדל'ן ער זאל ווארענען נתניהו נישט צו פראוואקירן ביים הר הבית.

האסט לכאורה א טעות מיט דער קעניג פון ירדן נישט דער קעניג פון סעודיע, ירדן זענען די פאטרעטער פון די הר הבית און פון די אל אקצא מעטשעט

ווייס איך. דאס איז די מעשה.
בן דוד
שר חמש מאות
תגובות: 624
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 1:01 pm

תגובה דורך בן דוד »

כאפצעם האט געשריבן:

גרעכט ביידע האבן טאקע גערופן אבאמא דער קעניג פון ירדן אבדולא, און דער קעניג פון סעודיע סאלומאן אויך דער פרעזידענט פון טערקיי האט גערופן אבאמא, די רעדע איז סיי איבער דעם וואס ערב ראש השנה זענען מדינת ישראל סאלדאטן ארויף אויפן הר הבית און ארעסטירט שטיינער ווארפער, און אויך איבער א קבוצה פון הליכוד מעמבער וואס זענען היינט ארויף אויסשרייען אונז זענען די בעלי בתים דא אויפן בארג.

אויב געדענק איך גוט האט זיך אויך די צוייטע אינטיפאדע פון תש"ס יארן אנגעהויבן מיטן ארויף גיין פון שרון ערב ראש השנה אויפן הר הבית, און דאס האט אפגעקאסט הונדערטער קרבנות רח"ל, האט ראש השנה א שייכות מיטן הר הבית שלעגעריי?
משנה מקום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3502
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
לאקאציע: משנה מקום יעדע שטיק צייט

תגובה דורך משנה מקום »

בן דוד האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:
בן דוד האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:דער סודיער קעניג אבדולא האט אנגערופן אבאמא'ן שתדל'ן ער זאל ווארענען נתניהו נישט צו פראוואקירן ביים הר הבית.

האסט לכאורה א טעות מיט דער קעניג פון ירדן נישט דער קעניג פון סעודיע, ירדן זענען די פאטרעטער פון די הר הבית און פון די אל אקצא מעטשעט

ווייס איך. דאס איז די מעשה.

גרעכט ביידע האבן טאקע גערופן אבאמא דער קעניג פון ירדן אבדולא, און דער קעניג פון סעודיע סאלומאן אויך דער פרעזידענט פון טערקיי האט גערופן אבאמא, די רעדע איז סיי איבער דעם וואס ערב ראש השנה זענען מדינת ישראל סאלדאטן ארויף אויפן הר הבית און ארעסטירט שטיינער ווארפער, און אויך איבער א קבוצה פון הליכוד מעמבער וואס זענען היינט ארויף אויסשרייען אונז זענען די בעלי בתים דא אויפן בארג.

אויב געדענק איך גוט האט זיך אויך די צוייטע אינטיפאדע פון תש"ס יארן אנגעהויבן מיטן ארויף גיין פון שרון ערב ראש השנה אויפן הר הבית, און דאס האט אפגעקאסט הונדערטער קרבנות רח"ל, האט ראש השנה א שייכות מיטן הר הבית שלעגעריי?

ירדן האט זיכער געווארענט פאר די חברי כנסת זענען ארויף נאר וועגען די פאליס וואס זענען געגאנגען אריסטירען דארט
און דאס איז אבסורד און חוצפה פון ירדן
אוועטאר
נייעסלעך
שר האלף
תגובות: 1536
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 09, 2015 2:26 pm

תגובה דורך נייעסלעך »

פרייטאג צונאכטס זענען פארגעקומען צוזאמשטויסן צווישן פאליציי און פאלעסטינע דורכאויס ירושלים און אינעם מערב ברעג.
3 איזרעילי אפיצירן און איבער 20 פאלעסטינע זענען פארוואונדעט געווארן פון די געשלעגן.
אוועטאר
נייעסלעך
שר האלף
תגובות: 1536
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 09, 2015 2:26 pm

תגובה דורך נייעסלעך »

נייעסלעך האט געשריבן:צוליב די לעצטע פארמערטע אטאקעס דורך אראבער וואס ווארפן שטיינער אויף אידישע פארביי פארענדע קאר'ס אין פארשידענע געגנטער האט נתני' געבען פונעם אטוירני דזשענערל יהודה וויינשטיין, אז ער זאל ערלויבן פאר די פאליציי צו אויסלייגן סנייפערס וואס זאל שיסן small-caliber bullets אויף די שטיינער ווארפער.

יהודה וויינשטיין איז היינט ארויסגעקומען אקעיגן די פלאן פון נתני' וואס וואלט ערמעגליכט די פאליציי צו שיסן פייער אויף שטיינער ווארפער.
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובה דורך כאפצעם »

נייעסלעך האט געשריבן:

וואס "וואלט"?
זיי שיסן שוין פעסט.
אוועטאר
נייעסלעך
שר האלף
תגובות: 1536
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 09, 2015 2:26 pm

תגובה דורך נייעסלעך »

אין מאה שערים ברענען די מיסט קאסטענעס צוליב מחאות אנקעגן בחורים וואס ווערן אריינגעשלעפט אין די ארמיי.
בן דוד
שר חמש מאות
תגובות: 624
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 1:01 pm

תגובה דורך בן דוד »

איז פרישע וואלן טאקע שוין אויפן טיש?

נעכטן נאכט האט זיך נתניהו געטראפן מיט אלי ישי אויף א פריוואטע זיצונג, דאס ערשטע מאל נאכן פארלירן אזוי ביטערליך, פארשטיי זיך אז די שפעקלאציעס איז זייער גרויס איבער די זיצונג, די מערסט אנגענומענע מיינונג איז אז נתניהו וויל צוזאם שטעלן איין גרויסע צעטראל רעכטע פארטיי אויפן וועג ווי די רעפאבליקן פארטיי וואס זאל זיין פון הליכוד, הבית היהודי, און אלי ישי, און אזוי באגראבן סיי די רעכטע ישראל בתינו, און נאכמער דעם נייעם שפילער יאיר לאפיד.

יאיר לאפיד וואס האט שוין פארשטאנען אז אויב וועט ער נישט האבן די פרומע וועט ער קיין ראש ממשלה נישט ווערן פראבירט מיט אלע וועגן זיך איבער בעטן מיט זיי, אבער היינט איז ער שוין געגאנגען א טריט ווייטער מיטן האלטן א רעדע אין בר אילן ווי ער האט אראפ געלייגט זיין צעטראלע וועג פון שלום מיט די פאלאסטינער.

יאיר לאפיד זאגט קלאר אז די וואלן וועט זיין נאך דעם ווינטער, אדער שפעטסטענס אנהייב זומער, קוקט אויס אז נתניהו וואס כאפט שלעק פון אריה מכלוף דרעי וואס וויל נישט אונטערשרייבן די געז דיל מיט די רייכע קאמפעניס ווייל ער וויל באקומען מער פראצענט פאר די מדינה און טיילן פאר די ארימע "שקופים" און נתניהו וואס עטליכע פון די רייכע אינוועסטערס זענען זייער נאנט מיט עם האט באשלאסן אז ער גייט צוווארפן נאכאמאל די ממשלה איבער דעם? דאס זענען די שפעקולאציעס היינט אין מדינת ישראל.

קען זיין אז דאס איז נאר א סטראשע פאר דרעי, אויב שרייבסטו נישט אונטער וועל איך צוריק ברענגן ישי, אבער דאס איז א פאקט אז נתניהו האט זיך געטראפן מיט אלי ישי, און די שפעקולאציעס איז גרויס
Other Guy
שר מאה
תגובות: 121
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 08, 2013 5:27 pm

תגובה דורך Other Guy »

ס'לוינט אז עס זאל זיין וואלן אויב דאס ברענגט ציריק בן דוד
אוועטאר
ווישוואש
שר ששת אלפים
תגובות: 6972
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובה דורך ווישוואש »

וועלקאם בעק רב בן דוד!
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.
אוועטאר
Iphone
שר האלף
תגובות: 1316
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 10, 2013 8:57 pm

תגובה דורך Iphone »

ווישוואש האט געשריבן:וועלקאם בעק רב בן דוד!
בן דוד
שר חמש מאות
תגובות: 624
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 1:01 pm

תגובה דורך בן דוד »

דאס יאר קומט זיך צוזאם דער הייליגער טאג יו"כ אין די זעלבע טאג וואס די אראבער האבן זייער חג הקורבן אדער עיד אל אדחא Eid al-Adha, איינע פון די גרויסע חגאוית ביי זיי, ווען זיי קומען שעכטען א שעפס אין הר הבית, צוליב די לעצטיגע אינצידענטן האט די פאליציי אין ירושלים זייער מורא פון דעם טאג, איבערהויפט אז זייער אסאך פאליציילייט זענען נישט אין דינסט יום כיפור אדער פאסטן זיי, די פאליציי ארבעט זייער שווער אז יום כיפור זאל אריבער גיין רוהיג
אוועטאר
נייעסלעך
שר האלף
תגובות: 1536
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 09, 2015 2:26 pm

תגובה דורך נייעסלעך »

די פאליציי האט ארעסטירט נעכטן 39 פאלעסטינע אין מזרח ירושלים און אין די מערב ברעג נאך געשלעגן איבער די אל-אקצא קאמפאונד, אזוי ווי פריער ערווענט דורך בן דוד.
זיי גרייטן צו טויזענטע פאליציי לייט וואס וועלן ווערן געשטעלט אויף דער וואך אין ירושלים גרייטנדיג זיך צום יום כיפור און להבדיל אא"א הבדלות די אראבישער חגא, נאכפאלגענדיג א וואך מיט צוזאמשטויסן צווישן די פאלעסטינע און די פאליציי.

יעצט הייסט עס אז א גענצליכער פארשפארונג וועט פארקומען ביי די מערב ברעג און אין עזה דורכאויס יום כיפור.
פאליטקלי קארעקט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5157
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 07, 2014 11:36 am

תגובה דורך פאליטקלי קארעקט »

במוצאי שביעית בן דוד בא!!!
דזשאבס, דזשאבס, דזשאבס
אוועטאר
נייעסלעך
שר האלף
תגובות: 1536
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 09, 2015 2:26 pm

תגובה דורך נייעסלעך »

זייט ראש השנה האט שוין די פאליציי ארעסטירט 137 רייעטערס אין ירושלים, 61 פון די זענען נאך אונטער די 18 זאגט די פאליציי.
בן דוד
שר חמש מאות
תגובות: 624
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 1:01 pm

תגובה דורך בן דוד »

היינט האט די זיכערהייט קאבינעט פון מדינת ישראל באשלאסן צו טוישן די פארשריפטן פאר די פאליציי אין ירושלים איבער שטיינער ווארפעריי, נאכדעם וואס לויט די ביז יעצטיגע געזעץ איז געווען פראבלעמען אין דעם געביט

פון יעצט וועט מען קענען שיסן מיט פייער אויף איינער וואס ווארפט שטיינער\פלאש באמבעס\אנדערע מאטריאלן וואס קענען ח"ו שעדיגן ביז סכנת נפשות.

אויב כאפט מען איינען ווארפן שטיינער איז די מינימוים טורמע 4 יאר

אויב כאפט מען איינעם אונטער 18 וועט זיין טאטע באקומען א הויכע געלט שטראף

דאס איז א בילד פון א 13 יעריגער וואס מען האט היינט געכאפט ווארפן שטיינער

CPrw4sjU8AALG9_.jpg
שפכי
שר מאה
תגובות: 152
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 05, 2015 9:44 pm

תגובה דורך שפכי »

ק"פ: ראש הממשלה בנימין נתניהו ושר הבריאות יעקב ליצמן השתתפו בכתיבת אות בספר תורה שנתרם לזכרו של השוטר זידאן סייף, שנהרג בטבח הנורא בבית הכנסת בשכונת הר נוף.
שפכי כמים לבך נכח פני ה'
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8569
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובה דורך מיסטעריעז »

דער שוטר איז נישט געווען אן אראבישער?
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

תגובה דורך לכאורה »

א דרוזישער

נו, א ס"ת שכתבו מין איז פונקט גוט לעילוי נשמתו...
שפכי
שר מאה
תגובות: 152
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 05, 2015 9:44 pm

תגובה דורך שפכי »

גוט...
שפכי כמים לבך נכח פני ה'
אוועטאר
יואב בן צרויה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3290
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:11 pm

תגובה דורך יואב בן צרויה »

נתניהו האט היינט געגעבן א מייסטערהאפטיגע רעדע אין די יו.ען. ער האט שיין צולייגט איראן׳ס אגרעסיע אין די מיטל מזרח ראיאן און געמוטיגט די וועלט לענדער זיך נישט צו פריצייטיג פרייען מיטן נוקלעארע דיעל.

ער האט גלייכצייטיג טרעפטליך ארויסגעברענגט פאר איראן און אנדערע מדנ״י שונאים אז ״די לענדער פון בבל און רוים ווערן נישט רעפרעזענטירט דא אין די געביידע. אן א טויזענט יעריגע רייך ווערט נישט רעפרעזענטירט דא אין די געביידע.״ (זיין אויספיר קוקט אליין נאך. עס וועט באדערן אנדערע דאהי.)

דערנאך איז ער אריבער צו כסדר׳דיגע סטראשונגען פון איראן אויף מדנ״י און א בייזער אויסגעפירט, ״און וואס איז די ענטפער פון די אינסטיטוציע? וואס איז די ענטפער פון כמעט אלע רעגירונגען אין די אינסטיטוציע? גארנישט! שטילקייט; פארטויבענדע שטילקייט!״

דאן איז ער שטיל געשוויגן פאר 45 סעקונדעס און שטרענג באטראכט אלע פארזאמעלטע דעלעגאטן.

- - -

נעכטן האט אבאס זיך דערקלערט אומבינדענד צו סיי וועלכע אפמאך מיט מדנ״י אריינגערעכענט די אסלאו אפמאכן.

נתניהו האט גענוצט זיין דעקלעראציע צו צייגן אז אבאס איז נישט אן ערנסטע פרידנס שותף.

- - -

מערקוועדיג אפוועזענד ביים רעדע זענען געווען דזשאן קערי און אמעריקאנע יו.ען. אמבאסאדארשע ס. פאוערס.

שטעלט זיך ארויס אבאמא (ימ״ש) האט איר געהייסן פעלן.

אויך האט פאליטיקאו געוויסט צו דערציילן אז אבאמא האט צוויי מאל אפגעווארפן א ביטע פון הערי ריעד אז די אדמיניסטראציע זאל פובליקלי מעלדן יו.ען. אפאזיציע צו סיי וועלכע ׳סטעיטהוד׳ רעזולאציע פון די פי.עי.
א פיינע מענטש
שר חמש מאות
תגובות: 785
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 09, 2014 3:58 pm

תגובה דורך א פיינע מענטש »

יואב בן צרויה האט געשריבן:נתניהו האט היינט געגעבן א מייסטערהאפטיגע רעדע אין די יו.ען. ער האט שיין צולייגט איראן׳ס אגרעסיע אין די מיטל מזרח ראיאן און געמוטיגט די וועלט לענדער זיך נישט צו פריצייטיג פרייען מיטן נוקלעארע דיעל.

ער האט גלייכצייטיג טרעפטליך ארויסגעברענגט פאר איראן און אנדערע מדנ״י שונאים אז ״די לענדער פון בבל און רוים ווערן נישט רעפרעזענטירט דא אין די געביידע. אן א טויזענט יעריגע רייך ווערט נישט רעפרעזענטירט דא אין די געביידע.״ (זיין אויספיר קוקט אליין נאך. עס וועט באדערן אנדערע דאהי.)

דערנאך איז ער אריבער צו כסדר׳דיגע סטראשונגען פון איראן אויף מדנ״י און א בייזער אויסגעפירט, ״און וואס איז די ענטפער פון די אינסטיטוציע? וואס איז די ענטפער פון כמעט אלע רעגירונגען אין די אינסטיטוציע? גארנישט! שטילקייט; פארטויבענדע שטילקייט!״

דאן איז ער שטיל געשוויגן פאר 45 סעקונדעס און שטרענג באטראכט אלע פארזאמעלטע דעלעגאטן.

- - -

נעכטן האט אבאס זיך דערקלערט אומבינדענד צו סיי וועלכע אפמאך מיט מדנ״י אריינגערעכענט די אסלאו אפמאכן.

נתניהו האט גענוצט זיין דעקלעראציע צו צייגן אז אבאס איז נישט אן ערנסטע פרידנס שותף.

- - -

מערקוועדיג אפוועזענד ביים רעדע זענען געווען דזשאן קערי און אמעריקאנע יו.ען. אמבאסאדארשע ס. פאוערס.

שטעלט זיך ארויס אבאמא (ימ״ש) האט איר געהייסן פעלן.

אויך האט פאליטיקאו געוויסט צו דערציילן אז אבאמא האט צוויי מאל אפגעווארפן א ביטע פון הערי ריעד אז די אדמיניסטראציע זאל פובליקלי מעלדן יו.ען. אפאזיציע צו סיי וועלכע ׳סטעיטהוד׳ רעזולאציע פון די פי.עי.

איך וואלט געשריבן ביים רשע וכופר "ימ"ש" אין ביים פרעזידענט "ירום הודו", ווי חז"ל לערנען אונז "שם רשעים ירקב" און "הוי מתפלל בשלומה של מלכות".
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8569
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובה דורך מיסטעריעז »

שאלמלי מוראה שטייט :lol:
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובה דורך כאפצעם »

יואב בן צרויה האט געשריבן:
אויך האט פאליטיקאו געוויסט צו דערציילן אז אבאמא האט צוויי מאל אפגעווארפן א ביטע פון הערי ריעד אז די אדמיניסטראציע זאל פובליקלי מעלדן יו.ען. אפאזיציע צו סיי וועלכע ׳סטעיטהוד׳ רעזולאציע פון די פי.עי.

אז דו פארציילסט מעשיות לאז נישט אויס קיין חלקים... הערי ריעד האט געוואלט אויפטרייבן שטיצע פארן איראן דיעל האט ער געוואלט אז אבאמא זאל ארויסקומען מיט די מעלדונג און אזוי וועט ער קענען ווייזן אז אבאמא איז גוט צו מדינ"י.

למעשה האט די אדמיניסטראציע געהאלטן אז זיי גייען סייווי האבן די שטימען און ס'פעלט נישט אויס צו מאכן אזא ראדיקאלער מאוו (וואס איז גארנישט חוץ א פאליטישע שטיק זינט די אדמיניסטראציע טוט למעשה סייווי וועטאירן די פאלעסטינער רעזולוציעס. )

סיי וויאזוי וואלט ער ניטאמאל פארדינט פאליטיש וויבאלד די רעפובליקאנער וואלטן סייווי געשריגן אז אבאמא זיכט צו פאליטיזירן דעם סובזשעקט פאר זיינע אינטערעסן און אז ס'מיינט גארנישט.

לגבי נתניהו'ס יו. ען. אדרעס און די מעכטיגע 'סיילענס' טאקטיק, וואו! דער איז גוטע נייעס!! כהאב נאר נישט קיין מושג וואס ער האט געוואלט, ער האט געטענהט אז די לענדער זענען שטיל צו איראנס פלענער קעגן מדינ"י, נו, זיי דיסעגריען מיט דיר און זיי האלטן אז זיי האבן מיטן איראן דיעל געטוהן למעשה און זיי אפגעשטעלט.
פארשפארט

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”